כת לב טהור אין גוואטעמאלע
תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@משה יוסף מנחם העלבראנץ
אויב איז אמת אז לב טהור איז אזוי אנטי אינטערנעט, וואס איז פשט אז די כת האט געהאט א אייגן וועבזייטל (levtahor.ca)?
וואס איז פשט, אז ס'איז אלץ געווען א פלייץ פון לב טהור ניקס אויף אידטיש? און אויף קאווע שטיבל?

-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 412
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1320
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כ'גיי געסן...
די תירוץ אויף אלע קשיות גייט זיין
שקר שקר שקר
און נאכאמאל שקר שקר שקר
די תירוץ אויף אלע קשיות גייט זיין
שקר שקר שקר
און נאכאמאל שקר שקר שקר
-
צופראסקעט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 66
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
- Location: בבל
- x 243
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס פרעגען פרזענדליכע שאלות??יאיא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:52 pmאויב ס'איז אפען 24 שעה דאן פארוואס פארן 12 ביינאכט ביז 4 פארטאגסמשה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:47 pmאיך האב נעכטן אנגעקויפט אסאך גרינצייג פון 12:00 ביינאכט ביז 4:00 פארטאגס וועגן דעם האב איך סיוויק געהאט די טאלפאן ווייל איך האב ארויס געפארן צי די הויפט מארקעט ווייל דארט איז זייער בליג און סע איז אפען 24 שעהלאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:29 pm איין זאך וויל איך פארשטיין, ווער איז דער וואס געבט רשות צו נוצן א סמארטפאון נאר פון 12 באנאכט ביז 7 צופרי?
איז נישט בעסער צי שלאפן דעמאלס
און גיין בייטאג
-
צופראסקעט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 66
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
- Location: בבל
- x 243
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין די דריי דוקטוריםעל פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 3:32 pm איך האב יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט א יוד פון גווטאמאלא
ער בעט מיר אויסצוקלארן אז די סמארטפאון'ס האבן נאר געהאט די וועלעכע האבן געפירט די בודשעט
און נישט די הנהלה מיטגלידער
-
דעתי
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 4:42 pm
- Location: Williamsberg
- x 8
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
רבותי, זעהט אויס אז ס'נאר געבליבן איין עצה צו קענען טוהן די מצוה פין הצלות נפשות דא, דורך תפילה מיט רחמנות דאס קען העלפן אז אלע קעפ דארטן זאלן ווערן גראד, אין טוהן אויף דער וועלט נאר וואס די אויבערשטער האט אונז פארגעשריבן בכתב ובעל פה כדי אונז צו געבן שכר, און נישט טוהן די זאכן וואס זענען עבירות ל"ע און באקומען עונשים ל"ע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב איינער קען צוזאמנעמען אלע שאלות אז הרב משה יוסף מנחם זאל נישט דארפן אזוי לאנג מבטל תורה זיין נאר גלייך קענען ענטפערן פאר די אידן וואס זוכן אנצוקומען צו אמתע אהבה ויראה
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 412
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1320
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כ'האב שוין געשריבן אז וויפיל שאלות עס וועט נאר ארויפקומען וועט אלעס ממילא האבן איין תירוץ שקר שקר שקר
ממילא מאכט נישט אויס וואס און וויפיל און ווי מען פרעגט אלס...
כ'מיין אזוי...
-
בוכהאלטער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
- Location: Monroe
- x 82
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב מעג איך צולייגן נאך א קשיא פון ר@משה יוסף מנחם העלבראנץ : וואס האט מאכן די ווידיא פון ר' יואל יושע העשיל בלום און עס נאך שיקן צו___ (איך געדענק שוין נישט צו וועם איהר שיקט עס) מיט ראטעווען אייער זוהן?מנהיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 5:17 pm @משה יוסף מנחם העלבראנץ קודם כל שלו' עליכם.
נאר אפאר קלייניגקייטן,
וואס האט שרייבן אויף אידטיש מיט ראטעווען דיין זוהן אז דו מוזסט נוצן פאר דעם די שמדפאון?
