כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 571

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

ים התלמוד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:58 am
לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:28 am פארוואס איז דער בעל ויואל משה נישט געגאנגען מיט די בגדי ישע? מיין היילגע זיידע האט אויך נישט געגאנגען מיט די בגדי עת לכל חפץ או צוויטע ענפער איז ווייל די היילגע בעל ויואל משה האט געדארפט פשוט ראטווען פשטות אידושקייט נאך די קריג און פשטות אידושקייט איז פאר בגדי ישע און אסאך מאל וואס את רבי קען נישט אויספירן די תלמוד פירט עס אויס את בחינה וואס סע שטייט אז אלישע האט געהאט פי שניים פון אליה הנביא איר קענט דאס זעהן און ליקוטי מוהר"ן אויף יענע פסוק ( איך געדענק נאך ווען מיין היילגע זיידע האט עס מיך עס געזאגט צי עס לערנען אביסל פאר זיין היילגע הסתלקות ( אוי ווי קען מען צירוק ברענגן אזא צדיק אזא מלאך אלקים און ליידער איז ער חשוב און די וועלט ככלב מת אזוי ווי סע שטייט און די רעיה מהימנא עיין שם ) די אייברשער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צי זיך נישט שעמען פאר משיח צדקנו ווייל ווען משיח גייט קימען וועט מען זעהן די אמת משפיל גאים עדי ארץ ומגבוה שפלים עדי מרום מוציא אסרום ופודה ענווים)
הלואי וואלט איך געקענט געבן מער לייקס!
[/quote]
הלוואי ווען איך קען דיסלייקן...
דיין תגובה
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 106

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

ים התלמוד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:23 pm
האאפטשאהההה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 6:21 pm ליינענדיג די פריעדיגע בלעטער קום ארויף צו מיר די געדאנק:

ווען עיקר אידישקייט הייבט אן ווערן עפעס א הויכע געפיל ווי מען דארף צוקומען, און מען פארגעסט פון די 613 מצות מיטן שלחן ארוך, איז עס א שנעלע וועג אנצוקומען און לב טהור און דאס גלייכן.
אהבה ויראה און די אנדערע מצוות התלויות בלב זענען א חלק פון תרי"ג מצוות.
עס מיינט נישט צוקומען צו עפעס א געוויסע געפיל.
(עס מאכט אויס ווי שטארק די ביסט גרייט און דו ווילסט היטן 613 מצות) עיין ספר החינוך.
ווי אויך האט @Think and Thank גוט גענטפערט.
אסיסא.....
אוועיטער
גראד צום זאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
x 178

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראד צום זאך »

האאפטשאהההה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 4:18 pm
ים התלמוד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:23 pm
האאפטשאהההה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 6:21 pm ליינענדיג די פריעדיגע בלעטער קום ארויף צו מיר די געדאנק:

ווען עיקר אידישקייט הייבט אן ווערן עפעס א הויכע געפיל ווי מען דארף צוקומען, און מען פארגעסט פון די 613 מצות מיטן שלחן ארוך, איז עס א שנעלע וועג אנצוקומען און לב טהור און דאס גלייכן.
אהבה ויראה און די אנדערע מצוות התלויות בלב זענען א חלק פון תרי"ג מצוות.
עס מיינט נישט צוקומען צו עפעס א געוויסע געפיל. וואס איז דמיון
(עס מאכט אויס ווי שטארק די ביסט גרייט און דו ווילסט היטן 613 מצות) עיין ספר החינוך.
ווי אויך האט @Think and Thank גוט גענטפערט.
וואס @Think and Thank האט געזאגט איז געווען סך הכל אז אין גמרא שבת שטייט נישט די המשך וואס ער האט געזאגט לגבי אראפ קומען בגילגול, (דאכצעך מיר אז ער האט נישט געזאגט אז אלעס שטייט אין גמרא שבת) אבער גראדע אין זוהר הקדוש שטייט עס יא זייער קלאר
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:55 am
לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:17 am אויב מענטשן ווילן ווייטער גלייבן יענע פאר שקרים קענען זיי גלייבן אבער איך קען נעמען א ספר תורה אין שווערן אז עס איז פאלטש

