ChatGPT האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:21 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:14 pm
ChatGPT האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:07 pm
דו ווייסט טאקע נישט וואס עס איז פארגעגאנגען אין פרעשבורג לאחר פטירת החת''ס?
אדרבא אויב @שטיינער קען שרייבן פארוואס די כת''ס איז געווען געצווינגען צו רופן א מגיד.
וואס האט געפעלט אין פרעשבורג? וואס איז געווען די מעמד העיר דעמאלטס? אין כעת המקורות לפני
די חת''ס בצוואותו האט עס דאך קלאר געאסר'ט "לא ידרוש בלשון לאומים כי לא יאריך ימים"
אויף @מסתמא איז מיר א חידוש אז ער קען נישט די היסטאריע, ווייסטו דען נישט על מה יצא הקצף פון ר' הלל קאלאמייער???
איך ווייס גארנישט... וויפיל איך ווייס אויף א נושא וואס איך שרייב געווענטליך שרייב איך.
כקלער סתם אז דער צוואה איז אויפן רב פון שטאט און נישט אויף א מגיד, הגם עס איז פארט צורם לאזני די געדאנק. כווייס אביסל אז עס האט זיך געטון איבער יא אדער נישט אויפנעמען דעם כתב סופר און דער מגיד’ס התמנות איז געווען כעין פשרה. כבין נישט קלאר.
ווילסט אז כזאל מיך מאכן ווי כאילו כווייס אלעס? כווייס דאך נישט. א שטיקל היסטאריע גיבט מיר א כאפ דא און דארטן, צו עס פעלט מיר היקף, וואס א שאלה בכלל?
בנוגע די לשון העמים איז דא פילע מעשיות פון תלמידי חת”ס ווי זיי האבן איבערגעדרייט ווען מען האט גערעדט די לשון העמים, דוגמת הגאון ר’ ישראל יצחק אהרן לאנדסבערג זצ”ל (דער תלמיד וואס האט נאכגעמאכט דעם חת”ס און דער חת”ס האט אים איבערגעבעטן פאר די הקפדה) דער רבי פונעם לבושי מרדכי, און פונעם לבושי מרדכי אליינס איז באקאנט. סאיז גארנישט גלאט אזוי אז מען האט צוגעלאזט דאס רעדן אויף די לשון העמים על אף די מציאות פונעם פרעסבורגער מגיד.
איך בין געווען זיכער אז די קענסט גוט די היסטאריע פון ר' הלל מיט קהלות פרעשבורג..
ניין, די היסטאריע פונעם אסיפת מיהאלאוויץ מיט הגאון ר' הלל האב איך אביסל דורכגעטון, כווייס נישט צופיל מער ווי דעם
כווייס אויכעט אז ער איז געווען דער איינציגסטער צווישן די תלמידי החת"ס וואס האט געהאקט אויף שייטלען, הגם מען איז שוין אזוי געגאנגען אין פרעסבורג בימי החת"ס און דער חת"ס האט קיינמאל נישט מוחה געווען דערויף, קעגן גילוי שערות יא, סאיז אין די דרשות. ר' הלל איז עס מתרץ אלץ מוטב שיהא שוגגין אבער קיינער אנדערש פון די תלמידי החת"ס רעדט נישט קעגן שייטלען און די מעשה רב פון אלע גדולים וטובים איז מוכיח. אבער ר' הלל האט זיך געהאלטן זייער שטארק ביי זיינס אז דער חת"ס האט עס ווען בעצם יא געוואלט אסרן לרבים, און וואס מען האט למעשה אנגענומען איז קלאר.
נאכדעם איז באקאנט אז ר' הלל זצ"ל האט געשוואוירן בשם השם אז די תורה וועט אלץ בלייבן ביי די תלמידי החת"ס ביז ביאת משיח און א גרויסער תלמיד חת"ס (אנטשולדיגט אז איך געדענק נישט די נאמען כרגע) האט עס מפליא געווען ווי דער פראממער ר' הלל זאגט א שטארקע שבועה, עס איז געווען א בחינה פון רוח הקודש.
עכ"פ עס איז ברור כשמש פון אלע מקורות אז ר' הלל זצ"ל איז געווען גאר א שארפער קנאי, איינס אין דער וועלט. וואס דארפסטו מער ווי דעם אז ער האט נישט געקענט סובל זיין די אויבערלענדער דרך אז ער האט זיך געצויגן קיין קאלעמייע גאליציע (להבדיל ווי ר' עזריאל האט זיך געצויגן קיין בערלין), ער האט קלאר געהאלטן אויף רוב תלמידים, ובעיקר אויף די משפחת החת"ס, אז זיי גייען נישט בדרך רבם. דאס זענען דברים ידועים ומפורסמים.