מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:21 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:04 am
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 9:37 am
וואס קומט דא אריין לב טהור/לב טמא
דעיע מיידלעך דארפן זיין מיט זייער מאמע, זיי זענען גיווען דא אין אמעריקע אן קיינער וואס האט קעיר גענימען פון זיי, א גאנצע טאג איינגישפארט אינדערהיים ביי פרעמדע מענטשן.
אויב עפעס תיקונים זענען זיי דא גיווען אין גלות פאר א תיקון.
מקען נישט גיין קאפ אין וואנט ווען טרערן פון אומשילדיגע קינדערליך גיסט יעדן טאג אן קיין שום תכלית און טובה

הצדיק ר' שמעון ובנו הצדיק ר' בערל פאזען האבן זיך מוסר נפש געווען פאר די קינדערלעך, דאס איז די 'קיינער האט נישט קעיר גענומען' פון וואס דו רעדסט?
סא יא, פאזען האט זיי זייער אסאך גיהאלפן די מערסטע וואס סאיז שייך פון זיין זייט.
און טאקע וועגן די מיידלעך זענען גיטרייע פאר לב טהור האט עס גימאכט כמעט אומעגליך צו זיי העלפן.
די מיידלעך זענען נישט שילדיג אז זיי זענען לב טהור, אזוי האט מען זיי מחנך גיווען, זיי ווייסן נישט פון בעסערס, פון צווייטן זייט דאס האט אוועק גענימען די מעגליכקייט פון פאזען פון זיי ווייטער העלפן.
יעצט למעשה, דעיע 11 יעריגע מיידל מיט די 16 זענען גיווען אין א דירה אין מאנסי פאר די לעצטע 5-6 וואכן מיט זייערע עלטערע שוועסטער (20 יאר אלט)
זיי זענען דארטן גיווען אליינס אן קיינער זאל קעיר נעמען פון זיי, יעדער איינער פון זיי זענען אריבער גאר שווערע צייטן און טראמא, זיי זענען פשוט משוגע גיווארן פון דארטן זיין.
איך האלט נישט אז מהאט זיי גידארפט יעצט ברענגען קיין גואטעמאלע, אבער איך קען זייער פארשטיין זי זייט פון דעיע וואס האבן עס געטוהן
מיין ליבער פריינד מענדעלע.
איך ווייס נישט צי ס'קומט דא אריין עכט, אבער קוק, זאגסטעך אליינס אז זיי זענען געווען לב טהור, אומשולדיגערהייט טאקע, אבער וויבאלד זיי זענען געווען לב טהור האט מען זיי נישט געקענט העלפן.
איך וויל זאלסט זאגן דיינע אייגענע ווערטער אין א שפיגל אריין. מ'קען זיין אין אמעריקע, מ'קען זיין געראטעוועט, אבער מ'בלייבט ווייטער אין לב טהור, און אין אזא פאל קען מען גארנישט טון.
כלפי מה דברים אמורים, לאמיר עס האלטן דאס מערסטע איידל שייך, אבער מיר האבן גערעדט איבער געוויסע אנדערע עסקנים וכו' מיט אנדערע מהלכים וויאזוי ארויסצונעמען מענטשן פון לב טהור, און איך פארשטיי אז דו האסט דא כמה פעמים געטשעלענדזשט די בלום-גרינהוט עסקנים אויף זייער אגרעסיווע צוגאנג.
סא דא האסטו אביסל אן ענטפער אויף אלע דיינע פראגעס. יענע נעמען ארויס פון בבל אבער נישט פון לב טהור. מיט גוטע שיטות אז מ'דארף לאזן אליינס בלא בלא בלא... אבער קוק וואו מ'קומט אן... אזוי קען מען זיין פארנומען נאך א יובל יארן צו צעשטערן דעם סטופיד קולט.
די בלום-גרינהוט עסקנים זענען דערווייל די ערשטע וועלכע קענען צייגן אז זייער מהלך ארבעט יא, און אז נאר ווען מ'גייט אזוי אגרעסיוו קען מען מצליח זיין.
מיט'ן ארויפקומען דא סופארטן די אנדערע א.ג. עסקנים מיט זייערע מהלכים, הגם זיי מיינען (אפשר) גוטס, לייגט מען שטיינער אין וועג פאר די ריכטיגע עסקנים, און מיט'ן מאכן יוצאי לב טהור זאלן שפירן באקוועם צו גיין צו עסקנים וואס וועלן זיי נאר מער אריינפירן אין זומפ, לייגט מען אידישע נשמות אין געפאר.
גוט אז מען מעקט, גוט אז מען פילטערט.