היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

אונזער היסטאריע
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 325
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 721

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

פיילס
Screenshot 2025-09-29 110736.png
Screenshot 2025-09-29 110736.png (191.58 KiB) געזען געווארן 308 מאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7562

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 11:10 am קול מחזיקי הדת י''ב סיון תרנ''א
ער רעדט כנראה פון אן אסיפה אין פעסט (נישט מיהאלאוויץ) שוין נאכן טיילונג, שוין נאכן קאנגרעס וואו מען האט געלעסטערט דעם שולחן ערוך, וואו די נעעלאגן האבן געוואלט לעצט מינוטיג פועלן ביי די ארטאדאקסן אז מען זאל זיך נישט טיילן און ר’ הלל האט זיכערגעמאכט אז מען טיילט זיך יא, בהסכמת ובהתעודדות רובם ככולם תלמידי החת”ס כולל דער כת”ס ומהר”ם שיק, ר’ הלל האט גערעדט פאר יעדעם איינעם. דאס האט גארנישט מיט אונזער שמועס ביז אהער פון מיהאלאוויץ, אדער די מערכה קעגן דעם כת”ס אדער ר’ עזריאל הילדעסהיימער וכו’. איז דען א שאלה אז ר’ הלל איז געווען א לוחם מלחמות השם און גאון וקדוש וואס האט בפועל אויפגעטון א געוואלד? כמיין וואס... די שאלה איז נאר צו די רוב תלמידי החת”ס זענען געווען בדעה אחת מיט אים בדרכו וכו’ דער כת”ס בראש האט געהאט גרויסע חילוקי דעות מיט אים און עכ”ז האט ער געהאלטן אז זיין כח הקנאות איז בייגעשטאנען צו אוועקשטעלן די טיילונג און אוועקשטעלן די ארטאדאקסיע. עס איז בכלל נישט קיין סתירה די שמועס ביז אהער און די דאזיגע ציטאט. ביידע איז 100% אמת.

עס איז דא די כלליות’דיגע הנהגה וויאזוי מען שטעלט אוועק די כלל און עס זענען דא די לוחמים, ביידע זענען אייניג וויכטיג אויב קוקט מען אויף די גרויסע בילד אפילו מיט באלבאטישע גלעזער. אביסל עס צו ממחיש זיין מיט א שטיקל דוגמא, די ליטווישע גדולים אליינס פלעגן זאגן (הרב שך? כגעדענק נישט) אז ווען נישט רבינו יואל און די עדה החרדית וואלטן זיי אליינס געדארפט זיין די קנאים. אפילו דער וואס וויל זיך פירן ערליך באלבאטיש בדרך הממוצע אבער נישט אזוי שארף (טרעף די ריכטיגע דיסקריפציע) מוז האבן א כח וואס זאל אים דערמאנען נישט איינצושלאפן, א רב, א דרשן, א מגיד, רוף עס וויאזוי דו ווילסט. מען קען נישט אנגיין מיטן לעבן און לאזן די פינטעלע איד איינשלאפן אפילו לדוגמא אויב דו האלטסט נישט אז דו מוזט גיין איבערדרייען ירושלים שרייען יעדע וואך שבת אויף די מחללי שבת, די עצרת פון סאטמאר מהר”א עטליכע יאר צוריק צו חזרן די יסודות פון די שיטה איז א גוטע דוגמא. עס דארף אלץ זיין א כח וואס איז לוחם, וועקט אויף, דערמאנט, ברענט, וכו’ וכו’ אפגעזעהן די שארפקייט אדער ווייכקייט אדער באלאנס פון דרכי ההנהגה וואס מען שפירט אז מען דארף אוועקשטעלן לרבים, דארף אלץ זיין א כח הלוחם. בקיצור, די ציטאט איז 100% נישט קיין סתירה, אדרבה עס ערגענצט די פולע בילד.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 325
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 721

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:01 pm עס איז דא די כלליות’דיגע הנהגה וויאזוי מען שטעלט אוועק די כלל און עס זענען דא די לוחמים, ביידע זענען אייניג וויכטיג אויב קוקט מען אויף די גרויסע בילד אפילו מיט באלבאטישע גלעזער. אביסל עס צו ממחיש זיין מיט א שטיקל דוגמא, די ליטווישע גדולים אליינס פלעגן זאגן (הרב שך? כגעדענק נישט) אז ווען נישט רבינו יואל און די עדה החרדית וואלטן זיי אליינס געדארפט זיין די קנאים. אפילו דער וואס וויל זיך פירן ערליך באלבאטיש בדרך הממוצע אבער נישט אזוי שארף (טרעף די ריכטיגע דיסקריפציע) מוז האבן א כח וואס זאל אים דערמאנען נישט איינצושלאפן, א רב, א דרשן, א מגיד, רוף עס וויאזוי דו ווילסט. מען קען נישט אנגיין מיטן לעבן און לאזן די פינטעלע איד איינשלאפן אפילו לדוגמא אויב דו האלטסט נישט אז דו מוזט גיין איבערדרייען ירושלים שרייען יעדע וואך שבת אויף די מחללי שבת, די עצרת פון סאטמאר מהר”א עטליכע יאר צוריק צו חזרן די יסודות פון די שיטה איז א גוטע דוגמא. עס דארף אלץ זיין א כח וואס איז לוחם, וועקט אויף, דערמאנט, ברענט, וכו’ וכו’ אפגעזעהן די שארפקייט אדער ווייכקייט אדער באלאנס פון דרכי ההנהגה וואס מען שפירט אז מען דארף אוועקשטעלן לרבים, דארף אלץ זיין א כח הלוחם. בקיצור, די ציטאט איז 100% נישט קיין סתירה, אדרבה עס ערגענצט די פולע בילד.
זאגסט דאך יא גוט....
נאר ווען איינער האט נישט קין שכל קוקט ער אויף ר' הלל ווי א אויסערארדענטליכע קיצוני.

נאר איין הערה לפי שיטת סאטמאר קען מען נישט אנקוקן די אגודה מהלך ווי א זאך וואס טוט ערגענצן דאס בילד.
וה''ה די מתינות פון די אנדערע גדולי אונגארן טוט טאקע צוגעבן צום שלימות הטיילונג, אבער שיטת הגאון ר' עזריאל האט מען נישט אנגעקוקט אזוי.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 325
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 721

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 1:56 pm איך האב נישט געוואלט מגיב זיין בלי מקור אבער מיך איז געליגן אין קאפ אז די ערשטע שטאט אין אונגארן צו מאכן די טיילונג איז געווען שטוהלווייסענבורג (סעקעשפעהערוואר אין אונגאריש) דורך דעם תלמיד חת”ס דער ידיד השם.

והנה מצאתי
Screenshot_20250925_135033_Chrome.jpg
דער בארומטער שריפטשטעלער און חוקר חיי החת''ס (ובניו ותלמידיו) הרב ברוך יהודה קליין הי''ו באשרייבט די שטאט ווייסנבערג (כ'האף @מסתמא וועט נישט ברגוז זיין אז ער פארקואצט די דייטשיטשע נאמען...) א שטאט ווי די נעאלאגן זענען דורכגעפאלן.
פיילס
Screenshot 2026-01-26 122504.png
Screenshot 2026-01-26 122504.png (433.09 KiB) געזען געווארן 78 מאל
Screenshot 2026-01-26 122615.png
Screenshot 2026-01-26 122615.png (667.89 KiB) געזען געווארן 78 מאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7562

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 26, 2026 12:46 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 1:56 pm איך האב נישט געוואלט מגיב זיין בלי מקור אבער מיך איז געליגן אין קאפ אז די ערשטע שטאט אין אונגארן צו מאכן די טיילונג איז געווען שטוהלווייסענבורג (סעקעשפעהערוואר אין אונגאריש) דורך דעם תלמיד חת”ס דער ידיד השם.

והנה מצאתי
Screenshot_20250925_135033_Chrome.jpg
דער בארומטער שריפטשטעלער און חוקר חיי החת''ס (ובניו ותלמידיו) הרב ברוך יהודה קליין הי''ו באשרייבט די שטאט ווייסנבערג (כ'האף @מסתמא וועט נישט ברגוז זיין אז ער פארקואצט די דייטשיטשע נאמען...) א שטאט ווי די נעאלאגן זענען דורכגעפאלן.
ער שרייבט ‘מאדערן געשטימטער‘ רב, ווי כאילו דאס איז געווען די נושא דארטן. יענער א”ג רב ציפסער האט מתיר געווען אן אשת איש מיט א גט וואס די חברי בי”ד זענען געווען קרובים און נאך גרויסע פראבלעמען. מרעדט דא פון טרעטן אויף יסודות יהדות.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט