כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 548
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1168

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 12:04 pm
שעפעריש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:04 am ש'כח @מענדי א פחד צו ליינען, ס'רייסט ביים הארץ,
וויפיל מ'הערט קען מען נאכאלץ נישט באגרייפן וויפיל רשעות ס'קען ליגן אין איין מענטש,
זאל די אויבערשטער שוין פריילעך מאַכן די אומשולדיגע אויסגעלייטערטע מ'תיקון'דיגע אידעלעך😥😥😥
רשעות צו שגעון אדער פשוט'ע דמיונות אדער ALL OF THE ABOVE?

https://toirem.org/31069
דאס קען העלפן מענדי'ס משפחה מער ווי אלעס
אויף וואס איז די קאמפיין? עס איז באשטעטיגט ביי די עסקנים?
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 12:35 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 12:04 pm
שעפעריש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:04 am ש'כח @מענדי א פחד צו ליינען, ס'רייסט ביים הארץ,
וויפיל מ'הערט קען מען נאכאלץ נישט באגרייפן וויפיל רשעות ס'קען ליגן אין איין מענטש,
זאל די אויבערשטער שוין פריילעך מאַכן די אומשולדיגע אויסגעלייטערטע מ'תיקון'דיגע אידעלעך😥😥😥
רשעות צו שגעון אדער פשוט'ע דמיונות אדער ALL OF THE ABOVE?

https://toirem.org/31069
דאס קען העלפן מענדי'ס משפחה מער ווי אלעס
אויף וואס איז די קאמפיין? עס איז באשטעטיגט ביי די עסקנים?
דאס איז פאר מענדי'ס מאמע און געשוויסטער דעם לינק האט שוין דא עטליכע מאל געהאט באשטעטינג פון די עסקנים.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
ארי שמחה
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 4:40 pm
x 11

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ארי שמחה »

קען מען מאכן א עקסטערע אשכול נאר פון מענדי׳ס געשיכטעס?
איך וויל עס ליינען אבער עס איז שווער צי טרעפן אין אזוי סאך פאוסטס
יעקב דוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 258

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יעקב דוד »

ז'וריקער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:35 am דאס איז נאר א חלק פון די שטורעמישע מעשה פון ר' יואליש מארקוס וואס האט עס אליינס דערציילט אויף אן אינטערוויא וואס איז געווען ארויפגעלייגט דא ממילא זעה איך נישט די פראבלעם פון שרייבן א נאמען
קענסט ביטע איבערלייגן דעהם לינק?
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

יעקב דוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 12:47 pm

אוודאי גערין

https://toirem.org/31069
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 168
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

viewtopic.php?p=155646#p155646
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
בוכהאלטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
Location: Monroe
x 82

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בוכהאלטער »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 12:34 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 11:34 am
מענדי קעניג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 6:26 pm

ייש"כ פאר די גוטע ווערטער.
כוועל זיין אמתדיג כהאב שוין א שיינע פאר מאל געזיצן און געשריבן פאר איבער א האלבע שעה און די מערכת האט עס גימעקט אונטער 5 מיניט נאכן פאוסטן.
מיט די צייט לערן איך וואסערע זאכן צו שרייבן און וואס נישט. בכלליות קומט מיך אויס צו שרייבן נאר ווען איינער שרייבט עפעס און איך אריין מיט די צווייטע זייט/חלק פון די מעשה.
נישט אייביג לאזט מען מיך שרייבן דברים כהווייתן...
@מענדי קעניג מאמע פארלירט זירע דירה, ווייל זי קען נישט צאלן פאר די קליין פארשטופט'ע לאך צו וואוינען.

ס'קאסט $1,400 פאר אירע רענט.

וויל איינער ספאנסערן א חודש רענט פאר $1,400 אדער א וואך= $350 פאר א צעבראכענע פרוי א יוצא פון ל"ט?

https://toirem.org/31069

די משפחה צורייסט זיך שרעקליך זיי האלטן יעצט אויס א מאמע מיט א פאר שוועסטערס מיט אלע אויף איינמאל, ווען זיי אליין זענען בסה"כ אליין יוצאים, וואס האבן נישט די גרויסע פארמעגליכקייטן.

ענק אלע זען @מענדי קעניג קווענקילט זיך שוין, פאר די ריכטיגע סומע וועט ער אפשר זיין גרייט אויף דעם אינטערוויו
רבותי לאמיר אלע שרייען צו משפחה מלכה מיר כלל ישראל גייט ענק העלפן
נישט נאר שרייען נאר טוען למעשה. ווי זאגט די וועלט צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט, הלואי זאל איך זיך קענען מער משתתף זיין.
פערל פיסקעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:35 pm
x 53

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פערל פיסקעל »

מענדי דיינע ווערטער זענען ממש א פחד!!! :oops: :cry: :oops: :cry:
אבער דאך זייער אינטרעסאנטע אינפארמאציע!! 8-) 8-)
דער עולם האט זייער הנאה און וועט זיך פרייען צו הערו נאך.......
שכח
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

פערל פיסקעל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 2:14 pm מענדי דיינע ווערטער זענען ממש א פחד!!! :oops: :cry: :oops: :cry:
אבער דאך זייער אינטרעסאנטע אינפארמאציע!! 8-) 8-)
דער עולם האט זייער הנאה און וועט זיך פרייען צו הערו נאך.......
שכח

די עולם רופט זיך אן גאר ווארעם.
ווער כאפט א וואך רענט פאר מענדי'ס מאמע?
$350 וועט געבן זיין מאמע א קליין דעכל אויפן קאפ פאר א וואך צייט

https://toirem.org/31069
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 184
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 717

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

ים התלמוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 11:08 am
מענדי קעניג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 1:40 am וכך הווא 2 וואכן פאר ראש השנה איז נתברר גיווארן אז די פיש פלייש אייער מילך זענען טריפה ליידער און אסור בתכלית האיסור.
פאר דעע איסור וואס האט מען געמעגט עסן? וואס זענען געוועהן די הלכות און פון וואו האט מען באקומען די פלייש פיש און מילך וכו'?
פלייש פלעגט ר' הערשל ווייס און ר' יושע מארקאוויטש אראפפארן מזמן לזמן.

@מענדי קעניג זיי אונז ביטע מהנה, גיי אן ווייטער מיט א שטארקייט
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3384

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

ז'וריקער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:35 am דאס איז נאר א חלק פון די שטורעמישע מעשה פון ר' יואליש מארקוס וואס האט עס אליינס דערציילט אויף אן אינטערוויא וואס איז געווען ארויפגעלייגט דא ממילא זעה איך נישט די פראבלעם פון שרייבן א נאמען
אויב איך בין גערעכט, רעדט מען נישט פון ר' יואל מארקוס. עס רעדט זיך פון אן אנדערן יונגערמאן, וועלכער וואוינט נאך היינט אין גואטאמאלא.

לאמיר עס לאזן דא, און נישט חוקר זיין אין די אידענטיטעט פון יחידים.
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 313

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חצקל משמש »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 1:33 pm דערמאנונג און קלארשטעלונג:

צוערשט א דערמאנונג, אז מען טאר נישט טראכטן שלעכטס אויף א איד. ביי א ת"ח שטייט 'שמא הרהור תשובה בלבו'. ביי א פשוטע איד איז דאס עכ"פ זיכער נוגע ווען ער/זיי האט/האבן זיכער א הרהור תשובה. כ"ש ווען מ'טוט מעשים בפועל צו תשובה טון.

דערנאך א קלארשטעלונג, אז ס'איז דא אויף דער וועלט גאלאנען פון אמת'ע ווייטאג, בארעכטיגטע ווייטאג, ריכטיגע טיפע ווייטאג, און קיין איינע פון די אלע האבן נישט זייער פלאץ אויף א ערליכע פארום ווי אידטיש. דאס נעמט גארנישט אוועק פון די ווייטאג, ס'איז נאר א מציאות אז די סארט ווייטאג באלאנגט נישט אויף א פובליק פארום. מיר האפן אלע אז די ווייטאג זאל זיך אויסגראדן, ווען די צייט וועט קומען פאר אלעמען זיך צו ערהוילן פונעם עבר אינגאנצן, קענען מפייס זיין וועמען מ'דארף, און זיך דורכקומען באהבה ואחוה ושלום וריעות.

דא אין דעם אשכול איז געווען אן אויסנאם פון רעדן אפן איבער עוולות פון יחידים, פאר איין איינציגע סיבה: ווייל דער דעת תורה האט געזאגט אז מ'דארף טון אלעס אין דער וועלט צו צוברעכן דעם מקום הרשע וואס הייסט "כת לב טהור". איינער וואס האט פארלאזט דעם כת, מיט גוטן אדער מיט בייזן, מיט'ן מחשבה אדער נאר מיט'ן מעשה, איז מצדינו - און מצד כלליות ישראל - אין א בחינה ווי דער רמב"ם זאגט עכשיו אהוב הוא וגו', מיר האבן אים ליב ווי יעדן איד, און דער היתר פון אויסגעבן ווייטאג ברבים איז אין קיין פאל מער נישט פארהאן. ווי געזאגט, מיר האפן אלע אז די ווייטאגן וועלן זיך אויסגראדן, נישט דורך אידטיש.

ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע שרייבער דא נישט צו ציען קיינעמס נערוון אויך נישט, מיט איבערגעטריבענע טיטלען וכדומה, ווייל דאס טריגערט אנדערע.

און ביטע מער נישט אויפברענגען די נושא הנ"ל בכלל, נאר באריכטן א פאוסט אויב פעלט זיך אויס.

ויה"ר אז דער זכות פון הצלת נפשות מישראל בס"ד זאל אונז אלע ביישטיין צום יום הדין, און אודאי די וועמען דער צוגאנג דא במשך די לעצטערע חדשים האט אזוי געשטערט הלמאי מען קאנטראלירט דא וויפיל מאל מען קען פרעגן א קושיא וכו'... איז דאך דער שוועריקייט זיכער א וואג אויפ'ן וואגשאהל... זאלן מיר אלע האבן א זיס יאר, תחל שנה וברכותיה.
.
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

חצקל משמש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 3:52 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 1:33 pm
► Show Spoiler
.
דער אויבענדערמאנטע מודעה איז נאר איין פרט אין וויאזוי אידטיש פירט זיך בנוגע מעקן די פאוסטס. איך וואלט געבעטן אז די מנהלי המערכת זאלן ארויסגעבן מער בנוגע די ענין. מיר האט מען למשל געמעקט פאר'ן שרייבן גאנץ א פארעווע אנעקדאט וועגן די פריערדיגע מנהיג פון לב טהור (נישט קיין גנאי און אויך נישט קיין גרויסע שבח), איך האב נישט קיין אנונג פארוואס. ביטע אויסקלארן. א דאנק.
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 313

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חצקל משמש »

ים התלמוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 4:18 pm
חצקל משמש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 3:52 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 1:33 pm
► Show Spoiler
.
דער אויבענדערמאנטע מודעה איז נאר איין פרט אין וויאזוי אידטיש פירט זיך בנוגע מעקן די פאוסטס. איך וואלט געבעטן אז די מנהלי המערכת זאלן ארויסגעבן מער בנוגע די ענין. מיר האט מען למשל געמעקט פאר'ן שרייבן גאנץ א פארעווע אנעקדאט וועגן די פריערדיגע מנהיג פון לב טהור (נישט קיין גנאי און אויך נישט קיין גרויסע שבח), איך האב נישט קיין אנונג פארוואס. ביטע אויסקלארן. א דאנק.
viewtopic.php?p=200139#p200139
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

בוכהאלטער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 1:03 pm
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 12:34 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 11:34 am
@מענדי קעניג מאמע פארלירט זירע דירה, ווייל זי קען נישט צאלן פאר די קליין פארשטופט'ע לאך צו וואוינען.

ס'קאסט $1,400 פאר אירע רענט.

