לויטערע הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:32 am
מענטשן האבן געפרעגט אויב זיי זענען פון די ערב רב איך גיי זאגן די אמת אפילו עס טוט מיך עכט וויי צוזאגן די היליגע בעל דברי חיים האט געזאגט פאר ארום 150 יאר צוריק אז רוב פון זיינע עולם איז פון ערב רב וואס קען אונז זאגן אזוי סך יארן שפעטער איך זאג נישט חס ושלום אז נאר לב טהור איז נישט ערב רב נאר איך זאג לויט וואס די היליגע דברי חיים זאגט איז עס ליידער אפילו מען וויל נישט עס הערן אז יא רוב רוב היינטיגע דור און איז ערב רב
יעצט צו זיין אין לב טהור מאכט נישט אויס ערב רב וואס מאכט יא אויס ערב רב אויב א מענטש ארבעט צו אנקומען צו יראת ה' אזוי ווי עס שטייט אין די תורה ועתה ישראל מה ה' אלוקים שואל מעמך כי אם ליראה , אז די אלע מצוות דארף צו ברענגן א מענטש צו יראת ה' אויב א מענטש ארבעט אויף דעם און ער לייגט בעיקר זיין כוחות דעמאלט קען ער זיין זיכער בה אז ער איז נישט פון די ערב רב, פון סתם טון מצוות קען מען נישט וויסן
איך חליש אז יעדע יוד זאל זיין פון די ריכטיגע יודן און טאקע ארבעטן אויף די עיקר אויף וואס א מענטש איז געקומען אויף די וועלט עס שטייט אין אור הויה בשם די גמרא שבת א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט מען פרעגט אם 6 שאלות אין אפילו אויב ער האט עס טאקע געטון די 6 זאכן וואס איז זייער שווער צו עס טאקע טון אוב ער האט נישט אָנקומען צו יראת ה' שיקט מען אים ליידער ליידער צוריק צו די וועלט איז ווער וויל דאס חס ושלום
ווער קען זאגן אז ער איז אויף די וועג צו יראת ה' באמת, עס שאקלט זיך נישט פון די ערמל אלע דורות האבן אלע צדיקים געשפיגן בלוטט צו אנקומען
מיינע טייערע ברודער הלואי מיין נשמה זאל נישט ווערן צרוק געשיקט קיינער קען נישט וויסן לב טהור האט מען זיכער געהאלטן פון גמרא הקדושה אבער לב טהור האט געהאלטן אז יראת ה' איז פאר גמרא איז וועגן דעם האט מען בעיקר געלערנט די ספרים פון אונזער הייליגע רבי וואס ברענגט א מענטש צו ליב האבן און מוראא האבן פון די אייבירשטער
איך ווייס נישט אויב עס איז גענג גענטפערט וועגן די שאלה וועגן ערב רב אויב עס איז נישט קלאר איך גיי פראבירן מאכן מער קלאר בה אויב איך גיי האבן צייט
לכבוד @הרב לויטערע הימל
אז דו האסט שוין דערמאנט דעם הייליגן דברי חיים איבער ערב רב, וואס לב טהור פאררופט זיך אויף זיין מימרא, וועל איך דיר פארציילן נאך א שטיקל היסטאריע איבער'ן הייליגען דברי חיים זי''ע וואס מען האט דיר מסתם נישט פארציילט אין לב טהור
און יאר תרכ''ט איז דער הייליגער דברי חיים ארויס בחרב ובחנות אקעגן חסידות רוזשין - סאדיגורא, וואס אפי' די סאדיגורא רבי'ס זענען געווען צדיקים קדושים וטהורים בני הרה''ק מריזשון זי''ע, וואס זיי זענען געווען רבי'ס פאר צענדליגער טויזנטער חסידים, דאך איז דער הייליגער דברי חיים ארויס אין א מלחמות חרמה און געשריבן בריוון אקעגן זיי מיט מורא'דיגע שארפע לשונות אויף אזוי ווייט אז ער האט געשריבן אז מען דארף זיי אויסשליסן פון כלל ישראל וכו' ואין כאן מקומו להאריך.
ס'איז געווען אסאך סיבות וואס האט צוגעברענגט צו דער מחלוקה אבער די עיקר סיבה פארוואס דער הייליגער צאנזער רב איז ארויס אזוי שארף אקעגן זיי איז געווען וויבאלד די סאדיגורא חסידים האבן זייער שטארק פארגעטערט זײער רבי. צעווישן די סאדיגורער חסידים האט מען אנגעהויבן רעדן א שפראך ווי למשל אז דער רבי איז העכער ווי דער תורה, און א רבי קען זאגן אנדערש ווי די תורה, די סאדיגורא חסידים האבן געלערנט קבלה און געזאגט אז ס'איז אלעס העכערע זאכן על פי תורת הנסתר וכו' (כידוע המעשה ואין כאן מקומו)
דער הייליגער דברי חיים איז דעמאלט ארויס אין א מלחמות חרמה ווייל ער האט פארגעזעהן דער חורבן וואס עס קען ארויסקומען דערפון.
איז יעצט צו לב טהור, א פלאץ ווי מען האט געפרעדיגט ביטל פאר די הנהגה מיט אזאלעכע כפירה'דיגע גערעדאכץ אז די הייליגע גמרא און שלחן ערוך אין די פריערדיגע ספרים הק' זענען מזיוף, און דער רבי איז העכער און קען חס ושלום טוישן און צולייגן צו די תורה מיט כלומרשטע פרומקייט און קבלה מעשיות, ווי מען איז דורך דעם ליידער צוגעקומען צו שפיכת דמים, און חילול שבת וי''ט, און נאך ערגער'ס.. רח''ל,
איז כל שכן, קל וחומר בן בנו של קל וחומר, נישט קיין שום ספק אז ווען דער הייליגער דברי חיים וואלט ווען היינט געלעבט, אז ער וואלט אויסגעשלאסן כת לב טהור פון כלל ישראל,
איך מיין נישט דיר פרעזענליך חס ושלום איך גלייב ביסט א חשובע אינגערמאן א ירא שמים מער ווי מיר, איך רעד בעיקר איבער די כת וויאזוי עס האט זיך דערקייקעלט.
דער אויבערשטער זאל העלפן משיח זאל שוין קומען און אויסלייזן