גם אני מצרף לדברי 'על פי תורה' וכל הכותבים פה ב'אידטיש'
מיט גרויס פרייד און שמחה, טוה איך באגריסן די שמחה רבה, בעת וואס א משפחה איז צוריק פאראייניגט געווארן אונטערן שאטן פון זייער טאטע און מאמע, בשעת די אייגענע עלטערן וועלן האבן די זכיה צו מגדל זיין זייערע קינדער אונטער זייער שיץ. די קינדער וועלן זיצן ביי זייער טיש און נתחנך ווערן דורך זיי. ווי לעכטיג איז צו זען א משפחה זיך צוריק פאראייניגן און ווידער קענען אויפבויען זייער שטוב אינאיינעם. די הארץ ווערט אנגעפילט פון פרייד.
עס בלייבט אונז בלויז איבער צו וואונטשן, אז אלע משפחות זאלן זיך קענען פאראייניגן בשלימות. אידישע קינדער זאלן שוין נישט וויסן פון קיין צער, עלטערן זאלן האבן זייערע אייגענע קינדער און זיי קענען מגדל זיין על מי-מנוחות.
התנערי מעפר קומו! - אידעלעך, ווישט אפ אייערע טרערן, די ישועה איז נאנט! - טאטעס און מאמעס, הייבט אייך אויף! - עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, א כל יכול. נאך אביסל וועלן מיר זוכה זיין צו ישועת השם, אלע קינדער וועלן זיין צוריק אונטער די עלטערן, ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם. מיר וועלן אלע דינען אינאיינעם דעם ליבן באשעפער, טאטעס מיט קינדער, ברידער מיט שוועסטער. ס'וועט דאך זיין אזוי גוט און אזוי זיס, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד.