נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
never say never
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 642
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
x 1172

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך never say never »

דראון זענען פריער אריין געפלויגן און פולאנד.
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215

אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

never say never האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 9:13 pm דראון זענען פריער אריין געפלויגן און פולאנד.

פוילישע רעגירונג דערקלערט עמורדזשענסי נאך וואס רוסישע שאהיד דראונס זענען אריינגעקומען העכער פוילישע טעריטאריע‎, אוקראַינע'ס עירפאָרס האָט באַריכטעט אַז די רוסן האָבן אונטערגענומען א פרישע אַטאַקע מיט איראַנער שאהיד דראָונס, און אינמיטן די אַטאַקע זענען עטליכע פון די רוסישע דראָונס אַריבערגעפאָרן דעם גרעניץ ליניע אַריין העכער פּוילן. דאָס האָט געפירט צו דעם אַז עטליכע לופטפעלדער זענען געוואָרן אָפּגעשפּאַרט, אַריינגערעכנט די ריישא לופטפעלד וועלכע איז אויך געווען רעדוצירט צו געציילטע רייזעס צוליב מיליטערישע אַקטיוויטעט אינעם אומגעגנט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

רוסישע רעגירונג רעאגירט שארף צו פרעזידענט טראמפ'ס סטראשע פון שטעלן פרישע שווערע סאנקציעס‎, טראָמפּ'ס סטראַשע איז געקומען אין רעאַקציע צו דעם וואָס די רוסישע מיליטער האָט דורכגעפירט די סאַמע גרעסטע באָמבאַרדירונג אַטאקע מיט דראָונס זייט אָנהייב פון די מלחמה, און האָט צום ערשטן מאָל אַטאַקירט א רעגירונג געביידע אין קיעוו. דער קרעמלין האָט רעאַגירט אַז קיין שום סאַנקציעס וועלן נישט צווינגען רוסלאַנד צו טוישן די פּאָזיציע וואָס פּרעזידענט פּוטין האָט אַרויסגעשטעלט איבער די צוועק און ציל פון די מלחמה אין אוקראַינע.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

פוילישער דעפיוטי דעפענס מיניסטער זאגט אז מיליטער איז אויף הויכע אלערט איבער דראון אינצידענט מיט רוסלאנד‎, דער מיניסטער האָט געזאָגט אַז אַן אַפּעראַציע איז אונטערוועגנס צו כאַפּן און אַראָפּשיסן אַלע דראָונס און אַנדערע פיינטליכע אָביעקטן וואָס זענען אומלעגאַל אַריינגעקומען אין די הימלען העכער פּוילן. באַזונדער זענען עטליכע געגנטער געשטעלט געוואָרן אונטער לאַקדאַון אין פּוילן, מיט א וואָרענונג אַז איינוואוינער זאָלן נישט אַרויסקומען אין גאַס, צוליב מעגליכע מיליטערישע אַקטיוויטעט אין די לופטן העכער זיי.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

פוילן'ס פרעמיער מיניסטער ווארענט אז זיין לאנד שטייט נענטער צו א מלחמה ווי סיי ווען אין צענדליגער יארן, פרעמיער מיניסטער דאנעלד טאסק זאגט אז ער וויל זיין זייער קלאר אז מען שטייט נישט ביים שוועל פון א מלחמה, אבער די לעצטע פראוואקאציע איז אריבער די ביז יעצטיגע גרעניצן. ער האט נישט ערקלערט צו וואס ער באציט זיך, אבער עס איז געווען זעלבסט פארשטענדליך אז ער האט זיך באצויגן צו די כוואליע רוסישע דראונס וועלכע זענען אריין געפלויגן אין זיין לאנד.
IMG_20250910_153402.jpg
IMG_20250910_153402.jpg (21.3 KiB) געזען געווארן 735 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

פוילן האט באשטעטיגט אז א צאל רוסישע דראונס זענען געווארן אראפ געשאסן נאכ'ן אריין פליען אין פוילישע טעריטאריע דורכאויס אן אטאקע כוואליע, די קרעמלין אנטזאגט זיך פון קאמאנטירן, אבער בעלארוס זאגט אז די ארטיגע רעגירונג האט נאכגעפאלגט א צאל דראונס וועלכע זענען ארויס פון וועג וויבאלד מען האט זיי געדזשעמד פוילן זאגט אז א גרויס טייל דראונס זענען אין ווארהייט געקומען פון בעלארוס, וואו לאקאלא טרופן קומען זיך יעצט צוזאם פאר מושטירונגן מיט רוסישע סאלדאטן. אייראפעאישע פירער מאכן אוועק די פארענטפערונג פון רוסלאנד, און באצייכענן עס אלץ א פרישע געוואגטע שריט דורך רוסלאנד.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

פראנקרייך גייט שיקן עטליכע קאמף פליגער קיין פוילן, איינס פון די ערשטע רעאקציעס דורך אייראפעאישע לענדער צו די רוסישע דראון אריינדרינגונג אין פוילן, פרעזידענט עמענועל מעקרון זאגט אז די פראנצוזישיע מיליטער גייט שיקן דריי פארגעשריטענע פליגער צו העלפן פוילן באשיצן אירע לופט רוימן.

אין די זעלבע צייט האט ענגלאנד געמאלדן סאנקציעס אויף 70 שיפן פארמישט אין טראנספארטן רוסישע אויל, און אזוי אויך אויף 30 מענטשען פארמישט אין צושטעלן פארבאטענע מאטריאל פאר רוסלאנד.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

ראמעניע ארויסגעשיקט מיליטערישע פליגערס צוליב וואס רוסישע דראון האט פארלעצט איר טעריטאריע‎, ראמעניע'ס דעפענס מיניסטער האט געזאגט אז די עף-16 פליגערס זענען געקומען גאר נאנט אראפצושיסן דעם דראון ווען עס איז געפלויגן גאר נידריג בעפאר'ן מאכן א שארפע דריי און פארלאזן די ראמענישע הימלען אין ריכטונג פון אוקריינע. דער אינצידענט קומט אפאר טעג נאכדעם וואס די פוילישע מיליטער האט ארויסגעשיקט דזשעטס נאכצופאלגן און אראפשיסן רוסישע דראונס וואס זענען אריינגעקומען העכער פוילן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

ענגלאנד האט אראפ גערופן דעם רוסישן אמבאסאדאר פראטעסטירן אקעגן דעם וואס רוסלאנד האט פארלעצט נאטא לופט רוימן ביים שיקן דראונס קיין פוילן, ענגלאנד זאגט אז דאס אריין שיקן דראונס אין נאטא טעריטאריע איז א ווילדע שריט וואס טאר נישט אקצעפטירט ווערט, און רוסלאנד דארפן פארשטיין אז די אנגייענדע אגרעסיע טוט בלויז שטארקער מאכן די פאראיינעגונג צווישן נאטא אליאירטע.
רוסישע באאמטע זאגן אז די דראונס זענען נישט געווען געצילט אויף ערטער אין פוילן, נאר זענען געשיקט געווארן קיין אוקראינא און זענען אראפ פון וועג אריין קיין פוילן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

פוילישע רעגירונג אראפגעשאסן פיינטליכע דראון וואס איז געפלויגן העכער צוויי רעגירונג געביידעס אין הויפטשטאט ווארשא‎, דער דראָון איז געפלויגן העכער די בעלוועדער פּאַלאַץ און העכער די פּאַרקאווא רעגירונג געביידע אינעם הויפּטשטאָט וואַרשאַ, און איז אַראָפּגעשאָסן געוואָרן דורך די סטעיט פּראָטעקשאָן סערוויס. צוויי בעלאַרוסישע בירגער זענען אַרעסטירט געוואָרן פאַר זייער ראָלע אין די דראָון אינצידענט, און עס ווערט אויסגעפאָרשט דורך די נאַציאָנאַלע פּוילישע פּאָליציי.
IMG_20250916_000942.jpg
IMG_20250916_000942.jpg (53.8 KiB) געזען געווארן 559 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

נאטא סעקרעטאר-גענעראל רוטעי זאגט אז רוסישע מיסילס קענען אנקומען פונקט אזוי קיין לאנדאן און מאדריד‎, די וואָרענונג איז געקומען פונעם נאַטאָ סעקרעטאַר-גענעראַל מאַרק רוטעי, וועלכער האָט געזאָגט אַז מאָסקווע'ס מיסילס זענען געוואָרן זייער פאָרגעשריטן אין די לעצטערע יאָרן, און פליען פינף מאָל שנעלער ווי די ספּיד פון א קול. דער נאַטאָ פירער האָט געזאָגט אַז די גרויסע באַוואוינטע מעטראָ שטעט אין מערב אייראָפּע זענען פּונקט אַזוי אויסגעשטעלט צו די געפאַר פון רוסישע מיסילס ווי די שטעט אין מזרח אייראָפּע נאָנטער צו רוסלאַנד.
IMG_20250916_001134.jpg
IMG_20250916_001134.jpg (27.45 KiB) געזען געווארן 565 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 731

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך משיח משיח »

א רוסישע דראון האט אטאקירט די געביידע פון די נאציאנאלע פארמאסי אוניווערזיטעט אין כארקאוו צום שיין פון די זון.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

רוסלאנד אפערירט נעץ פון העכער 200 צענטערן צו וואשן די מוחות פון טויזנטער פארכאפטע אוקראינישע קינדער, דער באריכט דעקט אויף אז רוסלאנד פירט אן 210 צענטערן אין רוסלאנד זעלבסט און אויך אין אוקריינישע טעריטאריע וואס זיי אקופירן, וואו מען נוצט ספעציעלע פראפעגאנדע עקספערטן צו פראגראמירן די קינדער. דער פלאן פון די רוסישע רעזשים איז עווענטועל איינצושרייבן די קינדער אין מיליטערישע טרענירונג פראגראמען און זיי נוצן אלס פארא-טרופערס.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

אן אוקראינער קאמאנדיר ווארענט אז רוסלאנד גרייט זיך אריין צו ברענגן א געשאצטע 16 טויזנט טרופן פאר א פרישע אפענסיווע אין מזרח אוקראינא, קאמאנדיר אלע שריעיוו ווארענט איבער די פּאָקראָווסק געגענט אין דאניעטסק, א געגענט וועלכע איז קריטיש פאר לאגיסטיקס און די רוסן האבן עס ביז יעצט נישט געקענט אייננעמען. שוין מער ווי א יאר צייט וואס רוסן לייגט שטארק געוויכט אויף דעם ספעציפישן געגענט, אלץ טייל פון איר גרעסערע ציל צו באקומען קאנטראל אויף די גאנצע דאנבאס ראיאן, אבער ביז היינט האבן אוקראינער טרופן צוריק געשלאגן אלע רוסישע פארזיכן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

די בריטישע פאליציי האט ארעסטירט דריי מענטשען אויף פארדאכטן אז זיי האבן שפיאנירט פאר רוסלאנד, די דריי זענען ארעסטירט געווארן אין די עסעקס געגעבן נעבן לאנדאן, און זענען געוארן אוועק געפירט פאר אויספארשונגן. די ארעסטן קומען אין צייט וואס ענגלאנד באשולדיגט רוסישע אגענטן אויף שטיין אינטער שפיאנאזש אקציעס און סאבאטאזש מיסיעס אין ענגלאנד און לענגאויס אייראפע, א באשולדיגונג וואס די קרעמלין לייקענט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