וואס האט גיין אין גראסערי פאר 4 שעה מיט ראטעווען דיין זוהן אז דו מוזסט נוצן פאר דעם די שמדפאון?
זינט ווען גיבט מען אזא גלאטע היתר צו ניצן געפערליכע און טריפהנע כלים פאר 3 חדשים אויפאמאל?
אויב ר' יוחנן וואזנער איז באגלייבט און נישט קיין פארשטופטע דיין, פארוואס נעמט עטץ נישט אן זיין קלארע באפעל אז איר מוזט אנהויבן עסן אייער תיכף ומיד?
איך ווייס אז איך האב גאר שוואכע טשאנסן צו באקומען א גראדן ענטפער, אבער כאטש פרוביר צו ווייזן ווי קריעטיוו דו ביסט.....
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 412
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1320
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווייל ער וויל אויסלערנען זיין זוהן ווי אזוי מען זאגט תיקון חצותבוכהאלטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 6:04 pmאויב מעג איך צולייגן נאך א קשיא פון ר@משה יוסף מנחם העלבראנץ : וואס האט מאכן די ווידיא פון ר' יואל יושע העשיל בלום און עס נאך שיקן צו___ (איך געדענק שוין נישט צו וועם איהר שיקט עס) מיט ראטעווען אייער זוהן?מנהיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 5:17 pm @משה יוסף מנחם העלבראנץ קודם כל שלו' עליכם.
נאר אפאר קלייניגקייטן,
וואס האט שרייבן אויף אידטיש מיט ראטעווען דיין זוהן אז דו מוזסט נוצן פאר דעם די שמדפאון?
וואס האט גיין אין גראסערי פאר 4 שעה מיט ראטעווען דיין זוהן אז דו מוזסט נוצן פאר דעם די שמדפאון?
זינט ווען גיבט מען אזא גלאטע היתר צו ניצן געפערליכע און טריפהנע כלים פאר 3 חדשים אויפאמאל?
אויב ר' יוחנן וואזנער איז באגלייבט און נישט קיין פארשטופטע דיין, פארוואס נעמט עטץ נישט אן זיין קלארע באפעל אז איר מוזט אנהויבן עסן אייער תיכף ומיד?
איך ווייס אז איך האב גאר שוואכע טשאנסן צו באקומען א גראדן ענטפער, אבער כאטש פרוביר צו ווייזן ווי קריעטיוו דו ביסט.....
- גראד צום זאך
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 54
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
- x 178
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@שמועות טובות וואס פעלט אויס צו מאכן ליצנות פון אים פריוואט??שמועות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 6:06 pm
ווייל ער וויל אויסלערנען זיין זוהן ווי אזוי מען זאגט תיקון חצות
זאג וואס די האלסט און גיי ווייטער
- גארנישט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: קרית בבל החריבה
- x 1737
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די פריוואטע אטאקעס איז זייער נישט שיין, וואס זאל איך זאגן... ווער רעדט נאך וועגן דיונים איבער וויפיל אזייגער וכדו'.
ווען א ניק באהאלט זיך אונטער א ניק, האט מען אפשר רעכט אמאל צו פארגעסן אז דא איז באהאלטן א מענטש, און כך הוא דרכה של פארום און מען קען נישט האבן קיין טענות
משא''כ א מענטש מיט א נאמען
אגב @משה יוסף מנחם העלבראנץ כ'האלט זאלסט לייגן ביי דיין אווערטער דיין בילד מיט די עסקנים...

ששש... איך האב גארנישט געזאגט
-
יאנקל גרויס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 48
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 11:58 pm
- x 159
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Pleaseיאנקל גרויס האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 6:08 pm@שמועות טובות שטיי ביי דיין ווארט!!שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:41 pmבאשמוצן א מענטש קען נאר ער אליינסלויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:56 am שמועות טובות איך בין דיך מוחל בלב שלם אז די באשמיצט מיך אבער ביטע באשמיץ נאר מיך נישט אנדרע אידושע קינדער זיכער נישט מיין היילגע טאטע אדער זיידע אדער אנדרע צדיקום כגון הרב טעללער וכו'
איך באשמוץ נישט, נישט דיר און נישט קיין שום נברא אויף דער וועלט (אויסער מיין גארביטש קען)
הער ביטע אויף!!
