אפשר @בודקע
סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 12:06 pm בקיצור די לעזונג פארן טיש ליל שב''ק איז אזוי:
1. רבינו שליט''א א קרוב לבן שמונים עמו''ש וועט אזוי גוט זיין און מאכן דעם לאנגן וועג פונעם ביהמ''ד ביזן ישיבה און צוריק יעדע וואך
אין די ביטערע פרעסטען אין די הויכע שנייען אין די שלאקס רעגענס און גליטש
אשרינו אז אונז האב מיר א רבי וואס איז גרייט צו טוען אלעס אויף די וועלט אבי די סעודה מיט די בחורים זאל בלייבן באקוועם פאר די בחורים, און נישט ווערן טראנספארמירט צו א טיש!!
2. די בחורים וועלן ווייטער זיצן צאמגעדריקט שעות ארוכות
ס'איז ב"ה געווען "באקוועם פלאץ פאר א יעדע בחור.
3. די ציבור וועט זיך אראפשלעפן ביזן ישיבה און נישט האבן ווי צו זיצן אדער שטיין
א. ס'איז א סעודה פאר די בחורים, און פאר די בחורים איז באקוועמער ווען ס'איז אין ישיבה, ווי איידער דארפן וואקן נאכדעם.
ב. ס'איז ספעציעל נישט דא קיין פלאץ פארן ציבור צו זיצן, ווייל ביז דערווייל וויל רבינו שליט"א אז ס'זאל זיין א סעודה, נישט קיין טיש.
4. די הנהלת הישיבה וועלן אפרעכטען די סעודה אין זייערע דיינוג רומס און מקיים זיין דעם שינה בשבת תענוג תיכף נאך די סעודה
און אין די זעלבע צייט זיצן תלמידי הישיבה און האבן הנאה פונעם פרייטאג צונאכטס סעודה בצל רבינו שליט"א
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
חחח....
אין אמת'ן, די ביהמ"ד איז גרעסער.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דיינע הסברים זענען זייער אינטערעסאנט, אזאלכע בחורים האבן מיר, וואס זענען גרייט מטריח צו זיין רבם ומאורם פאר זייער באקוועמליכקייט?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:57 pmשבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 12:06 pm בקיצור די לעזונג פארן טיש ליל שב''ק איז אזוי:
1. רבינו שליט''א א קרוב לבן שמונים עמו''ש וועט אזוי גוט זיין און מאכן דעם לאנגן וועג פונעם ביהמ''ד ביזן ישיבה און צוריק יעדע וואך
אין די ביטערע פרעסטען אין די הויכע שנייען אין די שלאקס רעגענס און גליטש
אשרינו אז אונז האב מיר א רבי וואס איז גרייט צו טוען אלעס אויף די וועלט אבי די סעודה מיט די בחורים זאל בלייבן באקוועם פאר די בחורים, און נישט ווערן טראנספארמירט צו א טיש!!
2. די בחורים וועלן ווייטער זיצן צאמגעדריקט שעות ארוכות
ס'איז ב"ה געווען "באקוועם פלאץ פאר א יעדע בחור.
3. די ציבור וועט זיך אראפשלעפן ביזן ישיבה און נישט האבן ווי צו זיצן אדער שטיין
א. ס'איז א סעודה פאר די בחורים, און פאר די בחורים איז באקוועמער ווען ס'איז אין ישיבה, ווי איידער דארפן וואקן נאכדעם.
ב. ס'איז ספעציעל נישט דא קיין פלאץ פארן ציבור צו זיצן, ווייל ביז דערווייל וויל רבינו שליט"א אז ס'זאל זיין א סעודה, נישט קיין טיש.
4. די הנהלת הישיבה וועלן אפרעכטען די סעודה אין זייערע דיינוג רומס און מקיים זיין דעם שינה בשבת תענוג תיכף נאך די סעודה
און אין די זעלבע צייט זיצן תלמידי הישיבה און האבן הנאה פונעם פרייטאג צונאכטס סעודה בצל רבינו שליט"א
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
זיי זענען נישט מטריח דעם רבי'ן, ס'איז די רבי'ס דיסיזשען געווען.וואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:06 pmדיינע הסברים זענען זייער אינטערעסאנט, אזאלכע בחורים האבן מיר, וואס זענען גרייט מטריח צו זיין רבם ומאורם פאר זייער באקוועמליכקייט?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:57 pmשבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 12:06 pm בקיצור די לעזונג פארן טיש ליל שב''ק איז אזוי:
1. רבינו שליט''א א קרוב לבן שמונים עמו''ש וועט אזוי גוט זיין און מאכן דעם לאנגן וועג פונעם ביהמ''ד ביזן ישיבה און צוריק יעדע וואך
אין די ביטערע פרעסטען אין די הויכע שנייען אין די שלאקס רעגענס און גליטש
אשרינו אז אונז האב מיר א רבי וואס איז גרייט צו טוען אלעס אויף די וועלט אבי די סעודה מיט די בחורים זאל בלייבן באקוועם פאר די בחורים, און נישט ווערן טראנספארמירט צו א טיש!!
2. די בחורים וועלן ווייטער זיצן צאמגעדריקט שעות ארוכות
ס'איז ב"ה געווען "באקוועם פלאץ פאר א יעדע בחור.
3. די ציבור וועט זיך אראפשלעפן ביזן ישיבה און נישט האבן ווי צו זיצן אדער שטיין
א. ס'איז א סעודה פאר די בחורים, און פאר די בחורים איז באקוועמער ווען ס'איז אין ישיבה, ווי איידער דארפן וואקן נאכדעם.
ב. ס'איז ספעציעל נישט דא קיין פלאץ פארן ציבור צו זיצן, ווייל ביז דערווייל וויל רבינו שליט"א אז ס'זאל זיין א סעודה, נישט קיין טיש.
4. די הנהלת הישיבה וועלן אפרעכטען די סעודה אין זייערע דיינוג רומס און מקיים זיין דעם שינה בשבת תענוג תיכף נאך די סעודה
און אין די זעלבע צייט זיצן תלמידי הישיבה און האבן הנאה פונעם פרייטאג צונאכטס סעודה בצל רבינו שליט"א
סאם האו, ווען מ'האט געוויזן פארן רבי'ן אז ס'איז דא שורט קאט'ס װי ס'וועט זיין גרינגער און שנעלער האט ער געזאגט אז מ'זאל גיין דורכ'ן דרך המלך, איי געס אז ס'איז אים נישט אזא דראמאטישע טירחה..
כ'האב געענטפערט לגבי דעם ציבור, אז די בחורים דארפן זיין באקוועם.
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
לכאורה זענען זיי יא, אבער ס'איז זיכער באקוועמער אין ישיבה, אין ביהמ"ד איז עס שוין מער אפיציעל.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:13 pmדי בחורים זענען נישט באקוועם אין גרויסן ביהמ"ד?
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:15 pmלכאורה זענען זיי יא, אבער ס'איז זיכער באקוועמער אין ישיבה, אין ביהמ"ד איז עס שוין מער אפיציעל.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:13 pmדי בחורים זענען נישט באקוועם אין גרויסן ביהמ"ד?
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איי געס דו ווייסט נישט, ניין, די רבי וויל בכלל נישט אז די ציבור זאל קומען, ער וויל ס'זאל זיין א געשמאקע סעודה מיט די בחורים.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 pmדעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:15 pmלכאורה זענען זיי יא, אבער ס'איז זיכער באקוועמער אין ישיבה, אין ביהמ"ד איז עס שוין מער אפיציעל.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:13 pm
די בחורים זענען נישט באקוועם אין גרויסן ביהמ"ד?
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
נישט אמת. די בחורים זענען ערשט.אבער ער וויל דווקא אז די בעה"ב יונגעלייט זאלן מיטהאלטןבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:20 pmאיי געס דו ווייסט נישט, ניין, די רבי וויל בכלל נישט אז די ציבור זאל קומען, ער וויל ס'זאל זיין א געשמאקע סעודה מיט די בחורים.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 pmדעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כקען קוים ווארטן די זאלסט ווערן 80...בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:10 pmזיי זענען נישט מטריח דעם רבי'ן, ס'איז די רבי'ס דיסיזשען געווען.
סאם האו, ווען מ'האט געוויזן פארן רבי'ן אז ס'איז דא שורט קאט'ס װי ס'וועט זיין גרינגער און שנעלער האט ער געזאגט אז מ'זאל גיין דורכ'ן דרך המלך, איי געס אז ס'איז אים נישט אזא דראמאטישע טירחה..
כ'האב געענטפערט לגבי דעם ציבור, אז די בחורים דארפן זיין באקוועם.
אי‘‘ה ביי דייינע קינדער אויף שמחות געזונטערהייט...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
עס איז א שקר וואס דו באמבעלסט נאך פון די הנהלת המתיבתא!!בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:20 pmאיי געס דו ווייסט נישט, ניין, די רבי וויל בכלל נישט אז די ציבור זאל קומען, ער וויל ס'זאל זיין א געשמאקע סעודה מיט די בחורים.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 pmדעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
איך אליין האב געהערט פון כמה עדות מכלי ראשון אז די רבי האלט אז יעדע איד דארף ארויסגיין פרייטאג צונאכטס זינגען שורות ותשבחות און אזוי האט ער אויך געזאגט פאר זיינע אייניקלעך כמה פעמים!
נאכאמאל עס איז שקר!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די זעלבע שקר אז די רבי וויל נאר די בחורים. ווי די בחורים ווילן נאר עסן אין ביהמ"ד היינו הך!נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:27 pmעס איז א שקר וואס דו באמבעלסט נאך פון די הנהלת המתיבתא!!בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:20 pmאיי געס דו ווייסט נישט, ניין, די רבי וויל בכלל נישט אז די ציבור זאל קומען, ער וויל ס'זאל זיין א געשמאקע סעודה מיט די בחורים.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 pm
דעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
איך אליין האב געהערט פון כמה עדות מכלי ראשון אז די רבי האלט אז יעדע איד דארף ארויסגיין פרייטאג צונאכטס זינגען שורות ותשבחות און אזוי האט ער אויך געזאגט פאר זיינע אייניקלעך כמה פעמים!
נאכאמאל עס איז שקר!
מיטן קאפ און וואנט!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מ'וועט אזוי לאנג חזרן די שקר ביז מוועט זיך אליין איינדעדען אז סאיז אמתבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:20 pmאיי געס דו ווייסט נישט, ניין, די רבי וויל בכלל נישט אז די ציבור זאל קומען, ער וויל ס'זאל זיין א געשמאקע סעודה מיט די בחורים.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 pmדעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די רבי האלט נישט אנדערש ווי אלע תלמידי בעל שם
אז אפאר טויזנט קר"י חסידישע אינגעלייט זאלן שלאפן א בייגל פרייטאג צונאכטס
ער האלט זיך נישט ביים שלאגן מיט די הנהלת הישיבה
פאר דעם דארף ער האבן געטרייע מענטשן וואס זאלן זיך זארגן פאר זיין כבוד
אז אפאר טויזנט קר"י חסידישע אינגעלייט זאלן שלאפן א בייגל פרייטאג צונאכטס
ער האלט זיך נישט ביים שלאגן מיט די הנהלת הישיבה
פאר דעם דארף ער האבן געטרייע מענטשן וואס זאלן זיך זארגן פאר זיין כבוד
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די רבי האלט אנדערשט פון זיינע אבות וואס האבן אלע געפירט טיש פארן ציבור ליל שב''ק?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:20 pmאיי געס דו ווייסט נישט, ניין, די רבי וויל בכלל נישט אז די ציבור זאל קומען, ער וויל ס'זאל זיין א געשמאקע סעודה מיט די בחורים.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 pmדעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אויב האסטו אמאל געהערט וויאזוי די רבי רעדט איבער עס ווייסטו אויך, ער וויל ס'זאל זיין א באקוועמע סעודה מיט די בחורים וזה הוא, דאכט זיך אז ער האט עס שוין געזאגט אפאר מאל ביי פתיחה.לכל קהלא האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:23 pmנישט אמת. די בחורים זענען ערשט.אבער ער וויל דווקא אז די בעה"ב יונגעלייט זאלן מיטהאלטןבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:20 pmאיי געס דו ווייסט נישט, ניין, די רבי וויל בכלל נישט אז די ציבור זאל קומען, ער וויל ס'זאל זיין א געשמאקע סעודה מיט די בחורים.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 pm
דעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אמן!לכל קהלא האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:25 pmכקען קוים ווארטן די זאלסט ווערן 80...בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:10 pmזיי זענען נישט מטריח דעם רבי'ן, ס'איז די רבי'ס דיסיזשען געווען.
סאם האו, ווען מ'האט געוויזן פארן רבי'ן אז ס'איז דא שורט קאט'ס װי ס'וועט זיין גרינגער און שנעלער האט ער געזאגט אז מ'זאל גיין דורכ'ן דרך המלך, איי געס אז ס'איז אים נישט אזא דראמאטישע טירחה..
כ'האב געענטפערט לגבי דעם ציבור, אז די בחורים דארפן זיין באקוועם.
אי‘‘ה ביי דייינע קינדער אויף שמחות געזונטערהייט...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
וואס איז זיכער..אז די רבי האלט נישט אזוי אפאר אידטיש ניקס האלטן דא אויף עם...שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:40 pmדי רבי האלט אנדערשט פון זיינע אבות וואס האבן אלע געפירט טיש פארן ציבור ליל שב''ק?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:20 pmאיי געס דו ווייסט נישט, ניין, די רבי וויל בכלל נישט אז די ציבור זאל קומען, ער וויל ס'זאל זיין א געשמאקע סעודה מיט די בחורים.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 pm
דעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
אמת @בודקע
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דעס אז די בחורים אנטלויפן נאך די דריטע וואך ביסטו אויך מכחיש בצהריים?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:54 pmאויב האסטו אמאל געהערט וויאזוי די רבי רעדט איבער עס ווייסטו אויך, ער וויל ס'זאל זיין א באקוועמע סעודה מיט די בחורים וזה הוא, דאכט זיך אז ער האט עס שוין געזאגט אפאר מאל ביי פתיחה.
אבער זיי זענען באקוועם!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אפשר ברענגסטו א רעקארדירונג ווי די רבי זאגט דאס ביי סיי וועלעכע דרשה פתיחה צו עני אנדערע מאל ? און אגב געדענקסט פאריאר איז געווען די רעקארדירונג ווי די רבי פרעגט די בחורים צו זיי זענען מסכים צו עסן אין ביהמ"ד ? הער עס איבער און זאג נאכאמאל דעם שקר אז די רבי גייט נאר אן אז די בחורים זאלן זיין באקוועם וזה הואבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:54 pmאויב האסטו אמאל געהערט וויאזוי די רבי רעדט איבער עס ווייסטו אויך, ער וויל ס'זאל זיין א באקוועמע סעודה מיט די בחורים וזה הוא, דאכט זיך אז ער האט עס שוין געזאגט אפאר מאל ביי פתיחה.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דא האט איר אן ענטפער פונעם רבי'ן אליין...שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:40 pmדי רבי האלט אנדערשט פון זיינע אבות וואס האבן אלע געפירט טיש פארן ציבור ליל שב''ק?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:20 pmאיי געס דו ווייסט נישט, ניין, די רבי וויל בכלל נישט אז די ציבור זאל קומען, ער וויל ס'זאל זיין א געשמאקע סעודה מיט די בחורים.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 pm
דעמאלץ דארף עס זיין אין ביהמ"ד.
די רבי וויל די בחורים זאלן זיין באקוועם. אבער ער וועט זייער הנאה האבן אז אויך דער ציבור זאל זיין באקוועם און זיין ערלויבט צו מיטהאלטן נארמאל. ווען איך בין אין קרית יואל און איך גיי צום טיש שעהם איך זיך אז דאס איז א גרויסער רבי ביי כלל ישראל.
- פיילס
-
- Screenshot_20251103-170852_OneDrive.jpg (181.8 KiB) געזען געווארן 772 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
קלאר אז די רבי וויל עסן מיט די בחורים נישט קיין שאלה, און עס איז אויך קלאר אז די רבי וויל אינגעלייט און בעלי בתים זאלן אויך קענען מיטהאלטן
הלוואי וואלט די הנהלת הישיבה פרובירט צו קאמבענירן די צוויי זאכן
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
קלארשטעלנוג!
קייננער איז נישט מחולק אז די בוחרים זענען ערשט ביים רבי'ן. די פראבלעם מיטן @בודקע איז אז ער האלט אז די רבי וויל לגמרי נישט בעה"ב טיש וואס איז שקר וכזב !
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
עסטיש האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 02, 2025 10:32 pmסאיז די געשפרעך פון טאג ביי חסידי סאטמאר בארא פארק וועלכע האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן אזא געהויבענעם שבת בצל הגה"צ דער רב שליט"א,
כהאב נישט געקענט מיטהאלטן דעם גאנצן שבת אבער ביים באטע האבעך יא געהאט די זכי' צו זיין, וועל איך פרובירן אביסל אראפגעבן אין עטליכע ווערטער א שטיקל באריכט און קרישקעס וואס כהאב מיטגעהאלטן:
סיז געווען א ריזן עולם און רובם ככולם רבני ודייני קהילתינו און אפילו עטליכע רבנים פון איבער די שטאט,
געווען זייער דערהויבן, דער רב האט אפגעראכטן דעם באטע גאר דערהויבן, ממש מעין עולם הבא, סיי די פולע ניגונים שבת און זמירות שבת, שטארק אריינגעקאכט כנהוג, און די תורות זענען געווען הערליך שיין,
דער רב האט עטליכע מאל געזאגט לענגערע תורה, טיפע פשעטלעך און אזוי אויך מער פשוטע טייטשן,
און דערציילט מעשיות פון ר' משהלע שינאווער און נאך צדיקים,
סיז געווען שיין צו זעהן די גרויסע עולם חברי אהבת קדומים וואס האבן זיך געשלעפט פון נאנט און ווייט צו מיטהאלטן די באטע מיט אזא ווארעמקייט, און בפרט האבן זיך אנגעזעהן א שיינע מספר בעלי בתים חברי הקהילה,
נישט געוויסט קיינמאל ביז היינט אז סאטמאר בארא פארק פארמאגט אזא שיינע ערנסטע חסידישע ציבור וועלכע וועלן זיך ארויס ריקן פון די הייזער שבת ביינאכט צו קומען מיטהאלטן א ווארעמע חסידישע פארברענג!
אזוי אויך זענען געווען א ריזן צאל אינגעלייט וואס אגב קומען אסאך פון וומ"ס און זענען פארבענקט געווארן מיט געגועים צו די לעכטיגער אמאל דעם געהויבענע באטע יעדן פרייטאג צונאכטס און ביהמ"ד הגדול וומ"ס דורכן רב שליט"א.
(כהאב באמערקט אויך אין ווייבער שוהל איז געווען עטליכע פרויען...)
צווישן די פולע רבנים און דיינים אויפן אויבנאן האב איך אויפגעפאסט די דיינים קהילתינו:
הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו הגדול,
הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד החדש לב אהרן דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א - ראה"כ, ודומ"ץ ביהמ"ד 36'סטע סטריט,
הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' חיים משה לעוו שליט"א - ראש הכולל דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים,
און דער רב האט יעדן שטארק מכבד געווען סיי מיט איינטיילן די כיבודים און מיטן שיקן א גלעזל לחיים וכו'.
חסידי סאטמאר אין בארא פארק האפן און קוקן ארויס צו האבן די זכי' נאך עטליכע מאל אין יאר צו מיטהאלטן אזאנע שיינע לעכטיגע שבתים בראשות דעם רב שליט"א.
אויב איינער קען אריינקומען מיט די איבריגע חלקים פונעם שבת, סיי צופרי דאווענען און קידוש אין 53, און די שלו"ס אין 18, אזוי אויך טאמער סדא בילדער פון שלו"ס.
יישר כח!
אשרינו חסידי סאטמאר בארא פארק שזכינו
(פארשטייט זיך אונז האפן צו האבן מערערע שבתים מיטן רבין אבער ווי פארשטענדלעך איז נישט שייך מער ווי איינמאל אין עטליכע יאר, איז כאטשיג זאל מען מיטהאלטן פונעם רב אזעלכע שיינע שבתים וואס געבט אריין א ווארעמקייט אין יעדנס הארץ)
= שבת קודש פרשת לך - שבת התאחדות בקרב קהלתינו הק' בעיר בארא פארק - לרגל שמחת הקידושא רבה לבת הנולדה אצל בנו הרב יואל שליט"א =
א גאר דערהויבענעם שבת איז אריבער בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אין שטאט בארא פארק וואו פון נאנט און ווייט זענען די תושבי העיר געשטראמט אין די מאסן צו קומען מיטהאלטן פון די לעכטיגער מעמדים דורכויס שבת,
במשך שבת האבן זיך באטייליגט אלע רבני ודייני קהילתינו הק' און נאך רבני העיר, און אזוי אויך זענען אנוועזענד געווען ביי אלע מעמדים די פילצאליגע נכדי מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע וואוינען אין שטאט און זענען געקומען זיך מסתופף זיין ביים רב שליט"א.
פאלגענד זענען א טייל פון די רבנים וועלכע האבן זיך באטייליגט במשך שבת,
הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד הגדול,
הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד אכצן עוו. דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א - ראה"כ, ודומ"ץ ביהמ"ד 36'סטע סטריט,
הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב וראש ישיבה גדולה ויואל משה דמוסדותינו הק',
הרה"ג ר' חיים משה לעוו שליט"א - ראש הכולל דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים,
הרה"ג ר' יואל ברש"א טייטלבוים שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מעיין התורה דמוסדותינו הק',
הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א,
הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א, און נאך פיל.
= ליל שבת קודש =
ערש"ק ארום 6:25 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א האט מכבד געווען חתנו דער רב שליט"א יורד צו זיין לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דער רב איז צוגעגאנגען און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, און דערנאך זיך באדאנקט פאר חותנו הגדול,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט,
מ'האט געענדיגט ארום 7:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית חותנו.
= התוועדות ליל שבת קודש - בביהמ"ד דברי יואל =
דער היכל הביהמ"ד איז געווען אויסגערישט מיט די מערסטע צאל זיץ און שטיי פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו, במשך דעם באטע זענען די זיץ פלעצער געווען פול און די בחורים זענען געשטאנען ארום און ארום דעם היכל הביהמ"ד, אזוי אויך זענען געווען אנוועזענד פילע רבני וזקני העדה.
ארום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
צווישן אנדערע האט דער רב דערציילט די מעשה פון רבי ר' הערש מרימנוב אז ער האט געזאגט תורה אנגעהויבן פון בריאת העולם און דערביי געזאגט די שירה פסוק בפסוק און דערנאך צוגעקומען אז אין די תורה שטייט 'אמרי נא אחותי את למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך', און דער רבי ר' הערש האט געטייטשט אז א מענטש זאגט פאר די תורה אז איך בין דיין שוועסטער, און ס'וועט זיין גוט דורך מעביר סדרה זיין, און מ'וועט האבן חיות בזכות פון גלילה, דער רב האט נאכגעזאגט וויאזוי ר' יענקעלע מפשעווארסק האט עס מסביר געווען און דער רב האט עס אויסגעטייטשט אויף א פרישן אופן.
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפן פסוק 'והאמין בה' ויחשבה לו צדקה' און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים,
א', דער רב האט ארומגערעדט פון דעם וואס ערליכער אידן האבן שטענדיג מקפיד געווען אז די געלט וואס מען האט זאל נאר קומען פון כשר'ע פלעצער, ווייל עס גייט אריין א כח אין די געלט פון דער וואס געבט עס,וועגן דעם האט אברהם אבינו געטראכט בשעת'ן געבן צדקה פון אמונה כדי עס זאל משפיע זיין אויף די מענטשן וואס באקומען עס,
ב', דער רב האט מאריך געווען אינעם חילוק פון לא און לו און געבויעט אויף ספרים הקדושים אז לו מיינט די עתיד, און געטייטשט ויחשבה לו צדקה אז דער באשעפער האט שוין יעצט גערעכנט די צדקה וואס אברהם אבינו גייט געבן בעתיד,
ג', אברהם אבינו איז געווען אזוי גרויס אז ער האט געגעבן צדקה אפילו ער האט געהאט אמונה אינעם אויבערשטן און ער האט געגלייבט אז די באשעפער פארלאזט נישט די מענטשן, ער האט נישט געדארפט צוקומען צום מדת אפיקורסות צו געבן צדקה,
ד', אברהם אבינו איז געשטיגן יעדן טאג און דערפאר איז זיין נשמה געווען א גאסט ביי אים, איז גערעכנט געווארן אלץ א צדקה אפילו דאס וואס ער האט געגעבן צו עסן פאר זיין גוף.
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט די חסדי ה' אז אין די יעצטיגע סדרות דערמאנט מען זיך כסדר צוריק צו די ימים טובים וימים נוראים,
צווישן אנדערע דערמאנט מען ראש השנה אין פרשת נח ווען מ'זאגט די פסוקים פון זכרונות, און אין פרשת וירא ווען מ'ליינט ביידע קריאות פון ר"ה,
יום הקדוש די עקידה וואס איז לויט די מדרש געווען יום כיפור,
סוכות ווייל מ'האט נאר זוכה געווען דערצו בזכות והשענו תחת העץ,
פסח אברהם אבינו האט געגעבן פאר די מלאכים מצות, לושי ועשו עגות,
שבועות וויבאלד די מלאכים האבן נישט געקענט מקבל זיין די תורה ווייל זיי האבן געגעסן מילכיג מיט פליישיג, און נאך פיל,
און ארויסגעברענגט אז עס איז א חסד ה' אז מ'קען זיך דורכדעם מחזק זיין אינעם לאנגן ווינטער,
דערמיט האט דער רב אויסגעטייטשט די משנה אשה בוררת חטים לאור שמחת בית השואבה אז מ'האט עס געטון נאך וואס עס איז אריבערגעגאנגען די געלעגנהייט כדי זיך מחזק צו זיין אז אט אט קומט שוין פסח און מ'דארף שוין מעל פאר די מצות.
דערנאך דער רב האט אנגעהויבן דעם ניגון והיא שעמדה אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור באש להבת שלהבת,
מען האט אויפגעגעבן לעבער, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט פאר'ן גאנצן ציבור,
קה אכסוף: הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפלה למשה דקהילתינו הק'.
דערנאך האט דער רב דערציילט סיפורים ועובדות פון זקינו הרה"ק ר' משה שינאווער זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג וירא י"ב חשון,
דער רב האט אנגעהויבן ויהיו רחמיך,
אלקא די ליה: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק'.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען דעם בעל שמחה בנו הרב יואל שליט"א,
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות,
דער רב האט דערציילט די מעשה פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע אז אברהם אבינו האט זיך באוויזן צו אים, און ממשיך געווען מיט סיפורים איבער די רבי'סטעווע פונעם חוזה בשעת דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע האט נאך געלעבט,
דער רב האט טועם געווען פון די פירות און פארטיילט פאר די פרישע חתנים און מען האט פארטיילט פאר'ן גאנצן ציבור.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק',
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית חותנו אין באגלייטונג פון פילע אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע האבן אויסגענוצט דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות בכל עניני ותחומי החיים.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה שחרית; הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
כהן: החתן ב"ר יואל זארגער ני"ו,
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שלשי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
רביעי: החתן בן מוה"ר יעקב לאנדא הי"ו - באווארפן,
חמשי: הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א,
שישי: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א,
אחרון: בנו הרה"ג ר' יואל שליט"א,
דער רב איז ארויף אויפ'ן בימה און געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם, ויקרא שמה בישראל "חי' פעסיל" נאך די באבעס הרבנית הצדיקת אשת חבר פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ובתה הרבנית אשת חבר פון להבחל"ח הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א,
מפטיר: הרה"ח ר' משה חיים נתנאל טורנהיים הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א,
נאך מוסף איז דער רב אריבער אויף מערב זייט פונעם היכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הקידושא רבה לרגל שמחת הולדת הבת אצל בנו הרה"ג ר' יואל שליט"א, אזוי אויך די קידושא רבה לרגל די באווארפן פון החתן בן מוה"ר יעקב לאנדא הי"ו,
דער רב האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און אנגעוואונטשן פאר בנו הרב יואל שליט"א, און פאר חותנו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
פאר א לענגערע צייט האבן זיך געצויגן א לענגערע שורה פון הונדערטער אנשי שלומינו פון אלע עקן שטאט װעלכע זענען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר די געהויבענע בעלי שמחה,
מ'האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפן וועג אהיים לביתו חותנו.
= רעוא דרעוין - בביהמ"ד 18'טע עוו. דקהילתינו הק' =
ארום 6:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
עס זענען געווען פארזאמלט א ריזן ציבור אנ"ש זקנים עם נערים פון נאנט און ווייט װעלכע זענען געקומען מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם סעודת רעוא דרעווין באש להבה בראשות דעם רב שליט"א.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א - מנהל התאחדות אברכים דקהילתינו הק'.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט אנגעהויבן מיטן פסוק 'עתה ידעתי כי אשה יפת מראה את' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון אברהם אבינו אז אפי' ער האט געוואוינט צוזאמען מיט שרה האט ער אבער נישט געוואוסט איר אויסקוק,
דער רב האט ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד און ארויסגעברענגט אז אפילו בארא פארק איז גאר נאנט צו וויליאמסבורג האט מען קיינמאל נישט באמת געוואוסט און פארשטאנען וויאזוי עס בליעט דא יעדע ווינקל אין שטאט און אפילו מען הערט אלץ גוטע גריסן פון דעם ביהמ"ד אבער יעצט זעהט מען עס בחוש.
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען מיט די מסורה, הרימותי ידי אל ה', הרימותי קולי ואקרא, הרימותי בחור מעם,
דער רב האט דערציילט א מעשה וואס איז געווען מיטן מנחת אלעזר זצ"ל ווען ער איז אמאל געווען אין שפיטאל אז ער האט געשריגן ביים דאווענען, און די דאקטוירים האבן אים אפגעהאלטן ווייל ער שטערט די ארומיגע, האט דער מנחת אלעזר געפרעגט "פארוואס מעג דער שכן שרייען?" האבן די דאקטוירים מסביר געווען אז יענער שרייט פון יסורים, האט דער מנחת אלעזר געענטפערט אז ער שרייט אויך פון יסורים, האט דער רב אויסגעטייטשט מיט דעם די פסוק 'אל נא תהי מריבה ביני וביניך', אז א מענטש זאגט 'אל נא' איך קען נישט שרייען ביים דאווענען, זאגט די תורה 'תהי מריבה ביני וביניך' לאמיר זעהן ווען עס גייט נישט גוט מיט די חברים וויאזוי דו וועסט שרייען, און לויט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט די מסורה אויף איין מהלך.
און דער רב האט ווייטער אויסגעטייטשט די פסוק 'אמרי נא אחותי את ולמען יטב לי באבורך וחותה נפשי בגללך', 'גלל' איז א לשון פון מגולה, ווייל סאיז פעמים מגולה, אברהם אבינו האט בארואיגן שרה אז אפילו מוועט געוואר ווערן אז ביסט נישט מיין שוועסטער וועט אויך זיין גוט.
דער רב האט ממשיך געווען וואס די גמרא זאגט אז גלל מיינט שן ווייל סאיז פעמים מגולה און דאס ווייזט אויפן ענין פון אכילה, און נאכגעזאגט פון דער רבי ר' הערש מרימנוב זצ"ל אז מיט'ן עסן קען מען מכניע זיין אלע שונאים, און דער ייטב לב איז מסביר אז דאס האט פרעה געזאגט 'הנה עם ישראל רב ועצום ממנו' הנה, שטייט אין מדרש איז א לשון שמחה, וויבאלד זיי זענען בשמחה זענען זיי שטערקער פון אונז, זאגט די ייטב לב אז ווען א מענטש עסט צו טוהן די רצון השם ווערט ער בשמחה, מיטן עסן קען מען מכניע זיין אלע שונאים, און דאס זאגט די פסוק אמרי נא אחותי את ולמען יטב לי באבורך וחותה נפשי בגללך' וואס דאס מיינט מיטן צאן - מיט אכילה,
און מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט די פסוק 'ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין', שם האט נישט געקענט ארויסגיין אין מלחמה ווייל 'והוא כהן לקל עליון', וועגן דעם 'הוציא לחם ויין', צו ווייזן פאר אברהם אבינו אז מיט אכילה האט ער ארויסגעהאלפן און מכניע געווען אלע שונאים.
און דער רב האט ממשיך געווען בדברי מוסר אויף לימוד התורה בקביעות עתים לתורה, מזאל זעהן צו האבן א שיעור קבוע יעדן טאג און בפרט פארן דאווענען וואס דאס באגלייט דעם מענטש א גאנצן טאג,
און מיט דעם האט דער רב געטייטשט די מסורה, 'הרומותי ידי לה' ידי מיינט ידים לתורה לערנען תורה, און אז מען טוט ביידע צוזאמען, לערנען פארן דאווענען דעמאלסט 'הרומותי בחור מעם' נעמט אונז די באשעפער פאר א פאלק, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד.
נאך תפילת מעריב איז דער רב ארויס פארנט פון ביהמ"ד און געמאכט קידוש לבנה ברוב עם, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך און גוטן חודש.
דערנאך איז דער רב אריין אין עזרת נשים וואו דער רב האט געמאכט הבדלה פאר די צענדליגע געסט.
ארום 10:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל נפתלי וויזנער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יעקב שלום טרעגער הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית המחותן ר' יעקב שלום.
ארום 11:45 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' וומ"ס צום שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' שלום אונגאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א חתן האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א,
דער רב האט זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א און מיט די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, און פאר די געהויבענע זיידעס שליט"א.
א גוטע נאכט.
~
https://t.me/Satmar_Williamsburg_Ruv