ותן טל ומטר

אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1633
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3812

ותן טל ומטר

פאוסט דורך דעת קדשי »

איך האב אייביג געוויסט אז מ'הייבט אן זאגן ותן טל די נאכט צווישן דעם פיפטן און זעקסטן אין דעצעמבער.
יעצט זע איך אינעם לוח הזמנים אין ביהמ''ד אז מהייבט אן דאס יאר פ''ו דעם דארנעשטאג נאכט ד''מ צווישן דעם פערטן און פיפטן.
איז עס מיין טעות אדער א טעות פונעם לוח?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 360
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 810

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך ChatGPT »

אמאל די נאכט פארן פינעפטן אמאל פארן זעקסטן. ווענדט זיך אין וויפיל טעג פעברואר האט (א ליעפ יאר)
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1633
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3812

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך דעת קדשי »

ChatGPT האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 12:43 pm אמאל די נאכט פארן פינעפטן אמאל פארן זעקסטן. ווענדט זיך אין וויפיל טעג פעברואר האט (א ליעפ יאר)
פעב פון שנת 2025 אדער וואס גייט זיין אין 2026?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 987
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1143

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך תינוק הבורח »

ChatGPT האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 12:43 pm אמאל די נאכט פארן פינעפטן אמאל פארן זעקסטן. ווענדט זיך אין וויפיל טעג פעברואר האט (א ליעפ יאר)
נישט די יאר און נישט קומענדיגע יאר זענען ליעפ יערס.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 360
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 810

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך ChatGPT »

.
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1633
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3812

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך דעת קדשי »

@ChatGPT
וואס האט שייכות 60 טעג נאך די תקופה מיט א טאג וואס קומט צו 2 חדשים שפעטער?

אויב זאגסטו ס'ווענד זיך אין די פאריעריגע פעבוואר הער איך נאך... אבער וואס זאל אויסמאכן יעצט וואס סגייט זיין סוף פעב?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
יאנעשאלמע
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 10:20 pm
x 2

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך יאנעשאלמע »

דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:58 pm @ChatGPT
וואס האט שייכות 60 טעג נאך די תקופה מיט א טאג וואס קומט צו 2 חדשים שפעטער?

אויב זאגסטו ס'ווענד זיך אין די פאריעריגע פעבוואר הער איך נאך... אבער וואס זאל אויסמאכן יעצט וואס סגייט זיין סוף פעב?
די זעלבע סיבה פארוואס מזאגט א טאג שפעטער ותן טל ומטר ווייל יעדע פיהר יאהר ווערט די גוישע קאלענדער פארוקט פון די זוהן יאהר מיט א טאג ממילא מיז מען צולייגען א טאג יידע פיהר יאהר
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 360
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 810

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך ChatGPT »

נאכן איבערגיין דעם חשבון זעה איך אז כהאב געמאכט א שטיקל טעות.

מען הייבט אן טל ומטר ביי מעריב פון יום הששים. ממילא אויב די 60'סטע טאג געפאלט דעצעמבער 5 - 9 אזייגער ביינאכט וועט מען עס הערשט אנהייבן יענע נאכט ד.מ. די נאכט צווישן דער פיפטער און זעקסטער.

יעצט בנוגע די ליעפ יאר איז אזוי, יעדע תקופה איז אפגעריקט פונעם פאריגן יאר מיט זעקס שטונדען,

2021 - תקופת תשרי אקטובר זעקס, ניין אזייגער צופרי
2022- תקופת תשרי אקטובר זעקס, דריי אזייגער נאכמיטאג
  • לייג צו זעכציג טעג = דעצעמבער 5 צופרי\נאכמיטאג, הייבט מען אן טו''מ מעריב פארדעם. ד.מ. נאכט צווישן 4-5
2023 - תקופת תשרי אקטובר זעקס, ניין אזייגער ביינאכט.
  • לייג צו זעכציג טעג = דעצעמבער 5, ניין אזייגער ביינאכט. שוין נאך מעריב. הייבט מען אן דעמאלטס ביי מעריב טו''מ.
2024 = היות פעברואר האט 29 טעג, געפאלט די קומענדיגע תקופת תשרי אקטובר 6, דרייי פארטאגס (אנשטאט אויסקומען אקטובר 7 דרייי פארטאגס, ווערט עס צוריקגעריקט מיט איין טאג מ])
  • לייג צו זעכציג טעג = דעצעמבער 5 דרייע פארטאגס = מ'הייבט אן טו''מ ביי מעריב פריער. די נאכט צווישן 4-5
והחשבון חוזר חלילה..

בייגעלייגט א חשבון [היימיש געמאכטע עקסעל]
פיילס
טל ומטר.png
טל ומטר.png (25.75 KiB) געזען געווארן 179 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8720
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21725

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פשיהא!

אונז האמיר דא א ידען נפלא.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
זבולון שטיינקלאץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 391

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:12 pm פשיהא!

אונז האמיר דא א ידען נפלא.
נישט קיין חידוש פאר @ChatGPT ....
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 360
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 810

Re: ותן טל ומטר

פאוסט דורך ChatGPT »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:12 pm פשיהא!

אונז האמיר דא א ידען נפלא.
זכרון איז א גנב.
א בית יוסף בשם אבודרהם אין סי' קי''ז.
מ'דארף עס נאר קענען אפלערנען.


די ארגינעלע דאטום אין ב''י (נאוועמבער 22) איז לויטן אלטן יוליאס קאלענדער. אונז ניץ מיר היינט די גרעגאריען קאלענדער ועלכע ריקט עס צו אקטובר.
די מדפיסים האבן געטוישט די דאטומען ס'זאל שטימען, ביז ס'קוקט יעצט אויס ווי אזוי עס קוקט אויס....
פיילס
Screenshot 2025-12-05 104145.png
Screenshot 2025-12-05 104145.png (165.82 KiB) געזען געווארן 104 מאל
שרייב פאוסט