מדינת ישראל אין מלחמה
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
ברעיקינג:
א זעלבסטמארד דראון פון די האיטי טעראריסטן אין תימן האט באטראפן א האטעל אין אילת.
נישטא קיין באריכטן אויף געשעדיגטע
א זעלבסטמארד דראון פון די האיטי טעראריסטן אין תימן האט באטראפן א האטעל אין אילת.
נישטא קיין באריכטן אויף געשעדיגטע
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
קאטאר גייט צו די אינטערנאציאנאלא קרימינאלע געריכט פאר לעגאלע שריט אקעגן מדינת ישראל פאר די אטאקע אויף כאמאס פירער אין דאהא, די זיצונג האט אריין גענומען מוכאמעד על חולעיפי, וועלכע דינט אלץ הויפט פארהאנדלער פאר די רעגירונג פון קאטאר. באאמטע אין קאטאר זאגן אז די רעגירונג ארבייט אויף יעדע מעגליכע לעגאלע און דיפלאמאטישע מיטל צו פארזיכערן אז די וועלכע זענען געשטאנען אינטער די אטאקע ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מד"א: נישט דא קיין געשדיגטע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
עס איז באשטימט געווארן אז נתניהו וועט זיך טרעפן מיט טראמפ אין די ווייסע הויז, אין צוויי וואכן ארום מאנטאג, סעפטעמבער 29,
נאכן יו-ען דזשענעראל אסעמבלי אין ניו יארק.
נאכן יו-ען דזשענעראל אסעמבלי אין ניו יארק.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די הומאניטארע הילף פון ירדן קיין עזה איז אפגעשטעלט געווארן ביז ווייטערדיגע מעלדונג.בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 12:41 pm צוויי מענטשען זענען אומגעקומען אין א שיסעריי טעראר אטאקע ביי די אלענבי גרעניץ צווישן מדינת ישראל מיט ירדן, די אטאקע איז געווארן דורכגעפירט דורך א ירדענער פארשוין וועלכע האט אריבער געפירט הומאניטערישע הילף צו גרייכן עזה, אבער ווען זיין טראק האט געהאלטן אינמיטן אן אינטערזיכונג ביי א מדינת ישראל טשעקפוינט איז ער ארויס געקומען און געעפענט פייער פון וואס צוויי מענטשען זענען אומגעקומען. אפיצירן אויפ'ן סצענע האבן אים אומגעברענגט צוזאמען מיט א צווייטן, אבער דעטאלן פון די צווייטער איז דערווייל נישט באקאנט.
די אפשטעל איז אין קראפט ביז ירדן וועט דורכפירן א פולשטענדיגע אויספארשונג, אויף מדינת ישראל'ס פארלאנג, איבער דעם אטאקע ביים אלענבי גרעניץ-איבערגאנג.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מיליאנאן איינוואוינער אין ארץ ישראל האבן געדארפט אריין לויפן אין שעלטער צוליב א באליסטישע מיסיל וואס די האוטי רעבעלן האבן געשאסן, די מיסל, וועלכע איז געווארן אראפ געשאסן דורך א לופט פארטיידעגונגס סיסטעם, האט אקטיוויזירט ווארענונג פייפערס אין מערערע געגענטער, אריין גערעכענט ירושלים, תל אביב, בת ים און מודיעין. באזונדער האט מדינת ישראל אראפ געשאסן נאך א דראון וואס די האוטיס האבן געשאסן נישט לאנג נאך די דראון וואס האט באטראפן דעם אריינגאנג פון א האטעל אין די שטאט אילת.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
4 מדינת ישראל סאלדאטן זענען אומגעקומען ווען זייער האמווי טרעקל איז ארויף געפארן אויף א שאסיי-זייט באמבע אין די שטאט רפיח אין עזה, די אויפרייס האט פאסירט ווען א גרופע סאלדאטן זענען ארויס אויף א מיסיע אויסצורייניגן מיליטאנטישע באהעלטענישן. די סאלדאטן זענען געפארן מיט א די-9 בולדאזער און צוויי האמווי טרעקלעך, ווען אינדערמיט האט איין האמווי טרעקל אקטיוויזירט די באמבע. אין צוגאב צו די 4 סאלדאטן וועלכע זענען אומגעקומען איז נאך איין סאלדאט קריטיש פארוואונדעט געווארן און צוויי אנדערע האבן געליטן מעסיגע וואונדן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
טראמפ האט אין זיין לעצטע טאג פון זיין סטעיט באזיך אין ענגלאנד אויסדרוקט קעגנערשאפט צו די פלענער פון ענגלאנד צו אנערקענען א פאלעסטינער לאנד, טראמפ זאגט אז נעמען דעם שריט איז פריצייטיג, ווען מען נעמט אין באטראכט אז כאמאס האלט נאך א צאל אומשולדיגע מדינת ישראל משכונות. דער פרעזידענט האט דערביי גענומען קרעדיט פאר די משכונות וואס כאמאס האט ביז יעצט ארויס געלאזט, זאגענדיג, אז ווען נישט אים וואלטן די משכונות נאך יעצט נישט געווען אינדרויסן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
סירישער פרעזידענט: די אנגייענדע פארהאנדלונגן פאר א זיכערהייט אפמאך מיט מדינת ישראל קען ברענגן רעזולטאטן אין די קומענדיגע טעג ער זאגט אז צוויי חדשים צוריק זענען די צוויי לענדער שוין געשטאנען נאנט צו אן אפמאך, אבער דעמאלטס איז עס געשטערט געווארן א דאנק די אנטוויקלונגן אין די אסווידא פראווינץ. ער זאגט אז אויסהאמערן אזא אפמאך איז גאר וויכטיג פאר סיריע, און דארף געמאכט ועורן אויף א וועג וואס וועט באשיצט סיריע'ס לופט רוימן און די לאנד'ס טעריטאריע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
סענעטאר בערני סאנדערס איז ארויס געקומען מיט א באשולדיגונג אז מדינת ישראל'ס מלחמה אין עזה איז קלארע פעלקער מארד, סאנדערס זאגט אז די ציל פון מדינת ישראל איז זייער קלאר פאר יעדעם, און קיינער קען נישט פארהוילן דעם פאקט אז מדינת ישראל איז פארמישט אין פעלקער מארד. אין צייט וואס ער איז די איינציגסטע סענעטאר צו נעמען דעם שטעלונג, איז אין קאנגרעס פארהאן מער ווי 10 דעמאקראטן וועלכע האבן עס געטון, און אזוי אויך קאנגרעספרוי גרין פון די ריפובליקאנער פארטיי.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
כאמאס זאגט אז מדינת ישראל וועט מער נישט באקומען קיין שום משכונות צוליב'ן אינוואדירן עזה סיטי, די טעראָר גרופּע זאָגט אַז די לעבנס פון די משכונות וועלן האָבן די זעלבע סוף ווי דער מדינת ישראל אָפיציר רון אַראַד וועלכער פעלט שוין א לענגערע צייט אונטער געפענגעניש פון די טעראָריסטן. דער כאַמאַס באַאַמטער באסאם נאאים זאָגט אַז ער וועט ברענגען שטייפע ווידערשטאַנד אין די גאַסן פון עזה סיטי קעגן די מדינת ישראל מיליטערישע אַפּעראַציע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
אמעריקאנער רעגירונג ווידעראמאל בלאקירט יו-ען סעקיוריטי קאונסיל רעזאלוציע וואס פאדערט עזה פייער אפשטעל, אַלע פערצן אַנדערע מיטגלידער פון די סעקיוריטי קאַונסיל האָבן געשטימט אין שטיצע פון די רעזאָלוציע, אָבער אַמעריקע האָט געזאָגט אַז די רעזאָלוציע טוט נישט גענוג שטאַרק פאַרדאַמען די כאַמאַס טעראָר גרופּע. די רעזאָלוציע באַצייכנט עזה'ס הומאַניטאַרישע קריזיס אַלס א קאַטאַסטראָפע און פאָדערט מדינת ישראל אַראָפּצונעמען אַלע צוימונגען אויף הילף.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
טראמפ זאגט אז ער וועט אינטערווענירן אויב מאמדאני אלס מעיאר וועט פרובירן ארעסטירן מדינת ישראל פרעמיער נתניהו, טראָמפּ'ס קאָמענטאַרן זענען געקומען נאָך וואָס דער לינקער ניו יאָרק סיטי מעיאָר קאַנדידאַט זאראן מאמדאני האָט געזאָגט די וואָך אַז אויב ווערט ער ערוועלט אַלס מעיאָר און נתניהו קומט באַזוכן די סיטי, וועט ער הייסן די פּאָליציי אים אַרעסטירן. מאמדאני האָט געזאָגט אַז ער וועט דאָס טאָן צו צייגן אַז ניו יאָרק סיטי פאָלגט אויס אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, אָבער טראָמפּ זאָגט אַז דער געדאַנק פון אַרעסטירן נתניהו אין ניו יאָרק איז נישט א זאַך וואָס קען אַקצעפּטירט ווערן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
א הויעך ראנגיקן אייסיס פירער איז אומגעברענגט געווארן דורכאויס אן אפאראציע אין סיריע דורך די אמעריקאנער-אנגעפירטע אנטי-אייסיס קאאליציע, די רעדע איז פון אומאר אבדול קאדיר בּאַסאַם, וועלכע האט געדינט אלץ הויפט פון די גרופע'ס אויסלענדישע אפאראציעס. איראקער באאמטע זאגן אז באסאם, אויך באקאנט אלץ על חאַלאַבּי, איז געשטאנען אין שפיץ פון אטאקעס אין מערערע לענדער, אריין גערעכענט א באמבע אטאקע אויף איראן'ס אמבאסאדא אין לבנון. זיי זאגן אז ער האט אויך געארבייט אויף טעראר פלענער אין אמעריקא און אייראפע וועלכע זענען עווענטועל צושטערט געווארן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל לייקנט אומקלארע שמועות אז משכונות, לעבעדיגע אדער נישט-לעבעדיגע, זענען באפרייט געווארן אין עזה, די באַריכטן האָבן געהאַט אָנגעגעבן אַז אין די לעצטע 24 שעה האָט די מיליטער באַפרייט א צאָל משכונות פון די הענט פון כאַמאַס טעראָריסטן אין עזה, אָבער די מיליטער לייקנט דאָס. אין א סטעיטמענט האָט א מיליטערישער באַאַמטער געזאָגט אַז די פאַלשע שמועות זענען נישט נאָר פאַלש, נאָר עס ברענגט שאָדנס און ווייטאָג פאַר די פאַמיליעס פון די משכונות.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל אפיצירן האבן געבראכן א פאלעסטינער טעראר צעל אין די ראמאלא געגענט אין די מערב ברעג, וואס האט זיך אפגעגעבן מיט בויען ראקעטן, ביים קומען צום הויז וואו די פראדוקציע איז פארגעקומען האבן אפיצירן געעפענט פייער, פירענדיג צו דעם אז דריי מענטשען זאלן ארויס קומען און זיך אינטערגעבן. נאכ'ן אריין גיין אינעווייניג האבן אפיצירן געפונען צענדליגער ראקעטן חלקים, אריין גערעכענט צוויי געפארטיגטע ראקעטן וועלכע האבן נאך נישט געהאט א שפיץ אויף זיך. אין די לעצטע פאר יאר האבן פאלעסטינער טעראר גרופעס עטליכע מאל פראבירט צו אנטוויקלן און שיסן אקעטן פון די מערב ברעג אויף ארץ ישראל, אבער דערווייל האבן זייערע פלענער נישט געהאט קיין ערענסטע סוקסעס.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
טראמפ אדמיניסטראציע פלאנירט זעקס ביליאן דאלערדיגע פעקעדזש פון וואפנס פאר מדינת ישראל, די פארגעשלאגענע פארקויף וועט באצאלט ווערן מיט די אויסלענדישע מיליטערישע הילפס געלטער וואס אמעריקע האט צוגעשטעלט פאר מדינת ישראל, אריינגערעכנט 3.8 ביליאן דאלער אין אפאטשי העליקאפטערס, וואס וועט טאפלען מדינת ישראל'ס יעצטיגע פלאטע. דער דיעל וועט אויך ארייננעמען ספעציעלע אינפאנטרי מיליטערישע טרעקלעך, אבער קאנגרעס דארף קודם באשטעטיגן דעם פעקעדזש.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס זאגט ער וועט זיך טרעפן מיט נתניהו נעקסטע וואך און רייסט אראפ מאמדאני וועגן ארעסט סטראשע, עדעמס האָט אַראָפּגעריסן זיין קעגנער זאראן מאמדאני פאַר'ן פאַרשפּרעכן צו אַרעסטירן דעם מדינת ישראל פּרעמיער אויב קומט ער באַזוכן ניו יאָרק סיטי און ער איז מעיאָר. דער מדינת ישראל פּרעמיער נתניהו קומט קיין ניו יאָרק אַנטיילצונעמען ביי די יערליכע יו ען דזשענעראַל אַסעמבלי, און עדעמס זאָגט אַז ער וועט זיך אויך טרעפן מיט פילע אַנדערע פירער פון פאַרשידענע לענדער.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פרעזידענט טראמפ זאגט אז עס זענען בלויז פארבליבן ארום אכט לעבעדיגע משכונות פארכאפט אין עזה, טראמפ האט קאמענטירט וועגן די משכונות, בשעת ער איז אנגעפרעגט געווארן איבער דעם וואס מדינת ישראל האט אויסגעברייטערט די מלחמה אין עזה מיט די נייע אפעראציע אויף די ערד אין עזה סיטי. דער פרעזידענט זאגט אז די שלאכטן קענען ברענגען די באפרייאונג פון משכונות, אבער מדינת ישראל באאמטע האבן אוועקגעמאכט טראמפ'ס אמענטארן און געזאגט אז 20 פון די פארבליבענע 48 משכונות זענען נאך יא לעבעדיג.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מער ווי הונדערט צוואנציג טעראר צילן שוין פארניכטעט געווארן לענגאויס עזה סיטי אלס טייל פון נייע אפעראציע, אויך זאגן באאמטע אז מען האט געטראפן באהאלטענע סוב-מאשין געווען, אמוניציע און טונעל עפענונגען באהאלטן אין ציווילע הייזער און אפארטמענט געביידעס לענגאויס עזה סיטי, און אלעס איז פארניכטעט געווארן, און די מיליטער ארבעט אוועקצושטעלן א קארידאר צו ערלויבן ציווילע צו עוואקואירן אין ריכטונג פון דרום עזה.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
קאטארישע רעגירונג פאדערט מדינת ישראל זיך צו אנטשולדיגן אויף כאמאס באמבארדירונג, קוועלער זאגן אז קאטאר איז גרייט אז די אנטשולדיגונג זאל זיין געצוימט אז עס זאל נאר זיין איבער דעם וואס עס איז פארלעצט געווארן קאטארישע טעריטאריע, אבער נישט אויף דעם אז כאמאס טעראר פירער זענען געצילט געווארן. אויך האט קאטאר געזאגט אז מדינת ישראל מוז זיך צוריקקערן צום פארהאנדלונגס טיש אויסצוארבעטן א דיעל מיט כאמאס איבער א פייער אפשטעל און באפרייען משכונות.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מאסיווע ראליס לענגאויס מדינת ישראל צו פארדאמען נייע עזה סיטי אפעראציע צוליב געפאר פאר משכונות, פאמיליעס פון עטליכע פון די פארבליבענע משכונות זענען ארויסגעקומען אראנדזשירן די ראליס אין תל אביב און אנדערע גרויסע שטעט, וואו זיי האבן באשולדיגט אז די מיסיע אין עזה סיטי שטעלט אין געפאר די משכונות לעבנס. די ראליס זענען געקומען אין די זעלבע צייט וואס כאמאס האט ארויסגעשטעלט פרישע פראפעגאנדע איבער די משכונות, ארויסשטעלנדיג בילדער פון אלע פארבליבענע 48 משכונות, און אונטער אלע זענען געווען די נאמען פון ראן אראד, א מדינת ישראל בירגער וועלכער איז שוין פארשוואונדן דרייסיג יאר.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
איראנער רעזשים אפגעהאקט קאאפעראציע מיט יו-ען אטאמישע ענערגיע אגענטור צוליב סאנקציעס שריט, איראן'ס סופרים נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל האט אראפגעריסן פראנקרייך, ענגלאנד און דייטשלאנד, זאגנדיג אז די איראנער אויסערן מיניסטעריום האט קאאפערירט מיט די לענדער צו באנייען געשפרעכן וועגן א פרישע נוקלעארע דיעל. די שריט צוריקצושטעלן די סאנקציעס איז גענומען געווארן דורך אייראפע פאריגן פרייטאג אונטער די יו-ען סעקיוריטי קאונסיל, און איראן זאגט אז אין רעאקציע צו דעם וועלן זיי דערווייל נישט קאאפערירן מיט די יו-ען נוקלעארע אגענטור.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8038
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
בריטישער פרעמיער מיניסטער סטארמער וועט זונטאג אפיציעל אנערקענען פאלעסטינער לאנד, קוועלער זאגן אז די מעלדונג איז פלאנירט געווארן נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געענדיגט זיין צוויי טאגיגע באזוך אין ענגלאנד, וויבאלד מען האט נישט געוואלט עס זאל זיין צופיל פראגעס וועגן דעם בשעת טראמפ'ס באזוך. די אנטוויקלונג קומט אין די זעלבע צייט וואס אן אנקעטע צייגט אז 9 פון יעדע 10 בריטישע בירגער שטיצן נישט סטארמער'ס באשלוס צו אנערקענען א פאלעסטינער לאנד, און א מערהייט בירגער זאגן אז די אנערקענונג זאל נישט געמאכט ווערן ווילאנג כאמאס קאנטראלירט עזה.