טראמפ זאגט אז באזירט אויף זיינע באציאינגן מיט פוטין האט ער געמיינט אז עס וועט זיין גאר גרינג צו פארהאנדלן מיט אים, אבער עס איז ווייט נישט געווען אזוי. ער זאגט אז אמעריקא שיקט יעצט גאר אסאך וואפן צו נאטא וואס נאטא באצאלט, און פון דארט ווערט עס געשיקט קיין אוקראינא.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

העכסטער שפיאנאזש באאמטער אין ענגלאנד זאגט אז ס'זענען דא זערא באווייזן אז פוטין איז אינטערעסירט אין שלום‎, ריטשאַרד מאָור זאָגט אַז פּוטין שלעפּט סתם אַרום און ער זוכט פאראויסצורוקן זיינע פּרואוון צוריקצושטעלן רוסלאַנד אַלס א גרויסע אימפּעריע אויף די גאַנצע אייראָפּעאישע קאָנטינענט אינעם צוקונפט. מאָור שאַצט אַז פּוטין פּרובירט צו פאַרנאַרן געוויסע מערב-וועלט פירער אין מיינען אַז ער זוכט עכט שלום, אָבער ער נוצט אויס די צייט צו אונטערהאקן אוקראַינע'ס מיליטערישע מעגליכקייטן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

פראנצויזישער באאמטער ווארנט איבער פארמערטע אטאקעס דורך רוסישע מיליטער קעגן מערב וועלט סאטעליטן‎, די וואָרענונג איז געקומען פונעם פראַנצויזישן גענעראַל ווינסענט טשאסאו, וועלכער זאָגט אַז די רוסישע מיליטער צילט מערב-וועלט סאטעלייטס מיט דזשעמינג, מיט לעיזער וואָפנס און סייבער אַטאַקעס, און אויך מיט'ן ברענגען רוסישע סאטעלייטס גאָר נאָנט צו אייראָפּעאישע. גענעראַל טשאסאו זאָגט אַז די אינצידענטן אין ספּעיס האָבן זיך דראַסטיש פאַרמערט זייט פּוטין האָט אינוואַדירט אוקראַינע, און ער זאָגט אַז מען דאַרף צוזאַמשטעלן א נייע גלאָבאַלע אַלייענס צו פאַרטיידיגן ספּעיס אינטערעסן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

פרעזידענט טראמפ פארשפרעכט צו פארטיידיגן פוילן און באלטישע לענדער פון רוסישע טעריטאריע פארלעצונגען, טראָמפּ'ס קאָמענטאַרן זענען געקומען נאָך וואָס רוסישע דראָונס און מיליטערישע פליגערס זענען געפלויגן אין די לעצטע צוויי וואָכן העכער פּוילן, ראָמעניע און עסטאָניע אין א צאָל ווילדע שריט דורך רוסלאַנד קעגן נאַטאָ. טראָמפּ האָט באַזונדער געזאָגט אַז נאַטאָ מוז העכערן זייערע סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד, און אַז אייראָפּעאישע לענדער זאָלן אויפהערן קויפן רוסישע אויל.
IMG_20250922_004846.jpg
IMG_20250922_004846.jpg (34.39 KiB) געזען געווארן 337 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

בריטישער אויסערן מיניסטער קופער ווארנט אז בריטישע מיליטער וועט אראפשיסן רוסישע פליגערס וואס קומען העכער נאטא טעריטאריע‎, מיניסטער קופּער'ס קאָמענטאַרן קומען נאָכדעם וואָס פּוילן האָט דערקלערט אַז סיי וועלכע אָביעקט וואָס קומט אַריין אומאויטאריזירט העכער איר טעריטאָריע, וועט ווערן אַראָפּגעשאָסן אָן קיין פראַגעס בעפאָר דעם.
IMG_20250922_153708.jpg
IMG_20250922_153708.jpg (21.87 KiB) געזען געווארן 302 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

