כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 987
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1143

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תינוק הבורח »

חלא בר חמרא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:28 pm
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 1:14 am איך ליין דא און שטוין, צוזאמשטעלן און צעטיילן מאן און ווייב ווי א מלמד אין כתה ט' טוט מיט א שיעור פשוט חברותא פארן שמועסן ביים לערנען... כחומר ביד היוצר...

חרם דרבנו גרשום האט מען עובר געווען?? גאנץ הלכות אישית האט מען עובר געווען! די חרם איז דאך געווען זיך אנצונעמען פאר די באקריוודעטע פרויען וואס מען האט זיי געלאזט הענגען אן א גט, איך ליין דא ווי אין לב טהור האבן די מענער, פרויען און קינדער געווען די זעלבע רחמנות, א שטיקל חפצא פונעם חכם, די חרם קומט דאך נאך וואס א מאן האט א בחירה און די פרוי האט נישט, ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה, אבער אין א מקום וואו מען פריט זיך ווי די גמרא כתובות סג. מעשה באדם אחד שהיה לו ארבעים עבדים וארבעים שפחות, והיה משיאן זה לזה בלילה אחת, האט דאס רבינו גרשום געמיינט בכלל??
חרם דרבינו גרשום איז נישט לטובת פרויען וועלכע זייער מענער ווילן זיי נישט גיבן א גט. קוק אריין אינעם סוגיא.
אוודאי איז עס, עיין ברא"ש.
אין כל חדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 1236

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

ברוך כבוד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 5:44 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 4:44 pm
► Show Spoiler
(די קינדער זענען פלאצירט אונטער די סטעיט ביי אידן),
► Show Spoiler

ביי ערליכע חסידישע משפחות?
יא גאר ערליכע משפחות וואס זענען מקיים אלע תרי"ג מצוות, נישט ווי ביי לב טהור וואס האט א אייגענע תורה
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 883

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 6:31 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:28 pm
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 1:14 am איך ליין דא און שטוין, צוזאמשטעלן און צעטיילן מאן און ווייב ווי א מלמד אין כתה ט' טוט מיט א שיעור פשוט חברותא פארן שמועסן ביים לערנען... כחומר ביד היוצר...

חרם דרבנו גרשום האט מען עובר געווען?? גאנץ הלכות אישית האט מען עובר געווען! די חרם איז דאך געווען זיך אנצונעמען פאר די באקריוודעטע פרויען וואס מען האט זיי געלאזט הענגען אן א גט, איך ליין דא ווי אין לב טהור האבן די מענער, פרויען און קינדער געווען די זעלבע רחמנות, א שטיקל חפצא פונעם חכם, די חרם קומט דאך נאך וואס א מאן האט א בחירה און די פרוי האט נישט, ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה, אבער אין א מקום וואו מען פריט זיך ווי די גמרא כתובות סג. מעשה באדם אחד שהיה לו ארבעים עבדים וארבעים שפחות, והיה משיאן זה לזה בלילה אחת, האט דאס רבינו גרשום געמיינט בכלל??
חרם דרבינו גרשום איז נישט לטובת פרויען וועלכע זייער מענער ווילן זיי נישט גיבן א גט. קוק אריין אינעם סוגיא.
אוודאי איז עס, עיין ברא"ש.
דער אנגענומענער טעם אין די פוסקים איז, צוליב קטטות ומריבות בין הנשים שצרות הן זו לזו. (ס'דא נאך טעמים).

אגב, אין אנציקלופדיה התלמודית (ערך חדר"ג בסופו) איז דא מלוקט מפי ספרים איבער 20 זאכן אויף וועלכע רגמ"ה האט גוזר געוועזן. ס'זייער אן אינטערסאנטע סוגיא אבער אין כאן מקומו.
מבושל אלערט!
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 320

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 12:38 am
ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 12:25 am ייש״כ פארן ענטפערן יעדע זאך
פארוואס האט ער געדארפט א היתר מאה רבנים פאר זיין ערשטע ווייב?
זיין ערשטע ווייב און קינדער וואוינען דא אין ניו יורק כמיין אז סאיז נישט בארעכטיגט איינצוגיין און פרטים פון די מעשה ברבים
ערשטנס א גרויסן ייש"כ פארן ארויסברענגען אלע פרטים פון די מעשה פון חרדר"ג וואס מען איז עובר דארטען
(לכל השואלים גראדע איז יא דא א מושג אין געוויסע גדולי הפוסקים ביי א מורדת צו מתיר זיין אן א היתר מאה רבנים ווען עס איז אנגעקומען גאר שווער אבער היינטיגע צייטען וואס עס איז קוים געבליבען אפאר איינציגע ערליכע רבנים :D איז פשוט אז מען קען נישט פאדערן א זאך וואס עס איז נישט פארהאנען און נישט דאס האט ר"ג מאוה"ג געמיינט)

חוץ פון דעם ליין איך און שטוין אויף די איידעלקייט און ווייכע הארץ פון מענדי וואס גיט אכטונג קיין איינער נישט צו טשעפען און רירט נישט צו קיין טעמע וואס קען פוגע זיין אין אנדערע אשרי לו ואשרי חלקו
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1584
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5198

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

חלא בר חמרא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 7:06 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 6:31 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:28 pm

חרם דרבינו גרשום איז נישט לטובת פרויען וועלכע זייער מענער ווילן זיי נישט גיבן א גט. קוק אריין אינעם סוגיא.
אוודאי איז עס, עיין ברא"ש.
דער אנגענומענער טעם אין די פוסקים איז, צוליב קטטות ומריבות בין הנשים שצרות הן זו לזו. (ס'דא נאך טעמים).

אגב, אין אנציקלופדיה התלמודית (ערך חדר"ג בסופו) איז דא מלוקט מפי ספרים איבער 20 זאכן אויף וועלכע רגמ"ה האט גוזר געוועזן. ס'זייער אן אינטערסאנטע סוגיא אבער אין כאן מקומו.

אין די ראשונים טרעפט מען אז זיי געבן אן א צאל טעמים פאר דעם חרם, צווישן זיי: צוליב מיעוט הפרנסה האט א מאן נישט די מעגליכקייט צו מפרנס זיין מער ווי איין משפחה, צוליב תיקון הנשים, ועוד. דער ר"ן אין א תשובה (סי' מ"ח) ברענגט אויך אויף א מעגליכקייט אז אפשר האט רגמ"ה עס געמאכט מונע צו זיין קטטות ומריבות צווישן די ווייבער.

אין שו"ת מהר"ם מרוטנבורג (ד"פ סי' אלף י"ט) איז דא א ליסטע פון מער ווי 20 זאכן וואס רבינו גרשום האט געמאכט א חרם (צווישן זיי נישט ארויסגיין פון ביהמ"ד אינמיטן הויכע שמו"ע ווען ס'נאר דא א מנין מצומצם, און א צאל תקנות וועגן די דעמאלסדיגע מנהג פון אפהאלטן דאס דאווענען אין ביהמ"ד צוליב א חוב וואס איינער איז שולדיג געבליבן). אויך ווערט דארט אויסגערעכנט עטליכע שפעטערדיגע תקנות און חרמים, א שטייגער ווי די תקנה פון רבינו תם ועוד אז מען זאל נאר קענען מתיר זיין לישא אשה על אשתו דורך מאה רבנים פון ג' מדינות.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

שמואל פוקס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:33 am א גוט יאר טייערע חברים.

איך שרייב דא די ווערטער פון בבל עיר הבירה. מיר זיצן דא צוזאמען מיט הרב משה יוסף מנחם נר''ו. לכבוד אונז איז געווען א מנין מנחה ומעריב, א זאך וואס איז א זעלטנהייט אין א פאלנער וואכנדיגע טאג. משה יוסף מנחם בעט מיר, אז איך זאל ארויסברענגען וואספארא פלאקערדיגע מעריב דא איז געווען.

איין זאך בין איך געוואויר געווארן דא, אז דא שמועסט מען און מען האלט, אז דער חכם דרייט זיך בפועל דא אין שטעטל. זיין גוף איז טאקע אין תפיסה, אבער באמת איז ער דא, ער האלט מיט יעדע געשעעניש אויפן ארט און ער קען יעדן שטיינדל אין בבל. לדבריהם איז פארהאן מעשיות, וויאזוי דער חכם האט טועם געווען געוויסע מאכלים אויפן ארט. מענטשן האבן זיך געוואונדערט, וויאזוי זאכן פעלן, ביז מען האט זיך געכאפט אז דער חכם איז טועם דערפון.

דאס אלעס האבן מיר געהערט פון ר' משה יוסף מנחם, ווי אויך פון אנדערע.
עפעס בילדער, רעקארדירונגען, גארנישט?
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

אז מען רעדט שוין פון די פרשה פון מרנא ורבנא זקן אב בית דין נר''ו, איז אפשר כדאי מוסיף צו זיין א נקודה וואס מען קען זיך פון דעם אסאך לערנען איבער אצילות מידותיו פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו, און ווי ווייט ער איז א מעביר על מידותיו אויף אופנים וואס לאזט זיך גארנישט זאגן, (מען זעט דא בכלל אז דער עולם ווייסט נישט ווער דער חכם איז), כידוע האט מרן רבינו הק' זי''ע געזען ברוח קדשו אז די ערשטע זיווג פונעם רב איז ליידער פון די ערב רב און מען דארף פון זיי לויז ווערן, וואס דער רב האט טאקע מקיים געווען במסי''נ און דאן זוכה געווען אריינצוגיין אין די הייליגע משפחה, מיט עטליכע יאר שפעטער ווען 'ועשית לו כאשר זמם' און ליידער איז נתגלה געווארן אז אויכעט די צווייטע זיווג איז פון די ערב רב (יענע... וואס דער דברי חיים מיט די דברי יואל.. כ'ווייס נישט.. מיש צוריק אפאר בלעטער עפעס אזוי האט מען גערעדט דארט...), איז דאן נתברר געווארן למפרע אז מען איז באגאנגען א עוולה אנטקעגן די ערשטע זיווג, ווייל אויב די צווייטע איז פונקט אזוי סט''א, האט מען דאך נישט קיין רעכט צו טאן וואס מען האט געטאן, האט דער חכם יצ''ו בכבודו ובעצמו אפגעשריבן א בקשת מחילה, ווי דארט שמועסט ער אויס די נקודה, אז יעצט איז נתגלה געווארן אז די צווייטע איז נישט בעסער פון די ערשטע נאר ביידע זענען פון די ערב רב, ממילא בעט ער מחילה פאר'ן שטיפן די זאך בחייו פון אביו רביה''ק זי''ע, (די בריוו איז געבליבן שטעקן אויפן וועג און נישט דערגרייכט דעם ציל...), באזינדער דארף ווערן ארויסגעברענגט, אז דער חכם האט נישט סתם געשריבן א פיוס און געגאנגען ווייטער, נאר קלאר אויסגעשמועסט די נקודה, און די סיבה פונעם פיוס, אז מען זאל גוט פארשטיין דעם ענין, אז דווקא יעצט איז נתברר געווארן די עוולה למפרע...

בינו נא זאת! בעפאר איר שרייבט אנטקעגן זייט וויסן פון וועמען מען רעדט, כי האנשים אשר אתה רומס עליהם אנשי קודש הם!!!

(אגב.. מען רעדט פון די זעלבע חכם וואס געפינט זיך אין די פריזשעדער אין בבל און האלט אלעס מיט...)
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1632
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3807

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דעת קדשי »

גארנישט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:20 pm אז מען רעדט שוין פון די פרשה פון מרנא ורבנא זקן אב בית דין נר''ו, איז אפשר כדאי מוסיף צו זיין א נקודה וואס מען קען זיך פון דעם אסאך לערנען איבער אצילות מידותיו פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו, און ווי ווייט ער איז א מעביר על מידותיו אויף אופנים וואס לאזט זיך גארנישט זאגן, (מען זעט דא בכלל אז דער עולם ווייסט נישט ווער דער חכם איז), כידוע האט מרן רבינו הק' זי''ע געזען ברוח קדשו אז די ערשטע זיווג פונעם רב איז ליידער פון די ערב רב און מען דארף פון זיי לויז ווערן, וואס דער רב האט טאקע מקיים געווען במסי''נ און דאן זוכה געווען אריינצוגיין אין די הייליגע משפחה, מיט עטליכע יאר שפעטער ווען 'ועשית לו כאשר זמם' און ליידער איז נתגלה געווארן אז אויכעט די צווייטע זיווג איז פון די ערב רב (יענע... וואס דער דברי חיים מיט די דברי יואל.. כ'ווייס נישט.. מיש צוריק אפאר בלעטער עפעס אזוי האט מען גערעדט דארט...), איז דאן נתברר געווארן למפרע אז מען איז באגאנגען א עוולה אנטקעגן די ערשטע זיווג, ווייל אויב די צווייטע איז פונקט אזוי סט''א, האט מען דאך נישט קיין רעכט צו טאן וואס מען האט געטאן, האט דער חכם יצ''ו בכבודו ובעצמו אפגעשריבן א בקשת מחילה, ווי דארט שמועסט ער אויס די נקודה, אז יעצט איז נתגלה געווארן אז די צווייטע איז נישט בעסער פון די ערשטע נאר ביידע זענען פון די ערב רב, ממילא בעט ער מחילה פאר'ן שטיפן די זאך בחייו פון אביו רביה''ק זי''ע, (די בריוו איז געבליבן שטעקן אויפן וועג און נישט דערגרייכט דעם ציל...).

בינו נא זאת! בעפאר איר שרייבט אנטקעגן זייט וויסן פון וועמען מען רעדט, כי האנשים אשר אתה רומס עליהם אנשי קודש הם!!!

(אגב.. מען רעדט פון די זעלבע חכם וואס געפינט זיך אין די פריזשעדער אין בבל און האלט אלעס מיט...)
עקידת חכם אלערט...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:23 pm

באלד וועל איך נאך זאגן, אז שמואל פוקס האט געשריבן מיט מיין ניק, ווייל די הנהלה לאזט מיך נישט שרייבן
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

איך זע אז עס איז לעצטענס געווארן זייער פאפולער צו שרייבן אז ווער עס האלט ווי מיר זאל געבן א לייק
איך האב פונקט נישט וואס צו שרייבן... אבער... ווער עס האלט ווי מיך זאל געבן א לייק.. שקויעך
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

און ווער עס האלט אז עס איז בכלל נישט אזוי, קען דא לייקן 👍
תלמיד חכם
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:44 pm
x 19

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תלמיד חכם »

ווי וואוינט היינט ר' הילל שמעון מלכא חותן החכם
איז ער נאך א חלק פונ'ם חבורה ?
הלוך ילך
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 3:09 pm
Location: עשרת השבטים
x 43

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלוך ילך »

תלמיד חכם האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:26 pm ווי וואוינט היינט ר' הילל שמעון מלכא חותן החכם
איז ער נאך א חלק פונ'ם חבורה ?
ער איז יעצט אין מאראקא, ער איז אפציעיל נישט פון לב טהור
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

גרינטליך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:18 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:13 pm
גרינטליך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 10:40 am

@מענדי קעניג איך מיין מ'דארף מאכן א געהעריגע אינטערוויו מיט דיר.
נחמן העלבראנץ האט געוואלט $50,000 פאר א אינטערוויו.

איך האב א געפיהל, וויבאלט די ביסט דאך א גוט'ע נשמה אז ביי דיר קען מען אויספועל'ן א אינטערוויו פאר $10,000.

אפשר זאל מען מאכן דא אויף אידטיש א קאמפיין צו העלפן דיין משפחה, און ווען מ'קומט אן צו $10,000 וועסט די מאכן א לייוו אינטערוויו?

און אלע משתתפים און די קאמפיין וועלן קענן אריין שיקן שאלות.

דער וואס איז דערפאר זאל געבן א לייק, אפשר אז מ'וועט האב'ן אסאך לייקס, וועט מענדי שוין איינמאל מסכים זיין מאכן א אינטערוויו, אויב נישט פאר זיינעט וועגן כאטש צו העלפן זיינער פאמיליע מיטגלידער.
איך דארף טראכטן דערויף. די פוינט איז נישט די געלט דא, כהאב קיינמאל נישט גירעדט אין פאבליק וועגן לב טהור. כדארף זיין 100% זיכער אז כוועל נישט חרטה האבן דערפאר
יא אבער דאך,
אזא מוסר נפש ווי דיר פאר דיין משפחה.
די האסט דאך אלעס געטוהן צו קענען העלפן דיין משפחה, להעמידם על רגלם, אפשר אויב דער עולם וועט צאם שטעלן א חתיכה ראויה להתכבד, וועסט די פארט יא זיין גרייט?
די עולם וועט געבעטען לייקן אלץ פעטיציא כדאי אז מ'וועט העלפן צושטעלן @$10,000 פאר משפחת @מענדי קעניג זאל ער ביטע מסכים זיין
איך טוה אסאך שווערע זאכן פאר מיין פאמיליע. אבער דאס איז נישט קיין פארגלייך. אז איך געב אוועק א וואך צוויי פון ארבעט + די געלט וואס כהאב גיארבעט 2 וואכן פארדעם אפילו ווען די תוצאות פון דעם איז באקומען 6 טיקעטס פארן דרייו אן אונשורענס (חחחח) וכדו. דאך סאיז זאכן וואס גייט אריבער האפענטליך סוועט מיר נישט שאדנס טוהן פאר א לאנגע צייט.
מאכן אן אינטערוויו פארן פאבליק איז א זאך וואס בלייבט פאר אייביג, כ'פיל אז סאיז שווער צו מחליט פון איין סעקאנדע אויפן צווייטן.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7901

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

מענדי קעניג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 12:11 am

איך טוה אסאך שווערע זאכן פאר מיין פאמיליע, אז איך געב אוועק א וואך צוויי פון ארבעט + די געלט וואס כהאב גיארבעט 2 וואכן פארדעם
🔥🔥🔥 ס'איז דא אסאך זיך צו לערנען פון דיך!!🔥🔥🔥
@מענדי הצדיק!!!
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
מרדכי היהודי
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:40 am
x 32

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מרדכי היהודי »

@מענדי קעניג אנפאנג פון דו פסק שטייט אז זי איז אנטלאפן, אבער מ'ווייסט נישט ווי זי געפונט זיך. האט מען טאקע נאך נישט געוויסט דעמאלס, צו ווי זי איז געלאפן ? אדער דעס איז געווען די ערשטע ליגענט?
מרדכי היהודי
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:40 am
x 32

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מרדכי היהודי »

אפשר קומט איר אריין קלאר, בערך ווען איז מרת טעלער/העלבראנץ אנטלאפן, און ווי סאך שפעטער איז א"ג קידנעפונג פארגעקמען? און ווען העט מען געמאכט דעי היתר?
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

טרוימט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:38 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:07 pm
טרוימט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:58 am

ניין זיי ביידע האבן נישט הוראה און נישט קיין קיינמאל געהאט שמוש
אהרן טעלער משה יוסף רוזנער אלעזר רומפלער האבן באקומען הוראה נאך פאר קומען צו לב טהור.
נישט אמת
אפשר זיך פארהערט יוד חלק א קיין שום שמוש
טעללער האט גענימען שימוש ביי הרב יוחנן וואזנער אפאר יאר. רומפלער ביי זיין טאטע אפאר יאר. רוזנער ווייס איך נישט
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:24 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 11:57 am
קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 11:36 am

דער לעצט פארבליבענער חבר הנהלה איז ר׳ יום טוב ליפא יואל ראזנער ממדינת הים

מען בעט ברחמים און מען פאלט צו די פיס אז יואליש זז׳׳ג זאל מקיל זיין בדינו און טוישן זיין תיקון אויף גלות צו אונז אין אמעריקא
אין אמעריקא איז ער שוין געווען, מען האט אים אנגעווארענט פאר זיין טובה וועגן אז צוריק זאל ער נישט גיין ווייל אויב יא ערווארט אים נישט אפ קיין גוטס פון די רעגירונג, אבער דאס איז ליידער געפאלן אויף טויבע אויערן נאך וואס זיינע באליבטע חברים פון לב טהור האבן אים איבערגערעדט אויף פארקערט, און אנקומענדיג דארט איז ארויס אויף אים א באפעל פון די רעגירונג אז פון דעם לאנד טאר ער שוין מער נישט ארויס.
וואס האבן זיי אנקעגן @משה יוסף מנחם העלבראנץ ?
דוירכן טעלפאן פון די חכם 5 מיניט פארדעם
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

מרדכי היהודי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 12:36 am @מענדי קעניג אנפאנג פון דו פסק שטייט אז זי איז אנטלאפן, אבער מ'ווייסט נישט ווי זי געפונט זיך. האט מען טאקע נאך נישט געוויסט דעמאלס, צו ווי זי איז געלאפן ? אדער דעס איז געווען די ערשטע ליגענט?
לאמיר ציילן די ליגענטס:

1- מהאט פיין געוויסט ווי זי געפונט זיך.

2- אויב איינער איז אנטלאפן איז גיווען אהרן טעלער אליינס קיין מעקסיקא, זי האט זיך קיינמאל נישט באהאלטן.

3- אהרן טעלער האט קיינמאל נישט גיבעטן קיין היתר חתונה האבן, סאיז גיווען נחמן'ס הוראה.

4- מרת טעלער האט נישט מורד גיווען אין איר מאן, סאיז גיווען אהרן טעלער וואס האט זיך אפגיהאקט פון איר נאך אין בבל בהוראת די חכם.

5- זי האט קיינמאל נישט איבער גיגעבן זיינע קינדער פאר רשעי הגויים מבקשי רעתו, לב טהור אליינס האבן גיפארן קיין מעקסיקא מאכן פאלשע פאספארטן פאר די 2 עלטרע קינדער און דארטן האט מען זיי גיכאפט און איבער גיגעבן פאר די FBI און טשיילד פראטעקשן

6- זי האט קיינמאל נישט גירעדט קעגן עהם, און זיכער נישט קיין מסירות וכו, אפילו די עדות זאגן אין קורט איז גיווען נאר 2 יאר נאכדעם. און זיכער נישט שילדיג גיווען אז מ'האט ארעסטירט 7 חברה.

7- ועאכו"כ דהווא מקום סכנה וחמירא סכנתא מאיסורא. וואס מיינט דעיס?? סתם א ליגנט? וואס קומט דאס אריין?? האט נישט קיין שום קשר אין דעיע נושא.

8- במותב תלתא כחדא ישבו הבי"ד... וועלכע בי"ד פינקליך?? מכאל יהודה און מיין טאטע 2 גרויסע עמי הארצים. ודנו בכל טענותיו... נאך א ליגנט סהאט גענימען 5 מיניט מהאט גארנישט דן גיווען סהייבט זיך נישט אן.

די מכתב בי"ד לגבי די גט פון יואל מ. איז פול מיט אסאך ערגערע שקרים. א קייטל פון מעשיות, שקרים מיט רשעות...
ברוינפן אדער יין
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:38 am
Location: מאנסי
x 134

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוינפן אדער יין »

► Show Spoiler
בית דין צדק - בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א הייסט א כשר'ע בית דין?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15315

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מענדי קעניג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 1:16 am
מרדכי היהודי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 12:36 am @מענדי קעניג אנפאנג פון דו פסק שטייט אז זי איז אנטלאפן, אבער מ'ווייסט נישט ווי זי געפונט זיך. האט מען טאקע נאך נישט געוויסט דעמאלס, צו ווי זי איז געלאפן ? אדער דעס איז געווען די ערשטע ליגענט?
לאמיר ציילן די ליגענטס:

1- מהאט פיין געוויסט ווי זי געפונט זיך.

2- אויב איינער איז אנטלאפן איז גיווען אהרן טעלער אליינס קיין מעקסיקא, זי האט זיך קיינמאל נישט באהאלטן.

3- אהרן טעלער האט קיינמאל נישט גיבעטן קיין היתר חתונה האבן, סאיז גיווען נחמן'ס הוראה.

4- מרת טעלער האט נישט מורד גיווען אין איר מאן, סאיז גיווען אהרן טעלער וואס האט זיך אפגיהאקט פון איר נאך אין בבל בהוראת די חכם.

5- זי האט קיינמאל נישט איבער גיגעבן זיינע קינדער פאר רשעי הגויים מבקשי רעתו, לב טהור אליינס האבן גיפארן קיין מעקסיקא מאכן פאלשע פאספארטן פאר די 2 עלטרע קינדער און דארטן האט מען זיי גיכאפט און איבער גיגעבן פאר די FBI און טשיילד פראטעקשן

6- זי האט קיינמאל נישט גירעדט קעגן עהם, און זיכער נישט קיין מסירות וכו, אפילו די עדות זאגן אין קורט איז גיווען נאר 2 יאר נאכדעם. און זיכער נישט שילדיג גיווען אז מ'האט ארעסטירט 7 חברה.

7- ועאכו"כ דהווא מקום סכנה וחמירא סכנתא מאיסורא. וואס מיינט דעיס?? סתם א ליגנט? וואס קומט דאס אריין?? האט נישט קיין שום קשר אין דעיע נושא.

8- במותב תלתא כחדא ישבו הבי"ד... וועלכע בי"ד פינקליך?? מכאל יהודה און מיין טאטע 2 גרויסע עמי הארצים. ודנו בכל טענותיו... נאך א ליגנט סהאט גענימען 5 מיניט מהאט גארנישט דן גיווען סהייבט זיך נישט אן.

די מכתב בי"ד לגבי די גט פון יואל מ. איז פול מיט אסאך ערגערע שקרים. א קייטל פון מעשיות, שקרים מיט רשעות...

ר' משה יוסף מנחם, האסטו די היתר. איך בעט דיר עפן דיינע אויגן, און זעי ווי מען פאר'נער'ט דיר! מען רויבט צו דיין לעבן מיט שקרים וכזבים!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
טרוימט
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מערץ 22, 2025 9:28 pm
x 115

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טרוימט »

מענדי קעניג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 1:16 am
מרדכי היהודי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 12:36 am @מענדי קעניג אנפאנג פון דו פסק שטייט אז זי איז אנטלאפן, אבער מ'ווייסט נישט ווי זי געפונט זיך. האט מען טאקע נאך נישט געוויסט דעמאלס, צו ווי זי איז געלאפן ? אדער דעס איז געווען די ערשטע ליגענט?
לאמיר ציילן די ליגענטס:

1- מהאט פיין געוויסט ווי זי געפונט זיך.

2- אויב איינער איז אנטלאפן איז גיווען אהרן טעלער אליינס קיין מעקסיקא, זי האט זיך קיינמאל נישט באהאלטן.

3- אהרן טעלער האט קיינמאל נישט גיבעטן קיין היתר חתונה האבן, סאיז גיווען נחמן'ס הוראה.

4- מרת טעלער האט נישט מורד גיווען אין איר מאן, סאיז גיווען אהרן טעלער וואס האט זיך אפגיהאקט פון איר נאך אין בבל בהוראת די חכם.

5- זי האט קיינמאל נישט איבער גיגעבן זיינע קינדער פאר רשעי הגויים מבקשי רעתו, לב טהור אליינס האבן גיפארן קיין מעקסיקא מאכן פאלשע פאספארטן פאר די 2 עלטרע קינדער און דארטן האט מען זיי גיכאפט און איבער גיגעבן פאר די FBI און טשיילד פראטעקשן

6- זי האט קיינמאל נישט גירעדט קעגן עהם, און זיכער נישט קיין מסירות וכו, אפילו די עדות זאגן אין קורט איז גיווען נאר 2 יאר נאכדעם. און זיכער נישט שילדיג גיווען אז מ'האט ארעסטירט 7 חברה.

7- ועאכו"כ דהווא מקום סכנה וחמירא סכנתא מאיסורא. וואס מיינט דעיס?? סתם א ליגנט? וואס קומט דאס אריין?? האט נישט קיין שום קשר אין דעיע נושא.

8- במותב תלתא כחדא ישבו הבי"ד... וועלכע בי"ד פינקליך?? מכאל יהודה און מיין טאטע 2 גרויסע עמי הארצים. ודנו בכל טענותיו... נאך א ליגנט סהאט גענימען 5 מיניט מהאט גארנישט דן גיווען סהייבט זיך נישט אן.

די מכתב בי"ד לגבי די גט פון יואל מ. איז פול מיט אסאך ערגערע שקרים. א קייטל פון מעשיות, שקרים מיט רשעות...
מענדי די ביסט לעכטיג, דער הייליגער בורא זאל דיר באגליקען
קבל את האמת ממי שאמרה, האמת והשלום אהבו.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2113

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:32 am
ר' משה יוסף מנחם, האסטו די היתר. איך בעט דיר עפן דיינע אויגן, און זעי ווי מען פאר'נער'ט דיר! מען רויבט צו דיין לעבן מיט שקרים וכזבים!
ער'ט ענטפערן אז עכט איז אלעס יא אמת, איי @מענדי מיינט אז נישט, ווייל ער האט נישט קיין רוח הקודש..

בכלל, אויף אלע צדיקים איז געווען טענות פון די מתנגדים אז זיי טוען נגד התורה...
ברוך אברהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 432

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

@שמואל פוקס, מיר ווארטן אויף א באריכט.......
שרייב פאוסט