-
יאנקל גרויס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 48
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 11:58 pm
- x 159
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
האב נישט קיין מורא דערעוילעם האט פארשטאנען!סוחר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 5:27 pmווייס מיר ב"ה. כ'האב געהאפט אז מען פארשטייט אליינס די ווערטל שבו און אז @על פי תורה מיינט אויך נאר א ווערטל..
אויב דערוילעם פארשטייט נישט וועל איך מעקן
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1581
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5164
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין כל חדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 4:00 pm זיי ווילן אז די עסקנים זאלן מוזן ארויס געבען ברבים איבער 600 TB פון לב טהור פיילס וואס זיי האבן און באזיץ,
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1581
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5164
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סוחר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 4:15 pmדאס אז מען האט במשך הדורות געזאגט זאכן אויף קדושי עולם משרתי עליון, מיינט נישט אז יעדער אויף וועם מ'זאגט אזעלעכע זאכן איז א באווייז אז ער איז א צדיק וקדוש.משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:05 amמיין טייערע ברודער אויך אויף דוד המלך און די רמח״ל איז געווען מער אזעלכע עדות אבער דוד איז רגל רביעי להרכבה ביטע לערן די בריוו וואס סע ווערט געדריקט ביי די סויף פון ספה"ק פון נועם אלימלך מיט אביסל בכיות צי השי"ת רבש"ע הראנו דרך האמתזאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:04 am
טייערע הימל לעכטיגע לויטערקייט, איך האב גערערט אליינס א עדות פון א ערליכע יוצא אז שלמה העלבראנץ שר"י האט געטון מעשים מנובלים באיסור תורה. ער איז אליינס עדות און אויך ווייסט ער בשם חברים זיינע.
און אגב, עס איז א זלזול נורא צו מדמה זיין דיין זיידע אפי' אויב ער איז באמת געווען א ערליכע איד צו די תלמידי בעש"ט שרפי מעלה
אנטשולדיגט כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן
דערמאנסט מיר פון א קלוגער איד וואס האט געזאגט פאר איינער וואס האט זיך געהאלטן פאר א חזן "נישט יעדער נאר איז א חזן..."
-
אין כל חדש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 121
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 1196
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
טייערע איטיש באניצער ביטע נעמט אינאכט דאס פאלגענדע:
1) פאי"ג טרייט צו ער קען לייקענען פאר די גאס די ערשטהאנטיגע עדות, וואס הונדערטע (אפשר גאר טויזענטע) אידן האבן שוין געהערט עדות "כלי ראשון" פון יוצאים וואס זענען ארויס געקומען די פארגאנגענע 8 חדשים, אדער נאך פריער, איז אזוי ווי ער וויל זיך נישט ארויס שטעלן, ניצט ער מי"מ אלץ זיין שליח.
2) אזוי ווי פאר מי"מ ניצט זיין אויפענע סמארטפאון לצורך הצלת בנו, האט ער זיך מקבל געווען צו פרעגן רשות ביי יו"ט לי"ר די באקאנטע חתן רבי ביי לב טהור, און ער איז נישט אייביג אוועילעבל צו געבן רשות צו ניצן די סמארטפון, ווייל זייט יעקב נחום איז און לאך, איז יו"ט לי"ר אליינס פארנומען מברר זיין מפי ספרים וסופרים און וועלכע עסן די ציונים האבן פריש אריין געלייגט דשינעטיקס, און וועלכע עסן מען קען מתיר זיין ווייל די דשינעטיקס זענען אנטלאפן אונטער די ציונים'ס ריקן, ווי אויך איז ער פארנומען נאך צו גיין ווי אזוי אדם און חוה זענען געגאנגען אנגעטון, דערווייל גייט מען ווי אברהם און שרה אבער א איד איז קיינמאל נישט צופרידן, און מען וויל נאר שטייגן העכער און העכער, איז אזוי ווי לעצטענס איז ארויף אויף GOOGLE פרישע אינפאמעישן אויף דעם ענין האט מען זיך פריש אריין געלייגט דערין.
3) ביטע נעמט אינאכט מען וויל דאך קיינעם נישט מצער זיין, ווי אזוי וואלסטו געפילט טאמער ח"ו איינער זאל טון פאר דיר וואס צענדליגע יוצאים האבן שוין עדות געזאגט פאר רבנים "אריין גערעכנט פאר הגה"צ מוהר"ר יוחנן וואזנער שליט"א" און פאר סאטמערע רבי פון קרית יואל און פון וויליאמסבורג, וואס די פריעדיגע רבי האט מיט זיי געטון, וואלטסטו דעהויבן צו זעהן ווי אזוי איינער קומט שרייבן ברבים אז ער איז געווען הייליג, ווער רעדט נאך עם מדמה זיין צו גדולי ישראל? פוי פוי פוי
4) אפשר וואלט געווען א געדאנק אז מען זאל אויסקלויבן 3 ניקס פון איטיש וואס זענען נאמן ביים גאנצן ציבור, און מען וועט מסדר זיין ביי די עסקנים אז זיי זאלן קענען גובע עדות זיין פון וויפיל עדות זיי ווילן " אוי ליידער ליידער", און זיי זאלן ארויס קומען דא ברבים פאר די איטיש ליינער מיט א גילוי דעת פארן ציבור עם מי הצדק, וירא הקהל וישפוט

אין כל חדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:45 pm 4) אפשר וואלט געווען א געדאנק אז מען זאל אויסקלויבן 3 ניקס פון איטיש וואס זענען נאמן ביים גאנצן ציבור, און מען וועט מסדר זיין ביי די עסקנים אז זיי זאלן קענען גובע עדות זיין פון וויפיל עדות זיי ווילן " אוי ליידער ליידער", און זיי זאלן ארויס קומען דא ברבים פאר די איטיש ליינער מיט א גילוי דעת פארן ציבור עם מי הצדק, וירא הקהל וישפוט
שטארקע איידיע דאס, די שאלה איז צו דאס איז אויסגעהאלטן על פי תורה (נד"נ). פון איין זייט איז עס מישן אין מענטשנ'ס עבירות אן קיין תועלת, אבער פון די אנדערע זייט איז אפשר יא דא א תועלת פאר PR צוריקצוהאלטן די געלט וואס די פארבליבענע מיטגלידער שאפן און מאכן דערמיט א חורבן פאר די איבריגע פארבליבענע (און מעגליך אפילו יוצאים וועם זיי פרובירן צוריקצושלעפן).
-
הלכה כמכריע
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 2:21 pm
- x 75
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איבער די ערב רב סוגיא.
עס איז אמת אז עס שטייט אין זוהר הקדוש אריה"ק ועוד אז עס איז דא נשמות פון עירוב רב צווישן אידן, מ'דארף אבער געבן א קוק וואס דאס מיינט.
אין זוהר (בראשית דף כ"ה) שטייט אז עס איז דא 5 מיני ערב רב מיט די נעמען נפילים, גבורים, ענקים, רפאים, עמלקים,און דער זוהר איז מסביר די קליפה פון די אלע פינף, בעלי עבירה ובעלי גאוה וכו' אבער די ערגסטע זענען די וואס הייסן עמלקים, און זיי זענען די ראשים וואס געוועלטיגן און פייניגן אידן, דאס זעלבע שטייט כמה פעמים אין זוהר אז די עירוב רב פייניגן אידן אין גלות.
דער זוהר פירט דארט אויס אז די אנדערע קליפות וועלן בטל ווערן נאך ביאת המשיח אבער די וואס זענען עמלק מוז בטל ווערן בעפאר, ווייל די גאולה איז תלוי אין דעם וואס די עמלקים וועלן בטל ווערן.
מען דארף נישט צופיל זוכן ווי זענען די ערגסטע ראשים וואס האבן אזוי געפייניגט אידישע קינדער ווי די ראשים פון לב טהור מיט די שרעקליכע עינוים קשים ומרים.