וויל איינער ספאנסערן א חודש רענט פאר $1,400 אדער א וואך= $350 פאר א צעבראכענע פרוי א יוצא פון ל"ט?

https://toirem.org/31069

די משפחה צורייסט זיך שרעקליך זיי האלטן יעצט אויס א מאמע מיט א פאר שוועסטערס מיט אלע אויף איינמאל, ווען זיי אליין זענען בסה"כ אליין יוצאים, וואס האבן נישט די גרויסע פארמעגליכקייטן.

ענק אלע זען @מענדי קעניג קווענקילט זיך שוין, פאר די ריכטיגע סומע וועט ער אפשר זיין גרייט אויף דעם אינטערוויו
רבותי לאמיר אלע שרייען צו משפחה מלכה מיר כלל ישראל גייט ענק העלפן
נישט נאר שרייען נאר טוען למעשה. ווי זאגט די וועלט צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט, הלואי זאל איך זיך קענען מער משתתף זיין.
ווער נאך כאפט א וואך רענט ביי קליקן דעם לינק?

https://toirem.org/31069
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

מענדי קעניג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 1:40 am ראש השנה תשע"ט.

עס איז גיווען א דראמאטישע תקופה פון שרקליכע בירורים מהאט גיזעהן בחוש ווי די אייבערשטער שאקעלט די שטריק אזוי שטארק פאר די גאולה און מענטשן פאלן אוועק פון די קדושה ווי פליגן.

די רבי שליט"א / חכם האט שוין אנגיזאגט מיט רוח הקודש תשעה באב אז ימים נוראים צייט וועט זיין שטארקע בירורים. וכך הווא 2 וואכן פאר ראש השנה איז נתברר גיווארן אז די פיש פלייש אייער מילך זענען טריפה ליידער און אסור בתכלית האיסור.
גלייך נאכדעם זענען די 2 לעווי'ס אוועק גיפאלן פון די קדושה אזוי אויך מרת טעלער וואס האט ווייטער גיגעסן פיש האט גיפלויגן פון די חבורה גלייך נאך יום הקדוש. אפילו די רב שליט"א האט גיהאט שווערע ניסיונות דעמאלטס וואס די אנהייב האט ער נישט ביי גישטאנען און די רבי האט עהם געמוזט מרחק זיין אבער ב"ה ערב שבת תשובה האט ער זיך גיכאפט און מקבל גיווען אלע תיקוני תשובה און זוכה געווען צוריק אריין צו קומען אינעם הייליגן שטעטל.

מוצאי ראש השנה האט די חכם באקומען א רוח הקודש אז סדא גרים וואס האבן ווייטער גיגעסן די טריפה'נע פיש, אבער די רוח הקודש האט נישט גיזאגט די נעמען וועלכע, ממילא האט די רבי בעצת הגאון יעקב נחום וויינגארטן מחליט גיווען צו שיקן עזרא מנחם מיט א פעקל קענדיס מיט די טמא'נע הכשר פון בד"ץ צו איינרעדן די גרים עסן דערפון (והא קשיא אויב סאיז טריפה ווי מעג מען זיין א מסית ומדיח און מחטיא תמימותדיגע גרים???
האסט קשיות אויף די רוח הקודש? ביסטו אליינס א ערב רב. ארויס פון בבל!)
בקיצור ערב שבת תשובה נאכמיטאג אין די זעלבע מיניטן וואס די רב האט זוכה גיווען צו תשובה טוהן איז יעקב נחום ארום גיגאנגען פון הויז צו הויז פון אלע גרים וואס האבן זיך מטמא גיווען מיט די קענדיס פון עזרא מנחם און זיי גיגעבן צייט ביז די שקיעה צו זיין אינדרויסן פון שטעטל הם נשיהם ובניהם ובנותיהם וכל אשר להם א סך הכל פון 9 משפחות מיט קליינע קינדער.
אלעס וואס בלייבט איבער איז גיווארן הפקר.
די ווייטאגליכע חלק איז גיווען אז 3 משפחות פון זיי האבן אריין גיפאקט זייער גאנצע פארמעגן אין 1 טראק וואס זיי האבן עס גמיזט איבער לאזן אין א דערנעביגע דארף וועגן סאיז גיווארן שקיעה און נאך שבת זענען זיי געקומען ואיננו, זייער גאנצע פארמעגן איז גי'גנב'ט גיווארן אזוי האבן זיי גידארפט פראווענען יום הקדוש און סוכות בעירום וחוסר כול.

אין יענע תקופה פלעגט די רבי זיצן גאנצע נעכט אין בית מדרש און ווען זיין רוח הקודש האט גירוהט אויף עהם פלעגט ער אפטן כאפן א בחור און לערנען מיט עהם די גאנצע נאכט און עהם געבן לויטרע תיקוני תשובה און דערנאך ריפן די גבאי מזאל שטעלן לחיים ווייל דעיע בחור ווערט א חתן... אזוי איז גיווארן פיל מיט הערליכע שידוכים אין שטעטל.
אזוי אויך פלעגט די רבי כאפן סתם יונגעלייט און זיי אויסטיילן א גאנצע ליסט מיט תיקונים ווי למשל 3 יאר תענית דיבור, 2 יאר שלאפן אויפן ערד, א יאר גלות פון דערהיים, און במשך די גאנצע צייט פאסטן יעדן ערב שבת און באקומען מלקות פון מכאל יהודה.
מאיז געקומען צו א מצב ווי די נייע חתנים האבן געוויסט אז זיי האבן חתונה צו זעהן זייער ווייב איין מאל א חודש.

איינע פון די דראמאטישע מעשיות יענע תקופה איז פארגעגאנגען מיט א יונגערמאן וואס די רבי האט גיזעהן גיפערליכע פלעקן אויף זיין נשמה נאך פון פאריגע גלגול און עהם געמיזט געבן גאר שווערע תיקונים פון:
1- זיין אין גלות פון דערהיים פאר 3 יאר אויכעט נישט אהיים 1 מאל א חודש.
2- תענית דיבור און שלאפן אויפן ערד אפילו אן א קישן פאר 3 יאר .
3- טוהן ביזיון'דיגע ארבעט פון צוזאם שלעפן די גארביטש פון גאנץ בבל און נישט טוישן די שמוציגע קליידער נאר פאר דאווענען.
4- נישט טארן האבן קיין שום שייכות מיט זיינע קינדערלעך אפילו שבת אין בית מדרש טאר ער נישט רעדן צו זיי במשך די 3 גלות יארן ווייל ער איז מטמא בהבל פיו.

ערב ראש השנה צופרי האט די חכם באקומען א רוח הקודש אז דעיע יונגערמאן איז נישט מקיים בשלימות די תיקונים, די חכם האט עהם גלייך גערופן און עהם גיזאגט אז ביסט מרוחק לעולם ועד, דיין נשמה האט קיינמאל קיין תיקון מער.
דער יונגערמאן וואס האט באמת יא גיוואלט תשובה טוהן איז גיפאלן צו די חכם'ס פיס און זיך גענימען בעטן פאר רחמנות אבער סאיז גיפאלן אויף טויבע אויערן ביז די גבאי איז געצווינגען גיווארן עהם ארויס צו שלעפן אינדרויסן אבער די יונגערמאן האט זיך נישט גילאזט ער איז געבליבן שטיין אינדרויסן פון די חכם'ס קאנטעינער פאר איבער 30 שעה ביז די צווייטע נאכט ראש השנה וואס דעמאלטס האט די חכם זיך דערבארעמט אויף עהם און עהם איבער גיגעבן אז אויב ער וויל באמת תשובה טוהן דארף ער מארגן פאר תקיעת שופר מקבל זיין ברבים א נדר אינפראנט די ספר תורה און בי"ד צו געבן א גט פאר זיין ווייב אין 30 טעג.

המשך יבוא....
סאיז צו לאכען און וויינען אויף איינמאל
זאג מענדי האסט דאן נאך געוואוינט אין בבל?
האסט עס מיטגעהאלטען לייוו?
קום אריין קלאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:58 pm
x 91

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קום אריין קלאר »

מענדי קעניג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 1:40 am ראש השנה תשע"ט.

עס איז גיווען א דראמאטישע תקופה פון שרקליכע בירורים מהאט גיזעהן בחוש ווי די אייבערשטער שאקעלט די שטריק אזוי שטארק פאר די גאולה און מענטשן פאלן אוועק פון די קדושה ווי פליגן.

די רבי שליט"א / חכם האט שוין אנגיזאגט מיט רוח הקודש

אפילו די רב שליט"א האט גיהאט שווערע ניסיונות דעמאלטס

ממילא האט די רבי בעצת הגאון יעקב נחום וויינגארטן....

איינע פון די דראמאטישע מעשיות יענע תקופה איז פארגעגאנגען מיט א יונגערמאן וואס די רבי האט גיזעהן גיפערליכע פלעקן אויף זיין נשמה נאך פון פאריגע גלגול און עהם געמיזט געבן גאר שווערע תיקונים פון:
1- זיין אין גלות פון דערהיים פאר 3 יאר אויכעט נישט אהיים 1 מאל א חודש.
2- תענית דיבור און שלאפן אויפן ערד אפילו אן א קישן פאר 3 יאר .
3- טוהן ביזיון'דיגע ארבעט פון צוזאם שלעפן די גארביטש פון גאנץ בבל און נישט טוישן די שמוציגע קליידער נאר פאר דאווענען.
4- נישט טארן האבן קיין שום שייכות מיט זיינע קינדערלעך אפילו שבת אין בית מדרש טאר ער נישט רעדן צו זיי במשך די 3 גלות יארן ווייל ער איז מטמא בהבל פיו.

ערב ראש השנה צופרי האט די חכם באקומען א רוח הקודש אז דעיע יונגערמאן איז נישט מקיים בשלימות די תיקונים, די חכם האט עהם גלייך גערופן און עהם גיזאגט אז ביסט מרוחק לעולם ועד, דיין נשמה האט קיינמאל קיין תיקון מער.
דער יונגערמאן וואס האט באמת יא גיוואלט תשובה טוהן איז גיפאלן צו די חכם'ס פיס און זיך גענימען בעטן פאר רחמנות אבער סאיז גיפאלן אויף טויבע אויערן ביז די גבאי איז געצווינגען גיווארן עהם ארויס צו שלעפן אינדרויסן אבער די יונגערמאן האט זיך נישט גילאזט ער איז געבליבן שטיין אינדרויסן פון די חכם'ס קאנטעינער פאר איבער 30 שעה ביז די צווייטע נאכט ראש השנה וואס דעמאלטס האט די חכם זיך דערבארעמט אויף עהם און עהם איבער גיגעבן אז אויב ער וויל באמת תשובה טוהן דארף ער מארגן פאר תקיעת שופר מקבל זיין ברבים א נדר אינפראנט די ספר תורה און בי"ד צו געבן א גט פאר זיין ווייב אין 30 טעג.

המשך יבוא....
דער אינגערמאן האט עס שוין פארציילט אין פאבליק ברבים אויף א בליק לייוו
קום אריין קלאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:58 pm
x 91

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קום אריין קלאר »

סוחר האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 4:48 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 10:13 am איך וויל ארויסברענגן אז איך בין א חסיד נלהב פון ר' משה יוסף מנחם, איך קען אים פערזענליך, הלואי זאל איך האבן א 100טל פון זיין יראת שמים און לב טוב.
ער איז באמת א צדיק ועניו.
איך בין נאר דן מיט אים אויף שיטת לב טהור, אבער נישט אויף אים אליין ח''ו.
איך וואלט אים געגעבן א קוויטל.
מיטן פילסטן רעספעקט,

אזעלעכע מענטשן ווי דיר וואס ווערן איבערגענומען פון איינעמס יראת שמים און געשמאק זענען טאקע אנגעקומען צו לב טהור...
און אזעלעכע מענטשן האבן געהאלפן און העלפען ווייטער יוצאים אן קיין חשבונות
נישט קיןן חילוק אויב עס איז א ראזנער אדער א בלום אדער א מלכה אדער א העלבראנץ אן חשבונות לשם שמים
קום אריין קלאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:58 pm
x 91

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קום אריין קלאר »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:57 pm

איך ווייס נישט קיין נאמען אבער הגאון הרב ווייס שליט"א זאגט אז לב טהור אליין האט אים גערופן. לפי חשבון איז דאס ווארשיינליך אי"ר ווייל ער האט דעמאלס ארומגערופן צו אסאך רבנים.

אני הק' בין געוועהן ביי א גרויסע רב פון ברוקלין אינדערהיים ווען אי''ר איז געוועהן דארטן מיט א גרויסע כלי(אפענע?) און געוויזן קליפס און בילדער פון ל''ט וכדו' און מסביר געוועהן ווי די עסקנים זענען ממש רוצחים וכדו'
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 168
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

ברכת מזל טוב לידידינו
הרב הצדיק ר' יואל דוד אלטער שליט"א
מלפנים מחשובי יוצאי לב טהור
לרגל הולדת בנו למזל טוב
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2321
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7669

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

עסקן נמרץ האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:41 pm
ברכת מזל טוב לידידינו
הרב הצדיק ר' יואל דוד אלטער שליט"א
מלפנים מחשובי יוצאי לב טהור
לרגל הולדת בנו למזל טוב
פשיהא.

ס'טוצעך שמחות.

ב"ה. כן ירבו!
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3384

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מזל טוב ר' יואל דוד הי"ו
מזל טוב לאביו הרה"ח ר' מנחם מענדיל הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' שלום הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' מרדכי יואל הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' יוסף חיים יהוידע (יוסף בנימין) הי"ו

...
בדרך אגב, איך זוך א וועג מארגן צופרי אדער פארטאגס קיין מאנטרעאל, כדאי זיך צו משתתף זיין ביים שמחת הקידוש בבית ידידי ר' שניאור זלמן קעניג הי"ו.
איך קען נישט פארן היינט ביינאכט, אבער איך וויל שטארק משתתף זיין אין די שמחה. אויב איינער האט א וועג פאר מיר, זאל זיך ביטע מעלדן. יישר כח.
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 168
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:35 pm מזל טוב ר' יואל דוד הי"ו
מזל טוב לאביו הרה"ח ר' מנחם מענדל הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' שלום הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' יוסף חיים יהוידע (יוסף בנימין) הי"ו

...
בדרך אגב, איך זוך א וועג מארגן צופרי אדער פארטאגס קיין מאנטרעאל, כדאי זיך צו משתתף זיין ביים שמחת הקידוש בבית ידידי ר' שניאור זלמן קעניג הי"ו.
איך קען נישט פארן היינט ביינאכט, אבער איך וויל שטארק משתתף זיין אין די שמחה. אויב איינער האט א וועג פאר מיר, זאל זיך ביטע מעלדן. יישר כח.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
חוקר ודורש
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
x 97

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חוקר ודורש »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:35 pm מזל טוב ר' יואל דוד הי"ו
מזל טוב לאביו הרה"ח ר' מנחם מענדיל הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' שלום הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' מרדכי יואל הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' יוסף חיים יהוידע (יוסף בנימין) הי"ו

און מזל טוב צום עלטע זיידן הרה"ח ר' הלל שמעון מלכא הי"ו
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1790

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

חוקר ודורש האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 2:51 am
שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:35 pm מזל טוב ר' יואל דוד הי"ו
מזל טוב לאביו הרה"ח ר' מנחם מענדיל הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' שלום הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' מרדכי יואל הי"ו
מזל טוב צום זיידן הרה"ח ר' יוסף חיים יהוידע (יוסף בנימין) הי"ו

און מזל טוב צום עלטע זיידן הרה"ח ר' הלל שמעון מלכא הי"ו
אויך פאר הרה״ח ר׳ עזר חיון שליט״א
שרייב פאוסט