דער משטרה הויפט וואס איז אחראי אויף דער גאצער געגנט פון מירון און ארום, איז געווען פרייטאג פארן דאווענען ביים רבין אין שטוב און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר אים און די מארגני השבת האבן אינאיינעם מיט די ליעזאנס אויסגעשמועסט אלע איינצעלהייטן פארן שבת און אלעס ארום. און ער האט זיך באמת שיין צוגעשטעלט צו אונז די גאנצע צייט, סיי דוראויסן פרייטאג שבת און סיי ביים הדלקה האט ער פרובירט דאס בעסטע אז אלעס זאל אנגיין אומגעשטערט.הרב יאסל האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 2:35 pm איך זעה די עולם פרעגט וואס איז פארגעגאנגען מיט די פאליציי ביים הדלקה.
איך גיי שרייבן די פארשטענדליכע דיטאלן וואס מהאט געקענט מיטהאלטן, (כהאב געהערט אז אנדערע פאליטישע אדשענדעס זענען אויך געווען אריינגעמישט, אבער איך האב נישט די דעטאלן).
יעדע מעמד אין מירון מוז באקומען א פערמיט פון די פאליציי הויפטן, אויב מטוט עפעס אן א פארמיט זענען זיי עלול צו צעשטערן, די פערמיט ענהאלט אלע קליינע דעטאלן פונעם מעמד, ווצב"ש סדר המעמד, אויסשטעל פון טענט-פארענטשעס-געיטס, סעקיוריטי קאמפאניעס, עמערדשענסי פלען, וויפיל מענטשן, אא"וו.
פארשטייט זיך אז יעדער וואלט געוואלט אז די פאליציי זאלן זיך נישט באווייזן בכלל, אבער די פאליציי דארט זענען זייער שטארק ביי זיך אז זיי ווילן מזאל זיך צושטעלן צום פלאן אויף וואס סאיז דא פערמיטן, גראדע קען איך עס פארשטיין ווייל למעשה אויב עפעס געשעט ח"ו גייט מען אים בלעימען.
חיים פריעדלענדער מראשי חברים קרית יואל איז געפארן פאר דעם סיבה, מיטצוארבעטן און צו זיין דער פארוועם די פאליציי זאל זיך אפרעדן, ווי מהאט שוין געזעהן דאנערשטאג נאכט ביים קאנטראלירן די טראפיק איז ער געשטאנען דארט, אבער ער האט געזען מיט וועם ער האט ציטוהן, זיי שטעלן אויס א טראפיק פעטטערן דרכי חלם, האט ער שפעט ביינאכט געבעטן א זיצונג מיט די הויפט פאליציי פונעם געגנט (דער וואס איז געשטאנען אויפן די הדלקה סטעידש).
די אויספיר פון דעם מיטינג איז געווען אז אזויווי סאטמאר האט א ריזיגע שטאב פון עסקנים, און ספעציעל מיטגעברענגט א שטאב פון אמעריקאנער היימישע פאליציי (חברים מעמבערס - פרעג מיר אפ), ממילא איז בכלל נישט וויכטיג אז די פאליציי זאל זיך דרייען צווישן ציבור דורכאויס גאנץ שבת.
אזוי איז טאקע געווען, חוץ דער איין הויפט, איז טאקע נישט געזען געווארן קיין משטרה פאר די אויגן (אבטחה און כחול לבן זענען פריוואטע סעקיוריטי קאמפעניס, טייל געדינגן דורכן וועד השבת).
בשעתן אנגרייטן די הדלקה האט מען געלייגט א געיט אז די עלטערע אידן זאלן קענען זיצן אינערווייניג און נאך א געיט אויף די גאנצע לענג פונעם שטח ביי די זייט פאר עמערדשענסי וויהקלס, סטעידשאס האט מען אנגעגרייט דריי, איינס פאר די אויבן אן, א צווייטע פאר די הדלקה, און א דריטע פאר די גרעסערע נדבנים זיי זאלן קענען בעסער מיטהאלטן, די צווייטע (הדלקה) און די דריטע (נדבנים) זענען געווען מחובר מיט א ברידש.
ביפאר די הדלקה האט די הויפט פאליציי קלאר געמאכט אויף וואס ער גייט זיך שטעלן, 1) די עמעדשענסי רט זאל בלייבן ליידיג פון מענטשן, 2) קיינער זאל נישט רירן אדער קריכן אויף קיין געיטס, 3) מזאל נאר אריינלאזן 16,000 מענטשן, איך מיין ער האט געזאגט נאך זאכן אבער איך געדענק נישט וואס, דאס אז מזעל טאנצן רואיג אויף די סטעידשאס האט ער נישט געהאט געזאגט.
דעמאלט האט מען זיך צוזאמגעשטעלט בני ברק עסקנים מיט קרית יואל חברים, די פלאן האט געלויטעט אז חיים פריעדלענדער וועט בשעתן מעמד נאכגיין די הויפט פאליציי, און וואס סוועט אים נישט געפעלן וועלן די עסקנים גלייך פארעכטן, וואס אגב די פלאן האט געהאט די צושטימונג פון די פאליציי ליעזאן (דער וואס האט זיך שבת ארומגעדרייט מיט א זילבערנע בעדש אויף זיין בעקיטשע).
אזוי איז טאקע געווען אנהייב האבן די עסקנים געהאלטן און איין ליידיג מאכן דעם עמעדשענסי רוט, אזוי אויך ביים אריינגאנג צום מעמד געוויזן פארן עולם ווי צו גיין, (מענער, פרויען, רבנים, חאלאקע קינדער, אא"וו).
בשעתן מעמד האט זיך דער הויפט פאליציי ארומגעדרייט מיט דעם ליעזאן און נאך איינער וואס האט געהאט א מייק צו קענען איבער האקן די מוזיק, אבער יעדע מאל וואס מהאט איבערגעהאקט די מוזיק מיט הכרזות, איז עס נישט געווען די פאליציי, נאר דער וואס האט געהאלטן די מייק האט עס אויסגערופן אין אידיש, אויפן פארלאנג פונעם פאליציי הויפט, פארשטייט זיך יעדע מאל זענען די עסקנים אהינגעלאפן און פאראכטן וואס עס באדערט אים, אזוי זאל מען קענען ווייטער ממשיך זיין מיטן מעמד.
בשעתן אנצינדן די הדלקה איז ער געשטאנען אויפן הדלקה סטעידש, מהאט דערקענט אויף זיין פנים א שטיקל אנגעצויגנקייט, גלייך פון ווען מהאט זיך גענומען טאנצן האט ער געהאלטן אין איין ווייזן פאר די נדבנים וואס שטייען אויף די דריטע סטעידש, אז זיי נאר טאנצן רואיג, ספעציעל די וואס שטייען אויפן בריק.
אינמיטן האט ער באמערקט אז ביי די אנדערע זייט שטח ביי די עמערדשענסי רוט שטייען מענטשן אויפן געיט, ער האט פרובירט צו שיינען מיט זיין בלויע אנטי-דראון לייט אויף די מענטשן דארט, ער איז געווארן געפערליך אנגעצויגן אין געגעבן א כאפ די מייק אליין און ארייגעשריגן אויף היברעיאיש אז די נאכט איז פארטיג, דאס איז פונקט געווען ווען די רבי האט אנגעהויבן אראפצוגיין פון דארט צוריקצוגיין צום אויבן אן, סאיז געווען אפאר סעקונדעס וואס ער איז געווען פארנומען מיטן שרייען אז ער האט נישט באמערקט ווי ער בלאקירט די רבי.
שטעלט ענק פאר די מחזה, די פאליציי שטעלט אפ די מוזיק אינמיטן טאנצן לעבעדיג, ער זאגט די נאכט איז פארטיג, די רבי גייט אראפ פון סטעידש און גייט אוועק פון שטח (ארומצוגיין צום אויבן אן), די מצב האט נישט אויסגעקוקט גוט, די עסקנים זענען אהינגעלפן און פרובירט אראפשיקן די מענטשן וואס זענען געשטאנען ביי די שטיינערנע וואנט (נישט וויסענדיג פונקטליך וואס ער רעדט).
אזוי פלוצלונג בשעת די מוזיק איז נאך געווען שטיל, גיבט ער א רוף אויס "מזאל אוועקנעמען אלע געיטס פון שטח" (בעסיקלי ער גיבט אויף אויף די עמעדשענסי רוט.), ווייטער די עסקנים פארנומען ארויסצונעמען אלע געיטס, אריינגערעכנט די פון אינמיטן שטח פאר אהבת קדומים, און די מוזיק נעמט זיך ווייטער שפילן, די עולם טאנצט, די רבי אויפן אויבן אן, די נדבנים שפרייטן זיך אויס אויך אויף די הדלקה סטעידש.
אינמיטן ווייזט ער אז די נדבנים אויף די הדלקה סטעיטש טאנצן צו לעבעדיג ער האט מורא, איינע פון די עסקנים זענען גלייך אהינגעלאפען בעטן צו טאנצן רואיג, אנדערע זענען געגאנגען שלעפן בענקלעך פאר זיי, אבער סאיז שוין געווען צו שפעט, ער איז ארויפגעגאנגען געהייסן יעדן אוועקגיין פון דארט, מהאט אנגעהויבן זיך בעטן ביי אים אז מגייט מער נישט, ער נעמט ארויס זיין ראדיא זאגט עפעס אריין, איין מינוט שפעטער א מחנה פון 16 משטרה קומען צו לויפן, למעשה זענען די נדבנים אראפ פון דארט, ער האט צוריקגעשיקט די 16 חברה און פארמאכט די הדלקה סטעידש.
כהנה נאך דעטאלן וואס האבן זיך אפגעשפיגלט בשעתן מעמד, צו די אריינגאנג פאר די מענער צום שטח, ביז ווי די פרויען זאלן שטיין, מהאט קלאר געקענט ווי ר' שמעון נעמט זיך אן פאר זיך, ממש מיט ניסי ניסים איז געווען די מעמד.
אבער נאך אלעם, א הערליכע מעמד, פון די דרשה ווי די רבי האט אויסגערעכנט צרות ישראל אויף וואס מזאל איינרייסן, די ווארעמע ניגונים מיט פארמאכטע אויגן א גרויס עולם מיט טרערן, אזעלכע געטענץ, מענטשן וואס אין אין קרית יואל ביי די לג בעומר הדלקה שעמען זיי זיך אזוי צו טאנצן, האבן זיך געהויבן אין די לופטן.
נאך איין קרישקעלע איבער די 16,000 מענטשן פערמיט, מהאט געהאט געשטעלט 2 רוסישע גוים זאלן ציילן מענטשן ביי די הויפט אריינגאנג, א חברים מעמבער איז פארן מעמד זיי געגאנגען פרעגן, ווי די נומער האלט, און אזוי אויך אפאר מאל מאל אנהייב מעמד, יעדע מאל האט די מעמבער זיי געזאגט אז ווי זיי האלטן יעצט איז נאך גוט, ביז זיי האבן שוין געמיינט, אז ער איז דער פארוועם זיי דארפן געבן די חשבון, פארשטייט זיך אז ביי 17,000 18,000 האט ער זיי נאך אלץ געזאגט אז עס איז נאך גוט, אינמיטן זעהט ער זיי זענען אוועקגעגאנגען, זיי האבן זיך פארענטפערט פאר אים אז די ציילער גייט נישט ווייטער, ביידע זענען שוין אנגעקומען צו 9,999.
אזויווי דו האסט שוין געזאגט איז ער ארום געגאנגען די גאנצער מעמד אינאיינעם מיטן ליעזאן, און באאבאכט דער מצב.
אנהייב מעמד הדלקה האט ער געוואלט אז דער זייטיגע דורכגאנג זאל זיין אינגאנצן ליידיג פאר פרויען און פאר אמערדזשענסי עקזיט, אבער ווען ער האט איינגעזעהן אז סנישט מעגליך פאר דעם עולם עס צו מאכן ליידיג האט ער פשוט נאכגעלאזט און מער נישט פאקוסירט דערויף, און נאכן צינדן ווען מהאט אפגעשטעלט די מוזיק פאר צוויי מינוט, האט ער פשוט געוואלט אז אלע געיטס פונעם גאנצן שטח, אריינגערעכנט די געיט וואס טיילט אפ צווישן עולם און דער זייטיגע דורכגאנג און אזוי אויך צווישן גאנצן עולם און די נכבדי העדה, זאל ווערן גערוקט אין די זייט אז דער עולם זאל קענען טאנצן און שפרינגען אן קיין זארגן אז עפעס זאל פאסירן ווייל דער גאנצער שטח וועט זיין אפען פאר יעדן.
און טאקע פון ווען מען האט אוועקגענומען די אלע געיטס, האט איז די גאנצע צייט געשטאנען אויפן אויבן אן ביים זייט פונעם רבי'ן און באאבאכט דעם מעמד און מער גארנישט אפגעשטעלט.
איינער זאגט מיר אז ער האט מיטגעהאלטן ווי איינער זאגט פארן פאליציי הויפט אז ער זאל אריינבערעגן א מחנה פון 20 פאליציאנטן און דער זייטיגער דורכגאנג וועט ווערן ליידיג ביז מינוטן, אבער ער האט עס אפגעווארפן, צוליב וואס די עסקנים האבן אים געבעטן אז מען זאל נישט אריינברענגען קיין פאליציי אינעם שטח.