מיר האלטן אלע מיט די נייעס איבער די מיזעלס אויסברוך אין ארץ ישראל, וואס לויט באריכטן האט עס שוין געקאסט אכט נפשות רל. וויל איך דא ברענגען צום אויפמערקזאמקייט איבער א רעקאמענדירטע הילף פאר מיזעלס, אפיציעל רעקאמענדירט דורך די גרויסע אנערקענטע געזונטהייט אגענטורן, וואס ווערט ליידער נישט אייביג געגעבן, ובפרט אין ארץ ישראל וואס סטאדיס זאגן אז עס ווערט כמעט נישט באנוצט.
מ'רעדט דא פון א פשוטע ביליגע רפואה וואס הייסט ווייטעמין A. אסאך סטאדיס האבן געוויזן אויף די ראלע וואס ווייטעמין A שפילט אין העלפן דעם קערפער אפשלאגן מיזעלס. און דערפאר רעקאמענדירן טאקע אלע גרויסע געזונט ארגאניזאציעס צו געבן ווייטעמין A פאר יעדע אקטיווע מיזעלס פאציענט. איך וועל דא נאכברענגען זייערע דעקאמענדאציעס און דאזעס.
די WHO שרייבט די פאלגענדע (איבערגעטייטשט):
אויך שרייבן זיי מיט מער דעטאלן:אלע קינדער אדער ערוואקסענע וואס האבן מיזעלס זאלן באקומען צוויי דאזעס פון ווייטעמין A סופלעמענטס, געגעבן אפגעטיילט 24 שעה. דאס פילט צוריק אן נידעריגע ווייטעמין A שטאפלען וואס פאסירט אפילו ביי קינדער מיט א גוטע ערנערונג. עס קען העלפן פארמיידן אויג שאדן און בלינדקייט. די ווייטעמין A סופלעמענטס קענען אויך פארמינערן די צאל פון מיזעלס טויטפעלער.
די AAP שרייבט ווי פאלגענד (איבערגעטייטשט):ווייטעמין A זאל געגעבן ווערן צו אלע אקטיווע פעלער, אפגעזען פונעם צייט פון פריער'דיגע דאזעס פון ווייטעמין A. ווייטעמין A דורכ'ן מויל זאל געגעבן ווערן תיכף ביים דיאגנאז און איבערגעחזר'ט ווערן דעם נעקסטן טאג; 50,000 IU זאל געגעבן ווערן פאר פיצלעך אונטער 6 חדשים אלט, 100,000 IU פאר פיצלעך פון 6 ביז 11 חדשים אלט, און 200,000 IU פאר קינדער פון 12 חדשים און עלטער. אויב דאס קינד האט קלינישע אויגן סימנים פון א ווייטעמין A מאנגל אזויווי Bitot’s spots (ווייסע פלעקן אין די אויגן), זאל א דריטע דאזע געגעבן ווערן 4–6 וואכן שפעטער. אפילו אין לענדער וואו מיזעלס איז געווענליך נישט שווער, זאל ווייטעמין A געגעבן ווערן אין אלע פעלער פון שווערע מיזעלס.
די CDC שרייבט אביסל מער איינגעהאלטן (איבערגעטייטשט):די WHO רעקאמענדירט דערווייל ווייטעמין A פאר אלע קינדער מיט מיזעלס, נישט קיין חילוק אין וועלכע לאנד זיי וואוינען. אסאך אמעריקאנער עקספערטן זענען איינשטימיג אז מען זאל געבן ווייטעמין A פאר אלע קינדער אין די פאראייניגטע שטאטן וואס האבן מיזעלס, נישט קיין חילוק פון זייער האספיטאליזאציע סטאטוס. די ווייטעמין A באהאנדלונג פאר קינדער מיט מיזעלס אין ארימע לענדער איז געווארן פארבינדן מיט פארמינערטע קראנקהייטן און טויטפעלער ראטעס. נידריגע שטאפלען אין די בלוט פון ווייטעמין A איז אויך געפונען געווארן ביי קינדער אין די פאראייניגטע שטאטן, און קינדער מיט א שווערערע מיזעלס קראנקהייט קענען האבן נאך נידריגערע ווייטעמין A שטאפלען. ווייטעמין A אלס א באהאנדלונג פאר מיזעלס ווערט געגעבן איינמאל טעגליך פאר 2 טעג (דאס הייסט, תיכף ביים דיאגנאז און איבערגעחזר'ט דעם אנדערן טאג), לויט די פאלגענדע דאזעס:
200,000 IU פאר קינדער 12 חדשים אדער עלטער;
100,000 IU פאר פיצלעך פון 6 ביז 11 חדשים אלט; און
50,000 IU פאר פיצלעך אינגער ווי 6 חדשים
א דריטע דאזע פון ווייטעמין A, לויט'ן עלטער, זאל געגעבן ווערן 2 ביז 6 וואכן שפעטער, פאר קינדער מיט קלינישע סימנים פון א ווייטעמין A מאנגל.
כאטש די ברייטע רעקאמענדאציע פארן באנוץ פון ווייטעמין A, ווייזן סטאדיס אז עס ווערט נישט אייביג באנוצט. א ברייטע סטאדי פון 52 שפיטעלער איבער גאנץ אמעריקא ווייזט אז נאר צוויי פון יעדע פינף קינדער (39%) שפיטאליזירט מיט מיזעלס האבן באקומען ווייטעמין A. אין 2020 האט די National Foundation for Infectious Diseases, א רעספעקטירטע ארגאניזאציע, ארויסגעגעבן א באריכט איבער די פראבלעם און זיי פירן אויס אז יעדע קינד מיט א באשטעטיגטע מיזעלס פאל זאל פארשריבן ווערן די אויבנדערמאנטע דאזע.ווייטעמין A פארמיידט נישט די מיזעלס, און עס איז נישט קיין שטעל-פארטרעטער אנשטאט'ן וואקסין. אין איינקלאנג מיט די אנווייזונגען פון די AAP, מעג מען געבן ווייטעמין A פאר פיצלעך און קינדער אין די פאראייניגטע שטאטן וואס האבן מיזעלס, אונטער די אויפזיכט פון א דאקטאר, אלס א טייל פון די אונטערשטיצענדע באהאנדלונג. קינדער מיט שווערע מיזעלס, ווי צום ביישפיל אזעלכע וואס ליגן אין שפיטאל, זאלן יא באהאנדלט ווערן מיט ווייטעמין A. דאס איבערנוץ פון ווייטעמין A קען פירן צו טאקסיסיטי און קען מאכן שאדנס פאר'ן לעבער, די ביינער, די צענטראלע נערווען סיסטעם, און די הויט. מעוברות זאלן אויסמיידן צו נעמען הויכע שטאפלען פון ווייטעמין A, ווייל עס איז געווארן פארבינדן מיט שווערע געבורט-דעפעקטן.
אויב ווייטעמין A ווערט רעקאמענדירט, זאל עס געגעבן ווערן תיכף ביים דיאגנאז, און איבערגעחזר'ט ווערן דעם אנדערן טאג, אז עס זאל זיין סך הכל 2 דאזעס, אונטער די אויפזיכט פון א דאקטאר.
די רעקאמענדירטע טעגליכע דאזעס לויט'ן עלטער זענען:
50,000 IU פאר פיצלעך אינגער ווי 6 חדשים אלט.
100,000 IU פאר פיצלעך פון 6 ביז 11 חדשים אלט.
200,000 IU פאר קינדער 12 חדשים אלט און עלטער.
ווען עס קומט לגבי ארץ ישראל איז די מצב אסאך ערגער. די אפיציעלע געזונטהייט אגענטורן דערמאנען בכלל נישט די רעקאמענדאציע צו געבן ווייטעמין A. און אלס רעזולטאט ווערט ווייטעמין A כמעט נישט געגעבן. א סטאדי אויף מיזעלס פעלער אין ארץ ישראל ווייזט אז בלויז איינס פון יעדע פערציג קינדער (2.5%) שפיטאליזירט מיט מיזעלס האבן באקומען ווייטעמין A. וואלטן די לעצטיגע מיזעלס טויט פעלער געקענט פארמיטן ווערן דורך ווייטעמין A?
לויט די אינפארמאציע געברענגט אויבן, איז כדאי פאר עלטערן מיט א קינד וואס האט מיזעלס צו געבן די רעקאמענדירטע דאזעס. אבער אפילו ווער עס האלט זיך צוריק, איז ממש אומ'אחריות'דיג נישט צו געבן ווייטעמין A פאר א קינד מיט א שווערע פאל פון מיזעלס און זיכער אויב דאס קינד איז אנגעקומען אין שפיטאל.
---------------------------------------------------------------------------------------------------
מקורות:
https://www.who.int/news-room/fact-shee ... s%20deaths.
https://iris.who.int/server/api/core/bi ... 48/content
https://publications.aap.org/redbook/bo ... tion%20and
https://www.cdc.gov/measles/hcp/clinica ... nd%20older
https://journals.lww.com/pidj/fulltext/ ... l%20status.
https://www.nfid.org/wp-content/uploads ... -FINAL.pdf
https://www.sciencedirect.com/science/a ... 0providers.
https://iris.who.int/server/api/core/bi ... 48/content
https://publications.aap.org/redbook/bo ... tion%20and
https://www.cdc.gov/measles/hcp/clinica ... nd%20older
https://journals.lww.com/pidj/fulltext/ ... l%20status.
https://www.nfid.org/wp-content/uploads ... -FINAL.pdf
https://www.sciencedirect.com/science/a ... 0providers.