ס'נעמט אונז אלע איבער.
אבער מיר האבן נאך ארבעט זיי אוועק צו שטעלן אויף די פיס.
מ'רעט יעצט פון א פרוי אין אירע 50'ער יארן, וואס האט נישט קיין שום הכנסה.
אירע קינדער זענען שוין אלע אויכעט ארויס פון ל"ט און זיי זענען אלע ממש דערשטיקט און טוהן נאכאלץ וואס נאר זיי קענען.
מיר אלע קענען רעדן, זאגן מיינונגן, האקן אויף דער אדער יענער.
דאס וועט אבער נישט העלפן קיין איין יוצא!!!
זיי וועלן נאר געהאלפען ווערן מיט 3 זאכן.
אהבה, חמימות און א סאאאאאך געעעלללטטט
ווער וויל זוכה זיין צו די זכות פון געבן א פרוי ווי צו וואוינען פאר א וואך צייט?
ווער לייגט צו דא א פלאכע אלף'ל? לכבוד שבת קודש און לכבוד די וואכן טעג און לכבוד מקיים זיין די רצון פון טאטע'ן הין הימל!
יא ס'איז געלט, טראכט אריין א מינוט'קעלע וויפיהל מאל זעהן מיר סוף חודש אויפן סטעיטמענט, פאר תכליוועט געלטער אויף כל מיני שטותים והבלים וואס קיין גן עדן קריגט מען נישט אויף דעם?
מיר אלע זענען געווען גאר ווארעם, צו העלפן א פאר חדשים צירוק, יעצט ווען מ'דארף ענדיגען מסדר זיין די משפחות, נאטירליך לעשט אונטער אביסל די ברען אבער פארט, המצוה נקראת על שם גומרה.
https://toirem.org/31069