אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
פינאַטשוָ
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:30 pm
Location: לאקאל
x 64

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך פינאַטשוָ »

ווי אזוי זאגט מען אגב אין אידיש?
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

פינאַטשוָ האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:12 pm ווי אזוי זאגט מען אגב אין אידיש?
אגב פון די "קנין אגב" איז אין צוגאב
אבער די "דרך אגב" (ביידע וועי נ.ב.) וואס טאקע?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19974

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אן עי סייד נאוט - אין א זייטיגע נאטיץ
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

פחד - פארכט
מורא - שרעק
רעדה - ציטער
כבוד - ערע
כלי - געצייג
עולה - אומרעכט
בא'עולה'ט - באקריוודעט
מלחמה - קריג
ניגון - ליד
שיר - געזאנג
יושר - גלייכקייט
רוב - מערהייט
שוחד - כאבאר
חוצפה - פרעכקייט
חרפה - שאנד
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

ווערטער וואס ווארטן נאך אויף זייער באשערטע
טענה
רבי
ויכוח
בעצם
נס
כדי
גאוה
שוחט
דרשה
מח
חסד
תבואה
גניבה
אלמנה
אוועיטער
פינאַטשוָ
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:30 pm
Location: לאקאל
x 64

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך פינאַטשוָ »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 10:45 pm
אות - בוכשטאב
ווי אויך אלפאבעט
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2110
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3788

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 12:00 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:53 am
למשל ווערט באנוצט צומאל אומריכטיג, במקום לדוגמא. א משל איז נישט די זעלבע זאך נאר ענליך, משא"כ א דוגמא איז א סעמפל פון דאס פון וואס איך רעד.

סיבה און גורם האבן לכאורה די זעלבע באדייט במקורם, מ'נוצט [אין אידיש] גורם אלס דער אורזאך און סיבה אלס דער ערקלערונג דערצו.

פילייכט און לכאורה הערן זיך טאקע נישט גוט, אבער אפשר איז טייטש מעגליך - אי אפשר להתקיים... ווייסעך נישט וועגן פילייכט.

א קשיא איז עפעס וואס מאכט שווער דיין הנחה. ס'איז קשה צו פארשטיין וואס דו זאגט וויבאלד AB און C, אלזא ווילאנג דו האסט נישט קיין תירוץ ביסטו מופרך.

סבר - ער האט געקלערט, סברא - אן ערקלערונג. דו וואלטסט געטייטשט סבר - ער האט געמיינט... ביידע קענען זיין ריכטיג.

אפי' ווערט גענוצט במקום טראץ אויך, בעיקר אין אנהויב פון א פאראגראף וואו זאגאר קומט נישט אריין.
ס'איז נישט אייביג מעגליך צו טרעפן א פונקטליכע ווארט אפצוטייטשן פון איין שפראך אויף דער אנדערער וואס וועט שטימען אין יעדן פאל. צומאל דארף מען ניצן עטליכע ווערטער געוואנדן אינעם ספעציפישן פאל.

פילייכט איז ווארשיינליך דער אפטייטש פון אולי, אבער זוכנדיג ווערטער זיך צו באניצן דערמיט אנשטאט לשה"ק ווערטער קוקט מען נישט וואס די ווערטערליכע אפטייטש איז נאר וויאזוי ס'ווערט באניצט, ממילא קען מען ניצן פילייכט דארט ווי מיר ניצן צומאל אולי, אפשר, מסתמא א.ד.ג.

דאס זעלבע איז מיט גורם, קען זיין אז אורזאך איז נישט די ווערטערליכע אפטייטש פונעם אריגינעלן ווארט אבער פאראורזאכן איז יא די פונקטליכע אפטייטש פון (דאס וואס מיר מיינען) גורם זיין.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19974

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איך וואלט געזאגט אז פחד איז שרעק און מורא איז פארכט. נורא - דער פארכטיגער, נישט דער שרעקעוודיגער...

כאבאר איז מער אידיש ווי שוחד?..

טענה איז אן ארגומענט, א וויכוח קען זיין אן ארגומענט אדער דעבאטע, גאווה קען זיין שטאלץ אדער גרויסהאלטערישקייט, שוחט איז לכאורה נישטא, אבער א בית השחיטה איז א שלאכט הויז.

א רבי איז א לערער אדער פירער [ווען דער ציבור איז א געמיינדע...]

מח איז נישט א פאטעיטא?.. :P
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2110
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3788

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך הדסים »

פינאַטשוָ האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 8:28 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 10:45 pm
אות - בוכשטאב
ווי אויך אלפאבעט
אלפאבעט איז דער צאמשטעל פון אסאך אותיות וואס פארעמען ווערטער, א שטייגער ווי וואלוטע איז נישט א ספעציפישע מטבע נאר די סיסטעם פון געלט. (דער פארגלייך איז נישט בוכשטעבליך כ'טרעף נאר נישט עפעס בעסער).

אזוי מיין איך.

_____
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 8:23 pm פחד - פארכט
מורא - שרעק
רעדה - ציטער
כבוד - ערע
כלי - געצייג
עולה - אומרעכט
בא'עולה'ט - באקריוודעט
מלחמה - קריג
ניגון - ליד
שיר - געזאנג
יושר - גלייכקייט
רוב - מערהייט
שוחד - כאבאר
חוצפה - פרעכקייט*
חרפה - שאנד
קען אויך ווערן געזאגט:
כבוד - רעספעקט
עולה - קריוודע
יושר - ארנטליכקייט

___
*פרעכהייט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 9:06 pm איך וואלט געזאגט אז פחד איז שרעק און מורא איז פארכט. נורא - דער פארכטיגער, נישט דער שרעקעוודיגער...

כאבאר איז מער אידיש ווי שוחד?..

טענה איז אן ארגומענט, א וויכוח קען זיין אן ארגומענט אדער דעבאטע, גאווה קען זיין שטאלץ אדער גרויסהאלטערישקייט, שוחט איז לכאורה נישטא, אבער א בית השחיטה איז א שלאכט הויז.

א רבי איז א לערער אדער פירער [ווען דער ציבור איז א געמיינדע...]

מח איז נישט א פאטעיטא?.. :P
קןמסט אריין קלאר...
ביזט גערעכט וועגן פארכט אבער וועגן שרעק קלער איך אצינד איז מער ווי דערשרעקן ווען עפעס איז שרעקע((וו) - אין 2025)דיג מאכט עס דערשראקן, דהיינו(דאס הייסט) מער
א געפילישער שרעק, דאגעגן (לעומת)פארכט איז מער א מחשבה'דיגע (טראכטן)? מעגליך
כאבאר איז א ריין אידיש ווארט
"דעבאטע" גערעכט (איינער האט עפעס פאר מודה זיין? ווידוי?) ארגומענט אויכעט כאטש עס שטאמט ווארשיינליך פון argument, אדער פון ווי ער קומט
אבער וויאזוי זאגסטו ער טענה'ט? ער ארגומענטירט?
איך האב געטראכט פון שלאכט איך בין אומזיכער וויל מ'נוצט עס אויך פאר די ענגלישע battle
רבי איז בוכשטעבליך לערער, א גוטן לערער איד,
פאטעיטא? איר מיינט זיכער קארטאפל :roll:
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך שוהם »

וויאזוי זאגט מען אין אידיש פשטות?
"ער זאגט מיט א פשטות אז יא"
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2110
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3788

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך הדסים »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 10:12 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 9:06 pm איך וואלט געזאגט אז פחד איז שרעק און מורא איז פארכט. נורא - דער פארכטיגער, נישט דער שרעקעוודיגער...

כאבאר איז מער אידיש ווי שוחד?..

טענה איז אן ארגומענט, א וויכוח קען זיין אן ארגומענט אדער דעבאטע, גאווה קען זיין שטאלץ אדער גרויסהאלטערישקייט, שוחט איז לכאורה נישטא, אבער א בית השחיטה איז א שלאכט הויז.

א רבי איז א לערער אדער פירער [ווען דער ציבור איז א געמיינדע...]

מח איז נישט א פאטעיטא?.. :P
קןמסט אריין קלאר...
ביזט גערעכט וועגן פארכט אבער וועגן שרעק קלער איך אצינד איז מער ווי דערשרעקן ווען עפעס איז שרעקע((וו) - אין 2025)דיג מאכט עס דערשראקן, דהיינו*(דאס הייסט) מער
א געפילישער שרעק, דאגעגן (לעומת)פארכט איז מער א מחשבה'דיגע (טראכטן)? מעגליך
כאבאר איז א ריין אידיש ווארט
"דעבאטע" גערעכט (איינער האט עפעס פאר מודה זיין? ווידוי?) ארגומענט אויכעט כאטש עס שטאמט ווארשיינליך פון argument, אדער פון ווי ער קומט
אבער וויאזוי זאגסטו ער טענה'ט? ער ארגומענטירט?
איך האב געטראכט פון שלאכט איך בין אומזיכער וויל מ'נוצט עס אויך פאר די ענגלישע battle
רבי איז בוכשטעבליך לערער, א גוטן לערער איד,
פאטעיטא? איר מיינט זיכער קארטאפל :roll:
ארגומענט איז אויך אין דויטש
ארגומענטירט איז געהעריג אין באניץ
שלאכטהויז איז א בית השחיטה, ס'איז אין באניץ ביי אלע ביכער.
____
*דהיינו - נעמליך
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

שוהם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 1:12 am וויאזוי זאגט מען אין אידיש פשטות?
"ער זאגט מיט א פשטות אז יא"
אויב פשוט איז איינפאך וואלט מען געברויך זאגן:
"ער זאגט מיט א איינפאכקייט אז יא" אבער עס הערט זיך מער ווי איינפאך פון עניוות...
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

כח - קראפט
דומה - ענליך
גזירה - געזעץ
שר - מיניסטער
מעשה - טאט
פעולה - אקט
קיום - שטאנדהאפטיג

ווי האט יענער געזאגט ווען מ'פראבירט זיך צו דערמאנען עפעס, וועט מען . .
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2110
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3788

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך הדסים »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:17 am כח - קראפט
דומה - ענליך - גלייך
גזירה - געזעץ
שר - מיניסטער
מעשה - טאט
פעולה - אקט
קיום - שטאנדהאפטיג

ווי האט יענער געזאגט ווען מ'פראבירט זיך צו דערמאנען עפעס, וועט מען . .
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19974

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 2:43 am
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:17 am דומה - ענליך - גלייך
שווה איז גלייך. משל למה הדבר "דומה", מיינט נישט אז ס'גלייך.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 4:05 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 2:43 am
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:17 am דומה - ענליך - גלייך
שווה איז גלייך. משל למה הדבר "דומה", מיינט נישט אז ס'גלייך.
דא איז דער ארט אנצומערקן (כהמל''ע) אויף די צעווישנשייד צווישן ענליך און ענדליך וואס פארשינענע פארטוישן צומאל.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2110
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3788

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 4:05 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 2:43 am
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:17 am דומה - ענליך - גלייך
שווה איז גלייך. משל למה הדבר "דומה", מיינט נישט אז ס'גלייך.
מדמה זיין מילתא למילתא מיינט פארגלייכן איין זאך צו דער אנדערער. 'ס'איז נישט דומה' קען מען מעגליך זאגן 'ס'איז נישט גלייך'.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שרייב פאוסט