מסע הקודש פון אדמו"ר מבאבוב צו ארה"ק, חורף תשפ"ו

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
הבוחר בתורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
Location: קרית באבוב45
x 829

מסע הקודש פון אדמו"ר מבאבוב צו ארה"ק, חורף תשפ"ו

פאוסט דורך הבוחר בתורה »

צהלי ורוני יושבת ציון:

די בני ציון בארץ הקודש גרייטן זיך צו מקיים זיין דעם "יגילו במלכם", ווען עס ווערט באקאנט די פרייליכע מעלדונג אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א גרייט זיך אונטערצונעמען א געהויבענע מסע הקודש קיין ארץ ישראל, צו מחזק זיין קהל עדת צאן מרעיתו תושבי ארץ הקודש, און באשיינען א רייע מעמדים אפצוצייכענען די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילות און מוסדות באבוב בארץ הקודש.

די הויפט ציהל פון די מסע הקודש איז צו באשיינען עטליכע מעמדי הרחבת גבולי הקדושה אינעם קהילה. אין די לעצטע יארן, אינטער'ן השפעה פונעם רבי'ן איז די קהילה אין אר"י זיך גאר שטארק צוואקסן און פארנעמט היינט מערערע כוללים, ישיבות, בתי חינוך, און העכער צען שטיבלעך אויסגעשפרייט איבער'ן לאנד.

די מסע הקודש, די ערשטע אין עטליכע יאר זינט די שווערע מצב מלחמה, איז באשטימט אויף סוף חודש שבט, ווען דער רבי שליט"א וועט אנקומען קיין ארץ ישראל און פראווענען א געהויבענע שבת בקרתא דשופריא 'קרית באבוב' אין בת ים, שבת שקלים ברוב עם הדרת מלך. פון איבער אלע שטעט אין אר"י וועלן הונדערטער חסידים קומען צו פארן מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת.

אין די יעצטיגע טעג קומען פאר מערערע אסיפות און באראטונגען צווישן די טעטיגע עסקנים אויסצוארבעטן אלע דעטאלן ארום די געהויבענע מסע הקודש, סיי מיטן אויסשטעלן די מעמדי קודש דורכאויס דעם ביקור המרומם, און סיי מיטן צושטעלן די לאגיסטישע חלקים ווי הכנסת אורחים פאר די פילע געסט און אלעס אנדערש וואס פעלט זיך אויס.
CREDIT JDN
By BoroPark24 Staff

Great joy is being felt among Bobover chassidim, as the news spreads that the Bobover Rebbe, shlit”a, is preparing to embark on a Nesia to Eretz Yisroel this winter.

The purpose of this trip is to strengthen the kehilla and its Mosdos in Eretz Yisroel, and to grace a series of momentous events marking the expansion of the Bobov mosdos across the country.

In recent years, under the Rebbe’s leadership, the Bobov kehilla in Eretz Yisroel has grown significantly. Today, it encompasses multiple kollelim, yeshivos, schools, and more than ten shtieblach spread across various cities.

This Nesia, the first in several years due to the challenging wartime situation, is scheduled for the end of the month of Shevat. The Rebbe shlit”a is expected to arrive in Eretz Yisroel and spend an uplifting Shabbos in Kiryas Bobov in Bat Yam - Shabbos Shekalim. Hundreds of chassidim from across Eretz Yisroel are expected to gather and partake in this elevated and Shabbos.
פיילס
1.png
1.png (1.67 MiB) געזען געווארן 377 מאל
הבוחר בתורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
Location: קרית באבוב45
x 829

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מבאבוב שליט''א - ארה"ק חורף תשפ"ו לפ''ק

פאוסט דורך הבוחר בתורה »

שרייב פאוסט