אורך ימים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 9:10 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 4:26 pm
זעליג סיגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 3:57 pm
עס איז זייער פעינפול צו ציזעהן אזא זאך. אז א מענטש דארף עסן אין ברויך זיך ווענדן אויף א פאבליק פארום דערפאר אפגעזעהן אפשטאם גלויבונג וכו'
אבער אזווי עס האט זיך ליידער אויסגעשטעלט אז נישט אייביג קען מען זיין זיכער אז די געלט זאל גיין ממש פארן צוועק וואס מען בעהט (מילד גערעדט) #אליין_זיך_ געשאסן_ אין_ פיס
אפשר קען מען מפרסם זיין די פלאץ ווי די אידען דארט קויפען איין מיט די קאנטעקט אינפארמעישן פינעם פלאץ. יעדעס מאל מען דארף דרינגענד "מטרנה" אדער וואס זאל מען קענען אריינריפען אין דעם גראסערי צו קאנטין באצאלן פארן ארדער. אזוי קען עס די נצרכים אויף פיקען אין ניצען געזינטערהייט.
אדער אזווי מען האט שוין געמאכט ביי אנדערע זאכן (קליידער האוזינג) אז עס איז דא איין ניק וואס דערוילעם קען אין ער לייגט ארויף וואס מען דארף אין מען קען שיקען געלט פאר איהם אין ער שיקט עס צום גראסערי א.א.וו.
די עיקר עס (סע

) זאל זיין עסן געניג אין נאך פאר ווער עס וויל בדרך כבוד.
אבער אויב יענער וויל ח"ו סתם ארים טראלן מיטן ציבור זאל עס נישט ווערן א גאנצע סאמעטוכע נאר סימפלי ווענד אייך צו איהם אין אישי פאר דעהם צוועק שיק צו יענעם אנ'ישי
אויב העלפט עס נישט פלעגט מען זאגען די אלטע פאלק ווארט איגנארעיש"ן אי"ז ד"י בעס"ט מעדיקעישע"ן
ווען די וואלסט געקענט די לעבענשטייגר און גוואטימאלע וואלסטו פארשטאנען אז ס'איז נישט שייך דארט.
און בבל איז אפשר געווען שייך אבער היינט ווען די משפחות דארטן וואוינען צוזייט און צושפרייט און די שטעט איז ממש נישט שייך.
אפשר קומסטו וואוינען קיין אמעריקע? דא קען מען לעבן בפרנסה ב''ה.
די יוצאים זענען זיך מסדר ב''ה.
מאך נאר זיכער צו ארבעטן מיט די עסקנים, און נישט קעגן, ווייל עס ארבעט זיך נישט אויס אויב מען קריגט זיך מיט עסקנים. אויב ארבעט מען אבער מיט די עסקנים קען מען זייער שיין מצליח זיין ב''ה מיט פרנסה און מוסדות וכדו' אזוי ווי רובא דרובא משפחות פון לב טהור. וואס איז די פוינט פון זיצן אין גווטאמאלא אן קיין לחם לאכול?
רעב יוד, איך וואוין אין אמעריקא.
איך בין קיינמאל נישט געווען קיין חלק פון לב טהור.
אויך בין איך נישט קעגן קיינעם, אדרבה קוק צירוק מיין היסטאריא.
אין גוואטימאלע בין איך שוין יא געווען, און געזעהן גולי און תושבי בבל, וואס זענען נאך דארט, יעדער מיט אנדערע סיבות.
להיווי ידוע לך, אן אריינגיין און קיין שום נעמען, ווייל קיין איין ליינער דא וואלט נישט געוואלט מען זאל זיי דא אדארכטוהן, ודעלך סני לחברך לא תעביד.
נישט יעדער איינער קען אויף די מינוט ארויס פארן פון לאנד.
אסאך טוהן טאקע די ריכטיגע השתדלות יא צו קענען ארויספארן
ס'דא וואס קענען טאקע יא, און ס'דא וואס ווען זיי זאלן נאר פראבירן וואלטן זיי געקענט.
אין הכי נמי, ס'איז נישט דא דארט קיין עכטע הוה אויף חינוך ופרנסה און אודאי נישט קיין עתיד.
ס'מיינט אבער נישט אז די דינא דשלחן ערוך פון "אין בודקין למזונות" איז בטל.
און אודאי אודאי די עצה פון לייגן קרעדיט אין א געשעפט און א 3'טע וועלט לאנד וועט קיינמאל נישט ארבעטן.
ווען מ'איז געווען און איין פלאץ, ממילא קען זיין מקען עפעס אויסארבעטן מיט א סאפלייער צו וואס.