ווי באקאנט זענען מיר אין גלות, און מיר דארפן בעטן און פראבירן צו לעבן בשלום מיט אונזערע אמעריקאנע שכנים. דאס נעמט אויך אריין - עכ"פ לויט געוויסע - פראבירן זיך באפריינדן און לעקן צו פאליטיקאנטן אז זיי זאלן פארשטיין אונזערע באדערפענישן און זיך רעכענען מיט אונזערע אישוס.
ביז נישט צו לאנג צוריק האט דאס געמיינט זיך באפריינדן מיט דעמאקראטישע פאליטיקאנטן, וועלכע זענען אלעמאל געוועהן פרא-מינארעטעיטן און גאר שטארקע אידן פריינט, זיי זענען געוועהן דא אויסצושטרעקן א האנט פאר אונז און אונזערע באדערפענישן. פרעג יעדע עסקן פון צוואנציג יאר צוריק, אז דו ווילסט א טובה, האסטו זיך געוואנדן צום דעמאקראט, די רעפאבליקאנע האבן זיך נישט געזוכט קיין מינארעטעיטן פריינט, זיי זענען געוועהן פארנומען אפהיטן די אמעריקאנע קולטור פון צוגרונד גיין דורך צופיל אימיגראנטן וכו'.
דא איז אבער געשעהן א געוויסע שיפט אין די מאפע, ס'האט זיך שוין אנגעהויבן אנזעהן יארן צוריק אבער נישט אויף אן עכטע אופן, די ריכטיגע זעץ איז געשעהן אין די צייטן פון פרעזידענט אבאמא, ער האט אנגעהויבן א רעוואלוציע אין דעמאקראטישע פארטיי, אריינצושטיפן אין די קאליציע די נייע ראדיקאל לינקע באזע וואס איז שוין היינט א ברייטע טייל פון פאליטישע מאפע, די טייל וואס איז נישט אזוי קאפיטאליסטיש ווי רוב אמעריקאנע, די וואס זענען מוראדיג באזארגט וועגן די וואוילזיין פון קרימינאלן, די וואס האלטן אז די גאווערמענט דארף אפהיטן געוויסע קליינע גרופעס אפילו אויפן חשבון פון די עוורידזש אמעריקאנער, וכו'. איינע פון די שטארקע דאגות וואס די ליבעראלן האבן, איז - ווי באקאנט - די וואוילזיין פון פאלעסטינע באפעלקערונג, און זיי זענען גרייט צו אפנייגן די ביז יעצטיגע שטארק פרא מדנ"י פאליסי וואס די פארטיי האט גענומען (ווייל לשיטתם מיינט דאס זיין פרא אידן), און זיך ענדערש רעכענען מיט די פאלעסטינע, ווייל הגם לשיטתם איז מדנ"י א אידישע לאנד, און אידן זענען דאך מינארעטעיטן, עכ"ז איז די וואוילזיין פון פאלעסטינע וויכטיגער, היות זיי זענען די אינטערדריקטע און מדנ"י איז די אונטערדריקער (פארשטייט זיך אז מ'קען פון די שיטה רעדן א לאנגס און א ברייטס, דאס קומט דאך פון שיטת קארל מארקס, די שיטה וועלכע האט שוין אנגעזייט אסאך חורבנות אויפן וועלט, און הויפזעכטליך איז דאס געוועהן די טעאריע וואס לענין און זיין נאכפאלגער האבן געניצט פאר זייער פארשאלטענע קאמיוניזם, אבער ס'נישט אזוי ווייט נוגע דא, ואכהמ"ל). דאס האט צוגעברענגט אז די דעמאקראטישע פארטיי זאל צובאקומען א נייע שיכט פון וואויטערס, וועלכע זיכן נישט אז די פארטיי זאל זיין אזוי פארנומען מיט די וואוילזיין פון אלגעמיינע מינארעטעיטן און ארבעטערס קלאס, נאר ענדערש מיט די וואוילזיין פון קרימינאלן, פאלעסטינע טעראריסטן, און נאך פארשידענע גאר קליינע גרופעס, און זיי גלייכן נישט די ביז יעצטיגע שטארק פרא מדנ"י פאליסי פון די פארטיי.
בנוסף לזה האט זיך אנגעהויבן א נייע רעוואלוציע אויך אויפן רעפאבליקאנע זייט פון פאליטיק, ס'האט זיך אנגעהויבן אין די לעצטערע יארן פון בוש אין די צייטן פון איראקע מלחמה דורך די טי-פארטי מאוומענט וועלכע האט געהאט א שטארקע אויפשטייג אין די 2010 מידטורם וואלן פון אבאמא, און שפעטער דורך די שיטה פון פאפיוליזם, אז די פארטיי זאל זיך אפנייגן פון די טראדיצינאלע מהלך וואס האט זיי ביז יעצט נישט צופיל געהאלפן אין פאליטיק נאר ערגער געמאכט, און אנשטאט דעם אדאפטירן א נייע מהלך פון "קאמען סענס" פאליסיס וועלכע אפעלירן מער צום אלגעמיינע אמעריקאנער ארבעטער, נישט נאר גלויביגע אדער רייכע ביזנעסלייט, די מאוומענט האט קודם נישט אונגאנצן איבערגענומען די פארטיי נאר חלקים, און טאקע אין 2012 האט די פארטיי נאכנישט ארויסגשטעלט קיין פרעזידענטליכער קאנדיטאט וועלכע זאל סימבלאזירן דער נייע מהלך המחשבה, און מיט ראמני האט טאקע פארלוירן צו אבאמא כאטש אפילו אבאמא איז דעמאלטס געוועהן שטארק אומפאפולער, אבער אין 2016 האט די פארטיי זיך געריקט גאר שטארק אין יענע דירעקציע און ארויסגעשטעלט א נאמיני פאר פרעזידענט וועלכע איז געוועהן אומבאקאנט און מאדנע און איז געלאפן אנטקעגן עסטעבלישמענט קאנדידאטן, און זיי איינציגסטע סיבה פארוואס ער איז געוואונען איז געוועהן ווייל ער האט אדאפטירט די פאפיולוסט מהלך המחשבה און באשמירט אלע אנדערע קאנדידאטן אז זיי זענען פון די אלטע ניאוי-קאנס וועלכע זענען קאראפטירט און זיכן נישט צופרודנשטעלן די בירגער נאר ענדערש זייער דיפסטעיט ביוראקראטישע חברים, און ויקרא שמו בישראל "די טראמפ רעוואלוציע".
דאנאלד טראמפ האט צווישן אנדערע געמאכט די רעפאבליקאנע אסאך מער פרא מדנ"י ווי פארדעם, און הגם בוש איז אויך געוועהן, האט ער עס נישט געטוהן מיט אזא שטאלץ און האט זיך כסדר פארענטפערט פאר זיינע שטעלונגען, טראמפ האט עס געמאכט א חלק פון זיין פאפיולוסט מאוומענט צו זיין א אויסגעשפראכענע אידן פריינט.
די צוויי זאכן צוזאמען, די אבאמא רעוואלוציע און טראמפ רעוואלוציע, האבן געמאכט געוויסע אידן שפירן אז פון היינט און ווייטער זענען זייערע פריינט מערנישט אויפן דעמאקרטישע זייט נאר אויפן רעפאבליקאנע זייט, און הגם די דעמאקראטישע עסטעבלישמענט איז געבליבן די זעלבע מענטשען ווי פארדעם, האט אבער זייער כסדר'דיגע זיך פארענפערן פאר די לינקע און זייער מער געמאסטענע טאן ביים רעדן פון מיטל מזרח אישוס געמאכט מענטשען מיינען אז זיי זענען געווארן אידן פיינט און די רעפאבליקאנע זענען גאר געווארן די פריינט.
די נייע מהלך המחשבה איז ערגער געווארן אין די 2022 מידטורם וואלן, ווען א פלייץ פון אנטי-דעמאקראטישע רעקלאמעס באצאלט דורך די קאמפיין פון רעפאבליקאנע קעגנער, האט געמאכט אידן אין א געוויסע געגנט אין ניו יארק ארויסשטומען א גאר מאכטפולע דעמאקראט פון קאנגרעס וועלכע האט שוין אסאך אויפגעטוהן פאר אחב"י, ובפרט מיט זיין גאר שטארקע שטיצע פאר די פריזן רעפארם ביל, און ער האט טאקע פארדינט די אינדארסירונג פון העסקן ר' משה מארגרעטן, ס'האט אבער קיין סאך נישט געהאלפן ווען מ'האנדאלט אנטקעגן די נייע פאלשע אמונה וואס טראמפיזם האט אריינגעברענגט אין די חרדי'שע געמיינדע. די עולם האט בלינדערהייט געשטימט פאר זיין קעגנער, וועלכע איז גאר גוט אין העלפען מענטשען מיט פאספארטן און אנדערע פריוואטע אישוס, און איז א גאר שטארקע אוהב ישראל, אבער קומט פארשטייט זיך נישט אן צו די קנעכל פון וואס זיין פארגייער האט געהאט זייענדיג פון די מאכטפולסטע דעמאקראטן אין קאנגרעס און שטארק באפריינדעט מיט דעמאקראטישע לידערשיפ אין סענאט און אין ווייסע הויז. אין די זעלבע געגנט האט זיך עס אנגעזעהן אין די 2024 וואלן, ווען עולם גולם האט געקויפט די שמיץ קאמפיין אנטקעגן העסקן הנמרץ למען הכלל והפרט ר' בנציון ווידער, און ווי אויך ארויסגעשטימט א מאכטפולע דעמאקראטישע סטעיט סענעטאר און אריינגעשטימט א רעפאבליקאנע וואס חוץ פון קומען בעטן פאר שטימען קען ער גארנישט טאן פאר די קאמיוניטי, און האט אויך א היסטאריע פון אנטיסעמיטיזם, זייענדיג א חלק פון א גרופע וועלכע האט אויסגעטיילט צופקע צרות פאר אידן ווען מ'האט זיך אנגעהויבן אריינצוען אין יענע געגנט.