טראמפ זאגט אז אוקריינע מיט הילף פון אייראפעאישע יוניאן קען צוריקגעווינען אלע טעריטאריעס‎, אין די פארגאנגענהייט האט טראמפ געלאזט הערן עטליכע מאל אז אוקריינע וועט מוזן אויפגעבן געוויסע טעריטאריעס אין אויסטויש צו דערגרייכן א שלום אפמאך מיט רוסלאנד, אבער יעצט האט ער געטוישט זיינע טענער. טראמפ האט זיך געטראפן מיט'ן אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי אין די יו-ען הויפטקווארטירן, און האט געזאגט אז מיט די הילף פון די אייראפעאישע יוניאן קען אוקריינע געווינען די מלחמה און צוריקהאבן אלע איר טעריטאריעס.
IMG_20250924_221140.jpg
IMG_20250924_221140.jpg (46.84 KiB) געזען געווארן 282 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2025 10:12 pm טראמפ זאגט אז אוקריינע מיט הילף פון אייראפעאישע יוניאן קען צוריקגעווינען אלע טעריטאריעס‎, אין די פארגאנגענהייט האט טראמפ געלאזט הערן עטליכע מאל אז אוקריינע וועט מוזן אויפגעבן געוויסע טעריטאריעס אין אויסטויש צו דערגרייכן א שלום אפמאך מיט רוסלאנד, אבער יעצט האט ער געטוישט זיינע טענער. טראמפ האט זיך געטראפן מיט'ן אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי אין די יו-ען הויפטקווארטירן, און האט געזאגט אז מיט די הילף פון די אייראפעאישע יוניאן קען אוקריינע געווינען די מלחמה און צוריקהאבן אלע איר טעריטאריעס.
IMG_20250924_221140.jpg
viewtopic.php?p=207961#p207961
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

אוקראינא'ס פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט געגעבן א שטאנדהאפטיגע רעדע ביי די יו-ען גענעראל פארזאמלונג, ער האט געווארענט אז די וועלט געפונט זיך יעצט אין די ארגסטע וואפן געיעג אין היסטאריע, זעלענסקי האט געווארענט אז אויב די וועלט גייט נישט נעמען מער שריט אקעגן רוסלאנד דאן וועט רוסלאנד נישט שטיין בלייבן נאר אנפאנגן צילן נאך אנדערע לענדער, ער האט אוועק געמאכט די יו-ען און אנדערע גלאבאלא קערפערשאפטן אלץ ארגאנאזאציעס וועלכע קענען גארנישט אויפטון, זאגענדיג, אז די איינציגסטע זאך וואס העלפט לענדער איבערלעבן איז גוטע פריינד און וואפן.
IMG_20250925_142720.jpg
IMG_20250925_142720.jpg (29.12 KiB) געזען געווארן 244 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2218
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6950

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך בודקע »

אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי זאגט אז אוקראינע האט באקומען א פּאטריאט פארטיידיגונגס מיסיל סיסטעם פון מדינת ישראל.

דאס איז א טויש אין פאזיציע פון מדינת ישראל וואס האט זיך געהאלטן נוטראל אין די קריג אין די ערשטע יארן, פארמאגנדיג געמיינזאמע אינטערעסן מיט רוסלאנד אין סיריע.
IMG_20250928_081448_819.jpg
IMG_20250928_081448_819.jpg (64.99 KiB) געזען געווארן 171 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3312
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3740

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

פאוסט דורך אנדערער »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 1:45 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2025 9:38 pm והיא ערב והוא בוקר און זיידי האט דיסיידעט אז אוקריינע מעג שוין געוואונען....
ביי זייער זיצונג אין די UN האט זעלענסקי געבעטן אז ער ברויך 'טאמהאק' מיסילס, עפעס וואס קען דערגרייכן די קרעמלין. א זאך וואס אמעריקע האט אים קיינמאל געוואלט געבן.

און אמעריקע איז אפן צו דעם געדאנק...
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט