מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אברהם בן אברהם
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:41 am
Location: israel
x 8

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך אברהם בן אברהם »

LOW RES.pdf
(3.3 MiB) דאונלאודעד 165 מאל
אברהם בן אברהם
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:41 am
Location: israel
x 8

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך אברהם בן אברהם »

נייער קאמפיין נאך די מיידל שולע.png
נייער קאמפיין נאך די מיידל שולע.png (623.5 KiB) געזען געווארן 937 מאל
חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 353

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך חיים יוסף »

אברהם בן אברהם האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:29 pm LOW RES.pdf
זעט אויס ווי איר האט געלערנט אין א ישיבה ווי מען לייגט א גרויסע דגיש אויף שיעור עין
איר גייט איבער אין איבער גרויסע גרעסטע, געעפנט א פרישע ניק

דער עיקר איז סאיז שיין גרויס לעכטיג באטאמט
Next please
פינטל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:55 pm
x 167

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך פינטל »

גייזער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 3:45 pm
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 3:38 pm
רואיגער-טיש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 3:23 pm וואס איז געווען די מעשה מיט די בעטן אין מירון?
ס'זענען געווען אידן וואס זענען געפארן צו האבן א געשמאקע שבת אין מירון, און עס זענען געווען אידן וואס זענען געפארן צו פראווענען א שבת ביי רבי שמעון!
די אידן וואס האבן ערווארטעט א 'געשמאקע' שבת זענען יעצט ביזי מיט אלע גשמיות'דיגע דורכפעלער, די וואס זענען געפארן צו זיין ביי רבי שמעון האבן זיך שוין לאאנג אפגעווישט די נאז (אויב ס'האט זיי בכלל געבאדערט).

יעצט צו דיין שאלה:
ס'זענען געקומען טויזענטער מענטשן, מער ווי אלע ערווארטונגען. און עס איז געווען טעותים ביים איינטיילן די בעטן און מען האט געגעבן די זעלבע בעט פאר צוויי מענטשן. במשך אגאנץ דאנערשטאג נאכט זענען די עסקנים געווען פארנומען צו פאררעכטן אלע טעותים און זיכער געמאכט אז 'יעדער' איז מסודר מיט א בעט.

צו קלאר מאכן:
80%- 90% אידן זענען זיכער געווען מסודר, אבער פון אזא גרויסע ציבור קומט עס אויס צענדליגע אדער גאר הונדערטער מענטשן וואס מען האט געדארפט מסדר זיין שפעט ביינאכט.
זאלסט מיר זייער מוחל זיין אבער מ'האט געריסן געלטער פונעם ציבור, איבערגעטריבענע פרייזן אין א שווערע עקאנאמיע. און יא, מענטשן האבן טענות, מענטשן זענען געווארן בא'עול'ט. די גאנצע רוחניות טאלקינג פוינט קומט נישט דא אריין. מ'האט געטשארדשט פאר גשמיות, און נישט צוגעשטעלט.
העי העי בארוגי זיך, ביסט געווען אויף שבת? דו ביסט געווען מסודר אבער דו זארגסט זיך פשוט פאר דיין חבר?
איך האב זיך אביסל ארום געפרעגט
רוב בעטן זענען ב"ה געווען העכסט מסודר
דאס מיינט אז בערך 5 טויזענט בעטן זענען געווען העכסט מסודר ביים אנקומען
געווען א פאטשער נאכדעם וואס 2 בנינים פון אנערקענטע מענטשן און 1 פשוטע בנין איז געווארן אוועק גענומען יענע טאג, און געוויסע האבן אביסל געווארט צו ווערן מסודר, אבער אויף ביז שבת איז יעדער געווען מסודר
עס קען טאקע וויי טוהן פאר די מענטשן אבער בכלל נישט וויכטיג נאך אזא געהויבענע שבת צו בלייבן סטאק,
אויסער אויב דאס געבט דיר חיזור פאר סיי וועלכע סיבה, איז כל הכבוד
פינטל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:55 pm
x 167

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך פינטל »

מען דארף אפדרוקן די תורות פון דעם שבת
יעדע תורה איז געווען ווערד אלע געלטער פאר זיך
איך רעדט שוין נישט פון די מוצאי שבת דרשה וואס איז געווען שלא מעלמא הדין בכלל, און געדענק נישט די רבי זאל אזוי רעדן, העכער אלע געפילן
אשרינו שיש לנו רבי כזה!
פינטל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:55 pm
x 167

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך פינטל »

געהערט אז מוצאי שבת האט די רבי געזאגט אז פון די גרעסטע ניסים דעם שבת איז געווען
אז ער האט געקענט זאגן 7 מאל תורה אין דעם טענט
אגב די טיש טענט איז געווען 41 טויזענט סקווער פיס, הויעך בערך 3 שטאק
די סעודות טענט איז געווען לאנג ווי א סקילמאן גאס
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2232
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7455

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך שינאווער »

דער רבי האט געזאגט נעכטן זונטאג ביים לחיים מיט די נדבנים פונעם בנין בית רחל אין בני ברק, אז נאך אזויפיל מאל זאגן תורה אויף אחת שאלתי וועט יעדער איינער קומענדיגע יאר ימים נוראים ביים זאגן אחת שאלתי זיך דערמאנען פון דעם געהויבענעם שבת אין מירון, און אזוי אויך וועט דאס דערמאנען רבי שמעון בן יוחאי פון דעם הייליגן שבת און פון אלע גוטע קבלות וואס אידן האבן זיך פארגענומען, און ער וועט בזכות זה זיין א מליץ יושר פאר כלל ישראל!
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2232
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7455

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך שינאווער »

גייזער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 3:45 pm
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 3:38 pm
רואיגער-טיש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 3:23 pm וואס איז געווען די מעשה מיט די בעטן אין מירון?
ס'זענען געווען אידן וואס זענען געפארן צו האבן א געשמאקע שבת אין מירון, און עס זענען געווען אידן וואס זענען געפארן צו פראווענען א שבת ביי רבי שמעון!
די אידן וואס האבן ערווארטעט א 'געשמאקע' שבת זענען יעצט ביזי מיט אלע גשמיות'דיגע דורכפעלער, די וואס זענען געפארן צו זיין ביי רבי שמעון האבן זיך שוין לאאנג אפגעווישט די נאז (אויב ס'האט זיי בכלל געבאדערט).

יעצט צו דיין שאלה:
ס'זענען געקומען טויזענטער מענטשן, מער ווי אלע ערווארטונגען. און עס איז געווען טעותים ביים איינטיילן די בעטן און מען האט געגעבן די זעלבע בעט פאר צוויי מענטשן. במשך אגאנץ דאנערשטאג נאכט זענען די עסקנים געווען פארנומען צו פאררעכטן אלע טעותים און זיכער געמאכט אז 'יעדער' איז מסודר מיט א בעט.

צו קלאר מאכן:
80%- 90% אידן זענען זיכער געווען מסודר, אבער פון אזא גרויסע ציבור קומט עס אויס צענדליגע אדער גאר הונדערטער מענטשן וואס מען האט געדארפט מסדר זיין שפעט ביינאכט.
זאלסט מיר זייער מוחל זיין אבער מ'האט געריסן געלטער פונעם ציבור, איבערגעטריבענע פרייזן אין א שווערע עקאנאמיע. און יא, מענטשן האבן טענות, מענטשן זענען געווארן בא'עול'ט. די גאנצע רוחניות טאלקינג פוינט קומט נישט דא אריין. מ'האט געטשארדשט פאר גשמיות, און נישט צוגעשטעלט.
לויט וויאזוי דו רעדסט זעהט נישט אויס ווי דו ביסט דארט געווען
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2176
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6674

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך נקודות טובות »

עטליכע נקודות.

בנוגע די דורכפעלער פון די בעטן והמסתעף. פאר די אלע וואס שימפן און שעלטן אז היתכן, מען האט געריסן געלט פונעם עולם. וויל איך קודם כל זיי זייער קלאר זאגן "איך בין ברור כיום אז איר האט נאך קיינמאל נישט מסדר געווען קיין נסיעות"! יעדע ריר קאסט א הון תועפות! 1,500 דאלער איז זייער זייער ריזענעביל געפרייזט! דאס הייסט ווייט נישט געריסן קיין געלט. איי עס איז דיר שווער צו באצאלן? ביסט טאקע פטור פון גיין! קיינער האט דיר נישט געצווינגען! אז דו ווילסט פארן זיי מוחל צאל אריין דיין חלק! דו קענסט אים נישט באשולדיגן אז ער האט געריסן געלט און דיר נישט צוגעשטעלט, ווייל ער האט פון דיר קיין געלט נישט געריסן!

אבער אפגעזעהן וויפיל מען האט געבעטן, איז די כאאס מיט די בעטן נאך אלץ א זאך אויף וואס איינער דארף נעמען אקאונטעבילעטי. אפילו די מארגנים זאלן ווען בעטן א קארגע צוויי דאלער זיך צו איינשרייבן, איז נאכאלץ אומדערהערט דאס וואס איז פארגעקומען. ווען דו זאגסט פאר א מענטש אז דו גייסט קעיר נעמען, ביסטו אחריות אים צוצושטעלן. נישט קיין נפקה מינה וויפיל געלט דו בעטסט פאר דיין סערוויס. דו ביסט א בעל אחריות, יענער האט דיר געטראסט, זיי מוחל שטעל יענעם צו וואס דו האסט צוגעזאגט. טאמער האסט פארפעלט צוצושטעלן וואס דו האסט דיך אונטער גענומען, דארפסטו נעמען אקאונטעבילעטי און ארויסקומען זיך אנשולדיגן פאר די וואס דו האסט גורם געווען עגמת נפש. מענטשן האבן דיר געטראסט, AND YOU FAILED!

אודאי, קיינער האט נישט במזיד ובפשיעה אנגעדרייעט די כאאס. ס'איז נישט געווען קיין מיטינג ביי די מארגנים אין אפיס, צו זעהן ווי אזוי מען קען מאכן מענטשן זאלן שפירן אומבאקוועם. ס'איז א טעות, א פארדריסליכע, ווייטאגליכע, און שרעקליכע טעות. אבער פארט א טעות. איך גלייב זייער שווער אז די מארגנים האבן זיך גערישט אויף אזא עולם. דער עיקר עולם האט זיך אויפגעוועקט זייער שפעט, און איך גלייב אז דאס האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די צופארעניש. ס'איז שווער צו טייטלען מיט'ן פינגער און באשולדיגן ספעציפיש. מען האט נישט געהאט קיין עקספיריענס מיט אזא עולם, און מען האט זיך נישט גערישט אויף אזא עולם.

אבער איך שיהיה. די עדיטוד וואס מען געבט פאר די וואס רעדן זיך אפ, כאילו זייער גאנצע קומען אויף מירון איז געווען א שאד די צייט און געלט. וויבאלד איינער וואס איז געקומען צו מיטהאלטן א שבת מיט רבי שמעון, האט נישט די אלע דאגות. און ווער עס רעדט זיך אפ, איז פשט אז ער איז אין מירון נישט געווען. און וועמען די גשמיות שטערט אים, איז זיין נשמה געבליבן אין אמעריקע. דאס איז זייער אן אוממענטשליכע פירונג! מען דארף וויסן אז מען קען נישט דן זיין א מענטש לויט די אייגענע נאטור!

ס'זענען דא מענטשן וואס זענען מורא'דיג סענסעטיוו צו יעדע קליינע טויש. יעדע קלייניקייט מאכט אים נערוועז. ס'זענען דא מענטשן וואס יעדע זאך וואס גייט ביי זיי ארויס פון די טעגליכע סיסטעם, איז ביי זיי א גאנצע געשעהניש. ער איז צוגעוואוינט צו אבג, און מען קען נישט פארדרייען די יוצרות. אויב קומט ער אן און ער זעהט אז ער האט פארגעסן די שמאטע פון זיין גלעזער, איז ביי אים אויס וועלט! און ווער רעדט נאך ווען נאך א 10 שעה'דיגע פליגער רייזע, נאך די גאנצע עירפארט סאמעטאכע, נאכגעפאלגט מיט א 2-3 שעה וועג ארויף קיין מירון און ער טרעפט זיך אן א בעט, אן א דאך איבערן קאפ, אדער איינער גאר שלאפט געמיטלעך אין זיין בעט בזדון ובשגגה. עס איז גענוג צו הרג'ענען א גאנצע שבת! אז דו קענסט זיך יא צוזאמענקלויבן און זיך ארויסטוהן דערפון, אשרי לך! אבער געדענק אז יענער נעמט שווערער יעדע זאך, ובפרט אויף די וועגן און שטעגן ווען יעדע זאך טריגערט מער. ס'איז א געוואלדיגע חיה'שקייט און דיסרעספעקט פון דיר, צו דזשאדזשען א צווייטן לויט די אייגענע נאטור. זאגן פאר א צווייטן אז די אלע זאכן זענען קלייניקייטן ווייל דער עיקר איז די העכערקייט פונעם שבת, איז א מידה גרועה!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
פינטל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:55 pm
x 167

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך פינטל »

שוין. זעה איך איז דא אידן וואס זייער וועג פון חיזוק אז מען זאל נאר דא רעדן פון די קליינע פראצענט בעטן וואס זענען נישט געווען גלייך מסודר
וואס ווייזט אויס זענען אידן וואס זענען נישט דארט געווען
אפשר זאל מען פאר זיי עפענען א ספעציעלע אשכול אויסצוגיסן זייער כעס און דארט מסביר זיין ווי גרויסע חיות די מארגנים זענען
אבער ביטע נישט אנפירקלען נאכאמאל און נאכאמאל די אשכול, עס קומטנישט דא אריין, דא רעדט מען פונעם שבת
ישר כח פארן פארשטיין
שיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:37 am
Location: monroe
x 34

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך שיק »

פינטל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:21 pm שוין. זעה איך איז דא אידן וואס זייער וועג פון חיזוק אז מען זאל נאר דא רעדן פון די קליינע פראצענט בעטן וואס זענען נישט געווען גלייך מסודר

הרב פינטל.
איר האט מען ארויסגעווארפן פון אייער בעט 1:30 ביינאכט, נאכן צאלן 1500 מאות??
איר האט מען געלאזט ווארטן 4 שעה ביי די קאמענט צענטער אן א תריץ, נאכן צאלן 1500 מאות??
איר זענט ארומגעגאנגען 1:00 ביינאכט זיכן א בעט, נאכן צאלן 1500 מאות??
איר האט זיך געטראפן אין א שטוב אן קיין איין בעט מיט א קאלטע פלאר אז דא גייט איר שלאפן, נאכן צאלן 1500 מאות??

נאכמאל און נאכמאל די רוחניות חלק פונעם שבת איז נישט מעגליך צורעדן ס'איז א בחינה פון שיכור פון רוחניות מענטשן קענען פשוט נישט צוריקגיין ארבעטן על המחיה פשוט ווייל אינזער גוף איז ערגעץ ווייט פון דער עולם השפל!
אבער צו שרייען אז די מענטשן וואס רעדן זיך אפ אויף די בעטן זענען נישט גערעכט, איז נישט ריכטיג, ווייל דאס איז געווען די מציאות פון די בעטן, און עס נעמט נישט אוועק א פינטל פון א פינטל פון א פינטל פון די היסטארישע אין מילים'דיגע גן עדן'דיגע שבת קודש ביים רבי שמעון לכל!!!
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1703
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2780

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך נפתלי »

אינטערסאנט צו באצייכענען אז ביים טיש האט מען פאר קידוש געזינגען מיט גרויס התעוררות די נענועים ניגון די מנהג שטאמט ארגינעל פון ר' יחזקאל ראטה זצ"ל בעל עמק תשובה מקארלאסבורג וואס האט זיך אזוי געפירט און האט אפגעראכטן די פילע שבתים באתרא קדישא מירון

די מנהג איז צוגעזען דורך בני ארץ ישראל ביים זיך משתתף זיין ביי די טישן פאר קארלאסבורגער רב און איז איינגעפלאנצט צוריק קיין סאטמאר.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 863

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך טראפקעלע »

שיק האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:46 pm
פינטל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:21 pm
הרב פינטל.
איר האט מען ארויסגעווארפן פון אייער בעט 1:30 ביינאכט, נאכן צאלן 1500 מאות??
איר האט מען געלאזט ווארטן 4 שעה ביי די קאמענט צענטער אן א תריץ, נאכן צאלן 1500 מאות??
איר זענט ארומגעגאנגען 1:00 ביינאכט זיכן א בעט, נאכן צאלן 1500 מאות??
איר האט זיך געטראפן אין א שטוב אן קיין איין בעט מיט א קאלטע פלאר אז דא גייט איר שלאפן, נאכן צאלן 1500 מאות??

נאכמאל און נאכמאל די רוחניות חלק פונעם שבת איז נישט מעגליך צורעדן ס'איז א בחינה פון שיכור פון רוחניות מענטשן קענען פשוט נישט צוריקגיין ארבעטן על המחיה פשוט ווייל אינזער גוף איז ערגעץ ווייט פון דער עולם השפל!
אבער צו שרייען אז די מענטשן וואס רעדן זיך אפ אויף די בעטן זענען נישט גערעכט, איז נישט ריכטיג, ווייל דאס איז געווען די מציאות פון די בעטן, און עס נעמט נישט אוועק א פינטל פון א פינטל פון א פינטל פון די היסטארישע אין מילים'דיגע גן עדן'דיגע שבת קודש ביים רבי שמעון לכל!!!
סאיז געווען אסאך אזאנע מעשיות?

אויב יא איז עס טאקע געפערליך, אויב נישט נאך געפערליכער...
שיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:37 am
Location: monroe
x 34

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך שיק »

טראפקעלע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:57 pm

איך ווייס אליין פון באלד 50 מענטשן וואס זענען געווען אין איינע פון די מעשיות אבער ס'איז געווען אפאר הונדערט טאקע נישט אלע אויף די לעוועל אבער נישט מסודר, שוין אפגערעדט וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי די פרנסי בשבת, לאמיר אנכאפן אזא חסיד און בעל חסד ר' משה גאלדשטיין שליט"א וכו וכו וכו,

(נאכמאל און נאכמאל די רוחניות חלק פונעם שבת איז נישט מעגליך צורעדן ס'איז א בחינה פון שיכור פון רוחניות מענטשן קענען פשוט נישט צוריקגיין ארבעטן על המחיה פשוט ווייל אינזער גוף איז ערגעץ ווייט פון דער עולם השפל!
אבער צו שרייען אז די מענטשן וואס רעדן זיך אפ אויף די בעטן זענען נישט גערעכט, איז נישט ריכטיג, ווייל דאס איז געווען די מציאות פון די בעטן, און עס נעמט נישט אוועק א פינטל פון א פינטל פון א פינטל פון די היסטארישע אין מילים'דיגע גן עדן'דיגע שבת קודש ביים רבי שמעון לכל!!!)
פינטל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:55 pm
x 167

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך פינטל »

שיק האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:46 pm
פינטל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:21 pm שוין. זעה איך איז דא אידן וואס זייער וועג פון חיזוק אז מען זאל נאר דא רעדן פון די קליינע פראצענט בעטן וואס זענען נישט געווען גלייך מסודר
וואס ווייזט אויס זענען אידן וואס זענען נישט דארט געווען
אפשר זאל מען פאר זיי עפענען א ספעציעלע אשכול אויסצוגיסן זייער כעס און דארט מסביר זיין ווי גרויסע חיות די מארגנים זענען
אבער ביטע נישט אנפירקלען נאכאמאל און נאכאמאל די אשכול, עס קומטנישט דא אריין, דא רעדט מען פונעם שבת
ישר כח פארן פארשטיין
הרב פינטל.
איר האט מען ארויסגעווארפן פון אייער בעט 1:30 ביינאכט, נאכן צאלן 1500 מאות??
איר האט מען געלאזט ווארטן 4 שעה ביי די קאמענט צענטער אן א תריץ, נאכן צאלן 1500 מאות??
איר זענט ארומגעגאנגען 1:00 ביינאכט זיכן א בעט, נאכן צאלן 1500 מאות??
איר האט זיך געטראפן אין א שטוב אן קיין איין בעט מיט א קאלטע פלאר אז דא גייט איר שלאפן, נאכן צאלן 1500 מאות??

נאכמאל און נאכמאל די רוחניות חלק פונעם שבת איז נישט מעגליך צורעדן ס'איז א בחינה פון שיכור פון רוחניות מענטשן קענען פשוט נישט צוריקגיין ארבעטן על המחיה פשוט ווייל אינזער גוף איז ערגעץ ווייט פון דער עולם השפל!
אבער צו שרייען אז די מענטשן וואס רעדן זיך אפ אויף די בעטן זענען נישט גערעכט, איז נישט ריכטיג, ווייל דאס איז געווען די מציאות פון די בעטן, און עס נעמט נישט אוועק א פינטל פון א פינטל פון א פינטל פון די היסטארישע אין מילים'דיגע גן עדן'דיגע שבת קודש ביים רבי שמעון לכל!!!
און נאכאמאל און צום לעצטע מאל בל"נ
איך האב בכללל נישט גערעדט פון די עוולה יעצט און נישט פון קיין מעשיות, עס איז פשוט נישט נוגע פאר ציבור יעצט
(הגם איך גלייב נישט אז דו פערזענליך קענסט 50 מענטשן האבן זיך איינגעשריבן, און זענען נישט געווען מסודר, אבער דאס איז נישט די נקודה)
אויב איבער קייען נאכמאל און נאכאמאל און נאכמאל די שרעקליכע עוולה און רשעות און אחזריות פון די מארגנים גיבט אייך חיזוק, דאן כל הכבוד אבער נישט אין די אשכול ביטע, מאך א באזונדערע.
און מיט דעם האב איך געענדיגט איבער די נושא, א גוטע נאכט
צוריק צום שבת
שיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:37 am
Location: monroe
x 34

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך שיק »

פינטל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:23 am

בנוגע די 50 מענטשן פרעג דיר אביסל נאך און נאכדעם ענטפער,
בנוגע די מארגנים קיינער האט נישט געזאגט אז זיי זענען רשעים מיט אכזריות און קיינער האט נישט געזאגט אז עס איז געטון געווארן בדוקא ח"ו, סאיז פשוט נישט געווען מסודר פינטל.

גיבט אייך חיזוק, און פארשטיי אנדערע דאן כל הכבוד!
און מיט דעם האב איך געענדיגט איבער די נושא, א גוטע נאכט
צוריק צום שבת
לג בעומר
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 3:05 am
x 100

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך לג בעומר »

מיינע צוויי צענט פאר ווער עס איז אינטערעסירט
ראשית דברי איך בין נישט געווען אין מירון אויף שבת.
אבער איך בין שוין געווען מיט כ''ק מרן רבינו שליט''א אויף אנדערע נסיעות, ווי מען האט אויך געדארפט צאלן גרויסע געלטער פאר שבת א שטייגער ווי פארגאנגענע יאר אין סיגוט ווי פארן שבת אליין האט מען געדארפט צאלן 1100$ איז איך פארשטיי זייער גוט איינער וואס האט געצאלט פול פרייז אין ווען ער איז אנגעקומען האט ער געדארפט ווארטן אפי' נאר 10 מינוט וועגן זיין בעט איז נישט געווען מסודר. איינער וואס איז מסדר א שבת וכדומה דארף פארשטיין אין ריספעקטן די וואס האבן באצאלט. אין אויב דארף ער ווארטן ווייל זיין בעט איז נישט מסודר איז נישט דא קיין שום תירוץ בעולם נאכאמאל נישטא.... פינטעל. קום מיר יעצט נישט ענטפערן ווי די חכם פון מה נשתנה, ווי הייליג אין דערהויבן די שבת איז געווען, אין ווי מען איז נאך אין די ספערן בלא בלא בלא. ווייל מען האלט יעצט דארנערשטאג באנייכט אין נאך 10 שעה פליען פיזור הנפש, מען וויל זיך אויסצוען די ביינער כאפן א שטיקל דרימל וכו', יא אוואדאי איז דא א חילוק פון די וואס האבן באצאלט 1500 אין די פרנסי השבת, איז נעם אויף צוויי טיעמס, איינס פאר די פרנסי השבת VIP, אין איינס פאר די וואס האבן באצאלט די פרייז וואס מען האט פארלאנגט. ניין קיינער האט נישט ערווארטערט אז מען זאל צושטעלן אזוי ווי קרבתנו, אבער די א ב דאס יא, ובפרט א בעט, ובפרטי פרטיות נאך אזא לאנגע נסיעה. אסאך מענטשן? איז נעם אויף אסאך עסקנים, אויב האט ער געצאלט די פול פרייז דארפסטו אים צושטעלן אין נאכאמאל אן קיין שום תירוץ. יא סדא מער אויסגעארבעטע אידן וואס זיי האבן נישט קיין פראבלעם אז זייער בעט איז נאך נישט מסודר, זכה לו. אבער קומען שטעלן אן הנחה,
הייליג. אסאך מענטשן. ביסט נאך קיינמאל נישט געווען אינוואלד אין עסקנות. וכדומה.
איז נעריש אין סטופיד אין קינדעריש צו ענטפערן. א מענטש האט געצאלט זיין געלט פאר דיר דארפסט אים מאכן פילן ווי א מענטש
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1989
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6072

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך בודקע »

או יע או נאו, או יע או נאו, וחוזר חלילה...
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
שיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:37 am
Location: monroe
x 34

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך שיק »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:20 am או יע או נאו, או יע או נאו, וחוזר חלילה...
"הצד השוה שבהן אז עס איז געווען א שבת צום געדענקען!!! וואס וועט אונז באגלייטן לאנגע יארן! צוזאמען מיטן רבין זאל זיין געזונט און שטארק ביז די 120!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1989
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6072

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך בודקע »

פיין, כ'מיין אז מ'קען שוין גיין ווייטער....

איינער מיט די סדר היום פאר מארגן?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
נר נשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:47 am
Location: ירושלים עיה"ק
x 33

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך נר נשמה »

עומד על תלת האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 2:08 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 2:06 pm
עומד על תלת האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:42 pm
מ‘האט כאטש געוויסט אין דיין מנין צו מען בענטשט גומל פאר קדיש אדער נאך?
מ'האט געזאגט נאך
דער וואס איז עולה זאגט פאר די אנדערע זאגן נאך,
עס איז כדי די גבאי ביהמ‘‘ד זאלן אויפמערקזאם מאכן עס טוט זיך א צומישניש,
#יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע רב.
נישט אמת, אלע בענטשן נאך קדיש
הרב יאסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 6:07 am
Location: ישראל
x 63

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך הרב יאסל »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים מעמד חנוכת הבית פונעם בנין בית חינוך לבנות 'בית פיגא' אינעם גיגאנטישן שאטער אין שיכון קרית יואל בני ברק במעמד אלפי אנ"ש ובראשם אדמור"י ורבני העיר בני ברק.
🌴
פיילס
ז1.jpg
ז1.jpg (244.82 KiB) געזען געווארן 561 מאל
זז.jpg
זז.jpg (219.22 KiB) געזען געווארן 561 מאל
ז.jpg
ז.jpg (281.38 KiB) געזען געווארן 561 מאל
הרב יאסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 6:07 am
Location: ישראל
x 63

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך הרב יאסל »

חנוכת הבית
פיילס
א2.jpg
א2.jpg (284.95 KiB) געזען געווארן 558 מאל
א1.jpg
א1.jpg (154.53 KiB) געזען געווארן 558 מאל
א.jpg
א.jpg (273.59 KiB) געזען געווארן 558 מאל
הרב יאסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 6:07 am
Location: ישראל
x 63

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך הרב יאסל »

רבינו שליט"א ביים אריינשרייבן אינעם ספר תורה ביים מעמד חנוכת הבית פונעם בנין בית חינוך לבנות 'בית פיגא' אינעם גיגאנטישן שאטער אין שיכון קרית יואל בני ברק במעמד אלפי אנ"ש ובראשם אדמור"י ורבני העיר בני ברק.
פיילס
111.jpg
111.jpg (218.68 KiB) געזען געווארן 559 מאל
11.jpg
11.jpg (254.2 KiB) געזען געווארן 559 מאל
1.jpg
1.jpg (204.49 KiB) געזען געווארן 559 מאל
הרב יאסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 6:07 am
Location: ישראל
x 63

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

פאוסט דורך הרב יאסל »

הערליכע ציבור ביים מעמד חנוכת הבית פונעם בנין בית חינוך לבנות 'בית פיגא' אינעם גיגאנטישן שאטער אין שיכון קרית יואל בני ברק.
פיילס
444.jpg
444.jpg (259.62 KiB) געזען געווארן 558 מאל
44.jpg
44.jpg (282.96 KiB) געזען געווארן 558 מאל
4.jpg
4.jpg (299.68 KiB) געזען געווארן 558 מאל
שרייב פאוסט