מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2215
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7432
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
און איך האב פערזענליך געהערט פון א גאר היימישער בחור מאנ"ש אין א"י וואס עס איז אויף אים אריבער פארלאפענעם וואך.
ער איז צוליב פארשידענע סיבות נישט אנגעקומען צו ר' שמעון שישא - עזרה ויעוץ, נאר ער איז געגאנגען דורך א צווייטער עסקן אין דעם ענין, און יענער באגלייט אים שוין די לעצטע שטיק צייט מיט ראט און טאט אין דעם ענין.
לעצטנס איז ער לויט די הדרכה פון יענעם עסקן אראפגעפארן צו אן ארמיי באזע צו אויסארבעטן צו באקומען א פטור, און אנקומענדיג אהין האט מען אים איינגעמאלדן אז ער גייט נישט אין ערגעץ און ער איז איינגעשריבן אינעם מיליטער און מען האט אים געהייסן אנטון די גרינע קליידער, און ער דארף יעדן טאג קומען זיך איינגעבן אינעם באזע, א געהעריגע סאלדאט. עס איז א פחד און א שרעק וואס די בחורים און אינגעלייט גייען אלץ אדורך דארטן.
פארשטייט זיך אז איינמאל ער איז אהיים געקומען אנגעטון מיט די דערנידערנדע קליידער און דער מעשה האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן, האט מען פון אלע זייטן שוין אנגעהויבן צו באקומען טענות, היתכן מען איז נישט געגאנגען דורך ר' שמעון שישא. און מען האט זיך טאקע פארבינדן מיט אים און ער האט איבערגענומען די קעיס און ברוב סייעתא דשמיא דארף דער בחור שוין נישט אראפגיין דארט און מען האלט אינמיטן אויסארבעטן זיין גענצליכער באפרייאונג.
סאיז ממש אומגלויבליך וואס דארט גייט פאר מיט די סאמע היימישסטע בחורים טאג טעגליך.

-
הרב יאסל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 61
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 6:07 am
- Location: ישראל
- x 54
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
ברוך הבא
- פיילס
-
- 1.jpeg (96.77 KiB) געזען געווארן 2580 מאל
-
- 11.jpeg (123.47 KiB) געזען געווארן 2580 מאל
-
- 111.jpeg (114.49 KiB) געזען געווארן 2580 מאל
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
וואס איז פשט פון די סעקיוריטי?
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1960
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6019
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
עפעס הער איך אז איינע פון די פאליציי (מלפנים א איד) דארט איז צוגעגאנגען בעטן א ברכה פונעם רבי'ן, איינער מיט דיטעילס?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1960
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6019
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
גערעכט, אנטשולדיגט
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
-
די בני ברק'ער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 40
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 10:17 am
- Location: בני ברק
- x 29
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
בית מדרשינו החדש און בני ברק
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
ווי קען מען איבערהערן דעם רבינ'ס שיעור אין כולל ברייש?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- געגאנגער ווייטער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 12:18 pm
- Location: Monroe
- x 12
-
אברהם בן אברהם
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 10
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:41 am
- Location: israel
- x 8
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
וואס איז די אורזאך אויף א רויטע כפורת אויפן בלעמער? פאסט דאס פאר די סאמע גרעסטע סאטמערע שול אין א"י?
- פיילס
-
- 6a582a12-36af-4738-8db9-1636fd89abec.jpg (217.39 KiB) געזען געווארן 556 מאל
-
חאצקיל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 285
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
אריין אין מחאות אשכול.אברהם בן אברהם האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 6:25 am וואס איז די אורזאך אויף א רויטע כפורת אויפן בלעמער? פאסט דאס פאר די סאמע גרעסטע סאטמערע שול אין א"י?
- דבוק אין צדיק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 419
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
- Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
- x 329
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
וואס איז שלעכט מיט א רויטע? וואו קומט דא אריין פאסט?אברהם בן אברהם האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 6:25 am וואס איז די אורזאך אויף א רויטע כפורת אויפן בלעמער? פאסט דאס פאר די סאמע גרעסטע סאטמערע שול אין א"י?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7861
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18859
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
א גאר אינטערסאנטע קרישקע וואס איז פארגעקומען במשך ימי הנסיעה:
דינסטאג תולדות אין ירושלים איז געווען ביים רבי'ן א דעלעגאציע פון כולל חיבת ירושלים, בראשם איז געווען הגאון הגדול ר' נפתלי נוסבוים שליט"א חבר ועד הרבנים פונעם כולל. רבי נפתלי איז א עוסק בתורה ות"ח נפלא, ער פארברענגט נישט קיין צייט, נאר דא האט ער געמאכט אן אויסנאם צו מיטגיין לטובת הכולל.
ווי געווענליך... האט דער רבי זיך פיין צוגעכאפט צו אזא ת"ח און אנגעהויבן די שמועס מיט אים, און ס'איז געווארן א שמועס איבער א קושיא אויף רבי שלמה קלוגער זצ"ל, וואס רבי נפתלי האט מציע געווען א תשובה, אבער דער רבי האט צוריקגעפרעגט א קושיא אויף די תשובה.
ביים ארויסגיין איז רבי נפתלי געווען זייער איבעראשט און צופרידן פונעם באזוך, זאגנדיג "כ'האב נישט געוויסט אז א רבי קען לערנען אויך"...
שפעטער איז רבי נפתלי אהיים און עוסק געווען אין די סוגיא, און געקומען צו א פרישע מסקנא צו פארענטפערן די קושיא, און ער האט גלייך עס אפגעשריבן און געשיקט פאר'ן רבי'ן זיין תשובה.
אגב, דער רבי האט עס גלייך דורכגעלערנט און געזאגט "צו שרייבן אזא תשובה דארף מען אויפזיין א גאנצע נאכט"...
ואגב דאגב, דאנערשטאג ביים גרויסן מעמד "ירושלים של מעלה" איז רבי נפתלי געקומען, און ממשיך געווען שטייענדיגערהייט צו שמועסן מיט'ן רבי'ן אין די סוגיא, איך לייג צו דעם בילד.

ירוושלמי22
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 4:06 pm
- x 42
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
נאכן באזוך האט רבינו שליט"א געזאגט בלשון קדשו (איך שרייב בערך וויפיל איך געדענק)
איך האב זייער הנאה אייך צו טרעפן, איך האב זיך נאך קיינמאהל נישט געטראפן מיט אייך פרעזנליך
ס'האט אויסגעזעהן ווי דער רבי האט שוין גהערט אויף אסאך, און ער זיך געפרידט צו טרעפן פא"פ
איך האב זייער הנאה אייך צו טרעפן, איך האב זיך נאך קיינמאהל נישט געטראפן מיט אייך פרעזנליך
ס'האט אויסגעזעהן ווי דער רבי האט שוין גהערט אויף אסאך, און ער זיך געפרידט צו טרעפן פא"פ
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1960
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6019
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
יא. ס'פאסט.אברהם בן אברהם האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 6:25 am וואס איז די אורזאך אויף א רויטע כפורת אויפן בלעמער? פאסט דאס פאר די סאמע גרעסטע סאטמערע שול אין א"י?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון
אפשר צו שרייבן כפרות פאסט נישט...בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 11:00 amיא. ס'פאסט.אברהם בן אברהם האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 6:25 am וואס איז די אורזאך אויף א רויטע כפורת אויפן בלעמער? פאסט דאס פאר די סאמע גרעסטע סאטמערע שול אין א"י?