איך האב מקבל געווען פון תלמידי רביה''ק אינגאנצן אנדרעש אז די רבי האט געהאט א גאר גאר שטארקע הערצה פאר ברסלב...עומד על תלת האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 1:23 pmקום איך צוריק שטותים אין לאקשן ,טראכט גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 1:10 pmקומט מען יעצט צוריק צו א אז רבותינו לבית סיגוט האבן אייביג עוסק געווען און ברסלבע ספרים און אפילו געגאנגן מיט די מהלך - חיזוקעומד על תלת האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 1:06 pm
שטותים מיט לאקשן,
קוק אריין אין אלע ספרי בית סיגוט, עס איז פיל מיט הדרכה, חיזוק, נחמה, מוסר,
אין זיי האבן געקענט אלע מינע עבודות וואס זיי האבן געוואלט מדריך זיין האבן זיי קלאר מדריך געווען,
וואס נישט, נישט.....
אזוי האבן אינזערע רבי‘ס אייביג גערעדט,
אפשר ביסטו נישט דארט געווען, אפשר ביסטו פין דעי וואס האבן געהאלטן אז נאך די רבי זי"ע איז מער נישט דא איינער וואס קען זאגן תורה פאר אידישע קינדער....
אין האסט געטראפן א ספר וואס רעדט צו דיר מה טוב ומה נעים,
דעיס אז היינט דריקט מען צעטליך אין אמאל נישט מיינט נישט גארנישט.....
עס האט גארנישט מיט ברסלב!!!
זיי האבן אזוי מקבל געווען פון זייערע רבי‘ס ביזן היילגן בעל שם,
קען זיין זיי האבן אויך געלערנט ספרי ר' נחמן אבער גערעדט האבן זיי פין, קדושת לוי, נועם אלימלך, צאנז, וכו,
אין נאכאמאל נישט פון ר' נחמן!!!,
מיין זיידע האט געלערנט ביים רבי'ן אין ישיבה אין די אנהייב כ' יארן אין האט מיר איבער געגעבן קלאר אז יעדע ווארט פין די סאטמאר רבי'ס דרשה איז אמת!!
אזוי האט מען געוויסט אין זיינע צייטן אל'ס בחור!!
אדרבה גיי פרעג.
פארוואס האבן זיי באהאלטן תורות ברסלב, אויב לפי דעתך האבן זיי פין דארט גענימען זייער מהלך?
דיסקלעימער, איך בין מחשיב יעדע ברסלבער חסיד וואס "איך" האלט ער מיינט עס ערנסט אבער פאקטן אין שקר,
אין זאגן אז סאטמאר האט גארנישט דאס נישט!!!
איך פרעג ? איז דא נאך איין ''חסידישע'' ספר וואס די רבי זי''ע ברענגט און זיין ספר ויאל משה, וואס ער האט געשריבן מיט בלוט, אז דעי צדיק האט ''פארגזעהן די היינטיגע דור''
איז פארוואס וויל מען נישט פארשטיין אז ער האט מיט נאך זאכן פארגזעהן די דור און אפשר קען מען ווערן א בעסערע מענטש ברוחניות ובגשמיות מיט זיינע עצות פאר די היינטיגע דור...
.
פארוואס פארשטייט מען נישט אז די רבי זי''ע האט נישט אפגעקויפט קיין מעשיות דמיונות, און אז ער האט געשריבן אז רבי נחמן האט פארגזעהן די דור קומט עס פון א גאר גאר
שטארקע הערצה צו דעם צדיק איז וואס דארף מען בכלל מעשיות לכאן ולכאן...