מעג מען על פי תורה שווערן אויף עפעס וואס מען ווייסט נישט פון מיטהאלטן די מעשה נאר צוליב די אמונה אין א מענטש?
ניין.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 553
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 879

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תורה ויראה »

מנחם גאלד אין טועמי' די וואך
Screenshot 2025-10-29 164044.png
Screenshot 2025-10-29 164044.png (406.24 KiB) געזען געווארן 1337 מאל
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 664

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאקאלער רב »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 4:48 pm מנחם גאלד אין טועמי' די וואך

Screenshot 2025-10-29 164044.png
זייער שיין, אבער פארוואס מוז ער שרייבן אין טועמי' אז ער לערנט יסודי התורה?
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 553
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 879

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תורה ויראה »

לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:08 pm
תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 4:48 pm מנחם גאלד אין טועמי' די וואך

Screenshot 2025-10-29 164044.png
זייער שיין, אבער פארוואס מוז ער שרייבן אין טועמי' אז ער לערנט יסודי התורה?
דעיס קומט שוין צו דיסקירן אינעם טועמי' טעמע..
אבער אמת'דיג גערעדט גייט עס קיינעם נישט אן
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 408
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1304

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

הרב @לויטערע הימל
אזוי פיל צו שרייבן מיט אזויפיל סתירות דערצווישן איינס העכער פונעם צווייטן שרייבט די רבי אין על הגאולה "אין קץ לדברי רוח"
טוה מיר א טובה
זאג פונקטליך וואס דיין ציל איז דא, און וואס ווילסטו צוקומען מיט דעם וואס דו גיבסט דא אוועק אזוי פיל צייט

דאס אידישע פאלק ליגט ממילא נישט אין דיינע הענט און אויך נישט אין מיינע
רעד ענדערש צו מענטשן וואס האלטן ממילא אזוי ווי דיר און פארברענג מיט זיי אנגענעהם
צו וואס ברויכסטו דיך זוכן כאאס און איבערקערענישן און איבריגע קאפ-וויי

דערעוילעם האט אפילו נישט אזעלכע שטארקע ציין צו קענען אזויפיל מאל איבערקייען דיינע געדאנקן

גיי זעץ זיך אוועק מיט א קאווע און כאפ א גוטן דרימל
שמעיה
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:08 pm
x 72

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמעיה »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:57 pm הרב @לויטערע הימל
אזוי פיל צו שרייבן מיט אזויפיל סתירות דערצווישן איינס העכער פונעם צווייטן שרייבט די רבי אין על הגאולה "אין קץ לדברי רוח"
טוה מיר א טובה
זאג פונקטליך וואס דיין ציל איז דא, און וואס ווילסטו צוקומען מיט דעם וואס דו גיבסט דא אוועק אזוי פיל צייט

דאס אידישע פאלק ליגט ממילא נישט אין דיינע הענט און אויך נישט אין מיינע
רעד ענדערש צו מענטשן וואס האלטן ממילא אזוי ווי דיר און פארברענג מיט זיי אנגענעהם
צו וואס ברויכסטו דיך זוכן כאאס און איבערקערענישן און איבריגע קאפ-וויי

דערעוילעם האט אפילו נישט אזעלכע שטארקע ציין צו קענען אזויפיל מאל איבערקייען דיינע געדאנקן

גיי זעץ זיך אוועק מיט א קאווע און כאפ א גוטן דרימל
הרב @שמועות טובות בארואיג זיך ביטע,
@לויטערע הימל'ס אקטיוויטעטען איז זייער אינטערעסאנט פאר אידיטש באניצערס,
וויפיל מאל גייט מען דיר עס זאגן?
ביטע ער אויף איהם צו פארטרייבן.

גיבטס לייקס אלץ פעטיציע.
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

ים התלמוד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 4:39 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:55 am
לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:17 am אויב מענטשן ווילן ווייטער גלייבן יענע פאר שקרים קענען זיי גלייבן אבער איך קען נעמען א ספר תורה אין שווערן אז עס איז פאלטש

מעג מען על פי תורה שווערן אויף עפעס וואס מען ווייסט נישט פון מיטהאלטן די מעשה נאר צוליב די אמונה אין א מענטש?
ניין.
הרב @לויטערע הימל: דארפסט נישט שווערן, זיכער נישט מיט א ספר תורה אין די האנט, מען גלייבט דיר דא אויפן ווארט...
סוחר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 374

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחר »

@לויטערע הימל א קליינע הערה נאר, די שפראך פון איך קען שווערן, זיי וואלטן געשוואוירן, מיט א ספר תורה, צוזאגן מיטן גאנצן הארץ וכו' איז נישט קיין גאנגבארע שפראך בינינו.

האקט ענדליך
יאנקל גרויס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 11:58 pm
x 159

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנקל גרויס »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:41 pm
לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:56 am שמועות טובות איך בין דיך מוחל בלב שלם אז די באשמיצט מיך אבער ביטע באשמיץ נאר מיך נישט אנדרע אידושע קינדער זיכער נישט מיין היילגע טאטע אדער זיידע אדער אנדרע צדיקום כגון הרב טעללער וכו'
באשמוצן א מענטש קען נאר ער אליינס
איך באשמוץ נישט, נישט דיר און נישט קיין שום נברא אויף דער וועלט (אויסער מיין גארביטש קען)
@שמועות טובות שטיי ביי דיין ווארט!!
הער ביטע אויף!!
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

ששששששששש
לויטערע הימל איז יעצט עוסק איז התבוננות...
אוועיטער
גראד צום זאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
x 178

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראד צום זאך »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:57 pm הרב @לויטערע הימל דערעוילעם האט אפילו נישט אזעלכע שטארקע ציין צו קענען אזויפיל מאל איבערקייען דיינע געדאנקן

להוי ידוע אז ר' @שמועות טובות איז פטור צו ליינען די אלע פאוסט פון ר' @לויטערע הימל וועגן ער האט נישט אזעלכע גוטע ציין צו עס קייען, אנדערע וואס האבן יא שטארקע ציין צו עס קייען זענען נישט פטור פון עס ליינען
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

וועגן לערנען גמרא אין לב טהור.

געהערט האב איך פון א חשובע איד, אז ער האט געהערט נאך אין שנת תש"ס פון זיין חבר גאר א געהויבענער איד, א יוצא לב טהור נאך אין די נון יארן מתקופת מאנסי, אז איינע פון די זאכן וואס איז אים יעמאלט ניט געפאלן איז געווען, ווייל מ'האט געמעגט לערנען נאר מסכת ברכות. און ער האט פארשטאנען אדער האט מען געזאגט, אז די סיבה איז ווייל ס'מאכט נישט קלוג.

נאך א סיבה פון זיך אפלאזן פון דארט איז געווען, צוליב די צומישטקייט פון דריי מהלכים צוזאמען, וואס מען האט עס דעמאלטס באטיטלט [לכאורה דורך די מתנגדים ללב טהור] אלס לב"ן, ראשי תיבות ליובאוויטש, ברסלב, נבאהרדוק. דהיינו דאס מען האט דאן עוסק געווען אין די דריי חכמות, ספרי חב"ד, ספרי ר' נחמן, און מדרגת האדם פונעם אלטער פון נובהרדוק.

איך וואלט געוואלט וויסן אויב דאס איז ידוע.
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

גראד צום זאך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 6:16 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:57 pm הרב @לויטערע הימל דערעוילעם האט אפילו נישט אזעלכע שטארקע ציין צו קענען אזויפיל מאל איבערקייען דיינע געדאנקן

להוי ידוע אז ר' @שמועות טובות איז פטור צו ליינען די אלע פאוסט פון ר' @לויטערע הימל וועגן ער האט נישט אזעלכע גוטע ציין צו עס קייען, אנדערע וואס האבן יא שטארקע ציין צו עס קייען זענען נישט פטור פון עס ליינען
דער אמת איז, אז נאכן מעלה גרה זיין צוקייעט זיך עס גרינגער.
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1355

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

איך וויל פארשטיין אפענע אינטערנעט ברענגט יראת שמים?

און נאך מער ווי גמרא לערנען?..
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1355

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:57 pm דערעוילעם האט אפילו נישט אזעלכע שטארקע ציין צו קענען אזויפיל מאל איבערקייען דיינע געדאנקן

גיי זעץ זיך אוועק מיט א קאווע און כאפ א גוטן דרימל
אידטיש איז בכלל נישט געמאכט פאר מענטשן מיט שוואכע מאגנס.
ברוך כבוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 403

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

@לויטערע הימל

עס איז נישט יושר אז איהר לאזט אונז אויסטרוקענען יעדן טאג ביז שפעט ביינאכט, מיר קענען קוים ווארטן!
אגב, איהר האט א "ניין טו פייו" דשאב ביינאכט?, עס זעהט אויס אז איהר האט א קאמפיוטער נאר אין אפיס, און איהר קענט נאר שרייבן "פראם ניין טו פייו"

סא לכאורה האסטו אויפגעגבן דיין סמארטפאן ב"ה, אגעוואלדיגע זאך, גיי וויטער אויף דעם וועג וואס גדולי דורנו לערנען אונז!
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

רבותי, איך מיין מען מאכט דא א טעות, די נושא איז נישט יא אדער נישט שלמה, עס מאכט נישט קיין סאך אויס
איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, כ'וועל שרייבן בלויז די נקודה,
לאמיר לייגן שלמה'ען אין א זייט, לאמיר אננעמען אז זיינע ספרים זענען געשריבן מיט אן אמת און 'קיים זה מה שכתוב בזה',
לאמיר אננעמען - אז זיין מהלך ברענגט טאקע צו יראת שמים און צו דביקות, לאמיר אננעמען אז עס קומט פאר לערנען גמ',
לאמיר אננעמען - אז ער איז געווען א קדוש וטהור, א מלאך ד',
לאמיר אננעמען - אז אלע צדיקי דורו האבן געהאלטן פון אים תבל ומלואה,
לאמיר גיין ווייטער און זאגן - אז די גדולי התלמידים מרנן הזקנים שיחי' זענען גדולי עולם און אין די גאנצע וועלט איז נישטא ווי זיי,
לאמיר זאגן - אז די גאנצע עלטערע דור זענען עובדים, און בעלי יראה ואהבה עד אין שיעור ואין חקר,
= דאס אלעס מאכט נישט אויס.

ווייל ביי די יונגערע דורות איז שוין נישט דא גארנישט,
X נישט קיין התבוננות X נישט קיין דביקות, X נישט קיין חסידות, זיי בלעבלען נאך די ערשטע פאר פרקים פון די נוסח, אבער קענען עס ניטאמאל טייטשען,
הייב נאר אן צו פרעגן יוצאים וואס האבן געהייסן גאר גאר חשוב, זיי קענען נישט די סאמע וויכטיגסטע יסודות פון די ספרים הקדושים,
זייער דאווענען שטייט פיל פיל שוואכער פון א דאווענען אין סאטמאר, אזאלעכע זאכן ווי פון א גרויסע ציבור אידן זאל נישט זיין קיין מנין ביי ברכו הערט מען נישט ביי אונז, אין לב טהור איז דאס געווען א אפטע ערשיינונג,
די נשים האבן נישט קיין שום רגש צניעות נישט,
אין די גמ' שטייט זייער קלאר וואס מיינט א אשה כשירה, נישט קיין צוויי סעיפים זענען דא אויף דעם, נאר איינס 'עושה רצון בעלה', אויב איז דאס נישטא, איז נישטא קיין אשה כשרה,
און דאס איז חוץ די 'לויטערע הימעל שרייענדע' עם הארצות,
(כ'שעם זיך צו זאגן אז א חשוב'ע יוצא שיחי' מיט וועם כ'האב געלערנט אביסל גמ' האט נישט געוואוסט וואס עס מיינט א 'אסמכתא'...)

לייג די גאנצע שיטה און א זייט,
עס איז נישט פראקטעצירט געווארן למעשה,
במציאות זענט עטס גארנישט בעסער ווי א צווייטען אפי' לפי שיטת אור הוי''ה הקדוש.

און לאמיר גיין נאך ווייטער

לב טהור שטייט שוין נישט...
וואוינען אין קאלאמביע רוב פרויען און 3 מענער אונטער א מנהיגה א פרוי,
איז נישט בעסער ווי גיין מיט א 'אומ'צניעות'דיגע' שייטל, פארפאלן...
די מציאות איז א מציאות...

עס איז דא אסאך מאריך צו זיין, כ'בעט אז ווער עס האט וואס צוצולייגן, זאל עס ביטע טוען, ווייל עס איז מיר ממש נישט מעגליך, און עס קען זיין אפשר ראטעווען א איד.
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 6:32 pm איך וויל פארשטיין אפענע אינטערנעט ברענגט יראת שמים?

און נאך מער ווי גמרא לערנען?..
אויב מ'איז זוכה צו יראה באמת, קען מען אלע נסיונות בייקומען. והא ראי' יוסף הצדיק און דער צדיק'ל.

איי, אוואו נעמט מען אזאאא יראת שמים?.
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 6:45 pm רבותי, איך מיין מען מאכט דא א טעות, די נושא איז נישט יא אדער נישט שלמה, עס מאכט נישט קיין סאך אויס
איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, כ'וועל שרייבן בלויז די נקודה,
לאמיר לייגן שלמה'ען אין א זייט, לאמיר אננעמען אז זיינע ספרים זענען געשריבן מיט אן אמת און 'קיים זה מה שכתוב בזה',
לאמיר אננעמען - אז זיין מהלך ברענגט טאקע צו יראת שמים און צו דביקות, לאמיר אננעמען אז עס קומט פאר לערנען גמ',
לאמיר אננעמען - אז ער איז געווען א קדוש וטהור, א מלאך ד',
לאמיר אננעמען - אז אלע צדיקי דורו האבן געהאלטן פון אים תבל ומלואה,
לאמיר גיין ווייטער און זאגן - אז די גדולי התלמידים מרנן הזקנים שיחי' זענען גדולי עולם און אין די גאנצע וועלט איז נישטא ווי זיי,
לאמיר זאגן - אז די גאנצע עלטערע דור זענען עובדים, און בעלי יראה ואהבה עד אין שיעור ואין חקר,
= דאס אלעס מאכט נישט אויס.

ווייל ביי די יונגערע דורות איז שוין נישט דא גארנישט,
X נישט קיין התבוננות X נישט קיין דביקות, X נישט קיין חסידות, זיי בלעבלען נאך די ערשטע פאר פרקים פון די נוסח, אבער קענען עס ניטאמאל טייטשען,
הייב נאר אן צו פרעגן יוצאים וואס האבן געהייסן גאר גאר חשוב, זיי קענען נישט די סאמע וויכטיגסטע יסודות פון די ספרים הקדושים,
זייער דאווענען שטייט פיל פיל שוואכער פון א דאווענען אין סאטמאר, אזאלעכע זאכן ווי פון א גרויסע ציבור אידן זאל נישט זיין קיין מנין ביי ברכו הערט מען נישט ביי אונז, אין לב טהור איז דאס געווען א אפטע ערשיינונג,
די נשים האבן נישט קיין שום רגש צניעות נישט,
אין די גמ' שטייט זייער קלאר וואס מיינט א אשה כשירה, נישט קיין צוויי סעיפים זענען דא אויף דעם, נאר איינס 'עושה רצון בעלה', אויב איז דאס נישטא, איז נישטא קיין אשה כשרה,
און דאס איז חוץ די 'לויטערע הימעל שרייענדע' עם הארצות,
(כ'שעם זיך צו זאגן אז א חשוב'ע יוצא שיחי' מיט וועם כ'האב געלערנט אביסל גמ' האט נישט געוואוסט וואס עס מיינט א 'אסמכתא'...)

לייג די גאנצע שיטה און א זייט,
עס איז נישט פראקטעצירט געווארן למעשה,
במציאות זענט עטס גארנישט בעסער ווי א צווייטען אפי' לפי שיטת אור הוי''ה הקדוש.

און לאמיר גיין נאך ווייטער

לב טהור שטייט שוין נישט...
וואוינען אין קאלאמביע רוב פרויען און 3 מענער אונטער א מנהיגה א פרוי,
איז נישט בעסער ווי גיין מיט א 'אומ'צניעות'דיגע' שייטל, פארפאלן...
די מציאות איז א מציאות...

עס איז דא אסאך מאריך צו זיין, כ'בעט אז ווער עס האט וואס צוצולייגן, זאל עס ביטע טוען, ווייל עס איז מיר ממש נישט מעגליך, און עס קען זיין אפשר ראטעווען א איד.
לדבריך אפשר דעריבער פראבירט מען נאכאמאל אין קאלאמביע אפשר טראכטן זיי (זי) אז דאסמאל וועט מען יא מצליח אוספירען די שיטה "הקדושה" ביזן סוף
(איך וויל ארוסברענגען אז מען טאר נישט רעדן אזא מסוכנדיגע שפראך וואס קען אפילו בהו"א מאכן טראכטען אז אפשר איז דא א פינטל אמת צו די קהילה)

איין זאך וואס עס איז יא דא ביי רוב קהילה איז א לוטערקייט און איידלקייט און דעריבער נאכן תשובה טאהן און בייטן זייערע דרכים האבען זיי גאר א גרויסער פאטענציאל צו זיין אמתע עובדי ה'
אין כל חדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 1036

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:22 am
פינאַטשוָ האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:35 pm איך קען נישט פארשטיין וואס דא גייט פאר

אונז האבן דא איינער וואס ער פארופט זיך צו באלאנגען צו די טמא'נע כת וואס איך וויל אפי' נישט ארויסשרייבן די נאמען וואס איז קלאר חוטא ומחטיא מיט גביעת עדות אין בי''ד קלאר ווי די טאג

פאר וואס זאגסטו אז בית דין קלאר ווי די טאג האט געהערט עידות איך זאג דיך קיין איין בית דין אין די וועלט וואס איך ווייס האט נישט גביעה עדות געווען וועגן מיין היליגע זיידע ( אפשר אויף עפעס א גר וואס אפילו דעס ווייס נישט זיכער אויב דריי רבנים האבן געזוצען ציזאמען צו אויסערן די עדות אבער אפשר יא) אבער אויף מיין זיידע איז עס קיינמאל נישט געווען סך הכל אפאר רשעים וואס האבן געפענט זייער טמנע מויל ליידער אויף די גרויסע צדיק זיי מברר וועסטו זען אז איך בין גערכט
אויף זייער אסאך צדיקם האט מען געזאגט דיא מיני זאכן וועגן עס איז זייער גרינג צו זאגן און מעו דארף נישט קיין ריאות וועגן איך וויל אפילו נישט זאגן יעדער קען אליין פארשטיין
ביטע גלייב מיך
ראשון דער עולם דארף פארשטיין אז אזוי ווי ביי לב טהור זענען סמארט פאון'ס און באניץ אן קיין שום פילטער, (ווער עס האט יא א פילטער איז עס א גויאישע וואס מען לייגט אליינס ארויף, און מען קען דאס אליינס אראפ נעמען), וואס אויף דאס קענען מעיד זיין גאר אסאך ניקס דא וואס זענען און נאנטע קשר מיט אנשי לב טהור, איז למעשה האט הרב לויטערע הימל זיך מקבל געווען אז ער גייט נאר ניצן זיין סמארט פאון ווען יו"ט לי"ר (וואס האט 2 סמארטפאון'ס אן קיין פילטער) געט עם רשות, דאס איז די סיבה פארוואס לויטערע הימל איז נישט דא א גרויס חלק טאג, ווילן מיר בעטן ווער עס האט אן השפעה אויף הנ"ל אז ער זאל געבן מער צייט רשות פאר לויטערע הימל צו ניצן זיין סמארט פאון אן קיין פילטער, אזוי וועט מען מער קענען הנאה האבען פון זיינע פערל ווערטער.

שנית טייערע לויטערע הימל מען בעט דיך ברחמים ביטע סטאפ רעדן בכלל פון דיין זיידע, און זיכער צו נישט איבער די שטריק בנוגע די מעשים טובים.... פון דיין זיידע, נאך דעם האסטו טענות אז מען פארשעמט דיך, און די ביסט גארנישט שילדיג אז די האסט געהאט אזא זיידע, אז די וועסט נישט שרייבן, רעדן, בשבח פון דיין זיידע, וועט מען נישט דארפן רעדן בגנאי, אבער אויב וועסטו ווייטער אנגיין מיטן משבח זיין דיין זיידע דא, וועט אנהייבען פארשפרייט ווערען פאר די גאס (נישט דורך איטיש) זייער אסאך גביעות עדות ביי אסיפות הרבנים, און נאך אסאך זאכען, און דאס וועט נישט ברענגן קיין טובות פאר קיינעם, עס איז דא גענוג שיינע ענינים וואס די קענסט דא שרייבן און זיך אינטערהאלטן, "נעם ארויס דיין זיידע פון פיקטשערס פאר דיין טובה". די האסט ב"ה יחוס עצמו די ביסט א חשובע אינגערמאן, די ציבור דא וויל הערן "דיינע" פערל ווערטער, נישט פון דיין זיידע.
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 6:45 pm
► Show Spoiler