וראה זה פלא ממש א אפענע נבואה: דער זהר זאגט דארט אז בלעם און בלק זענען מסטרא דעמלק, נעם ארויס די אותיות ע"ם פון בלעם און ל"ק פון בלק האסטו עמלק, דער שורש פון דעם מין עירוב רב, און וואס בלייבט איבער? זאגט דער זוהר, די ווארט בבל!

ס'איז נישט אזוי שווארץ ווי דער זאגט, ס'איז נישט אזוי ווייס ווי יענער זאגט, דער אמת איז ערגעץ אינדערמיט...
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1581
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5164
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 2:19 pmקיינמאל נישט אמת קיינער פון לב טהור האט אם נישט גערופן זאג מיך די נומען ווער און איך גיי יעצט פרעגן שקר שקר שקרThink and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 1:52 pmמשה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 1:41 pm
פלוצלונג עפעס א רב פון די אנדרע ער וועלט דארף פסקענען אזעלכע שאלות נישטא געניג דיינים אין אמעריקע ביטע מיך נישט זאגן סתם תירוצים זיי האבן נישט געוואלט פארשמירן זייער האנט און נאר ער יא די קול קורא איז ליידער נישט ארויס וועגן נישט געווען א עסקן איך גלייב נישט פונקטליך די וויכטיקסטע זאך איז נישט געווען א עסקן ביטע אן נארישע תירוצים
זאגסט יעדע רב ווייסט איז פאר וואס דארף מען גיין פרעגן עפעס א רב ווייט א וועק וואס נאר ער ווייסט די גאנצע פרשה ביטע צו נאריש גענפערט
דער 'עפעס א רב פון די אנדערע עק וועלט' איז א רב וואס איז 1) אנערקענט אין די גאנצע וועלט 2) אפיציעלער דיין אין איינס פון די גרעסטע, פרומסטע קהילות אין די וועלט 3) האט שוין געשריבן תשובות אין אלע ד' חלקי שלחן ערוך, און 4) פארט כסדר ארום די וועלט, צוליב רבני'שע און עסקנ'ישע אנגעלעגנהייטן.
די סיבה פארוואס 'פונקט ער' איז געווען דער ערשטער צו שרייען געוואלד, איז וויבאלד נאך די רעיד זאת חנוכה האט לב טהור אים אריבערגערופן בעטן זיין הילף אין פדיון שבויים אויסצולייזן די טייערע קינדערלעך. דער רב איז אראפגעפארן, זיך אינטערעסירט פונקטליך פון וואס די רעדע איז, און איז געווארן אויפגעשוידערט עד דכדוכה של נפש. דאס איז די סיבה פארוואס דער רב איז געווען דער ערשטער צו ווערן אינוואלווד, דער ערשטער צו הערן פון עדות וואס איז פארגעגאנגען אין דעם מקום רשע לב טהור, און דער ערשטער צו שרייען אז ס'דא א חיוב צו מסר'ן די מנהיגים אז זיי זאלן נישט קענען ווייטער שעדיגן אידישע קינדער.
ווי געזאגט איז ער טאקע געווען דער ערשטער, און זיין פסק איז מער ווי גענוג מאסגעבנד סיי מצד הלכה און סיי מצד הסברא, אבער גראדע איז ער ווייט נישט דער לעצטער. מען האט געזעצט בתי דינים - טאקע פון אמעריקאנער רבנים - וואס האבן גובה עדות געווען, און גע'פסק'נט פונקט ווי הרב ווייס.
דעס איז א חלק פון אלע שקר וואס מען האט פארקויפט דא פאר די עולם און סענאך דא טויזענט ער זאכן
איך דארף שוין אוועק לייגן די שמדעפאן אבער איין זאך קען איך זאגן אז וואס די האסט געשריבן דא איז נישט קיין תירוץ בכלל איך האב נאך אסאך וואס צו שרייבן אבער אפשר א אנדערע מאל ווער סע אביסל קעלוג פארשטייט אז עפעס איז דא טעראנסט
איך בין טאקע נישט קעלוג אבער פשוטע ליגנט זאל מען מיך נישט זאגן ביטע
א גוטן טאג
איך ווייס נישט קיין נאמען אבער הגאון הרב ווייס שליט"א זאגט אז לב טהור אליין האט אים גערופן. לפי חשבון איז דאס ווארשיינליך אי"ר ווייל ער האט דעמאלס ארומגערופן צו אסאך רבנים.
דו פון די אנדערע זייט - כבודך במקומך מונח - האסט פשוט נישט די מעגליכקייט - טעכניש גערעדט - צו וויסן צו ס'איז אמת אדער נישט, סיי ווייל דו ביזט בכלל נישט געווען אינוואלווד אין די טאג טעגליכע פירערשאפט, און אפילו ווען יא קענסטו נאכאלץ במציאות נישט וויסן וואס יעדער לב טהור הנהלה מיטגליד אדער יחיד האט געטון. אשר על כן איז דיין שרייען שקר גארנישט ווערט, נישט ווייל דו זאגסט חלילה ליגנט ביודעים, נאר דאס אז דו ווייסט נישט אז ער זאל ווערן גערופן צו לב טהור מיינט נישט אז ער איז טאקע נישט (בלשון חז"ל הייסט דאס 'לא ראינו אינו ראי').
און ווי איינער האט שוין געשריבן, אפילו ווען דיין געסס זאל ווען זיין ריכטיג און הרב ווייס האט געזאגט ליגנט ווען ער האט געזאגט אז ער איז געווארן דערופן דורך לב טהור אליין, איז עס נאכאלץ נישט בלויז נישט מאדנע נאר זעלבסטפארשטענדליך פאר יעדער וואס לעבט צווישן די אלגעמיינע כלל ישראל פארוואס דוקא הרב ווייס איז געווארן אריינגעמישט אין די קעיס ארויסצוראטעווען די קינדער פון די שעלטער - פאר די זעלבע סיבה פארוואס פונקט ער איז געווארן אינוואלווד אין די קעיס פון דעם א"י'דיגן יוגנטליכער וואס איז פארכאפט אין איראק.
-
מרדכי היהודי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:40 am
- x 32
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לכאורה האבן זיין נישט אזוי ווייט געמיינט די ריקארדער, בעיקר וואס פירט צו שמד איז די עס די קארטל, נאר לאו עכברא גנב וכו'
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 666
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1575
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
רעדיאין כל חדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:45 pm 4) אפשר וואלט געווען א געדאנק אז מען זאל אויסקלויבן 3 ניקס פון איטיש וואס זענען נאמן ביים גאנצן ציבור, און מען וועט מסדר זיין ביי די עסקנים אז זיי זאלן קענען גובע עדות זיין פון וויפיל עדות זיי ווילן " אוי ליידער ליידער", און זיי זאלן ארויס קומען דא ברבים פאר די איטיש ליינער מיט א גילוי דעת פארן ציבור עם מי הצדק, וירא הקהל וישפוט
-
הלכה כמכריע
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 2:21 pm
- x 75
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אזוי ווי לויטערע הימל ודכותי' האבן אפילו שמדפאונס צו ראטעווען זייערע קינדער מעג איך אויך עפעס טון צו ראטעווען מיינע קינדער, קום איך מיט א טענה צו די עסקנים כבודם במקומם מונח.
אזוי ווי די נושא פון לב טהור באנעמט כלל ישראל האט מיין בחורל (לצערי) אויך זיך געזעצט הערן אויף די האטליינס אלע רעקארדירונגען אויף די נושא, אבער פונעם לעצטן מעסידזש אויף קווארטל - און פון דארט צו קרעטשמע - איז ער געוואר געווארן אז די ריכטיגע אינטערסאנטס קומט פאר אויף א אנליין פארום 'אידטיש', און סהאט אים אנגעכאפט א געוואלדיגע נייגער צו לויפן אין קיאסק ר"ל.
היתכן, א האטליין וואס איז באמת א בחורישע האטליין פראומוט אפיציעל און רייצט אן צו לויפן ליינען אויפן אינטערנעט?! און דאס אלעס האט די עמטליכע הסכמת העסקנים, די קינדער אינדרויסן פון לב טהור מעג מען אויך ראטעווען!