די זעלבע האט זיך פארשטייט זיך אנגעזעהן ביי די מלחמה נאך די שוידערליכע שמיני עצרת אטאקעס, ווען פרעזידענט ביידען איז - טראץ זיין גאר שטארקע פרא מדנ"י פאליסיס סיי אלס ווייס פרעזידענט און סיי אלס פרעזידענט, אריינגערעכנט בשעת די מלחמה - געווארן באצייכנט אלס א אנטיסעמיט פארן זיך איינמאל פראבירן חנפנען צו די ראדיקאלע חלק פון זיין פארטיי, וויסנדיג אז ער מוז געעוואונען ריעלעקשן אין 2024 און אז אויב וועט ער זיי נישט ווארפן עפעס א ביינדל איז ער א זיכערע פארלירער און זיי וועלן אים קיינמאל נישט פארגעבן (וכך הוה), און זיך דערוואגט צו סטראשענען מדנ"י אז ער וועט צורוקהאלטן פון זיי געוויסע וואפן. די עולם איז פלוצלונג בלינד געווארן, פארגעסן אז דער מענטש איז נישט געבוירן נעכטן, און ער האט א היסטאריע פון זיין א גאר שטארקע אידן פריינט.
עד היום הזה זענען דא טויזנטע אידן וואס מיינען אז אונזער עתיד צו קענען לעבן בשלום אויפן אמעריקאנע גלות באדן ליגט ביים רעכטע חלק פון פאליטישע ספעקטרום. דער שיטה איז אבער גאר שעדליך. אט איז די סיבה:
צוזאמען מיט די נייע טראמפ מאוומענט פון פאפיוליזם אויפן רעפאבליקאנע זייט, איז מיטגעקומען עפעס וואס הייסט "אמעריקע פירסט". די ווערטער זענען געוועהן א מהלך וויאזוי ער האט אריינגעשלעפט אין זיין באזע א גרופע עקסטרעם רעכטע אקטיוויסטן אז זיי זאלן אויך מיטשטיין מיט זיין נייע רעוואלוציע. די מענטשען זענען געוועהן גאר שטארק אנגעווייטאגט אויף פרעזידענט בוש און ווייס פרעזידענט טשעיני פארן אריינשלעפן אמעריקע אין די איראקער און אפגאניסטער מלחמה, לשיטתם איז דער מלחמה געוועהן געבויט אויף לעכערליכע טענות און איז געוועהן געשטיפט דורך פאלשע אינטעלישענץ פון זייער שטארק פארפיינטעטע דיפסטעיט און לאביאיסטן וועלכע ארבעטן פאר נישט-אמעריקאנע אינטערעסן, און ווען פרעזידענט טראמפ האט געזאגט "אמעריקע פירסט" האבן זיי געזעהן אין אים א עתיד פון אייסעלעישעניזם אנטקעגן די ביז יעצטיגע אינטערווענטשעניזם וואס האט דאמינירט אמעריקאנע אויסערן פאליסי, און זיי האבן זיך ארויפגעכאפט אויפן טראמפ באן.
די מענטשען זענען אבער נישט געבוירן צוזאמען מיט טראמפ, זיי זענען אלטע אפפאל פון די אידעלאגיעס וועלכע האבן ליידער אנגעזייט חורבנות אין אייראפע אין די תש"צ יארן ביזן ביטערע צווייטע וועלט מלחמה ווען זייער פירער איידאלף היטלער ימ"ש האט קאארדינירט א מאסן מארד קעגן אונזערע זיידעס און ליידער אומגעברענגט זעקס מיליאן אידישע נפשות השם ינקום דמם. די מענטשען זענען נאך היינט איספירירט פון היטלער, זיי פארשטייען אויך אז מען מוז אפהיטן די אמעריקאנער קולטור פון ווערן איבערגענומען דורך מינארעטעיטן וועלכע זענען נישט אמעריקאנע געבוירענע, נישט קריסטליך, נישט ווייס, אדער בעסער געזאגט אידן!! (אזויווי זייער פארגייער היטלער ימ"ש וועלכע איז געעוועהן א ראסיסט אבער האט למעשה געפאויקוסט בעיקר אויף אידן), זיי האלטן אז מדנ"י קאארדינירט אלעס וואס טוט זיך אין וואשינגטאן דורך זייערע לאביאיסטן וועלכע שטיצן קאמפיינס פון קאנדידאטן וועלכע זענען פרא מדנ"י, א שטייגער ווי סענעטאר טעד קרוז, לינזי גרעהם, וכולו, זיי האלטן אז די איראקער מלחמה איז אלעס געוועהן די ארבעט פון מדנ"י, וועלכע האט אריינגעשטיפט זייערע אייגענע אינטערעסן אין וואשינגטאן און אונטערגעקויפט זייערע אלטע ניאויקאן פריינט צו אריינשלעפן אמעריקע אין א מלחמה וואס וועט איר גארנישט העלפען נאר עס וועט העלפען די דזשידן. זיי באשילדוגן די אידן אין יעדע זאך וואס גייט נישט גוט אין די וועלט, זיי האלטן אויף יעדע דריטע מענטש אז ער איז א מוסד אגענט, זיי באשילדוגן פארשטייט זיך מדנ"י אין די מארד פון טשארלי קירק, זייער תירוץ אויף אלעס איז א ריזיגע קאנספיראציע טעאריע מיטן מוסד אויפן שפיץ, און אויב די קשיא ווערט נאכנישט פארענטפערט מאכט מען פשוט די קאנספעראציע נאך אבוסל גרעסער. די מענטשען לייקענען פארשטייט זיך די האלאקויסט, זענען שטארק אינספירירט פון היטלער, און "האבן גארנישט קעגן יודן" נאר זענען פשוט שטארקע ליבהאבער פון די מידת האמת…
די תוצאות פון דעם איז אז פרעזידענט טראמפ'ס מאגא באוועגונג באשטייט פון א קאליציע פון מענטשען וואס האסן זיך בעצם איינער דעם צווייטן. די ראסיסטן וועלכע זענען נישט אינטרעסירט אין די וואוילזיין פון אלגעמיינע ארבעטערס קלאס, און די אלגעמיינע ארבעטערס וועלכע זענען מער אינטרעסירט אין א פארזיכערטע עקאנאמיע און א קולטור וואו עס שפרידלט נישט קיין אפענע האס, און אויך א שטארקע באזע פון ספאנישע און אידישע וויילער וועלכע ציטערן פון די ראסיסטן. ס'איז א חידוש וויאזוי טראמפ האט צוזאמגעהאלטן דער קאליציע אין די פאריגע פרעזידענטליכע וואלן. נאר אזא מענטש ווי טראמפ וואס האט א צעמישטע מעסעדזשינג און זאגט יעדן איינעם דאס וואס זיי ווילן הערן איז ביכולת צו טאן אזא זאך. יעדע שטיק צייט ווארפט ער א ביינדל פאר א צווייטע חלק פון זיין באזע, און ווען דאס רעגט אויף א אנדערע חלק פון די באזע, ווארפט ער זיי א צווייטן ביינדל. ער לייגט אומדערהערטע טאריפס אויף יעדן לאנד אויף כדר הארץ פאר א סיבה לא נודע און דאס מאכט זייער פרייליך די אייסאלעישעניסטס אבער רעגט אויף די אלגעמיינע ארבעטערס קלאס, קומט ער אריין מיט א 2000 דאלער דיווידענט און א פופציג יעריגע מארגעדזש זיי אויך צופרודנשטעלן. ער באמבאדירט איראן'ס נוקלארע סייטס צו באפרידיגן געוויסע אין זיין באזע אבער אויפרעגן די אייסאלעישאניסטס, אבער פון די אנדערע זייט טרעפט ער זיך מיט פוטין אין אלאסקע ווייל ער"האט גאר א גוטע רילעישאנשיפ מיט אים" און דעמאלטס באפרידיגט ער זיי. בקיצור, זיין דאמעסטיק און פארין פאליסי זענען ביידע גאר צעמישענד פאר פיליזאפיקער און אנאלאזירער וואס פראבירן צו פארשטיין זיין אידאלאגיע, אבער יעדע אינדעווידזשועל טרעפט זיך חלקים וואס מאכן אים צופרידן.
דאס איז אלעס גוט ווילאנג טראמפ איז אונעם בילד, איינמאל ער גייט ארויס פון ווייסן הויז וועלן זאכן אויסקוקן גאר אנדערש. די פיוטשער פירער פון די מאגא באוועגונג וועט לכאורה נישט זיין נאך איינער וואס זוכט צוזאמהאלטן אלע, נאר ענדערש איינער פון צווישן די אלע גרופעס וואס וועט פראבירן שלעפן די גאנצע באוועגונג אין זיין דירעקציע און ווער ס'האלט נישט ביים מיטקומען וועט ער זאגן ביי ביי. עס טוט זיך שוין יעצט א אינערליכע געראנגל אין מאגא ווער ס'זאל זיין די נייע פירער פון די פארטיי. און וועלכע חלק פון די קאליציע ער זאל פרעזענטירן. דער אינערליכע ריס קומט לעצטענס גאר שטארק ארויס אויפן אויבערפלאך מיט די קאנטרעווערסיע ארום טאקער קארלסאן.
קארלסאן איז געפלויגן פון פאקס ניוז אין יאר 2022, און זייט דעמאלטס זיך געטראפן מיט אסאך ליידיג צייט און א מוראדיגע רייץ פאר פובליסיטי און אטענטשין. ער האט געטראפן זיין ענטפער אין די וועלט פון סאציאלע מידיע, דארט דרייען זיך אסאך יונגע צעהיצטע מוחות וואס זענען גרייט צו זיך באפריינדן מיט סיי ווער, ווילאנג יענער פיטערט זיי מיט קאנספיראציע טעאריעס און ווילדע האס, זענען זיי גרייט מיטצולויפן מיט אים. טאקער האט אנגעהויבן גיין וואס מער אין יענע דירעקציע אין די פארם פון א רייע גאר קאנטרווערסיאלע אינטערוויוס, ווי צום ביישפיל זיין אינטערוויו מיט פוטין, די פירער פון איראן (פראביר שרייבן זיין נאמען און לאמיך וויסן וויאזוי ס'געוועהן), אלעקזאנדער דוגין, אלעקס דזשאונס, און גאר לעצטענס מיט ניק פוענטעס.
פוענטעס, איז א גאר גוטע ביישפיל פון נאציאנאליזם און ראסיזם און אפענע אנטיסעמיטיזם אין די רעכטע באוועגונג. ער איז א האלאקויסט דינייער, האלט אז מדנ"י קאנטראלירט אלעס, ער זאגט אז מ'דארף ארויסווארפן פון לאנד אידן וואס פראבירן זיך אננעמען פאר וואשינגטאן'ס פרא-מדנ"י פאליסיס, ער איז פארשטייט זיך רזיג אויף סאציאלע מידיע און פירט א באוועגונג מיטן נאמען די "גרויפערס".
אזויווי אייביג, האט טאקער זיך איינגעהילט אונעם שלייער פון א פשוטע דזשורנאליסט וועלכע גלייכט נישט קענסל קולטור און האלט אז מ'דארף הערן יעדעם'ס אפיניען און מאכן א דעבאטע, און נישט חס ושלום אז ער זיכט פשוט צו אינטערשטיצן די פאפולערקייט פון פוענטעס. און אזויווי אייביג האט ער אים געגלעט און נישט געפרעגט קיין איין שווערע שאלה און אים געלאזט אליינס אפמאכן וואס ער וויל דוסקוסירן און וואס נישט. מ'האט נישט אנגערירט דארט קיין איינס פון פוענטעס' עכטע שיטות נאר געגאנגען ארום און ארום.
די רעאקציע צו דעם אינטערוויו איז געוועהן אזאוינס וואס האט יעדעם ארויסגעשלעפט פון די לעכער, פון איין זייט איז געשטאנען טעד קרוז, לינזי גרעם, בען שפירא, מארק לעווין וכו' וכו' און פארדאמט טאקער, פון די אנדערע זייט איז געשטאנען די פרעזידענט פון העריטעזש פאוינדעישן און זיך אנגענומען פאר אים, און ווי אויך ווייס פרעזידענט דזשעי די ווענס וועלכע האט זיך אנטזאגט פון פארדאמען זיין אלטע גוטע פריינט טאקער קארלסאן.
ווענס, זייענדיג אליינס א גרויסע אייסאלעישאניסט וועלכע פלעגט נישט גלייכן שטיצע פון אוקריינע אדער מדנ"י און פלעגט זיצן צוזאמען מיט טאקער און שרייען אויף די רעפאבליקאנער פארטיי, האט זיך געמוזט בארואיגן איינמאל ער איז ארויף אויף טראמפ'ס טיקעט, אלס ווייס פרעזידענט טרעפט ער זיך זייער אסאך מאל פארטיידיגן זיין בעה"ב כאטשיג ער אליינס האלט נישט וואס ער זאגט, ער האט נישט קיין ברירה און מוז זיין טראמפ'ס פאפעט, האלט ער זיך צוריק פון זאגן זיינע אמת'ע שיטות און שרייבט עס נאר אויפן סיגנעל טשעט גרופע, און ווען עס ליקט ארויס צו די פרעסע איז טאקע גרויסע בושות.. אבער דאס אלעס טוט ער נאר ווען ס'האנדלט זיך פון אדמינעסטראציע פאליסיס, אין אנדערע פלעצער קומט יא ארויס זיין שטארקע אייסאלעישאניזם, ווי צום ביישפיל ווען ער איז געפרעגט געווארן ביי אן איווענט פון טורניג פוינט יו עס עי אין מיסיסיפי וואס ער זאגט צו די יוגנטליכע אין די פארטיי וועלכע האלטן אז וואשינגטאן איז קורופטירט און געפירט דורך מדנ"י, און אנשטאט זיי פארדאמען האט ער געזאגט אז מ'דארף זיי פארשטיין, מ'טאר זיי נישט אנשרייען, ווייל די יוגנט איז יעצט דארט און זיי זענען אויפגערעגט. ווענס האט א שוואכקייט צו די ראסיסטן ווייל ער איז איינשטימיג מיט רוב פון זייער שיטות. ער האט אויך קיין גרויסע פראבלעם מיט דאס וואס זיין אלטע פריינט טאקער האט זיך אנגענומען ביי טשארלי קירק'ס געדענקמאל צערעמאניע פאר די וואס באשולדיגן די מוסד אין קירק'ס מארד זאגנדיג אז "ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס א יוד הרגע'ט א קריסט בלויז פארן זאגן די אמת" (מיינענדיג דעם אותו האיש). ווענס איז זייערס א מענטש, און וועגן דעם האט קארלסאן אזוי שווער געארבעט אים ארויפצוריקן אויף טראמפ'ס טיקעט אין יאר 2024, וואוסענדיג אז דאס וועט געבן מאכט פאר אזעלכע מענטשען ווי אים וואס וועלן זיך טרעפן ביים אויבנאן פון די פארטיי אנשטאט צו זיין פארשטיפט אויף זייער עקס-אקאוינט.
רבותי!! די אינוועסטמענט זייערע האט זיך אויסגעצאלט!! לויט אלע ווארשיינליכקייטן וועט דזשי די ווענס זיין די רעפאבליקאנע נאמיני אין 2028, און מיט דעם שלעפן די גאנצע פארטיי אין די דירעקציע פון זיינע ראדיקלע קאלעגעס!! מיר אידן האבן קיין שום פיוטשער אין דעם פארטיי!! די יוגנט נעמט עס אונגאנצן איבער און דער וואס האלט נישט ביים מיטגיין איז דערנאך!! אונזערע א"ג פריינט האלטן אט אט ביים אראפנעמען די שלייער און זאגן די אמת אין פנים אריין!! מיר דארפן אויפהערן גלייבן אין דער משוח שקר דאנאלד טראמפ וועלכע קען נישט העלפן אפילו אויב ער וויל!! וועקט אייך אויף!! הערט אויף מיט דער בלינדע טראמפיזם!!
די שטארקע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין די קאנסירוועטיווער באוועגונג
Re: די שטארקע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין די קאנסירוועטיווער באוועגונג
download/file.php?id=53931
וועלקאם צו די טראמפ וועלט, די וועלט וואו גוט און שלעכט ווענדען זיך נאר אין געטריישאפט צום פירער, נישט קיין שום אנדערע פאקטאר. MTG קען זאגן צו צודרייטסטע זאכן מעגליך און ס'גייט דעם בחור נישט אן ווילאנג זי קריטיקירט אים נישט פערזענליך. די רגע זי האט אים אנגעהויבן קריטיקירן איז זי פלוצלינג געווארן א פראבלעם. קענסט זיין די גרעסטע אנטיסעמיט, ווילאנג בוסט פרא-טראמפ וועט ער דיך שטיצן, פונקט ווי טאקער האט אויך נאר געכאפט ביים פערזענליך קריטיקירן ביי די איראנער מלחמה. מיט אזעלכע פריינט....

או יאמר אלעס ווענדט זיך צי דו ביסט געטריי פאר דער שיטה, אויב גייסטו פעדלען פאר די דעמאקראטן לטובתם א_ווי מעקעין און מעקאנעל בשעתם; באקומט מען א באהאנדלונג ווי א ריינאו לכל דבר, קיין ברעקל רחמנות. נישט אויף די אלטע פאררעטער און נישט אויף די נייע.ישי הלחמי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 7:26 pm download/file.php?id=53931
וועלקאם צו די טראמפ וועלט, די וועלט וואו גוט און שלעכט ווענדען זיך נאר אין געטריישאפט צום פירער, נישט קיין שום אנדערע פאקטאר. MTG קען זאגן צו צודרייטסטע זאכן מעגליך און ס'גייט דעם בחור נישט אן ווילאנג זי קריטיקירט אים נישט פערזענליך. די רגע זי האט אים אנגעהויבן קריטיקירן איז זי פלוצלינג געווארן א פראבלעם. קענסט זיין די גרעסטע אנטיסעמיט, ווילאנג בוסט פרא-טראמפ וועט ער דיך שטיצן, פונקט ווי טאקער האט אויך נאר געכאפט ביים פערזענליך קריטיקירן ביי די איראנער מלחמה. מיט אזעלכע פריינט....
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: די שטארקע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין די קאנסירוועטיווער באוועגונג
ישי הלחמי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 7:26 pm download/file.php?id=53931
וועלקאם צו די טראמפ וועלט, די וועלט וואו גוט און שלעכט ווענדען זיך נאר אין געטריישאפט צום פירער, נישט קיין שום אנדערע פאקטאר. MTG קען זאגן צו צודרייטסטע זאכן מעגליך און ס'גייט דעם בחור נישט אן ווילאנג זי קריטיקירט אים נישט פערזענליך. די רגע זי האט אים אנגעהויבן קריטיקירן איז זי פלוצלינג געווארן א פראבלעם. קענסט זיין די גרעסטע אנטיסעמיט, ווילאנג בוסט פרא-טראמפ וועט ער דיך שטיצן, פונקט ווי טאקער האט אויך נאר געכאפט ביים פערזענליך קריטיקירן ביי די איראנער מלחמה. מיט אזעלכע פריינט....
Re: די שטארקע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין די קאנסירוועטיווער באוועגונג
קודם שלום עליכם.
עס איז זייער שווער צו ליינען. עס איז זייער צאמגעשטופטע טעקסט, ווייניג ספעיסעס, און בכלל איז זייער שווער צו ליינען אזעלעכע לאנגע דעמאגאגיע צאמגעפלאכטענע שטותים קאנספיריראציעס און היסטארישע טעותים. אבער עס קומט אייך קרעדיט פארן נעמען די מי...
עטליכע הערות
דאס אז רעפאבליקאנער זענען געווען אנטי אימיגראציע האט זיך אנגעהויבן שפעטער בשעת רעיגען איז גאר געווען אין א געוויסע זין פרא לעגאלע אימיגאראנטן. ווי מער די רעפאבליקענע פארטיי איז געווארן פאפוליסטיש האבן זיי אנגעהויבן מער צוניצן אימיגראציע אלס א מיטל צו אפעלירן צום המון עם ווייל דאס איז דוקא א סיבה פארוואס א מענטש זאל ווילן שטימען רויט.
אידן בכלליות זענען אלס געווען רעפאבליקען געשטימט פרעג דיך נאך איבער רעיגען אין בוש און ביי ראמני געדענקען מיר נאך גוט נאר ווי גאנץ אמעריקא איז אמאל געווען מער שייך אז לאקאל זאל מען גיין קעגן די אייגענע פארטיי אבער אויך דעמאלטס איז דער עולם פיין געווען פארן ריפאבליקען קודם דזשוליאני און דערנאך בלומבערג אנהויב.
רבוש"ע טי פארטי מיט מאגא????? די איינציגע שייכות צווישן די צוויי איז אז ביידע זענען א מאוועמענט אינערהאלב די רעפאבליקאנע און ביידע זענען קעגן די עסטעבלידזשמענט אינערהאלב די פארטיי פארן שפילן מה יפית אבער חוץ פון דעם גארנישט!! נישט געהאט א קאנדידאט אין 2012??? גינגריטש און נאך איינער איך געדענק שוין נישט האבן פעסט געטרייט. 2016 האבן זיי ארויסגעשטעלט א אומבאקאנטע קאנדידאט??? איר מיינט אפשר טעד קרוז? און בכלל וואס איזז דעי מישמאש ווייל די טי פארטי איז געווען ריין קאנסערווערטיוו און גאר געפייט דערויף האט דער עולם וואס פלעגט זיך עקלען פון די רעפאבליקאנער קאנסערוועטיזעם זיך אנגעהויבן דערנענטערן צו די רעפאבליקאנע וואס זענען נאך גאר מער עקסטרעים ווי אמאל??? מאכך אביסל ריסערטש פארן שרייבן (אדער הער איבער שמעון ראלניצקי) ביטע.
איך בין מיד פון אזעלכע שטותים
פליז לאולער אויך??? סאיז באצאלט דורך רעכטע אדער דער עולם גייט פאר טראמפ? עפעס א קארופטירטער אלטער לינקער שמוציגער דעמאקראטישער פאליטישאן וואס האט עטליכע מאל געהאלפן אידן בעיקר פון קרית יואל (און עס קומט אים פולע קרעדיט) און אויך געווען פון די דעמאקראטישע לידעשיפ וואס האבן געשטיפט די פריזאן ריפארם ביל(געמער אים אויך קרעדיט) איז קאמפערד צו די מערסט אקטיווער קאנגרעסמאן אין אמעריקע איינער וואס ארבעט מיט יעדעם (מאגא, עסטעבלישמענט, דעמאקראטן, פראגרעסיווע,) האט פינגער אפדרוקן אין יעדע ביל אין קאנגרעס די לעצטע פאר יאר און העלפט געטריי אידן אין ניו יארק מיט אלעם אויף א פארנעם וואס כולי עלמא מודי אז סאיז קיינמאל געווען ביפאר
איך פיל מיך סטופיד פארן ענטפערן אזעלעכע שטתים איך סטאפ דא.
אגב אייער קעפל איז גערעכט אז סאיז דא געוויסע אין מאגא וואס זענען א סכנה אבער די גאנצע מישמאש האט קיין שייכות. אין די נעמען און פאקטן זענען אויך מופרך מידי. ווען איך ווער ווען נישט אויפגערעגט אינמיטן שרייבן וואלט איך ווארשיינליך אויס געקלארט אסאך זאכן איבער די הוה און עתיד פון מאגא אבער איך שטעל זיך אפ קומענדיג צום הכרה אז איך בין געפאלן א קרבן צו א טראלער....

-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: די שטארקע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין די קאנסירוועטיווער באוועגונג
אידן זענען געוועהן רעפאבליקאנער נאר אונטער ניאוי-קאנס וועלכע האלטן זיך בדרך כלל פאר Christian Zionists, און ס'נישט געוועהן פאפולער אזויווי אונטער טראמפ (כ'האב נישט קיין פראבלעם אז דו ליינסט נישט מיין פאויסט אבער ווען דו וואלסט עס געליינט וואלסטו געזעהן אז כ'האב געשריבן וועגן דעם).קלאפן האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 1:48 am קודם שלום עליכם.
עס איז זייער שווער צו ליינען. עס איז זייער צאמגעשטופטע טעקסט, ווייניג ספעיסעס, און בכלל איז זייער שווער צו ליינען אזעלעכע לאנגע דעמאגאגיע צאמגעפלאכטענע שטותים קאנספיריראציעס און היסטארישע טעותים. אבער עס קומט אייך קרעדיט פארן נעמען די מי...
עטליכע הערות
דאס אז רעפאבליקאנער זענען געווען אנטי אימיגראציע האט זיך אנגעהויבן שפעטער בשעת רעיגען איז גאר געווען אין א געוויסע זין פרא לעגאלע אימיגאראנטן. ווי מער די רעפאבליקענע פארטיי איז געווארן פאפוליסטיש האבן זיי אנגעהויבן מער צוניצן אימיגראציע אלס א מיטל צו אפעלירן צום המון עם ווייל דאס איז דוקא א סיבה פארוואס א מענטש זאל ווילן שטימען רויט.
אידן בכלליות זענען אלס געווען רעפאבליקען געשטימט פרעג דיך נאך איבער רעיגען אין בוש און ביי ראמני געדענקען מיר נאך גוט נאר ווי גאנץ אמעריקא איז אמאל געווען מער שייך אז לאקאל זאל מען גיין קעגן די אייגענע פארטיי אבער אויך דעמאלטס איז דער עולם פיין געווען פארן ריפאבליקען קודם דזשוליאני און דערנאך בלומבערג אנהויב.
רבוש"ע טי פארטי מיט מאגא????? די איינציגע שייכות צווישן די צוויי איז אז ביידע זענען א מאוועמענט אינערהאלב די רעפאבליקאנע און ביידע זענען קעגן די עסטעבלידזשמענט אינערהאלב די פארטיי פארן שפילן מה יפית אבער חוץ פון דעם גארנישט!! נישט געהאט א קאנדידאט אין 2012??? גינגריטש און נאך איינער איך געדענק שוין נישט האבן פעסט געטרייט. 2016 האבן זיי ארויסגעשטעלט א אומבאקאנטע קאנדידאט??? איר מיינט אפשר טעד קרוז? און בכלל וואס איזז דעי מישמאש ווייל די טי פארטי איז געווען ריין קאנסערווערטיוו און גאר געפייט דערויף האט דער עולם וואס פלעגט זיך עקלען פון די רעפאבליקאנער קאנסערוועטיזעם זיך אנגעהויבן דערנענטערן צו די רעפאבליקאנע וואס זענען נאך גאר מער עקסטרעים ווי אמאל??? מאכך אביסל ריסערטש פארן שרייבן (אדער הער איבער שמעון ראלניצקי) ביטע.
איך בין מיד פון אזעלכע שטותים
פליז לאולער אויך??? סאיז באצאלט דורך רעכטע אדער דער עולם גייט פאר טראמפ? עפעס א קארופטירטער אלטער לינקער שמוציגער דעמאקראטישער פאליטישאן וואס האט עטליכע מאל געהאלפן אידן בעיקר פון קרית יואל (און עס קומט אים פולע קרעדיט) און אויך געווען פון די דעמאקראטישע לידעשיפ וואס האבן געשטיפט די פריזאן ריפארם ביל(געמער אים אויך קרעדיט) איז קאמפערד צו די מערסט אקטיווער קאנגרעסמאן אין אמעריקע איינער וואס ארבעט מיט יעדעם (מאגא, עסטעבלישמענט, דעמאקראטן, פראגרעסיווע,) האט פינגער אפדרוקן אין יעדע ביל אין קאנגרעס די לעצטע פאר יאר און העלפט געטריי אידן אין ניו יארק מיט אלעם אויף א פארנעם וואס כולי עלמא מודי אז סאיז קיינמאל געווען ביפאר
איך פיל מיך סטופיד פארן ענטפערן אזעלעכע שטתים איך סטאפ דא.
אגב אייער קעפל איז גערעכט אז סאיז דא געוויסע אין מאגא וואס זענען א סכנה אבער די גאנצע מישמאש האט קיין שייכות. אין די נעמען און פאקטן זענען אויך מופרך מידי. ווען איך ווער ווען נישט אויפגערעגט אינמיטן שרייבן וואלט איך ווארשיינליך אויס געקלארט אסאך זאכן איבער די הוה און עתיד פון מאגא אבער איך שטעל זיך אפ קומענדיג צום הכרה אז איך בין געפאלן א קרבן צו א טראלער....
טי פארטי איז נישט מאגא, ס'איז א חלק פון די מאגא באוועגונג (מאגא האט נישט קיין אידעלאגיע. חוץ פון אראפרייסן די אלטע סיסטעם מיט עפעס ניי מיינט מאגא גארנישט, ס'איז א קאליציע פון היץ קעפ. טי פארטי האט יא), און די סוקסעס פון מאגא אין די פארטיי איז נאר געוועהן אדאנק די טי פארטי העצע און ווייטאג קעגן א"ג ריינאויס וואס איז שוין געקומען בעפאר.
כ'האב נישט געזאגט זיי האבן נישט געהאט קיין קאנדידאט אין 2012 נאר אז ער איז נישט געוועהן די למעשה'דיגע נאמיני משא"כ 2016.
לאולער'ס קאמפיין האט נישט פארקויפט מער ווי נאך טיפישע רעפאבליקאנע טאקינג פוינטס וועלכע וואלטן קיינמאל געשלאגן ווארצלען אי לאו די ניצבארע אידיאטישקייט פון היימישע עולם'ס טראמפיזם. לאולער איז זייער מעינסטרים און בייפארטיזען און העלפט יודן אין ניו יארק מיט מיליאן קליינע אישוס אבער קיין איין גרויסע, משא"כ מעלויני, וואס לפענ"ד זענען גרויסע דעגרייכונגען (א שטייגער ווי צדק'ס בילס) סאך וויכטיגער צו קענען דורכפירן אין אזא פארמאכטע פארקנאקטע פלאץ ווי וואשינגטאן.
דיין ווילדע רעטאריק וואס דו ניצט איז נאך א קלארע ראיה אויף קליפת טראמפ וואס האט נישט קיין שייכות מיט רעאליטעיט נאר איז א תאוה ווי אלע תאוות. א געשמאק פון קענען שפירן "מיר זענען ארויס פון די באקס", מיר טראכטן בעסער ווי טיפישע אמעריקאנע און לאזן זיך נישט פאלן, ס'איז א מהלך המחשבה וואס האט אלעמאל אויסגענומען שטארקע פאפולערקייט ביי חסידי'שע אידן