איינע פון די גרעסטע רווחים וואס אונז האבן פון לב טהור אז אונז האמיר צוריקבאקומען אונזער באליבטן מאניש‘ל צום טישל...מאניש בנבנשתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:23 am @לויטערע הימל @משה יוסף מנחם העלבראנץ
די חכם גלייכט הערינג? כ’זעה יעצט אין מיין פרידזשידער ער האט טועם געווען די נאכט.. וואס טועם געווען? די גאנצע שאכטל האט ער אויפגעגעסן, איך האב געהאט א גאנצע טאפ טשולענט פון שבת, וואף! ער האט אויפגעגעסן דעם גאנצן טאפ! דער האט אפעטיט!! באכעשעם לא השבית לנו גועל.. זעהט אויס ער דרייט זיך נישט נאר אין בבל, נאר אין די גאנצע וועלט, ס’איז מלא כל הארץ כבידו, ער ווערט נישט זאט דארטן ביי ענק אין בבל..
אדער אולי קען מען זאגן, אז באמת דרייט זיך די חכםנאר אין אמעריקא, ווייל דארטן איז דא בעסערע עסן, נו דעמאלטס ווער ליידיגט אפ דאס עסן אין בבל? העט מען מוזן איינזעצן אז דאס איז די הייליגע זיידע די חכמת שלמה וואס קומט אראפ פון אויבן, און עריז א מסתפק במועט כידוע ליודעי כריין, די וואס געדענקן זיין הייליגע גוף, קיינמאל עכט געברויכט עסן, נאר טועם געווען מזמן לזמן..
איין זאך וואס די חכם קען ליידער נישט טוהן דערווייל אין תפיסה, און דאס איז אפ’גט’ן דעם ציבור און פארטיילן עונשים, כליפ כליפ.. און אויף דעם וויינען מיר יעדע נאכט ביי חצות אוי ואויבוי.. ווי ווייט מיר האבן זיך דערקייקלט.. ווער האט געגלייבט אז מיר וועלן אנקומען צו אזא מצב כליפ כליפ.. ווער וואלט זיך אמאל געקענט אויסמאלן אז די חכם וועט דארפן אינמיטן די נאכט, גיין צו די הייזער זוכן איבערגעבליבענע שיריים.. אוי לאן הגענו?¿
די גוטע נייעס איז, דא ביינונז אין ניו יארק איז דא א ארגענעזאציע וואס הייסט ר’ שייעלעס קאך, שיק אהין דעם חכם, דא דארטן פיינע עסן, ער העט זיך מחי’ה זיין..
און נאך מיט א שאכטל קרעפליך...