מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 929

מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

דער ריזן שפיטאל אין בני ברק מעייני הישועה ליידט פון א מאסיווע "רענסאמווער" סייבער אטאקע וואס האט אויסגעשאלטערט אלע זייערע קאמפיוטערס!

דער עמערדזשענסי רום אפטיילונג איז געווארן פארשלאסן, און אויך אלע "אויטפעישענט" אפוינטמענטס אפגערופן, ביזדערווייל גייט אבער יא אן אלע קראנקן-שוועסטער אפטיילונג פאר חולים וואס זענען אדמיטעד.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 929

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

צום באצייכענען: דאס קומט 2.5 יאר נאכדעם וואס די שפיטאל האט געליטן פון א מאסיווע סייבער אטאקע וואס איז יענסמאל געווען דורכגעפירט דורך די איראנע "שווארצע שאטן" גרופע.

די נאציאלע סייבער סעקיורעטי פון מדינת הציונים געפינען זיך אויפ'ן פלאץ, און ביזדערווייל איז די שפיטאל אן קיין נעטווארק.
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 395
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 323

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך יאנטשי »

פארוואס זאל מען אפשפארן די עמערדזשענסי רום?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 929

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

די רענסאמווער העקער'ס האבן שוין ארויסגעלייגט א סכום וואס זיי פאדערן צו עפענען די קאמפיוטערס.

ווי די שפיטאל גיט איבער איז דער אטאקע נאר אויף די "אדמיניסטראטיווע" קאמפיוטערס, אזוי אז דער עיקר פראבלעם איז צו פראצעסירן פאצינטן, אבער די "מעדיקל סיסטעם" פאר די פאציענטן וואס זענען דארט איז נישט אין געפאר.

א ווארטזאגער פאר די מדינה'ס סייבער סעקיורעטי זאגט אז דער פראבלעם איז אז די שפיטאל איז מער אין געיעג צו קויפן פרישע פראגראמען און נייע מאשינערי, ווי איידער צו קויפן נאך סייבער סעקיורעטי.

--

האקט

כאמור, ווייל זיי קענען נישט פראצעסירן נייע פאציענטן אינעם קאמפיוטער סיסטעם
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 395
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 323

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך יאנטשי »

האסט שוין אמאל געהערט אז הצלה זאל זיך אפשפארן צוליב א טעכנישע סיבה? אז מען קען נישט פראסעסן טוט מען עס אן דעם און מען ביל'ט די אינשורענס שפעטער..
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 929

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

כפארשטיי אז אויב איינער קומט אריין וועט אים אננעמען, אבער מ'האט דירעקטירט די מד"א (הצלה) צו גיין צו אנדערע שפיטעלער.

איך זע סתירות אין די באריכטן צו די מעדיקעל קאמפיוטער סיסטעם איז יא געהעריג אין דינסט. געוויסע שרייבן אז יא, אנדערע שרייבן אז אלעס גייט יעצט אויף "פאפיר" און זיי ברענגען נאך א סטעיטמענט פון א דאקטאר "אונז זעמיר צוריקגעגאנגען צו 40 יאר צוריק"...
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1029
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 3037

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך עדיטאריעל »

.
פיילס
Screenshot 2023-08-09 103652.png
Screenshot 2023-08-09 103652.png (216.31 KiB) געזען געווארן 587 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 929

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

די שפיטאל זאגט אז "רוב" חלקים פונעם וויירוס זענען שוין געקליערט, און די שפיטאל גייט צוריק "כעמט אינגאנצן" צו געהעריג. אויך וועלן שוין היינט געמאכט ווערן אפעראציעס.

יעצט איז דער שאצונג אז ס'איז די רעדע פון א רוסישע העקעריי גרופע.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 929

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

די שפיטאל האט ארויסגעגעבן א סעיטמענט אז זיי זענען מער ווייניגער אריבער די קריזיס, און אז ס'האט געשטאמט פון א מזרח אייראפעיאישע גרופע - מעגליך א רוסישע - וואס העקט אסאך שפיטעלער צו מאכן געלט צוויי מאל, איינמאל אלס תנאי צו צוריק עפענען, און איינמאל ביים ארויס'גנב'נען אינפארמאציע און דאס פארקויפן ווייטער. מען האט א ערנסטע חשש אז זיי האבן גע'גנב'עט הייקעלע און פריוואטע אינפארמאציע.

דער אפיציעלער סטעיטמענט פונעם שפיטאל איז געווען ווי פאלגנד:

"אונז זעמיר אריבער א סייבער אטאקע. ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'געווען געמאכט דורך די גרופע וואס הייסט Ragnar locker וואס האט שוין געהעקט צענדליגער שפיטעלער איבער די וועלט. אונזער שנעלע רעאקציע האט צוריקגעהאלקטן א ברייטערע קאטאסטראפע. די שפיטאל אינאיינעם מיט די נאציאנאלע סייבער סעקיורעטי און געזונטהייט מיניסטעריומס האלטן אינמיטן א מהלך פון אויסרייניגן אלע קאמפיוטער, אזוי אז די שפיטאל האט שוין צוריקגעשטעלט רוב אקטיוויטעטן צו געהעריג".

"אין די זעלבע צייט, איז נעכטן געווארן א אינדיקאציע אז ס'איז ארויסגערינען אינפארמאציע צו די העקערס. אונז האמיר איבערגעגעבן די נושא פאר די פרייוועסי פראטעקשן עידזשענסי, וועלכע ארבעטן אינאיינעם מיט נאך אגענטורן צו מינימיזירן די שאדן פון די ארויסרינונג".

אין אנדערע ווערטער פארשטייט מען אז די ארויסרינונג איז א ווארשייליך זיכערע פאקט.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1853
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3632

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך ווער »

העקערס סטראשן ארויס צו שטעלן סענסיטיווע מעדיקל אינפארמאציע גע'גנב'ט פון די מעיני ישועה שפיטאל אין בני ברק אויב מען קומט נישט נאך פארלאנגן

די העקערס פארמאגן אין זייער באזיץ הונדערטער טויזנטער דאקומענטן, אריין גערעכענט א צאל דאקומענטן איבער גייסטישע באהאנדלונגן וואס מענטשען זענען אריבער און אנדערע גאר פריוואטע אינפארמאציע. זיי ווארענען אז זיי האבן מעדיקל אינפארמאציע פון א צאל באקאנטע פיגורן, אריין גערעכענט פרעמיער מיניסטער נתניהו וועלכע איז דארט באהאנדעלט געווארן אין יאר 2015 למס'.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 226

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך פנים חדשות »

דאס קען ברענגן נישט בא'טעמ'טע פאלגן, ווי דאס אויסגעפינען גייסטישע אונטערזוכונגען ביי יחידים, בפרט באקאנטע מענטשן אדער אפילו חשוב'ע אידן אד"ג וואס איז עכט פריוואטע זאכן בין איש לרופאו. כאטש אז מאידך גיסא קען עס אראפברענגן די נישט גוטע און אומריכטיגע סטיגמע וואס איז דא ביי פיל פרומע אידען איבער די סארט מחלות, וואס זענען בעצם גארנישט אנדערש ווי מחלות הגוף, איז אבער פשטות אין הצר שווה בנזק המלך.

נאך א שרעקליכע תוצאה וואס ס'קען ח"ו ברענגן, איז אז מענטשען וועלן זיך שרעקן פון אזעלכע סארט ליעק'ס, און נישט וועלן גיין פאר באהאנדלונגען ח"ו, וואס זענען קריטיש וויכטיג, און בעצם גארנישט אנדערש ווי דאס גיין צו א דאקטער ווען מ'האט סטרעפ.

האפענטליך וועט דאס נישט פאסירען.

בעצם, וויאזוי קענען די העקער'ס אויפווייזען אז וואס זיי ליעק'ן איז אמת'דיגע שפיטאל רעקארדס, און זיי האבען זיך נישט ארומגעשפילט דערמיט און געטוישט פרטים?
אדער קען אפשר זיין אז זיי קענען עס טאקע נישט אויפווייזען, אבער דאך וועלן מענטשען כמובן גלייבען די ליעק'ס, עכ"פ ברובם, און ממילא ברענגט עס די זעלבע שאדען.

איז מעגליך, אין צוקונפט, אז שפיטעלער אד"ג זאלען האבען אלע זייערע אינפארמאציע בלויז אויף קאמפיוטער'ס וואס זענען נישט פארבונדען צום אלוועלטליכען אינטערנעט, און זענען בלויז פארבונדען צווישן זיך, מיט לאמיר זאגען א בעק-אפ קאמפיוטער אין די געזונטהייט מיניסטעריום, טאמער ווערן די קאמפיוטער'ס פון די שפיטאל צובראכען אדער פארברענט אד"ג, וואס די בעק-אפ קאמפיוטער איז אויך בלויז פארבונדען מיט די קאמפיוטער'ס פון די שפיטעלער אא"וו מיט א אינעווייניגסטע סיסטעם, און נישט מחובר צום אלוועלטליכען אינטערנעט, איז אזא זאך בכלל מעגליך במציאות?
(איך בין נישט קיין קאמפיוטער/אינטערנעט מבין)
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך ווירקליך »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:30 pm
איז מעגליך, אין צוקונפט, אז שפיטעלער אד"ג זאלען האבען אלע זייערע אינפארמאציע בלויז אויף קאמפיוטער'ס וואס זענען נישט פארבונדען צום אלוועלטליכען אינטערנעט, און זענען בלויז פארבונדען צווישן זיך, מיט לאמיר זאגען א בעק-אפ קאמפיוטער אין די געזונטהייט מיניסטעריום, טאמער ווערן די קאמפיוטער'ס פון די שפיטאל צובראכען אדער פארברענט אד"ג, וואס די בעק-אפ קאמפיוטער איז אויך בלויז פארבונדען מיט די קאמפיוטער'ס פון די שפיטעלער אא"וו מיט א אינעווייניגסטע סיסטעם, און נישט מחובר צום אלוועלטליכען אינטערנעט, איז אזא זאך בכלל מעגליך במציאות?
(איך בין נישט קיין קאמפיוטער/אינטערנעט מבין)
דארף מען אנפרעגן ביי אונזען ידען @אלף טויב

קען טאקע זיין א לעזונג אויב יא
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 248

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך אלף טויב »

עס איז זיכער דא א מעגליכקייט גענצליך צו אפערירן דורך א לאקאלע נעטווארק
עס איז אבער זייער נישט פראקטיש
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 395
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 323

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך יאנטשי »

עזר (עזרת חולים) העלט צענטער אין קרית יואל גייט אריבער א העקינג, די גאנצע אינטערנעט איז שוין דאון פאר דריי טאג.

@דער תהלים איד האט פרטים?
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 395
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 323

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך יאנטשי »

.
פיילס
IMG_20230920_000952_210.jpg
IMG_20230920_000952_210.jpg (81.61 KiB) געזען געווארן 365 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5379
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10170

Re: מאסיווע סייבער אטאקע אויף "מעייני הישועה" שפיטאל, בני ברק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:06 am עזר (עזרת חולים) העלט צענטער אין קרית יואל גייט אריבער א העקינג, די גאנצע אינטערנעט איז שוין דאון פאר דריי טאג.

@דער תהלים איד האט פרטים?
viewtopic.php?t=710
שרייב פאוסט