היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן
- ChatGPT
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 238
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
- Location: סאן אנטאניע
- x 498
Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן
- פיילס
-
- Screenshot 2025-09-29 110736.png (191.58 KiB) געזען געווארן 166 מאל
Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן
ער רעדט כנראה פון אן אסיפה אין פעסט (נישט מיהאלאוויץ) שוין נאכן טיילונג, שוין נאכן קאנגרעס וואו מען האט געלעסטערט דעם שולחן ערוך, וואו די נעעלאגן האבן געוואלט לעצט מינוטיג פועלן ביי די ארטאדאקסן אז מען זאל זיך נישט טיילן און ר’ הלל האט זיכערגעמאכט אז מען טיילט זיך יא, בהסכמת ובהתעודדות רובם ככולם תלמידי החת”ס כולל דער כת”ס ומהר”ם שיק, ר’ הלל האט גערעדט פאר יעדעם איינעם. דאס האט גארנישט מיט אונזער שמועס ביז אהער פון מיהאלאוויץ, אדער די מערכה קעגן דעם כת”ס אדער ר’ עזריאל הילדעסהיימער וכו’. איז דען א שאלה אז ר’ הלל איז געווען א לוחם מלחמות השם און גאון וקדוש וואס האט בפועל אויפגעטון א געוואלד? כמיין וואס... די שאלה איז נאר צו די רוב תלמידי החת”ס זענען געווען בדעה אחת מיט אים בדרכו וכו’ דער כת”ס בראש האט געהאט גרויסע חילוקי דעות מיט אים און עכ”ז האט ער געהאלטן אז זיין כח הקנאות איז בייגעשטאנען צו אוועקשטעלן די טיילונג און אוועקשטעלן די ארטאדאקסיע. עס איז בכלל נישט קיין סתירה די שמועס ביז אהער און די דאזיגע ציטאט. ביידע איז 100% אמת.
עס איז דא די כלליות’דיגע הנהגה וויאזוי מען שטעלט אוועק די כלל און עס זענען דא די לוחמים, ביידע זענען אייניג וויכטיג אויב קוקט מען אויף די גרויסע בילד אפילו מיט באלבאטישע גלעזער. אביסל עס צו ממחיש זיין מיט א שטיקל דוגמא, די ליטווישע גדולים אליינס פלעגן זאגן (הרב שך? כגעדענק נישט) אז ווען נישט רבינו יואל און די עדה החרדית וואלטן זיי אליינס געדארפט זיין די קנאים. אפילו דער וואס וויל זיך פירן ערליך באלבאטיש בדרך הממוצע אבער נישט אזוי שארף (טרעף די ריכטיגע דיסקריפציע) מוז האבן א כח וואס זאל אים דערמאנען נישט איינצושלאפן, א רב, א דרשן, א מגיד, רוף עס וויאזוי דו ווילסט. מען קען נישט אנגיין מיטן לעבן און לאזן די פינטעלע איד איינשלאפן אפילו לדוגמא אויב דו האלטסט נישט אז דו מוזט גיין איבערדרייען ירושלים שרייען יעדע וואך שבת אויף די מחללי שבת, די עצרת פון סאטמאר מהר”א עטליכע יאר צוריק צו חזרן די יסודות פון די שיטה איז א גוטע דוגמא. עס דארף אלץ זיין א כח וואס איז לוחם, וועקט אויף, דערמאנט, ברענט, וכו’ וכו’ אפגעזעהן די שארפקייט אדער ווייכקייט אדער באלאנס פון דרכי ההנהגה וואס מען שפירט אז מען דארף אוועקשטעלן לרבים, דארף אלץ זיין א כח הלוחם. בקיצור, די ציטאט איז 100% נישט קיין סתירה, אדרבה עס ערגענצט די פולע בילד.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- ChatGPT
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 238
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
- Location: סאן אנטאניע
- x 498
Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן
זאגסט דאך יא גוט....מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:01 pm עס איז דא די כלליות’דיגע הנהגה וויאזוי מען שטעלט אוועק די כלל און עס זענען דא די לוחמים, ביידע זענען אייניג וויכטיג אויב קוקט מען אויף די גרויסע בילד אפילו מיט באלבאטישע גלעזער. אביסל עס צו ממחיש זיין מיט א שטיקל דוגמא, די ליטווישע גדולים אליינס פלעגן זאגן (הרב שך? כגעדענק נישט) אז ווען נישט רבינו יואל און די עדה החרדית וואלטן זיי אליינס געדארפט זיין די קנאים. אפילו דער וואס וויל זיך פירן ערליך באלבאטיש בדרך הממוצע אבער נישט אזוי שארף (טרעף די ריכטיגע דיסקריפציע) מוז האבן א כח וואס זאל אים דערמאנען נישט איינצושלאפן, א רב, א דרשן, א מגיד, רוף עס וויאזוי דו ווילסט. מען קען נישט אנגיין מיטן לעבן און לאזן די פינטעלע איד איינשלאפן אפילו לדוגמא אויב דו האלטסט נישט אז דו מוזט גיין איבערדרייען ירושלים שרייען יעדע וואך שבת אויף די מחללי שבת, די עצרת פון סאטמאר מהר”א עטליכע יאר צוריק צו חזרן די יסודות פון די שיטה איז א גוטע דוגמא. עס דארף אלץ זיין א כח וואס איז לוחם, וועקט אויף, דערמאנט, ברענט, וכו’ וכו’ אפגעזעהן די שארפקייט אדער ווייכקייט אדער באלאנס פון דרכי ההנהגה וואס מען שפירט אז מען דארף אוועקשטעלן לרבים, דארף אלץ זיין א כח הלוחם. בקיצור, די ציטאט איז 100% נישט קיין סתירה, אדרבה עס ערגענצט די פולע בילד.
נאר ווען איינער האט נישט קין שכל קוקט ער אויף ר' הלל ווי א אויסערארדענטליכע קיצוני.
נאר איין הערה לפי שיטת סאטמאר קען מען נישט אנקוקן די אגודה מהלך ווי א זאך וואס טוט ערגענצן דאס בילד.
וה''ה די מתינות פון די אנדערע גדולי אונגארן טוט טאקע צוגעבן צום שלימות הטיילונג, אבער שיטת הגאון ר' עזריאל האט מען נישט אנגעקוקט אזוי.