נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:59 pm
אהובי ידידי, איך האב נישט קיין אוצר החכמה און דערפאר וועל איך טאקע פארלירן א דיבאטע וואס איז געבויעט אויף ווער עס קען ברענגן מער מראה מקומות. אבער לאמיר צונעמען אחת לאחת.
אויב דאס איז די פראבלעם, ביזטו העפליך געלאדנט אריבערצוקומען צו מיר אין שטוב נוצן מיין אוצר החכמה...
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:59 pm
קודם כל מוז איך קאמענטרין אויף דאס וואס דו שרייבסט אז אין די תורה וועלט איז אנגענומען אז דער מהרי"ל איז אן אחרון. העלאוי? איך ליין גוט? אזוי נישט מיר נישט דיר געשטעלט א כלל, און ווער עס וויל חולק זיין איז אטאמאטיש אויסגעשלאסן פון די עולם התורה? זייער זייער דעמאגאגיש. סארי. יאך האב מיך געדרייעט און איך דריי מיך נאך אלץ אין די עולם התורה, און איך האב אלעמאל געוויסט מיט א פשטות אז דער מהרי"ל איז א ראשון. און גענוי ווי מיר זענען דא נאך הונדערטער און טויזענטער. ואדרבה, מען קען זאגן פארקערט, אז די גאנצע תורה פון קודם רינד פלייש ולאחר רינד פלייש, דאס איז פון די החוקרים...
קודם וויל איך מודה זיין אז איך האב טאקע געשריבן צו ברייט בנוגע סי תורה וועלט (כאטש כ׳וואלט נישט געזאגט אז דאס גייט אריין בגדר דעמאגאגיע, פונקט ווי דיין דעקלעראציע אז איינער וואס איז מחולק מיט דיין דעקלעראציע בנוגע אנרופן אחרון (ווי כ'וועל באלד אויסשמועסן) האט נישט קיין מח בקדקדו איז נישט דעמאגאגיע). כ׳וואלט נישט געדארפט שרייבן אזוי ברייט, אבער אז איך האב יא געשריבן איז עס כדאי געווען אויב נאר צוליב די פאקט אז עס האט דיר אריינגעשלעפט אהער און ארויסגעשלעפט אזא פאוסט...
יעצט עטליכע נקודות:
א) דאס איז זיכער אז ס׳איז נישט קלאר געשניטן ווען עס ענדיגט זיך תקופת הראשונים און ווען עס הייבט זיך אן תקופת האחרונים, צו איז דא אן אפיציעלן תקופת המעבר אינצווישן און אויב יא פאר ווי לאנג וכדומה, עס זענען דא עטליכע דיעות אין די זאכן. ווען איך זאג למשל אז דער מהריל איז אן אחרון מיין איך נישט צו זאגן אז קיינער אין די וועלט האחט נישט אז ער איז א ראשון און אז ער איז ממש אן אחרון אויף די זעלבע לעוול ווי דער חתם סופר.
ב) דאס איז אויך זיכער אז אנדערש למשל ווי די תקופת התנאים, וואס מען זעהט אין חז"ל אז באלד נאכן שלוס פון תקופת התנאים האט מען זיך מער נישט געקענט קריגן מיט תנאים (סיידן געציילטע ממש נאר פונ'ם דור בשעת׳ן טויש), איז בשעת די שלוס פון תקופת הראשונים נאכנישט געווען אוועקגעשטעלט קלאר אז עס האט זיך יעצט געטוישט א תקופה, און די גדרים צווישן ראשונים און אחרונים זענען הערשט געווארן שפעטער אוועקגעשטעלט למפרע. בימי מהרש"ל למשל איז נאכנישט געווען קלאר אנגענומען אז מען האלט אין א נייע תקופה, און דער מהרש"ל דינגט זיך אפיציעל מיט ראשונים.
