צוריקברענגן פארמעקטע פיילס

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
you think so
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 1:06 am
Location: ביים רב
x 8

צוריקברענגן פארמעקטע פיילס

פאוסט דורך you think so »

דאס איז א נושא וואס כגלייב אז סוועט קענען ארויסהעלפן אסאך מענטשן וואס מוטשענענען זיך מיט דעם זעלבן פראבלעם:

איז דא עפעס גוטע עפפס וואס קען העלפן צוריקברענגן פיילס פון אן ס''ד קארד וואס איז געווארן געפארמעט? [לכתחילה בחינם]
זיי קלוג, נישט גערעכט..
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2208
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6873

Re: צוריקברענגן פארמעקטע פיילס

פאוסט דורך נקודות טובות »

ברענגסט מיר אויף קאשמארן!

אני הקטן האב פארלוירן טויזענטער בלעטער כתבי יד (געטייפטע) והמקום ימלא חסרוני. עס טוט מיר אזוי וויי יעדע מאל איך דערמאן מיך. שעות שעות שעות פון ארבעט איז געגאנגען לריק.

איך ווי א נער האב געסעיווט מיינע פיילס נאר אויפן לעפטאפ, און האט זיך אמאל געמאכט א טעכנישע פראבלעם און איך האב געדארפט אריינגעגעבן מיין לעפטאפ פאר א מומחה, און דער שמויטעפאנע האט צוריקגעשטעלט מיינע פיילס אויף אן אופן וואס עס האט זיך פארמעקט נאך עטליכע טעג. און ווען איך האב מיך געכאפט איז שוין געווען צו שפעט צו צוריקברענגען.

מעט מזעיר וואס איך האב יא געקענט צוריקבאקומען, צו ווייל איך האב דאס געשיקט פאר אנדערע, אדער אזעלכע פיילס וואס איך האב יא ארויפגעלייגט אויף א usb ווען איך האב דאס געוואלט פרינטען.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
you think so
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 1:06 am
Location: ביים רב
x 8

Re: צוריקברענגן פארמעקטע פיילס

פאוסט דורך you think so »

געפינען א עפפ מיטן נאמען 'ריקאווע' וואס איז געמאכט פאר דעם צוועק צוריקצוברענגן פיילס, און נאך בחינם.
https://www.ccleaner.com/recuva
נאכן דאונלאדן דעם עפפ סורטשט עס דורך דעם גאנצן דעווייס און ברענגט א פולע ליסטע פון אלע פארמעקטע פיילס, און האט די אפציע פון 'ריקאווער', די פראבלעם הייבט זיך נאר אהן אז נאכן ריקאווערן האב איך נאר געפונען א גאנצע פעקל פון ליידיגע פיילס..

אויב איינער קען ארויסהעלפן די מצב, אדער ווייסט פון עפעס בעסערס, ביטע אריינקומען מיט דיטעלס. א דאנק.
זיי קלוג, נישט גערעכט..
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: צוריקברענגן פארמעקטע פיילס

פאוסט דורך Think and Thank »

אין בארא פארק איז דא איינער וואס רופט זיך 'טעקניקל דיפיקאלטיס' וואס איז א מומחה אין צוריקברענגען פארלוירענע פיילס. ער איז נישט ביליג (עקטשועלי, היבש טייער...), אבער נאכ'ן פרובירן עטליכע מאל מיט ביליגע אדער אומזיסטע פראגרעמס און צוריקבאקומען נאר טייל פיילס און דאס אויך צובראכן און צושטיקלט, האב איך מחליט געווען אז ס'איז ווערט די געלט. איך האב שוין ליידער געדארפט צוקומען צו אים צוויי מאל, אבער ביידע מאל האט ער מיר צוריקגעברענגט כמעט אלע אינפא פון א הארד דרייוו (מיט קרוב צו א טעראבייט פיילס אריינגערעכנט דאקומענטן, בילדער, ווידעאוס ועוד) געהעריג צוריקגעשטעלט.

נאכ'ן באטראכטן די הארד דרייוו שיקט ער דיר א לינק וואו דו קענסט זעהן וועלכע פיילס ער קען יא אדער נישט ריקאווערן, און לויט דעם קענסטו באשליסן צו דו ווילסט צאלן און ער זאל עס טאקע ריקאווערן אדער נישט.

זיין אפיס איז אויף זעכציג ביי פופצן, און ער איז אלעמאל דארט אנדערע שעות ממילא דארף מען אים רופן פאר מ'גייט. זיין פאון נומער איז איז 718-259-4593 און זיין אימעיל אדרעס איז sales@technicaldifficulties.biz
בערנשטיין
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:52 pm
Location: Brooklyn NY
x 10

Re: צוריקברענגן פארמעקטע פיילס

פאוסט דורך בערנשטיין »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 9:41 pm ברענגסט מיר אויף קאשמארן!

אני הקטן האב פארלוירן טויזענטער בלעטער כתבי יד (געטייפטע) והמקום ימלא חסרוני. עס טוט מיר אזוי וויי יעדע מאל איך דערמאן מיך. שעות שעות שעות פון ארבעט איז געגאנגען לריק.

איך ווי א נער האב געסעיווט מיינע פיילס נאר אויפן לעפטאפ, און האט זיך אמאל געמאכט א טעכנישע פראבלעם און איך האב געדארפט אריינגעגעבן מיין לעפטאפ פאר א מומחה, און דער שמויטעפאנע האט צוריקגעשטעלט מיינע פיילס אויף אן אופן וואס עס האט זיך פארמעקט נאך עטליכע טעג. און ווען איך האב מיך געכאפט איז שוין געווען צו שפעט צו צוריקברענגען.

מעט מזעיר וואס איך האב יא געקענט צוריקבאקומען, צו ווייל איך האב דאס געשיקט פאר אנדערע, אדער אזעלכע פיילס וואס איך האב יא ארויפגעלייגט אויף א usb ווען איך האב דאס געוואלט פרינטען.
מיין הארץ גייט אויס פאר אייך
שרייב פאוסט