שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:51 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 11:20 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 12:33 pm
@נקודות טובות
אוודאי דארף מען טועהן יעדע מצוה און נישט קוקן אויב א צווייטער א איד אדער א גוי לאכט פון דעם אדער איז נישט צופרידן פון דעם אל יבשו מפני המלעיגים
די רעדע דא איז אויב מען מעג טועהן א שיינע זאך וואס איז נישט קיין חיוב ווען ס'איז אויף 'יענעמנס חשבון' דו שטערסט מיט דעם אנדערע מענטשען? לכאורה נישט
לדוגמא מעג א איד וואס דאוונעט הויעך דאוונען מיט קולות אין א פליגער און נערוועז מאכן יעדעם?
גיין פרעגן יעדן גוי צו ער איז א איד און אים אנטועהן תפילין איז דאך נישט קיין שום חיוב נישט מה''ת נישט מה''ד אפילו לשיטת ליבאבוויטש,
והא ראיה אז זיי האבן דאס נישט געטוהן ביז יאר תשכ''ז ביי די זעקס טאגיגע מלחמה
לייגען תפילין פאר אידיש אפשטאמיגע וואס זענען פרעמד צו אידישקייט, איז יא דא א מקום לומר אז דאס איז א חיוב דאורייתא. און דאס איז שיטת האדמו"ר מליובאוויטש.
א חיוב 'מדאורייתא' וואס אלע גדולים ביז אים האבן נישט געוואווסט? דאס איז דאך ממש א פלא
נאך שטערקער איז די וואוונדער וויאזוי קען זיין אז אפילו ער אליין האט נישט געוואווסט פון דעם חיוב מדאורייתא ביז הערשט לעת זקנתו ביי די זעקס טאגיגע מלחמה?
כ'בין בכלל נישט קיין ליובאוויטשער, ס'איז נישט מיין סטייל אפילו אים צו פארענטפערן, אבער דיין קושיא וואס דו פרעגסט "אלע גדולים ביז אים האבן נישט געוואווסט? דאס איז דאך ממש א פלא", דאס איז נאר שווער פון א סאטמארער פערספעקטיוו (כמובן), דו דארפסט פאר א מינוט אריינגיין און זיך אנטון אנדערע גלעזער וועט זיין קושיא מעיקרא ליתא.
און צו דיין צווייטע קושיא "נאך שטערקער איז די וואוונדער וויאזוי קען זיין אז אפילו ער אליין האט נישט געוואווסט פון דעם חיוב מדאורייתא ביז הערשט לעת זקנתו ביי די זעקס טאגיגע מלחמה?"
איז די תירוץ פשוט ווייל ער האט געהאלטן אז ס'איז א שעת הכושר אויפצוטון יעצט
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:01 am
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:18 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:00 am
איך געדענק נישט יעצט וועלכע שיחה דאס איז, אבער איך האב אמאל געליינט אין איינער פון די שיחות ווי די ליובאוויטשער רבי פארענטפערט אלעס זייער שיין. צו ער איז גערעכט אדער נישט? דאס איז נישט מיין דאגה. ער האט געהערט וואס די סאטמאר רבי האט געזאגט, און ער האט דאס אדרעסירט ברבים, און לדעתו האט ער דאס פארענטפער. סא וואו וואק איך אריין?
די שפראך, אז ער האט זיך פיין א עצה געגעבען.
אהא, איך הער. אבער פאר די צוקונפט איז די פיטשער פון פריוואטע מעסעדזשעס געמאכט פאר דעם.
איך האב געמיינט דו פרעגסט צו עס איז מיין אייגענע מיינונג אז דער ליובאוויטשער רבי האט פארענטפערט די טענות קעגן אים. אבער אויב האט איר א פראבלעם מיט אן אויסדריק, קענט איר קומען פריוואט. איך בייס נישט. איינער האט מיר מעורר געווען פריוואט און איך האב עס געטוישט, הגם איך האב נישט געזעהן עפעס אפענסיוו אין מיינע ווערטער. אבער איך בין נישטא צו טריגערן קיינעם. סא אויב סיי ווער שפירט אומבאקוועם מיט א פליטת קולמוס, זיי מיר מעורר פריוואט.
די סיין'ס וואס איז געהאנגען במשך דעהם שבת בחוצות מירון אנטקעגן די מדינה הטמאה האט געדינט ווי א ריכטיגע גירה בעינא דשיטנא, אין די ציוניסטישע פאליציי האט עס אראפגענומען בעצם יום השבת קודש.
ברוך המקדש שמו ברבים!!!
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די גדולה ווען די ציוניסטישע פאליציי פליקן אראפ א פלאקאט בעצם יום השבת קודש? וואס גענוי איז די קידוש השם דא? דו פרייסט זיך אז א אידיש אפשטאמיגער האט ר"ל מחלל שבת געווען? ובכלל, האסטו דען געהאנגען די סיין צו שטעכן די פאליציי אין די אויגן, אדער האסטו דאס געהאנגן אז ערליכע אידן זאלן זיך האלטן שטארק בעניני אמונה? דיין גאנצע קנאות איז שוין ביי מיר מופרך מכל וכל!