אזוי ווי די נושא פון לב טהור באנעמט כלל ישראל האט מיין בחורל (לצערי) אויך זיך געזעצט הערן אויף די האטליינס אלע רעקארדירונגען אויף די נושא, אבער פונעם לעצטן מעסידזש אויף קווארטל - און פון דארט צו קרעטשמע - איז ער געוואר געווארן אז די ריכטיגע אינטערסאנטס קומט פאר אויף א אנליין פארום 'אידטיש', און סהאט אים אנגעכאפט א געוואלדיגע נייגער צו לויפן אין קיאסק ר"ל.
היתכן, א האטליין וואס איז באמת א בחורישע האטליין פראומוט אפיציעל און רייצט אן צו לויפן ליינען אויפן אינטערנעט?! און דאס אלעס האט די עמטליכע הסכמת העסקנים, די קינדער אינדרויסן פון לב טהור מעג מען אויך ראטעווען!
ס'איז נישט אזוי שווארץ ווי דער זאגט, ס'איז נישט אזוי ווייס ווי יענער זאגט, דער אמת איז ערגעץ אינדערמיט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ס'איז בחינם..Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:16 pmאין כל חדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 4:00 pm זיי ווילן אז די עסקנים זאלן מוזן ארויס געבען ברבים איבער 600 TB פון לב טהור פיילס וואס זיי האבן און באזיץ,
זעקס הונדערט טעראבייט?! דאס איז אסאך!
600 טעראבייט איז א מינימום פון זיבן און דרייסיג וואכן היי קוואלעטי 4k ווידעאס.
אויב איז עס סטענדערד ווידעאס איז עס איבער אכט און זעכציג יאר פון ווידעאס, דאס הייסט א ווידעא פון אינמיטן תשי"ז ביז היינט ברציפות איז ארום 600 TB.
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 666
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1575
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א ריכטיגע טענההלכה כמכריע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 8:41 pm אזוי ווי לויטערע הימל ודכותי' האבן אפילו שמדפאונס צו ראטעווען זייערע קינדער מעג איך אויך עפעס טון צו ראטעווען מיינע קינדער, קום איך מיט א טענה צו די עסקנים כבודם במקומם מונח.
אזוי ווי די נושא פון לב טהור באנעמט כלל ישראל האט מיין בחורל (לצערי) אויך זיך געזעצט הערן אויף די האטליינס אלע רעקארדירונגען אויף די נושא, אבער פונעם לעצטן מעסידזש אויף קווארטל - און פון דארט צו קרעטשמע - איז ער געוואר געווארן אז די ריכטיגע אינטערסאנטס קומט פאר אויף א אנליין פארום 'אידטיש', און סהאט אים אנגעכאפט א געוואלדיגע נייגער צו לויפן אין קיאסק ר"ל.
היתכן, א האטליין וואס איז באמת א בחורישע האטליין פראומוט אפיציעל און רייצט אן צו לויפן ליינען אויפן אינטערנעט?! און דאס אלעס האט די עמטליכע הסכמת העסקנים, די קינדער אינדרויסן פון לב טהור מעג מען אויך ראטעווען!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וויכטיגע בקשה
פריער איז ארויף דא א פריוואטע דאקומענט פון איינס פון די גאר חשובע אינגערלייט ביי כלל ישראל, לשעבר א יוצא לב טהור.
עס איז ארויף אינגאנצן שלא בכוונה איינעם צו מצער זיין אבער דאס געשעהט ליידער.
ביטע ביטע חכמים הזהרו בדבריכם, אפילו אויב האט איר עפעס גאר אינטערעסאנט און אקטועל, אויב האנדלט זיך עס פון פערזענדליכע זאכן פון פריוואטע מענטשן ביטע זיך צוריקהאלטן פון עס מפרסם זיין (אפילו אויב עס איז שוין מפורסם ערגעץ אנדערש) ושכרכם גדול מן השמים.

ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
https://toirem.org/23423
דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
https://toirem.org/23423
דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש