הייליגע ליכטעלעך

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
ערשטע מאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 6:41 am
x 101

הייליגע ליכטעלעך

פאוסט דורך ערשטע מאל »

ביים מנורה כ'שטיי, מחשבות און געדאנקען.
א לימוד פון זיי, ליכטעלעך וואס צאנקען.
דעם קאפ געבויגן, צו די ליכטעלעך הייליג.
בלויז קוקן מיט די אויגן, איז אונזערע חלק.

עס ווייסט יעדער געווויס, דעם רצון ה'.
אז אין לנו רשות, להשתמש בהם.
נאר אונזער פליכט, צו שטיין פון דער זייט.
קוקן אויף די ליכט, לראותם בלבד.


ביי די לעכט מיר זיצן, העכערקייט אנטפלעקן.
און אוודאי נישט ניצן, פאר פערזענליכע צוועקן.
גארנישט מיר קענען, קיין שום ארבעט מ'מעג.
ליכטעלעך לאזן ברענען, יעדער אויף זיין וועג.

הערטס טייער ברודער'לע, צוריק אין ישיבה.
נעמען א נקודה'לע, היפש א סענסיטיווע.
ליכט זיי זענען, אונזער טייערע קינדערליך.
הייליג זיי ברענען, דעם באשעפער'ס ליכטעלעך.

אבער נישט ווערן צומישט, זייער הייליגע שטראל.
זענען זיי פארט נישט, אונזערע נחת קוואל.
לאמיר חזר'ן געוויס, וואס איז דער רצון ה'.
אז אין לנו רשות, להשתמש בהם.


צו געדענקן באזונדער, ס'טוט נישט אייביג קלעקן,
די הייליגע קינדער, פאר אונזער פערזענליכע צוועקן.
דאך פאר אונז א פליכט, צו שטיין פון דער זייט.
און קוקן אויף די ליכט, לראותם בלבד.


יעדע קינד אהערגעשטעלט, א פלאן א קלארע.
זיין טייל אויף דער וועלט, א ספעציעלע מטרה.
חלילה נישט אויסניצן, ס'איז דאך א פקדון.
נאר היטן און שיצן, פון יעדע סארט שאדן.

און טאקע דערפאר, זאגן חז"ל אזוי.
אז דעם חנוך לנער, איז דוקא על פי דרכו.
אפשטעלן דעם געיעג, און ריכטיג ערציען.
וועט יעדער אויף זיין וועג, הערליך שיין בליען.

אז מ'וועט זיך באגיין ריכטיג, געפיל און ליבשאפט.
וועלן זיי מאכן ליכטיג, און שיינען מיט קראפט.
ערשט דאן וועט מען קוקן, יעדעס קינד אן אויסנאם
ווי מ'קען זיך דערקוויקן, פון ה' הייליגע פלאם.


און א ברכה נאך איין ליין, עטוואס מאדנע און שטיל.
קיינער זאל נישט פארשטיין, נישט וויסן וואס גענוי כ'וויל.
נאר עמערס גאנצע טעפלעך, מיט נחת גרינג און גלאט.
אזוי אן קיין פשעטלעך, אידיש נחת אזוי פשוט פשט.

נישט פארשטיין דעם גאנצן סעיף, די אלע שווערע נסיונות.
בלייבן פולקאם נאאיוו, אנדערע דרכם אויף כפרות עוונות.
מיט שמחה און פרייליך פנים, מקיים זיין חנוך לנער,
נאר וויסן פון 'גידול בנים', און נישט פונעם ווארט צער.

רבותי ס'איז א טיפע נושא, און ס'איז תנא ושייר.
אבער יעצט אומר ועושה, לאמיר זיך גרייטן צום להדליק נר.
און באשעפער דיין לעכטעלע נעם, און זיי דאס מקיים שוין.
דעם - 'אני מראה לכם', בקרוב – 'נרו של ציון'.


א פרייליכן חנוכה!

האלטס ענק נישט געבינדן, און גייטס שוין צינדן.
מאכטס נישט קיין טעות, ווייל צינדן ליכט האט מער ווי איין משמעות...
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7394

Re: הייליגע ליכטעלעך

פאוסט דורך בודקע »

@ערשטע מאל, טאקע שוין געשריבן א וויילע צוריק, וואס זאל איך טאן כ'האב עס יעצט געזען ס'@ערשטע מאל, פאר א קאמפלימענט איז נישט צו שפעט, זייער זייער שיין! כ'האף כ'וועל געדענקען נעקסטע יאר פארן צינדן צוריק צו קומען!
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3325
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3770

Re: הייליגע ליכטעלעך

פאוסט דורך אנדערער »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:51 am @ערשטע מאל, טאקע שוין געשריבן א וויילע צוריק, וואס זאל איך טאן כ'האב עס יעצט געזען ס'@ערשטע מאל, פאר א קאמפלימענט איז נישט צו שפעט, זייער זייער שיין! כ'האף כ'וועל געדענקען נעקסטע יאר פארן צינדן צוריק צו קומען!
יישר כח פאר ארויפברענגען
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט