כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 184
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2659

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

מענדי שטערן האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:28 am ב"ה געהערט גאר גוטע גריסן פון די צוהערער פאר די חלק א'.
אסאך האבן געלאזט מעסעזשעס אז מען האט זיך אפגעשטעלט דארט ווי מיר האבן אנגעהויבן צו פרעגן די ריכטיגע שווערע שאלות פון רבי יהושע הערשיל.

מיר האבן עס נישט געטון צו אנרייצן און צימבלען די ציבור, נאר ווייל דאס איז געווען בערך 50% אריין אינ'ם שמועס, און ווי אויך האט מען דעמאלטס געענדיגט אלעס וואס איז פארגעגאנגען פאר די אבלאווע.

פאר די וואס פרעגן: "ווי זענען די שווערע שאלות", הערט חלק ב' פאר די פארשפייז און דערנאך קומט "ג"....

חלק ב', וועט אי"ה (באמת) ארויפ-גיין היינט זונטאג דורך אויס די טאג.

מענדי שטערן.
כהאב נישט גיהערט די גאנצע אינטערוויו, אויזער די חלק ווי מרעדט איבער חיים צבי
כוויל פערזענליך באדאנקען העסקן ר יהושע העשיל בלום פארן געבן קרעדיט פאר מיין ברודער פאר טוהן זיין חלק און ארויס העלפן די עסקנים
כהאב הנאה געהאט ווי ער וועגט אפ זיינע ווערטער איבער די שאלה צו היינט צו טאגס וואלט ער זיך געפירט אנדערש. לויט וויפיל כהאב מיט גיהאלטן קען איך מעיד זיין אז סאיז גיווען כמעט אומעגליך אין אזעלכע שווערע אומשוענדן זיך אראפ זעצן יעדן צווייטע מיניט און איבער טראכטן פינקליך וואס איז די בעסטע סטעפ צו טוהן נעקסט לטובת כל הצדדים אין די מערכה. מהאט געטוהן וואס מהאט פארשטאנען יענע מיניט איז די בעסטע החלטה
בסתר
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:43 pm
Location: מאנסי
x 46

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בסתר »

חלא בר חמרא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 2:29 pm @בסתר איך ווייס נישט ווער איר זענט, אבער ס'ברענגט מיר נישט קיין שטארקע עגמת נפש איבער די החלטות פונעם חכם דארט אין חד-גדיא. מיין תגובה נעמט אויך אריין די גרינטליכע חקירות ודרישות פון @ברוינפן אדער יין ווער עס האט געהאט קריאת השם ביי חיים צבי'ס יונגעלע. די גאנצע סוגיא פון אריינקריכן אין יענעמ'ס קישקע איז גרויליג. לאז אים לעבן!!!

במאמר מוסגר: ס'גייט מיר אויך נישט אן אויב דו וועסט גיבן א נאמען 'פלטיאל פתחיה פוטיפרע'. איך קען נישט קערן ווייניגער. און טאמער יא, דאן וואלט איך געהאט א פראבלעם.
זיכער מאכט עס יא א חילוק וואס ער טוהט דארט און חד גדיא, ווייל די ווייסט אליין אז ס'איז נישט נאר די נעמען וואס ער גיבט פון דארט, נאר ער טוהט אויך האלטען און איין ארויסגעבן שטילע הוראת פאר די מענטשן וואס זייער מח איז נאך משועבד צו אים.....
ברוך אברהם
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 395

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

אגב, די ליין ווי מ'קען הערן די ר"מ שלוש סעודות תורה האט אסאך צוהערער/ס יעדע וואך, חלק פארן גלייבן, אין (רובם ככולם) פאר שלום משפחה/בית סיבות, אפשר דארף מען שרייבן זייערע נעמען דא אין דן זיין דערין?
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 184
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2659

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך מענדי קעניג »

לגבי יואל וויינגארטןס בכיות כשמוע עשיו את דברי אביו ויצעק צעקה גדולה ומרה עד מאוד וואס לכבוד דעם האט ער באקומען די ברכות וואס האט עהם גיגעבן די כוח צו חרוב מאכן די צווייטע בית המקדש...

פאר אלע וואס באקומען רחמנות געפילן פאר עהם...
ווער סהאט אמאל גיזעהן פיקטשערס פון דעם קליינעם בחור'ל די זוהן פון יואל מלכה
ער גייט פארן דעיע וואך קיין מאנטריאל ווייל זיין וויזה לויפט אויס. האפענטליך וועט ער האבן ווארמע יודן וואס וועלן קעיר נעמען פון עהם ווי אן אייגן זוהן.
דעיע בחורל האט אין זיין לעבן נישט גיהאט קיין טאטע און מאמע ווען ער איז גיווארן 2 יאר אלט האט יואל וויינגארטן מחליט גיווען עהם צו צינעמען פון זיינע עלטרען און עהם לייגן וואנדרען ביי פרעמדע משפחות, ביי וועם נישט, ער איז גיווען ביי כמעט יעדן משפחה אין לב טהור ביז יענער איז נמאס גיווארן און עהם געשיקט צו א צווייטן, ער פלעגט באקומען רשות פון יואל וויינגארטן און דערנאך פון יואל רוזנער 1 מאל אין 2 וואכן צו אהיים גיין זאגן גוט שבת פאר זיין מאמע פאר 4-5 מיניט. איך בין גיווען זיין מלמד פאר א שטיק צייט איך פלעג זיין די שליח עהם צו טראגן שבת ביינאכט אהיים צו זיין מאמע און מאכן זיכער ער קומט ארויס נאך 5 מיניט ער פלעגט ארויס קומען מיט געשטיקטע טרערן, אפשר לאז מיך נאך 5 מיניט? און מיין ענטפער האט גידארפט זיין ניין פאר דיין טובה ווייל אויב יא וועט יואל וויינגארטן דיר נישט לאזן גיין נעקסטע וואך פאר א שטראף...
מיינסטו סאיז גיווען נאר עהם, ניין. זיין אלע 7 געשוויסטער זענען צו גענימען גיווען פון זייער מאמע דוירך יואל וויינגארטן און מרת רוזנער ביי די עלטער פון 2 יאר אן קיין טאג אויף צוריק. אן ווארטן אויף א קורט דעיט, אן ווארטן אז דיין מאמע זאל טוישן קליידער, אן קיין תנאים. לנצח.
צו מיין ווייטאג דערווייל וועט ער ווייטער אויף וואקסן אן קיין עלטערן א דאנק יואל וויינגארטן וחבריו.

ווייניג מענטשן ווייסן וואס מיינט פאר א קליין קינד אויף וואקסן נאס מאכן זיין קישן יעדן נאכט מיט טרערן ווייל ער וויל פשוט זעהן זיין מאמע וויסענדיג אז זי געפונט זיך 2 3 הייזער ארויף אבער איך טאר נישט ווייל זיך איז נישט גוט מחנך... איך ווייס יא, ווייל דאס פלעג איך טוהן ביי 8 יאר אלט ווען יואל וויינגארטן האט געטוהן זי זעלבע מיט מיך און מיין געשוויסטער וויסענדיג אז סנישט דא קיינער אויף די וועלט וואס כקען וויינען צו עהם און זיך אנעמען אויזער מיין קישן.

מיינסטו אז יואל וויינגארטן האט דאס געטוהן נאך פאר דעיע משפחה, די זעלבע זאך מיט די לעוויס, א משפחה מיט 10 יתומים האט ער אלע פארשיקט פון דערהיים נאך זייער טאטע איז אוועק זאלן אויכעט נישט קענען זיין מיט זייער מאמע.

מיין יונגרע ברודער מתתיהו פרץ האט יואל וויינגארטן אופגעפוקט פון מיין מאמע אין א קעריטש ביי ווייניגער פון 2 יאר אלט און עהם גיהאלטן ביז די 13 וואס ער האט עהם דעמאלטס חתונה גימאכט וואס יואל וויינגארטן האט זיך גימאכט א גאנצע מחותן און עהם ווייטער גיהאלטן ביי זיין גיצעלט נאך די חתונה נאר פשוט אריין גיברענגט נאך א מיידל וואס איז יואל מלכהס טאכטער וואס ער האט אויכעט איר גיהאט צו גענימען פון אירע עלטערן און איר גיהאלטן ביי זיין שוועגרן אינדערהיים שוין לאנגע יארן.

איך קען מאריך זיין מיט די ליסט ביז מארגן אבער סאיז געניג פארן ארויס ברענגען די נקודה.
איך קום נישט פארציילן פון זיין רציחה מעשיות ווי ער פלעגט שלאגן מכות אכזריות קליינע קינדער אנטרעטן אויפן פלאר האקן מיט טישן און אפילו מיט שטיינער ביז גיסן בליט און דערנאך אויסשירן 20 קינדער זאלן שפייען אויף דעיע קינד, אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס, וכו מעשיות שאין לתאר ולשער. אבער כוויל נישט אריין גיין אין דעיע מעשיות וועגן כוויל פוינטן אויף מידה כנגד מידה ווען ער קען נישט זיין מיט זיין משפחה און ער האט מורא אז מגייט צו כאפן זיינע קינדערליך האב איך זייער ווייניג רחמנות.
די תורה זאגט אונז בית דין של מטה לא ימתו אבות על בנים אבער בית דין של מעלה באשטראפט יא.

ציון במשפט תפדה, יעדן טראפ בליט וואס ווערט פארגאסן פון דעיע מענטש ברענגט די וועלט נענטער צו די גאולה.
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 106

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm
צו מיין ווייטאג דערווייל וועט ער ווייטער אויף וואקסן אן קיין עלטערן א דאנק יואל וויינגארטן וחבריו.
שרעקליך וואס דו שרייבטס!

וואס איז יעצט מיט זיין טאטע מאמע פארוואס איז ער נישט פאראייניגט?
אסיסא.....
עמק השדים
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
Location: דאהי
x 56

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עמק השדים »

גיוואלד!!!!!!!!
נאר דער בעל הרחמים קען מנחם זיין אזעלכע הערצער!
ווי גייט אריין אזויפיל פיין אין איין הארץ!!!!


ווי גייט אריין אזויפיל רשעות אין איין הארץ לאזע מענטש...
אמונה אינה רק מפני שאינו יודע מאמין, רק מפני שאור ד׳ וקדושתו נמצאת בקרב איש הישראלי והיא הרואה את קדושת הארתו ית׳ נאחזת וקשורה בו, והיא האמונה, ואור קדושה זו נמצאת בנו מהאבות.
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 186
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 786

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

@מענדי קעניג לבי שותת דם...
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
אין כל חדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 771

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך אין כל חדש »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm לגבי יואל וויינגארטןס בכיות כשמוע עשיו את דברי אביו ויצעק צעקה גדולה ומרה עד מאוד וואס לכבוד דעם האט ער באקומען די ברכות וואס האט עהם גיגעבן די כוח צו חרוב מאכן די צווייטע בית המקדש...
מענדי ווער נאך ווי די קען דאס באשטעטיגען, ווען די האסט דאס געזעהן מיט דיינע אייגענע אויגן, און געשפירט אויף די אייגענע הויט, איך קען אזויפיל זאגן אז איך האב אויסגעהערט איבער 50 יוצאי לב טהור, און דאס מאס רשעות און רציחות פון די אחים וויינגארטן קען מען נישט באשרייבן, ווייל אידן/אידענעס מיט שוואכע הערצער וועלן דאס נישט קענען אדורך טראגן, "און דאס איז אחוץ וואס יואל וויינגארטן האט ליידער מטמא געווען אידישע קינדער באופן נורא מאוד".
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 482

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

ברוך אברהם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:31 pm אגב, די ליין ווי מ'קען הערן די ר"מ שלוש סעודות תורה האט אסאך צוהערער/ס יעדע וואך, חלק פארן גלייבן, אין (רובם ככולם) פאר שלום משפחה/בית סיבות, אפשר דארף מען שרייבן זייערע נעמען דא אין דן זיין דערין?
וויאזוי ווייסטו אז עס האט אסאך צוהערער?
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 531

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך מקשין העולם »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס,
נאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט? פשוטו כמשמעו????
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 184
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2659

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך מענדי קעניג »

מקשין העולם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:40 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס,
נאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט? פשוטו כמשמעו????
כפשוטו
אין כל חדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 771

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך אין כל חדש »

מקשין העולם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:40 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס,
נאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט, פשוטו כמשמעו?
די ציבור ווייסט נאך נישט קיין 50% פון די רציחות ברוחנית ובגשמיות וואס עס האט זיך דארט אפגעטוהן.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 673

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך ChatGPT »

אין כל חדש האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:43 pm
מקשין העולם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:40 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס,
נאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט, פשוטו כמשמעו?
די ציבור ווייסט נאך נישט קיין 50% פון די רציחות ברוחנית ובגשמיות וואס עס האט זיך דארט אפגעטוהן.
קריינא דאיגרתא, קום אריין קלאר!
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 412
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1155

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך צייטווייליג »

ChatGPT האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:49 pm
אין כל חדש האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:43 pm
מקשין העולם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:40 pm
נאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט, פשוטו כמשמעו?
די ציבור ווייסט נאך נישט קיין 50% פון די רציחות ברוחנית ובגשמיות וואס עס האט זיך דארט אפגעטוהן.
קריינא דאיגרתא, קום אריין קלאר!
ניין קום נישט, ספעלט נישט אויס. יעדער פארשטייט און סהאט נישט קיין תועלת זיך צו טינקען אין מעשי נבלה שלא לתועלת. אז א יוצא וויל דערציילן האט עס א שוויות אז מזאל פארשטיין בתורת עדות לתועלת הענין אבער סתם נאכברענגען כל מיני תועבות, למה?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1487
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 14958

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך על פי תורה »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm לגבי יואל וויינגארטןס בכיות כשמוע עשיו את דברי אביו ויצעק צעקה גדולה ומרה עד מאוד וואס לכבוד דעם האט ער באקומען די ברכות וואס האט עהם גיגעבן די כוח צו חרוב מאכן די צווייטע בית המקדש...

פאר אלע וואס באקומען רחמנות געפילן פאר עהם...
ווער סהאט אמאל גיזעהן פיקטשערס פון דעם קליינעם בחור'ל די זוהן פון יואל מלכה
ער גייט פארן דעיע וואך קיין מאנטריאל ווייל זיין וויזה לויפט אויס. האפענטליך וועט ער האבן ווארמע יודן וואס וועלן קעיר נעמען פון עהם ווי אן אייגן זוהן.
דעיע בחורל האט אין זיין לעבן נישט גיהאט קיין טאטע און מאמע ווען ער איז גיווארן 2 יאר אלט האט יואל וויינגארטן מחליט גיווען עהם צו צינעמען פון זיינע עלטרען און עהם לייגן וואנדרען ביי פרעמדע משפחות, ביי וועם נישט, ער איז גיווען ביי כמעט יעדן משפחה אין לב טהור ביז יענער איז נמאס גיווארן און עהם געשיקט צו א צווייטן, ער פלעגט באקומען רשות פון יואל וויינגארטן און דערנאך פון יואל רוזנער 1 מאל אין 2 וואכן צו אהיים גיין זאגן גוט שבת פאר זיין מאמע פאר 4-5 מיניט. איך בין גיווען זיין מלמד פאר א שטיק צייט איך פלעג זיין די שליח עהם צו טראגן שבת ביינאכט אהיים צו זיין מאמע און מאכן זיכער ער קומט ארויס נאך 5 מיניט ער פלעגט ארויס קומען מיט געשטיקטע טרערן, אפשר לאז מיך נאך 5 מיניט? און מיין ענטפער האט גידארפט זיין ניין פאר דיין טובה ווייל אויב יא וועט יואל וויינגארטן דיר נישט לאזן גיין נעקסטע וואך פאר א שטראף...
מיינסטו סאיז גיווען נאר עהם, ניין. זיין אלע 7 געשוויסטער זענען צו גענימען גיווען פון זייער מאמע דוירך יואל וויינגארטן און מרת רוזנער ביי די עלטער פון 2 יאר אן קיין טאג אויף צוריק. אן ווארטן אויף א קורט דעיט, אן ווארטן אז דיין מאמע זאל טוישן קליידער, אן קיין תנאים. לנצח.
צו מיין ווייטאג דערווייל וועט ער ווייטער אויף וואקסן אן קיין עלטערן א דאנק יואל וויינגארטן וחבריו.

ווייניג מענטשן ווייסן וואס מיינט פאר א קליין קינד אויף וואקסן נאס מאכן זיין קישן יעדן נאכט מיט טרערן ווייל ער וויל פשוט זעהן זיין מאמע וויסענדיג אז זי געפונט זיך 2 3 הייזער ארויף אבער איך טאר נישט ווייל זיך איז נישט גוט מחנך... איך ווייס יא, ווייל דאס פלעג איך טוהן ביי 8 יאר אלט ווען יואל וויינגארטן האט געטוהן זי זעלבע מיט מיך און מיין געשוויסטער וויסענדיג אז סנישט דא קיינער אויף די וועלט וואס כקען וויינען צו עהם און זיך אנעמען אויזער מיין קישן.

מיינסטו אז יואל וויינגארטן האט דאס געטוהן נאך פאר דעיע משפחה, די זעלבע זאך מיט די לעוויס, א משפחה מיט 10 יתומים האט ער אלע פארשיקט פון דערהיים נאך זייער טאטע איז אוועק זאלן אויכעט נישט קענען זיין מיט זייער מאמע.

מיין יונגרע ברודער מתתיהו פרץ האט יואל וויינגארטן אופגעפוקט פון מיין מאמע אין א קעריטש ביי ווייניגער פון 2 יאר אלט און עהם גיהאלטן ביז די 13 וואס ער האט עהם דעמאלטס חתונה גימאכט וואס יואל וויינגארטן האט זיך גימאכט א גאנצע מחותן און עהם ווייטער גיהאלטן ביי זיין גיצעלט נאך די חתונה נאר פשוט אריין גיברענגט נאך א מיידל וואס איז יואל מלכהס טאכטער וואס ער האט אויכעט איר גיהאט צו גענימען פון אירע עלטערן און איר גיהאלטן ביי זיין שוועגרן אינדערהיים שוין לאנגע יארן.

איך קען מאריך זיין מיט די ליסט ביז מארגן אבער סאיז געניג פארן ארויס ברענגען די נקודה.
איך קום נישט פארציילן פון זיין רציחה מעשיות ווי ער פלעגט שלאגן מכות אכזריות קליינע קינדער אנטרעטן אויפן פלאר האקן מיט טישן און אפילו מיט שטיינער ביז גיסן בליט און דערנאך אויסשירן 20 קינדער זאלן שפייען אויף דעיע קינד, אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס, וכו מעשיות שאין לתאר ולשער. אבער כוויל נישט אריין גיין אין דעיע מעשיות וועגן כוויל פוינטן אויף מידה כנגד מידה ווען ער קען נישט זיין מיט זיין משפחה און ער האט מורא אז מגייט צו כאפן זיינע קינדערליך האב איך זייער ווייניג רחמנות.
די תורה זאגט אונז בית דין של מטה לא ימתו אבות על בנים אבער בית דין של מעלה באשטראפט יא.

ציון במשפט תפדה, יעדן טראפ בליט וואס ווערט פארגאסן פון דעיע מענטש ברענגט די וועלט נענטער צו די גאולה.
@מענדי קעניג מיר זענען נעכטן געזיצן ביי מלוה מלכה, און דו האסט דאס אלעס דערציילט דארט, אבער עס צו ליינען געשריבן, און נאך מיט די מליצות, האט מיך ממש געברענגט טרערן!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
מענדי שטערן
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 9:19 pm
Location: London.
x 212

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי שטערן »

חלק ב' פון אונזער אינטערווי מיט ר' יהושע העשיל בלום איז שוין ב"ה שוין ארויפגעגאנגן. מען קען עס הערן ביי די לב טהור אפטיילונג; 4-7 פון די מעין מעניו.

אונז רעדן אלעס ארום וועגן די איבערפאל זעלבסט און אלעס סיני דאן.

עס איז געווען דא א דין ודברים פון ווי דיר שאלות קומען. איז לאמיר קלאר מאכן.
גאר אסאך שאלות זענען אריינגעקומען און פון דעם האט מען נישט געקענט פרעגן אלעס וויבאלד אסאך וואלטן געקענט שאטן פאר געוויסע עסקנות וואס גייען יעצט פאר, עס זענען דא אזעלכע וואס וואלט געקענט וויי טון פאר יחידים אא"וו.

פון אלע שאלות וואס מיר האבן באקומען (אריינגערעכנט די וואס מען גייט נישט פרעגן), האט מען באקומען א בליק אויף וואס די צוהערער ווילן וויסן און הערן וועגן, אזוי אז די שמועס איז געגאנגען אויף גאר אן אנדערע ריכטונג, ווייל איך האב געזען אז מענטשן ווילן הערן איבער אנדערע זאכן.

אזוי אויך האבן לב טהור מיטגלידער זעלבסט געפרעגט געוויסע שווערע און ווייטאגליכע שאלות. סיי מיטגלידער אין גואטאמלא, סיי מיטגלידער וואס זענען יעצט צוריקגעקומען פון קאלאמביע און רוב פון זייערע שאלות וועלן אי"ה געפרעגט ווערן אויף חלק ג'.

פאר פידבעק אויף די פריעדיגע, געדענקן אויף פאראויס וכו'.
אויב איז דא א נושא וואס איר ווילט מיר זאלן צוטירן אדער א שאלה וואס זאל געפרעגט ווערן פון יהושע הערשיל, קענט איר אריין רופן קווארטל: 7162322100. 4-1-2.
אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו mendyshtern@gmail.com

מיר ווארטן צו הערן פון אייך.
מענדי שטערן.
הורקנוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
Location: Monsey
x 267

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הורקנוס »

@מענדי קעניג פארוואס דארפסטו ווארטן ביז ער רעדט שטותים אויף צו פארציילן זיינע רשעות,
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 951

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm
ווער סהאט אמאל גיזעהן פיקטשערס פון דעם קליינעם בחור'ל די זוהן פון יואל מלכה
ער גייט פארן דעיע וואך קיין מאנטריאל ווייל זיין וויזה לויפט אויס. האפענטליך וועט ער האבן ווארמע יודן וואס וועלן קעיר נעמען פון עהם ווי אן אייגן זוהן.
► Show Spoiler
יהדות מאנטריאל התעוררו התעוררו כי בא אורח!!!

אי"ה מארגן צופרי גייט מאנטריאל באקומען נאך א געלעגענהייט מקרב צו זיין א טייערע נשמה'לע וואס איז אדורך די קריג און געבליבן לעבן מיט א גרייטקייט אנצוהייבן א נייע בלעטל אי"ה

בעזר השם גייט ער באקומען פון יעצט און ווייטער אלעס וואס א נארמאל קינד האט, ער גייט אי"ה באקומען א לעכטיגע משפחה, ווארימע געפילן, גוטע חברים, פיינע חברותות, א געשמאקע מוסד, אידן וואס זארגן זיך פאר זיין וואוילזיין און נאך פיל מער.

בבוא הימים גייט ער זיך אי"ה פאראייניגן מיט זיין משפחה וואס לעכצט און ווארט אויף אים 'והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם'.

ביזדערווייל לאמיר אלע מתפלל זיין ער זאל באקומען א צוגעפאסטע מוסד עצהי"ט, און פארשטייט זיך ווער עס וויל ספאנסארן א חודש שכ"ל איז מאר דען וועלקאם.

לאמיר אלע באדאנקען די עסקנים וואס זענען געווען שטארק אינוואלד דא, ובפרט ידידינו ר' @ברוך אברהם וכל העסקנים החשובים כ"א בשמו הטוב יבורך.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
שקיעה
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

איך קען נישט ארויסשרייבן וואס, אבער איך האב א שטיק צייט צוריק גערעדט צו אפאר יונגעלייט יוצא לב טהור אין זיי האבן מיך פארציילט אביסל זאכן וואס איז פארגעקומען אין לב טהור, און א נארמאלע מענטש׳ס מח קען אפילו נישט משיג זיין וואס געוויסע פון די הנהלה וכדומה האבן אלץ געטוען אין האבן געהייסן פאר די אידן אין לב טהור אז זיי מוזן טוען כך וכך, די האר פון קאפ האט זיך מיר אויפגעשטעלט, זאכן וואס רוב רובא ווייסן נישט וועגן עס איז זאכן וואס מען קען נישט פארציילן ברבים אין עס איז דא נאך הונדערטע זאכן וואס רוב כלל ישראל ווייסט נישט וואס עס איז אלץ פארגעגאנגען אין די פלאץ לב טהור
ברוך כבוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 397

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך ברוך כבוד »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm לגבי יואל וויינגארטןס בכיות
► Show Spoiler

@מענדי קעניג

WE WANT MORE!!!

זאלן די אלע וואס קוקען אויף די עסקנים מיט קרומע אויגן "פארן גיין צו שארף" וויסן און פארשטיין פון וואס און מיט וועם מען האנדלט!!!

און זאלען אלע אפענע און באהאלטענע "לב טמא סימפאטיקער" בעבר ובהווה וויסן און פארשטיין וועם זיי שטיצן בגוף וברוח און זאלן זיי קענען זאגן מיט א קלארקייט ידינו שפכו את הדם הזה!!!
בית הכנסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:16 am
x 291

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בית הכנסת »

הורקנוס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 8:37 pm @מענדי קעניג פארוואס דארפסטו ווארטן ביז ער רעדט שטותים אויף צו פארציילן זיינע רשעות,
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
אין מיין מיינונג קומט נישט די סימפאטיע פון אומוויסנקייט, סא איך גלייב נישט אז דערציילן וועט טוישן זייער קרומע מיינונג.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1426
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4490

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

בית הכנסת האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:22 am
הורקנוס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 8:37 pm @מענדי קעניג פארוואס דארפסטו ווארטן ביז ער רעדט שטותים אויף צו פארציילן זיינע רשעות,
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
אין מיין מיינונג קומט נישט די סימפאטיע פון אומוויסנקייט, סא איך גלייב נישט אז דערציילן וועט טוישן זייער קרומע מיינונג.
יש ויש. איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי א סימפאטיקער אן אויבער'חכם טוישט צוביסלעך מיינונג נאכ'ן הערן מער און מער פון די ערשטע האנט וואס דארט איז פארגעגאנגען.
עמק השדים
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
Location: דאהי
x 56

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י

פאוסט דורך עמק השדים »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm לגבי יואל וויינגארטןס בכיות כשמוע עשיו את דברי אביו ויצעק צעקה גדולה ומרה עד מאוד וואס לכבוד דעם האט ער באקומען די ברכות וואס האט עהם גיגעבן די כוח צו חרוב מאכן די צווייטע בית המקדש...
► Show Spoiler
איך קען מאריך זיין מיט די ליסט ביז מארגן אבער סאיז געניג פארן ארויס ברענגען די נקודה.
איך קום נישט פארציילן פון זיין רציחה מעשיות ווי ער פלעגט שלאגן מכות אכזריות קליינע קינדער אנטרעטן אויפן פלאר האקן מיט טישן און אפילו מיט שטיינער ביז גיסן בליט און דערנאך אויסשירן 20 קינדער זאלן שפייען אויף דעיע קינד, אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס, וכו מעשיות שאין לתאר ולשער. אבער כוויל נישט אריין גיין אין דעיע מעשיות וועגן כוויל פוינטן אויף מידה כנגד מידה ווען ער קען נישט זיין מיט זיין משפחה און ער האט מורא אז מגייט צו כאפן זיינע קינדערליך האב איך זייער ווייניג רחמנות.
די תורה זאגט אונז בית דין של מטה לא ימתו אבות על בנים אבער בית דין של מעלה באשטראפט יא.

ציון במשפט תפדה, יעדן טראפ בליט וואס ווערט פארגאסן פון דעיע מענטש ברענגט די וועלט נענטער צו די גאולה.
נאכ'ן לייענען עטליכע מאל,
כ'נעם זיך שוין אין די הענט אריין ...
די דין שמים איז אזוי טיף....
כ'טוה שוין תשובה...
אמונה אינה רק מפני שאינו יודע מאמין, רק מפני שאור ד׳ וקדושתו נמצאת בקרב איש הישראלי והיא הרואה את קדושת הארתו ית׳ נאחזת וקשורה בו, והיא האמונה, ואור קדושה זו נמצאת בנו מהאבות.
Antwerp Boy
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 5:08 am
Location: Antwerp
x 106

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Antwerp Boy »

זעהט אויס צווישען די שורות אז עס איז דא ריכטיגע מעשים טובים וואס איז נאך נישט ארויס און פאבליק!! כהאב דאס פארשטאנען פון די ערשטע מינוט פון די חידא ווייס ווערטער! ווען כהאב געפרעגט די חידא פארוואס זאגט מען נישט ברחל בתך הקטנה? האט ער גענטפערט "זיי דארפן דאך שידוכים טאן"
אוועיטער
מערכת אידטיש
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 10:27 pm
Location: אידטיש
x 250

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מערכת אידטיש »

מעלדונג פונעם מערכת.

עס איז נעכטן געווארן דא א שמועס איבער א יחיד'ס פריוואטע שמחה, און דער באטרעפנדער האט אונז געבעטן צו מודיע זיין אז עס באדערט אים שטארק - ווי פארשטענדליך פאר יעדן - אז מען דעבאטירט זיינע פריוואטע זאכן. ער האט זיך טאקע געמאכט פובליק מיט'ן צייגן שטארקייט אויף פארשידענע פראנטן ארום די לב טהור פרשה, אבער באופן כללי פארשטייט יעדער אז קיין שום פיגור ווערט נישט פובליק צו דעבאטירן זיינע פריוואטע החלטות אדער פריוואטע גלויבונגען אדער פריוואטע חשבונות, און מצד השני איז עס נישט עסקנים וואס ברענגען אויף די פרטים נאר סתם פריוואטע נייגעריגע מענטשן, וואס האט נישט קיין זין און קיין היתר.

ביטע רעספעקטירן 'יעדנס' פריוואטקייט און נישט דעבאטירן יענעם'ס פרטים.
דער ניק ווערט געמאניטערט דורך אלע חברי המערכת
שרייב פאוסט