בימי הש"ך, וועלכער האט געלעבט אביסל מער ווי הונדערט יאר נאכ'ן מהרש"ל, איז שוין יא געווען קלאר אוועקגעשטעלט אז עס האט זיך געטוישט א תקופה. דער ש"ך אין חו"מ (סי' כ"ה סקכ"א) שטעלט מורא'דיג שטארק אראפ די כללים בנוגע ראשונים ווערסוס אחרונים, און ער שרייבט אויפ'ן מהרי"ק (א דור-צוויי נאכ'ן מהרי"ל) אז ער איז אן אחרון. וזלה"ק:
ועוד דע"כ לא אמרינן הלכה כבתראי לגבי קמאי אלא כשאין בין בתראי לקמאי אלא כהדרגת אמוראי קמאי לאמוראי בתראי אבל היכא דאיכא בינייהו כהדרגת שבין אמורא לתנא לא אמרינן הלכה כבתראי אלא אדרבא אין גם הא' מהאמוראים בלעדי רבי חלוק על התנא אם אין תנא אחר מסייעו וסומך עליו ואם כן השתא אין ספק שמהרי"ק שהוא מדורותינו אלה לא אמרינן עליו לגבי התוספות דהלכה כמותו שהוא בתרא לגבי דידהו ואנן סהדי דאי דעתיה הוה שהתוס' סוברים דאסור לא הוה חולק עליהם ומה גם להקל אלא אדרבא היה חוזר מקמי דידהו.
דאס שרייבט ער אויפ'ן מהרי"ק וועלכער האט געלעבט 200 יאר פאר אים.
ג) נאך א פולשטענדיגע טויש פון תקופה וועט קיינער נישט רופן א פריערדיגן מיט יענע נאמען, למשל קיינער וועט נישט שרייבן אויף ר עקיבא האמורא ר' עקיבא און קיינער וועט נישט שרייבן אויף אביי ׳גדול הגאונים׳.
ד) ווער האט גערעדט פון רינדפלייש? איך רעד פון די פאגראמען נאך די שווארצע מגיפה בשנת ק"י בערך, וואס דעמאלס זענען צענדליגער טויזנטער אידן גע'הרג'עט געווארן אין אלע גלילות פון אשכנז און נאך צענדליגער טויזנטער זענען פארטריבן געווארן און רובא דרובא קהילות זענען חרוב געווארן און האבן זיך נאכדעם געדארפט אויפבויען פון אנהייב.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:59 pm
צווייטענס, דאס וואס דו ווילסט נישט אננעמען די טענה פון @תינוק הבורח אז די סיבה פארוואס דער מהרי"ל ווערט גערופן אחרון, איז די זעלבע סיבה פארוואס דער ר"ן רופט דעם רמב"ן אחרון. זיי מוחל קוק נאך דיינע אייגענע מקורות. לדוגמא דו צייכענסט צו א כנסת הגדולה. די כנסת הגדולה שרייבט נישט די ווערטער, נאר די כנסת הגדולה ברענגט דאס בשם המהרש"ל. אבער ווארט א מינוט, דו ווייסט וועמען נאך דער מהרש"ל רופט אן אחרון? נישט קיין אנדערע ווי דער רא"ש ונימוקי יוסף! היעלה על הדעת אז דער רא"ש איז געווען אן אחרון? איי פארוואס רופט אים דער מהרש"ל אחרון? און לאמיר נישט פארגעסן אז דער מהרש"ל איז געבוירן מיט איבער 250 יאר נאכן רא"ש! ס'איז ברור אז מען קען ריין ראיה נישט ברענגען פון אזעלכע דיוקים!
אויב ווילסט גיין אויף דעם אופן דאן האט זיך די תקופות הראשנים שוין גענדיגט בימי התנאים. ווי די גמרא זאגט אן עירובין אז רבי אלעזר בן שמוע איז געווען אן אחרון... איך בין בכלל נישט סארקאסטיש יעצט, ווייל כל שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אז יעדער רופט אחרון דער וואס איז ביי אים אחרון כפי ערך. ברענגן א ראיה פון א מהרש"ל איז ממש גארנישט געזאגט.
ווי געשריבן אויבן איז בימי מהרש"ל נאכנישט געווען קלאר אנגענומען אז מען האלט אין א נייע תקופה, און דער מהרש"ל דינגט זיך אפיציעל מיט ראשונים. ממילא פון מהרש"ל טאקע קיין ראי' נישט פון זיין שרייבן אחרון. אבער איינער וואס האט געלעבט ווען עס איז שוין געווען קלאר באשטימט אז עס איז דא א תקופת הראשונים ולאחריו א תקופת האחרונים און ער שרייבט אויף איינעם אז ער איז אן אחרון, איז עס ווי ער זאל שרייבן האמורא ר' עקיבא. און אויף דעם האבן מיר דער ט"ז (א בן דורו פונ'ם ש"ך וואס דעמאלס איז שוין געווען קלאר אוועקגעשטעלט די פאקט אז תקופת הראשונים האט זיך שוין געענדיגט עטליכע הונדערט יאר צוריק כמבואר לעיל), און אין הלכות מליחה (סי' ע"ב סק"ד ווען ער וויל מכריע זיין א מחלוקת להלכה אז מען זאל פסק'ענען ווי דער רמ"א טענה'ט ער אז דער מהרי"ל האלט אויך ווי דער רמ"א, "
ומי יקל נגדו שהוא גדול שבאחרונים." אויב וואלט ער געהאלטן אז דער מהרי"ל איז א ראשון איז קודם וואלט ער אים נישט אנגערופן גדול שבאחרונים (כאמור אז דעמאלס איז שוין געווען איינגעטיילט די תקופות), ועוד יותר, האט ער געזאלט שרייבן אז ער איז א ראשון וואס מאכט שטערקער זיין טענה אז מען דארף מכריע זיין כדבריו!
און די זעלבע זאך האסטו מיט'ן תבואות שור (סי' ל"ז סקי"ח), וואס וויל מכריע זיין די הלכה ווי דער דרכי משה נגד הש"ך (וואס איז געווען א דור פריער ווי אים) און שרייבט "
ומי לנו גדול באחרונים ממהרי"ל ז"ל" וואס ער האט געהאלטן אנדערש ווי דער ש"ך. עס איז שטארק נישט מסתבר אז ער האט געהאלטן אז דער מהרי"ל (וואס האט געלעבט 300 יאר פריער) איז בעצם א ראשון און ער רופט אים נאר אחרון אזוי ווי דער ר"ן רופט דעם רמב"ן אחרון.
און ענליך איז מיט'ן צמח צדק, וואס שרייבט (פסקים יו"ד סוס"י נ"ד) אויפ'ן תבואות שור 'ודבריו נכונים
וכ"נ דעת גדולי האחרונים מהרי"ל וה"ר שכנא והמ"ב."
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:59 pm
חוץ מזה איז דאך באקאנט אז דער כנסת הגדולה האט ניטאמאל געוויסט אז דער מהרי"ל איז דער מהר"י מולין, ער פארעכענט זיי ווי צוויי אנדערע מענטשן... נישט חס ושלום צו מזלזל זיין אינעם היילגן כנסת הגדולה, נאר זייער אסאך גדולים זענען לאו דוקא געווען בקי בקורות הדורות. מען קען זיך קיין ראיה נישט ברענגן פון א לשון פון כנסת הגדולה.
איז אזוי, דאס וואס דו ברענגסט פונ'ם כנסת הגדולה אז ער האט נישט געוואוסט אז דער מהר"י מולין און דער מהרי"ל איז איינס און דער זעלבער, שרייבט דער חיד"א אין שם הגדולים אז אויף אן אנדערע פלאץ זעהט מען קלאר אז ער האט יא געוואוסט אז דאס איז איין מענטש, און ער ווייסט נישט וואס צו מאכן דערמיט (וכלשונו הקדוש "ולא ידענא מה נידון בה דפעם נראה שהרב כנה"ג סבר דמהרי"ל אינו מהר"י מולן ופעם מוכח דסבר דחד הוא), עכ"פ ס'נישט אזוי פשוט אז ער האט נישט געוואוסט.
אבער אז די ברענגסט יא די נושא, ווייסט ווער נאך ס'האט געמאכט די זעלבע טעות? דער רמ"א! אין יו"ד סי' קצ"ז אין דרכי משה אות ד' האסטו די זעלבע מעשה ווי מיט'ן כנה"ג. אלזא, אויב דער רמ"א, א בן אשכנז וואס האט געלעבט הונדערט יאר נאכ'ן מהרי"ל זאל דאס נישט וויסן איז עס אבוויעסלי נישט געווען אזא קאמאן נאלעדזש אז דער כנסת הגדולה, א ספרדי וואס איז געווען אכציג יאר יונגער פונ'ם רמ"א, זאל עס מוזן וויסן.
און לאמיר עס נעמען א סטעפ ווייטער. דער חיד"א איז דאך זיכער געווען בקי בקורות הדורות, און ער האט אן אריכות פון עטליכע בלעטער איבערצואווייזן אז דער מהר"ם מרוטנבורג און דער מהר"ם ב"ר ברוך איז איין און דער זעלבער – עפעס וואס איז היינט א דבר פשוט ביי יעדן בקי בקורות הדורות. מיינט דאס אז ער האט זיך נישט אויסגעקענט בקורות הדורות אז ער דארף עס אויסבויען פון ראיות?
נאר ווי דו שרייבסט איז די שמועס נישט נוגע אהער ווייל דער כנה"ג ברענגט די לשון המהרש"ל.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:59 pm
און ווידער דאס וואס דו ברענגסט פון באר שבע, איך זעה בכלל נישט דיין ראיה פון דארט. בסך הכל שרייבט ער אויפן מהרי"ל "ראש ואב לכל האחרונים". אפילו ער זאל יא שרייבן די לשון אחרון, וואלט איך נאך געזאגט אז דאס מיינט נישט אז ער איז אין גדר אחרון, אבער צו דען שרייבט ער דאס? ער שרייבט ראש ואב, וואס דאס ביסטו דאך אויך מודה. דער מהרי"ל איז דער טאטע פון אלע גדולי אשכנז, על פיו יושק כל דבר. אלע אחרוני אשכנז פאררופן זיך אויף אים.
זייער א שיינע תורה, אבער נאריש ביז גאר במחילת כבוד תורתך. פארוואס שרייבט קיינער נישט אויפ'ן רא"ש אדער אויפ'ן מהר"ם מרוטנבורג 'ראש ואב לכל האחרונים'? די אחרוני אשכנז פאררופן זיך נאך עניטיים אזוי אויף די צוויי ראשונים ווי אויפ'ן מהרי"ל!
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:59 pm
און אז דו זוכסט דוקא א גרויסער פוסק וואס רופט דעם מהרי"ל א ראשון, קוק אריין אין דרשות חתם סופר
ד"ה הארכתי וואס דארט שרייבט ער קלאר ואחרוני הראשונים המה המהרי"ל ומהרי"ו ותרומות הדשן. איך געדענק נישט אויף די מינוט נאך א מראה מקום, אבער איך בין זיכער אז דו קענסט מאכן א סירטש אויף אוצר החכמה און טרעפן נאך.
יא, דער חתם סופר שרייבט אויף זיי אחרוני הראשונים. ער שרייבט די זעלבע אין די חידושים על הש"ס (קידושין לז:), אבער כמדומה לי אז ער איז דער איינציגסטער. און די סיבה פארוואס איך זאג אזוי איז ווייל אין די מבוא פון מהרי"ל מהדורת מכון ירושלים איז דאס די איינציגסטע וואס זיי האבן געטראפן...
עדיט: א סיערטש אויף אוצר החכמה האט אויך געברענגט פונ'ם מנחת אלעזר אזא אויסדרוק, ושוב מצאתי אז דער חיד"א שרייבט אין ברכי יוסף (או"ח סי' תס"ח אות א) מהרי"ל דרב גובריה מאחרוני הראשונים. ועי' עוד בזה להלן.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:59 pm
אין ספרד איז די תקופות הראשונים געגאנגן ביזן גירוש, און עס איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אז אין אשכנז איז אנדערש. בערך אין די תקופה פון די גירוש, איז יהדות אשכנז אויך אריבער פון דייטשלאנד והגלילות צו רוסלאנד און פולין והגלילות. דאס איז וואס לעניית דעתי טיילט דעם דור. און איך זעה קלאר אז דער חיד"א האט אויך אזוי פארשטאנען, ווייל אויפן תרומות הדשן שרייבט דער חיד"א קלאר אז זיין ספר האט די תוקף פון א תשובות הרא"ש! און ער לייגט דאס זאגאר העכער די תשובות הרשב"ץ. און דאס איז דער חיד"א הספרדי הידוע, און עכ"ז האט ער געהאלטן אז אפילו דער תרומות הדשן האט א דין פון א ראשון.
מיט'ן גירוש רעדסטו ווארשיינליך פון די ערשטע גירוש בשעת קנ"א, ווען דער רשב"ץ איז געווען א יונגערמאן פון ארום דרייסיג יאר. אויב זאגסטו אז דאס איז וואס האט געטיילט דעם דור אין ספרד בין איך פולשטענדיג מסכים מיט דיר ווי שוין געשריבן אויבן. אויב מיינסטו די צווייטע גירוש בשנת רנ"ב ביזטו טאטעלי אףף ווייל לויט דעם זענען ר' יוסף טאיטאצק, דער עקידה, דער אברבנאל, רדב"ז, מהר"י אבוהב, מהר"י בי רב, ר' יעקב חביב בעל עין יעקב (ואולי גם בנו המהרלב"ח), ועוד און אפשר אפילו דער בית יוסף, געהעריג ראשונים.
יהדות אשכנז איז אריבער בהמוניהם (כאטש היבש פריער איז שוין געווען עפעס א אידישע אנוועזנהייט אין פוילן, רוסלאנד און אפילו אונגארן כמבואר באור זרוע) קיין פוילן און ליטא, טאקע בעקבות די גזירות בשנות ק"י נאך די שווארצע מגיפה ווען איבער גאנץ אשכנז והסביבה זענען געווען פאגראמען און גירושים און צענדליגער טויזנטער אידן זענען גע'הרג'עט געווארן. די מצב אין אשכנז נאך די גזירות איז מבואר בדברי מהרי"ל עצמו (סימן ס"ז - וואס איך האב אויבן געברענגט א סקרינשאט) וואס שרייבט אויפ'ן אגודה (וואס איז נסתלק געווארן בשנת ק"ט און בפשטות איז ער גע'הרג'עט געווארן טאקע ביי יענע פאגראמען): תא חזי מר זה המחבר היה קודם הגזירות שידוע שאז היו גאוני ארץ ועתה הדור היתום הזה שאין בו יודע בין ימינו לשמאלו.
דער מהרי"ל איז געבוירן אין די יארן נאך די שווארצע מגיפה, אזוי אז אויב שטעלסטו די טיילונג ווען יהדות אשכנז איז אריבערגעגאנגען קיין מזרח, איז דער מהרי"ל קיין ראשון נישט, ובודאי נישט דער תרומת הדשן וואס איז געווען א דור שפעטער.
און דאס וואס דו ברענגסט פונ'ם חיד"א (וואס איז, אגב, געווען בלויז א האלבער ספרדי היות זיין מאמע איז געווען א פול פלעדזשד אשכנזי פון פוילן אן אייניקל פונ'ם סמ"ע) איז נישט דער חיד"א'ס אייגענע ווערטער, נאר ער ברענגט פונ'ם מהרשד"ם אז ר' יוסף טאיטאצק האט אזוי געהאלטן. ר"י טאיטאצק איז געבוירן בלויז ארום פינף יאר נאך די פטירה פונ'ם תרומת הדשן! און גארנישט האט נישט פאסירט אין יענע פאר יאר וואס זאל טוישן א תקופה, אזוי אז דאס איז זיכער נישט געקומען מכח האלטן אז דאס געהערט נאך צו די פריערדיגע תקופה, נאר ענדערש מכח האלטן אז אלס איינער פון די גרעסטע גדולים און מנהיגים פון ממש יענע דור איז זיין פסק מחייב.
ווייסט וואס דער חיד"א שרייבט יא? דארט אין שם הגדולים ביים מהרי"ל, ווען ער רעדט ארום וועגן דעם כנסת הגדולה וואס האט נישט געוואוסט אז דער מהרי"ל אין מהר"י מולין, איז די מעשה אז דער מהר"י ווייל שרייבט בשם מהר"י מולן אז מען זאל פאסטן ביידע אדר'ס, און דער כנסת הגדולה שרייבט צו 'אבל מהרי"ל בתשובה ותרומת הדשן ומהר"י מינץ הורו לצום בראשון. זאגט דער חיד"א אז דער כנה"ג וואלט דאך געדארפט 'פרעגן' אויפ'ן מהר"י ווייל וואס שרייבט בשם מהר"י מולן אז מען זאל פאסטן ביידע, אז דער מהרי"ל אליין שרייבט בפירוש אין א תשובה פארקערט! 'אלא משמע דלא זכר דחד הוי, וחדית לן דמהרי"ל ותה"ד והר"י מינץ פליגי
כי אורחיה להשמיענו סברות הפוסקים האחרונים.'
נאך א חיד"א האב איך געטראפן, אין (ביוסף אומץ סי' מ"ב ד"ה ודע) ברענגט ער וואס ער שרייבט אין מחזיק ברכה בנוגע דאס וואס דער תרומת הדשן האלט אז עס העלפט נישט צו לייגן אן אייזן ביי די תקופה, שרייבט ער בזה"ל: ואח"ך ראיתי לרבינו בעל הרוקח בכ"י דמהני והבאתיו אני עני בשיורי ברכה י"ד סימן קי"ו ואפשר דאם הרב תה"ד היה רואה דרבינו בעל הרקח הכי אמר רב הוה שב מידיעתו. דאס זאגן אז ווען ער וואלט געוואוסט וואלט ער צוריקגעצויגן נוצט מען ביי אחרונים כלפי הראשונים (א שטייגער טאקע ווי דער ש"ך שרייבט אויפ'ן מהרי"ק) און נישט אויף ראשונים כלפי ראשונים מיט וועם זיי קענען זיך דינגען.
איי, איך האב דאך פריער געברענגט פונ'ם חיד"א אין ברכ"י " מהרי"ל דרב גובריה מאחרוני הראשונים"? איז די תירוץ לכאורה אז ווי געשמועסט איז נישטא קיין הארטע ליין צווישן ראשונים און אחרונים, און די וועלכע זענען אין די תקופת המעבר קענען גערופן ווערן סיי אחרוני הראשונים און סיי ראשוני האחרונים, אבער דאס מיינט לאו דוקא אז זיי האבן די הלכה'דיגע תוקף ווי א ראשון.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:59 pm
ואיך שיהיה, ווען מען קוקט אריין אין ספרי קורות הדורות, איז כמדומה וועלן רוב שרייבן אויפן מהרי"ל ראשון אדער מאחרוני הראשונים. אנגעהויבן פון ויקיפידיה, און גענדיגט ביי רוב ספרים.
וויקיפידיע איז נישט ווערט לצור על פי צלוחיתו אפילו במילי דעלמא, כ"ש במילי דשמיא. ספרי קורות הדורות ווייס איך נישט פון וואס דו רעדסט, דו וועלכע איך האב אינדערהיים האב איך נישט געזען קיינעם שרייבן אויפ'ן מהרי"ל ראשון.
בשם דעם חזון איש האט זיין שוואגער דער סטייפלער נאכגעזאגט אז דער נמוקי יוסף האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די ראשונים וואס לפי זה איז דער מהרי"ל שוין אן אחרון, איך האב געזוכט אין ספרי קורות הדורות אויף אוצר החכמה און געטראפן שנות דור ודור (וואס איך האב גראדע אינדערהיים) אז דער מהרי"ל איז אן אחרון, אין ספר עולם התורה איז די שפעטסטע אשכנזי'שע ראשון וואס ער רעכנט אויס טאקע דער אגודה. אדרבה, אפשר קענסטו ברענגען א ליסטע פון ספרי קורות הדורות וואס רעכענען אים אלס ראשון.
איך וואלט געדארפט מער מאריך זיין אבער עס איז ערב שבת און איך האב שוין פארברענגט אויף דעם א שיינע פאר שעה (אריינגערעכנט א גרויסע חלק פון די נאכט), און אויב עס איז נישט קלאר אדער נישט אינגאנצן מסודר יתלו השגגה בי.