די מעסעדזש האט פאראורזאכט א שטורעם אין מיין קאפ.מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 9:22 amדי תלמידי מוהרא”ש לענ”ד זענען נאך (פון) די ווייניגסטע שעדליך מיט זייערע דעות אויב בכלל, זיי דאווענען נישט צו קיין צדיקים, קאכן זיך נישט אין קיין ממוצע‘שאפט, לייקענען נישט קיין בחירה וכו‘ די ענינים פון די ברסלבע ספרים וואס זענען זיך לפנים סותר צו יהדות זענען זיי ממש נישט גורס. נישט אז כבין א חלק פון זיי אדער סיי וואס נאנט צו דעם אבער צו לייקענען וואס זיי טוען אויף אין זייער אייגענע תחום איז ווי מכחיש זיין שמש בצהרים, אזוי מיינעך גאנץ קלאר לע”ע עכ”פ. וויפיל כהאב נאר כאילו געזוכט שלעכטס און געוואלט מקבל זיין לשון הרע האב איך גארנישט געטראפן נישט קיין שמץ עבודה זרה אדער שיתוף אדער באשולדיגונגען אין ג”ע וכו‘ און יא, כרעד פונעם ראש ישיבה הידוע, מה אומר סוכ”ס טוט ער אויף א ים, כבין רעדי מיך צו מתדיין זיין פא”פ מיט סיי ווער, כהאב באמת זעראו נגיעה. נישט אז איך האלט אז מדארף פארקויפט ווערן דארטן אבער כרעד מצד השעדליכקייט, כבין משוכנע אז סאיז לא מיניה ולא מקצתיה.הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 6:39 amגאנץ גוט... אבער למען האמת ווען דו וועסט פרובירן מאכן א חברותא אין גמרא אויף אזא אופן וועט זיך עס ענדיגן אויף אן ענליכן פלאץ.ראובן האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 4:39 am אגב, ווען איינער פון די הייבן מיר אן מסביר זיין וועגן ברסלב ענטפער איך אז איך בין גרייט צו מאכן א חברותאשאפט אין ליקוטי מהר"ן (איך בין באמת גרייט). דארט ענדיגט זיך עס אייביג בדוק ומנוסה... כמובן אז מ'רעד נישט פון די אמתע ברסלבע וואס זענען אידן מורם מעם
הוספה: אויב האסטו געמיינט צו זאגן אז זיי זענען נישט ערנסט לגבי הפצה, איך מיין אז די גאנצע מאכן א מצוה פון הפצה איז נאר ביי תלמידי מוהרא"ש. און דאס איז אויך אן ענטפער אויף דיין פריערדיגע פאוסט.
עניוועי, צום נושא, די באגריף הפצה פון ברסלב איז בכלל נישט ניי אדער מיוחד צום מהרא”ש, אין די ריכטיגע ברסלב זעהט מען אין דער באגריף/צדיק/יסוד ר‘ נחמן און די ברסלבע דרך איבערנעמען די וועלט אלץ א הכרח/שלב/תנאי/הכנה לגאולה, כהאלט זייער אסאך מיט און סאיז גארנישט ניי, אדרבה ואדרבה, מטיילט דארטן לדעתם אונגארישע וויין און מאיז מגלה אורו של השי”ת עי”ז.
כבוד הרב!
איך וואלט געחלישט צו פירען ווייטער די שמועס דא, איינמאל די האסט דיר באצויגען צו יחיד, אבער איך ווייס נישט צו ממעג דא רעדן פון יחידים.