מנחם גאלד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:57 am
ווי מען הערט האט די יעצטיגע הנהלה פון לב טהור פארבאטן פאר @משה יוסף מנחם העלבראנץ ווייטער צו שרייבן דא.
שיק פאר אונזער משה׳לע א גרוס פון אונז
כלל ישראל איז מתפלל פאר אים און זיין משפחה.
אין איינע פון זיינע לעצטע פאוסטס דא האט מען צווישן זיינע שורות געקענט ארויסשמעקן אז עס איז דא ביי אים א געוויסע תשיקה צו אפלאזן די פארשאלטענע גוואטאמאלע און קומען אהער זיין א חלק פון א נערמאלע געזינטע לעבנסשטייגער, וואו די מינימאלע לעבנסוויכטיגע געברויכן ווערן נערמאל צוגעשטעלט פון די גאווערמענט, גרינג, שנעל, פריי פון אפצאל,
דאס האב איך געזעהן ווען ער האט גערעדט פון דוקטורים, מעדיצינישע הילף, שפיטאל, כשרע עסן פריי פון אפצאל אא״וו
משה יוסף מנחם, די ישועה איז נאנט!!