ס'איז אמת ויציב וואס דו שרייבסט.
אבער,
לפי ידיעתי זענען דא פון די וואס ווילן נאך אנהאלטן דעם דרך וואס ווייסן דאס אויך, נאר זיי פארענטפערן עס אין הארץ מיט כל מיני תירוצים, אז דאס איז מחמת סיבות שונות, ובפרט דאס וואס מען רופט "טעותים", אדער דאס דחקות און עניות האט גורם געווען, אדער אנדערע סיבות מסיבות שונות ווי די אופן העונשים, חתונה מאכן צו פרי, דאס לויפן פון איין פלאץ צום צווייטן א גלות במילואו, רדיפות, וואס אויב מען וואלט עס מסדר געווען וואלט דאס ווייטער געווען דער אמת'ער וועג.

פונקט ווי מ'פארשטייט אז אין די חסידות וואו מ'באלאנגט איז דא טעותים און חסרונות וואס מ'האלט אז ווען מען וואלט געטוהן ווי אזוי איך האלט וואלט בעסער געווען, און ווען מ'וואלט אויסגעקליבן דעם פאר דעם פאסטן און דעם פאר יענעם פאסטן וואלט אלעס אנדערש געגאנגן, סיי לגבי די תלמוד תורה, סיי לגבי די סקול, סיי לגבי די ישיבה קטנה וגדולה, סיי אין די עניני הקהלה והביהמ"ד, פרעגט עס אבער נישט אפ די עצם יסודות פון די חסידות, און מ'וועט דאס פרובירן צו פארענטפערן און פארוואסערן, אז נאכאלץ איז דא בעסער פון דארט.

די זעלבע איז מיט לב טהור, ווילאנג ס'איז דא א מקום זיך איינצורעדן אז די עצם יסודות האט עפעס אין זיך, וועט זיין תירוצים אויף אלע קשיות, אדער וועט מען טראכטן סוף כל סוף איז נאך אלץ דאס די מקום האמת און די גאנצע וועלט איז שקר, איי די בחורים און די יושבים וכו' וכו', דער איז שולדיג און דאס איז שולדיג. מ'וואלט נאר געדארפט פאררעכטן די טעותים און דעמאלטס וואלט אלעס גוט געווען.

איך רעדט שוין נישט פון די וואס חזר'ן דעם בלאף: "די שעלטער איז אלעס שולדיג", כאילו אז פארדעם איז געווען כולו טוב ממש.

צוליב דעם ברויכן מיר יא וויסן אז דער אמת איז אז די עצם יסודות איז געווען געבויעט אויף שקר, ושקר אין לו קיום.

אויך דארף מען זיך באווארענען פון פרישע אויפגייענדע קולט'ס ווי עס שארן זיך צו אזעלכע וואס זענען יא געגאנגן אין חדר און ישיבה אדער אין סקול, וואס די ערשטע דור האט דאך נאך עפעס אין זיך פון פריער, און מ'ווערט איבערגענומען פון דעם גוטן געשמאקן געפיהל אז איך בין בעסער פון די גאנצע שטאט, אשר על כן דארף מען זיך איינבאקן אז ווי נאר עס טרעפט זיך נאר א מקום וואס איז משנה מדרך המסורה אפילו לחומרא דארף מען זיך דערווייטען כמטחוי קשת, ווייל די נאכפאלגן זענען פאטאל. און טאקע באטראכן וואס עס ווערט פונעם צווייטן און דריטן דור ליידער.
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

IMG_20251029_203411.jpg
IMG_20251029_203411.jpg (45 KiB) געזען געווארן 650 מאל
אפשר וועגן דעם האמער נישט דעם @לויטערע הימל
שרייב פאוסט