סנישט ריכטיג אלעס וואס דו שרייבסט דא,יואל מארקוס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:25 am א גוט מארגן אלע אידן. איך קוק זיך אים וואס מען האט זיך דא געהאט געדינגען.
(פשוט עס דא דא אזעלכע וואס ווייסן נישט די מציאות)
אז קינדער קומען אין אזא מצב צוריק קיין גוואטעמאלע (און זיכער ווען עס וואלט זיך גערעדט פון אמעריקע / קאנאדע וכדו').
די ערשטע זאך קומט די סושעל סערוויסעס אריין ( ביי די פאל PGN) וואס דאס מיינט כמעט זיכער אז זיי גייען אין שעלטער ביז א משפט,
(וואס די שופט וועט זיי אויך לאזן אין שעלטער ביז מען האט א בעסערע אפציע, ווי ביי אלע קעיסעס שהיו)
דא האט מען געשתדלט איז ב"ה אנדערש געווארן. וואס עס מיינט נאכנישט אז מ'האלט שוין ביי די ישועה. כמובן.
די צווייטע זאך איז אז אין גוואטעמאלע (אנדערש ווי אין קאנאדע) קען מען דאס אויך נישט טאן אהן רשות פון א שופט.
ממילא אויף יעדע פאל דארף מען א שופט אויפן פלאץ, סיי זיי צו נעמען, סיי זיי צו לאזן.
היוצא מדברינו אז שיקן די קינדער קיין גוואטעמאלע מיינט בפירוש שיקן צום שעלטער, אדער מינימום אינטער די אויפזיכט פון סוישעל, (מסירת הילדים בידי העכו"ם, אחרי שהיו בידי יהודים [אלא לדעתם זה 'הצלה משמד' דאמעריקא) יעצט פארשטייט עטס קלאר.
נא אז די עסקנים ארבייטען שוין אזויפיל צייט מיט די אויטאריטעטן האבן זיי זיך פארלאזט אויף די עסקנים'ס מיטארבעטן אז אלעס וועט זיך אויסארבייטן על צד היוצא טוב אהן צוקומען צו שעלטער. דאס מיינט נאך אלץ אז מען האט געשיקט די קינדער צום שעלטער, און ווילאנג די עסקנים האבן דאס נאכנישט געהאט מסודר, הייסט עס טעכניש גערעדט אז זיי זענען אויפן וועג צום שעלטער. די פאקט אז א שופט דארף קומען איז בכלל נישט געווען קיין סתירה.
2. די מיליטער קרימינאלן וכו'
היות די פרשה איז א שווערע קעיס, מיט מענטשן וואס האבן בשעתו געוויזן פאר די אטאריטעטן אז מען וועט ניצן אלע מיטלען נישט צו קאאפערירן, און מ'וועט מיזן גיין בכח, ווערט די קעיס געפירט דורך אן ערנסטערע דעפארטמענט ביי די פאליציי. וואס זיי גייען אזוי אנגעטון, פארשטייט זיך ווייל זיי דילן מיט די שווערע קעיסעס. דערשרעק דיך נישט פון די אויסגעצויגענע שיסערס דאס זעהט מען נארמאל און גוואטעמאלע ביי פשוט'ע געשעפטן וכדו' אלס שמירה. אוודאי יעדע אלערטע באזוך פון די פאליציי וועט אזוי קומען.
זייט אלע געבענשט
כבין גיווען אינוואלף ביי דעיע מעשה מיט חיים.צ. מיט די לויער מיט די PGN און מיט די עסקנים אויפן פאון במשך אפאר גוטע שעה.
כהאב געשיקט א מעסעדזש צו די מערכת איבער וואס כוויל שרייבן, אויב זיי וועלן עס באשטעטיגן וועל איך עס ארויף לייגן