מורי ורבותי!
שמעו נא דיינים מומחים:
שמעו נא דיינים מומחים:
די נושא איז:
פארוואס מעג מען נישט טון קיין זאכן אויפן גאס, אנע דאגות אז אפשר גייט א קאמערע/דראון זיך באלד דא באווייזן, און נאך פאר איך באמערק אז כ'דארף מיר אוועקדרייען, פארט שוין די דראון אין די לופט און די בילד אין די צייטונג?
ס'איז זייער קיוי"ט צו זעהן אין די וואך/בליק וכו' א אפטיילונג וויאזוי ס'זעהט אויס הכנות צו יו"ט אין בארא פארק/ווילאמסבורג וכו', אבער פארוואס אויף יענעמ'ס חשבון?
זעהן ווי קינדער שלאגן כפרות, מילא, יעדע יונגל פריידט זיך כמוצא שלל רב ווען מ'זעט איהם אין די אויסגאבעס, אבער פארוואס קען איך נישט גיין צום אתרוג סוחר ווען נאך מענטשען זענען דארט?
דארף איך עפעס אז יעדער זאל וויסן אז מיין גלעזער איז געווען אביסל נידריג?
יש הרבה לדון בזה, און כ'וואלט הנאה געהאט ווען די עולם רופט זיך אן ווארעם ארום די נושא פון בילדער.
א גרינגע הכנה.