כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
נחת רוח
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 10:57 pm
Location: spring valley
x 36

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נחת רוח »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 11:22 am
שעפעריש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 10:49 am image000000 (8).jpg
קענעך נישט לייקן ווייל דו רייסט אראפ אונזער טייערער ידיד המתיימר להיות... זאג ווערטלעך קען מען שוין נישט נעמען? פליק עס ארויס אויס פליז..
וואס? ווערטליך אנקעגן אונזער י"ג עיקרי אמונה? זיכער נישט! חלילה וחס!!!!!
אוועיטער
געגאנגער ווייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 12:18 pm
Location: Monroe
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געגאנגער ווייטער »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 1:44 pm
געגאנגער ווייטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 1:21 pm
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 1:34 pm איך וויל ארויסברענגן א נקודה וואס איז לכאורה פשוט, אבער למעשה פארזען דאס אסאך מענטשן.
מענטשן פרעגן היתכן יענער און יענער פון די הנהלה האט מען אזוי באשמוצט און ווען יענער בעקט אראפ באזינגט מען אים אלץ צדיק הדור. דאס אז מען איז אים מוחל קען מען נאך אראפשלינגען, אבער פארוואס דארף מען זיי אזוי משבח זיין? די תשובה אויף דעם איז אז נישט יעדן פון די הנהלה באזינגט מען טאקע, עס איז דא גענוג וועלעכע האבן פארלאזט לב טהור און מען רעדט פשוט נישט פון זיי. וועמען באזינגט מען יא? נאר די עטליכע וועלעכע האבן חוץ די חלק פון אראפבעקן אויכעט גענומען אויף זיך די עבודת העסקנות, געארבעט הונדריטער שעות אריכות ארויסצוראטעווען גאנצעטע משפחות פון גווטאמאלא, טראץ דעם וואס עס האט זיי געקענט קאסטן די פרייז פון פארלירן די אייגענע ווייבער! אזא איינעם קומט זיך קלאר שבחים.
פארשטייסט?
איך בין אינגאנצן מיט אייך, איך פארשטיי נאר נישט איין נקודה,
די געוועזענע חברי הנהלה, וואס מ'איז יעצט משבח, און איך בין מודה אז ס'קומט זיך זיי די שבחים,
איז מען ביזי פארענטפערן אז וואס זיי פלעגן טון זענען זיי נישט שילדיג און מ'האט זיי עס ארויפגעצווינגען וכו' וכו',
אויב איז דאס אמת, פארוואס האט מען עס נישט געזאגט אויף זיי ווען זיי זענען נאך געווען אין די הנהלה?
ס'פרעגסטו דא? ווייל ס'האט נישט נוגע געוועזן
איך מיין צו פרעגן, אז לויט די דעמאלטס'דיגע באשמיצענגען האט נישט אויסגעקוקט אז זיי זענען אום שילדיג, און פליצלינג ווערן זיי אומשילדיג, עפעס שמעקט דא פאלש,
ס'קען זייך איך האב פשוט נישט ארויס די נושה, וועגן דעם פרעג איך
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 110

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אוטובאס »

צופראסקעט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 12:18 pm זיידא ידידיה כתריאל הלל.JPG
וואו איז דעיס, גואטאמאלא אדער אמעריקא אדער ערגעץ אנדערש?
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3200

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

שעפעריש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 1:53 pm
Positive האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 1:50 pm
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 1:34 pm איך וויל ארויסברענגן א נקודה וואס איז לכאורה פשוט, אבער למעשה פארזען דאס אסאך מענטשן.
מענטשן פרעגן היתכן יענער און יענער פון די הנהלה האט מען אזוי באשמוצט און ווען יענער בעקט אראפ באזינגט מען אים אלץ צדיק הדור. דאס אז מען איז אים מוחל קען מען נאך אראפשלינגען, אבער פארוואס דארף מען זיי אזוי משבח זיין? די תשובה אויף דעם איז אז נישט יעדן פון די הנהלה באזינגט מען טאקע, עס איז דא גענוג וועלעכע האבן פארלאזט לב טהור און מען רעדט פשוט נישט פון זיי. וועמען באזינגט מען יא? נאר די עטליכע וועלעכע האבן חוץ די חלק פון אראפבעקן אויכעט גענומען אויף זיך די עבודת העסקנות, געארבעט הונדריטער שעות אריכות ארויסצוראטעווען גאנצעטע משפחות פון גווטאמאלא, טראץ דעם וואס עס האט זיי געקענט קאסטן די פרייז פון פארלירן די אייגענע ווייבער! אזא איינעם קומט זיך קלאר שבחים.
פארשטייסט?
זייער קלאר
אבער לויט מיין מיינונג קומט זיך שבחים פאר יעדן פון די געוועזענע לב טהור עסקנים נאר פאר דעם אויסערגעווענליכן זאך פון אַראָפּבעקען פון עפעס וואס זיי האבן געגלייבט אלס 100% ריכטיג און אמת, און וואס זיי האבן געארבעט זייער שווער פאר, פלוס דעם אומגעווענליכן דרוק וואס זיי באקומען פון די פארבליבענע לב טהור אידן, נישט קיין חילוק צי זיי האבן עס געטאן פון זיך אליין אדער געצוואונגען.
ניין?
קרעדיט וואלט זיך געקומען ווען זיי קומען אנקעגען די עסקנים א האלבע יאר צוריק, יעצט ווען זיי זעהן דעם תפיסה צעל פאר די אויגן איז שוין נישט קיין גרויסע קינץ
למעשה האבן זיי געהאלפן ארויסנעמען משפחות די לעצטע פאר חדשים אויכעט.
זיי האבן געדארפט נאך א שטיפ ארויס צו גייען פון זייער געבורטס ווינקל, און בעיקר אלעס וואס זיי האבן געלעבט במסירות נפש דערפאר זייער גאנצע לעבן.
מיר יודן פון די זייט זענען קיינמאל נישט דארט געווען און מיר קענען זיין נישט דן זיין.
זיי האבן 2 וואכן צירוק געדארפט זאגן די גאנצע מהות זייער, עד כאן, אלעס אווועקווארפן, און אנהייבן א נייע לעבן פון פריש, בעירום ובחוסר כל, חוץ פון א ים פון לייף עקספיריענס, צער מיט באגאדש.
אפלאזען זייער ווייבער צילוב דעם, הגם, איך בין זיכער אז פריער אדער שפעטער וועלן די ווייבער זיך צירוקערן צו זיי, ווייל זיי גייען כאפן אז די גאנצע כלל ישראל באשטייט אויף מער ווי א הייפילע מענטשן פחות ממנין, יודן.
אבער פארט זענען זיי יעצט מצורעים, געווארען ביי זייער גאנצע וועלט וואס זיי קענען. אויף דעם מיינט די משנה, אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.

חיים צבי איז זיכער פארשטיין אלע אז ער איז אנדערש, ער האט זיך אריינגעלייגט און די לענג און די ברייט שוין די לעצטע האלבע יאר, ארויסנעמען משפחות.
און געטוען וואס ער האט נאר געקענט, זיי העלפן זיך אנגלידערען דא צווישן אחינו בני ישראל, אין אמעריקא און קאנאדא.
דהיינו מיט די לבוש, עסען, און געמאכט די מערסטע השתדלות אז ווי מער משפחות זאלן קענען בלייבן גאנץ, מיט ביידע עלטערן.

אבער די אנדערע ווערן מיר אויך נתפעל פון זייערע שווערע שריט, און מיר אנקענען אלע און זייערע יגיעה די לעצטע וויילע, צו העלפן ארויסנעמען משפחות פון דארט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3200

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

געגאנגער ווייטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:04 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 1:44 pm
געגאנגער ווייטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 1:21 pm

איך בין אינגאנצן מיט אייך, איך פארשטיי נאר נישט איין נקודה,
די געוועזענע חברי הנהלה, וואס מ'איז יעצט משבח, און איך בין מודה אז ס'קומט זיך זיי די שבחים,
איז מען ביזי פארענטפערן אז וואס זיי פלעגן טון זענען זיי נישט שילדיג און מ'האט זיי עס ארויפגעצווינגען וכו' וכו',
אויב איז דאס אמת, פארוואס האט מען עס נישט געזאגט אויף זיי ווען זיי זענען נאך געווען אין די הנהלה?
ס'פרעגסטו דא? ווייל ס'האט נישט נוגע געוועזן
איך מיין צו פרעגן, אז לויט די דעמאלטס'דיגע באשמיצענגען האט נישט אויסגעקוקט אז זיי זענען אום שילדיג, און פליצלינג ווערן זיי אומשילדיג, עפעס שמעקט דא פאלש, ס'קען זייך
איך האב פשוט נישט ארויס די נושא, וועגן דעם פרעג איך
אזוי מוז מען טאקע זאגן
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 947

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

געגאנגער ווייטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:04 pm

איך מיין צו פרעגן, אז לויט די דעמאלטס'דיגע באשמיצענגען האט נישט אויסגעקוקט אז זיי זענען אום שילדיג, און פליצלינג ווערן זיי אומשילדיג, עפעס שמעקט דא פאלש,
ס'קען זייך איך האב פשוט נישט ארויס די נושה, וועגן דעם פרעג איך
דו ביסט הייליג גערעכט, לויט ווי איך פארשטיי ווערן די איבערגעטריבענע תגובת נישט געשריבן דורך די עסקנים, נאר דורך אינדיווידואלע ניקס וואס נעמען די זאך אויף א עקסטרעם, און דאס איז טאקע ארויס פון אלע גבולים, יא די עסקנים ארבעטן אויף אראפצונעמען קלאגעס און פראבירן מסדר יעדער וואס לאזט אפּ דעם כת, אבער גיין שרייבן דא איבערגעטריבענע שבחים און אויסלויבן די וואס האבן געטרינקען די עסקנים די דם התמצית און זענען נאר אנקעגען געקומען זעהנדיג די תפיסה צעל פאר די אויגן איז אביסל איבערגעטריבן. סארי

גרינטליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:11 pm זיי האבן געדארפט נאך א שטיפ ארויס צו גייען פון זייער געבורטס ווינקל, און בעיקר אלעס וואס זיי האבן געלעבט במסירות נפש דערפאר זייער גאנצע לעבן.
מיר יודן פון די זייט זענען קיינמאל נישט דארט געווען און מיר קענען זיין נישט דן זיין.
זיי האבן 2 וואכן צירוק געדארפט זאגן די גאנצע מהות זייער, עד כאן, אלעס אווועקווארפן, און אנהייבן א נייע לעבן פון פריש, בעירום ובחוסר כל, חוץ פון א ים פון לייף עקספיריענס, צער מיט באגאדש.
אפלאזען זייער ווייבער צילוב דעם, הגם, איך בין זיכער אז פריער אדער שפעטער וועלן די ווייבער זיך צירוקערן צו זיי, ווייל זיי גייען כאפן אז די גאנצע כלל ישראל באשטייט אויף מער ווי א הייפילע מענטשן פחות ממנין, יודן.
אבער פארט זענען זיי יעצט מצורעים, געווארען ביי זייער גאנצע וועלט וואס זיי קענען. אויף דעם מיינט די משנה, אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.

חיים צבי איז זיכער פארשטיין אלע אז ער איז אנדערש, ער האט זיך אריינגעלייגט און די לענג און די ברייט שוין די לעצטע האלבע יאר, ארויסנעמען משפחות.
און געטוען וואס ער האט נאר געקענט, זיי העלפן זיך אנגלידערען דא צווישן אחינו בני ישראל, אין אמעריקא און קאנאדא.
דהיינו מיט די לבוש, עסען, און געמאכט די מערסטע השתדלות אז ווי מער משפחות זאלן קענען בלייבן גאנץ, מיט ביידע עלטערן.

אבער די אנדערע ווערן מיר אויך נתפעל פון זייערע שווערע שריט, און מיר אנקענען אלע און זייערע יגיעה די לעצטע וויילע, צו העלפן ארויסנעמען משפחות פון דארט.
הער מיך צו, קיינער וויל נישט גיין אין תפיסה
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

מיין מיינונג: איינמאל יענער האצעך געבראכן, הער אויף בודק זיין ציצית, און יא מעגסט אפילו דן זיין לכף זכות. ס'גייטעך אן??? ער איז א איד. ער האט געטון נישט גוטס און ער האצעך יעצט געטוישט. יאללא.
סוחריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:43 pm
Location: וויליאמסבורג
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחריש »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 12:05 am א גוטע וואך.

מיר האבן די וואך אפגעראכטן דעם שבת, בשבת אחים גם יחד, אלס שבת התוועדות מיט די געוועזענע חברי הנהלת קהל לב-טהור, מו"ה ר' משה חיים צבי מיט ר' ניסן יהושע יהודא הי"ו. די סעודות אין די שבת אחים איז פארגעקומען אויף א געהויבענעם פארנעם, בשעת מיר האבן זיך מחזק געווען אינאיינעם און זיך דערמאנט דברי זכרונות פון די אמאליגע יארן.

איין חידוש בין איך געוואויער געווארן דעם שבת, אז הרה"צ ר' ידידיה בן החכם נר"ו, איז בלויז א דריטל אזוי גרויס פון וואס ער וואלט געדארפט זיין. וגופא דעובדא הכי הוי. ביי זיין ברית האט א מאן-דהוא גענומען א בילד פונעם ברית, און דאס אפגעשיקט קיין ארץ-ישראל צו דעם זיידן און באבע'ן, די עלטערן פונעם פריעדיגן רבי'ן. ווען דער רבי האט זיך דערפון דערוויסט, האט ער געזאגט, אז דערפאר וועט דער רך-הנימול זיין בלויז א דריטל אזוי גרויס פון וויפיל ער וואלט געקענט זיין אן דעם בילד. כל ימיו של ידידיה הצדיק היה מצטער על אותו דבר, והיה נכנס לפני ולפנים לבקש רחמים על נפשו, ער פלעגט כסדר אריינגיין צום פריעדיגן רבי'ן, זיך צו בעטן ביי אים אז ער זאל למען השם אראפנעמען די ווערטער און אז ער זאל קענען פארמאגן פי שנים ברוחו, אז עס זאל נישט דארפן אראפגיין קיין צוויי-דריטל דערפון. דער רבי פלעגט אבער שטענדיג ענטפערן דערויף, אז קיין תיקון איז נישטא דערויף, נאר בלויז אויב מען קען זיך אריינדערווישן אין דער הויז אין ארץ-ישראל און ארויסנעמען פון דארט די בילד און דאס צערייסן, בלויז דאן וועט צוריקקומען די גאנצע גרויסקייט פארן אייניקל מרנא ורבנא ידידיה נר"ו.

דעריבער, אויב איר באמערקט אמאל ידידיה אויפן גאס, זאלט איר וויסן אז דאס איז בלויז א דריטל פון וואס עס וואלט געקענט זיין. מיר זענען שטענדיג מתפלל פאר אים, אז די איבעריגע צוויי-דריטל זאל שנעל צוריקקומען.
איך לאך אזוי שטארק
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:18 pm מיין מיינונג: איינמאל יענער האצעך געבראכן, הער אויף בודק זיין ציצית, און יא מעגסט אפילו דן זיין לכף זכות. ס'גייטעך אן??? ער איז א איד. ער האט געטון נישט גוטס און ער האצעך יעצט געטוישט. יאללא.
פון דא ביז רימען יעדן ווי א בעל מסי''נ איז דא א ווייטע וועג

כ'ווייס נישט פארוואס דאס וואס איינער האט דא געשריבן הגה''צ אויף ידידנו החשוב ר' חיים צבי האט מיך נישט געשמעקט
מיר זענען אים זייער מחשיב און אזוי אויכעט יעדער וואס האט געטוען די דראסטישע שריט,
מען דארף אבער נישט איבערטרייבן
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
סוחריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:43 pm
Location: וויליאמסבורג
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחריש »

בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:20 am @שמואל פוקס , אונז ווארט מיר נאך אויף די באריכט פון די פאריגע שבת אין גוואטעמאלע!

אע"פ שיתמהמה עכ"ז אחכה...
יא זאג שויען
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

גארנישט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:20 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:18 pm מיין מיינונג: איינמאל יענער האצעך געבראכן, הער אויף בודק זיין ציצית, און יא מעגסט אפילו דן זיין לכף זכות. ס'גייטעך אן??? ער איז א איד. ער האט געטון נישט גוטס און ער האצעך יעצט געטוישט. יאללא.
פון דא ביז רימען יעדן ווי א בעל מסי''נ איז דא א ווייטע וועג

כ'ווייס נישט פארוואס דאס וואס איינער האט דא געשריבן הגה''צ אויף ידידנו החשוב ר' חיים צבי האט מיך נישט געשמעקט
מיר זענען אים זייער מחשיב און אזוי אויכעט יעדער וואס האט געטוען די דראסטישע שריט,
מען דארף אבער נישט איבערטרייבן
אקעי כאנישט געזען דאס
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 915
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 989

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תינוק הבורח »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:18 pm מיין מיינונג: איינמאל יענער האצעך געבראכן, הער אויף בודק זיין ציצית, און יא מעגסט אפילו דן זיין לכף זכות. ס'גייטעך אן??? ער איז א איד. ער האט געטון נישט גוטס און ער האצעך יעצט געטוישט. יאללא.
היה נהוג מקדמת דנא ללמוד ספר שערי תשובה לרבנו יונה בימים אלו, ושם מבואר דאין חיוב לדון לכף זכות לכל יהודי, עיי"ש הגדרים.

(ואפשר שזה גם מהקטעים שניתוספו ע"י המשכילים. עפ"ל)
אוועיטער
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 947

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

גארנישט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:20 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:18 pm מיין מיינונג: איינמאל יענער האצעך געבראכן, הער אויף בודק זיין ציצית, און יא מעגסט אפילו דן זיין לכף זכות. ס'גייטעך אן??? ער איז א איד. ער האט געטון נישט גוטס און ער האצעך יעצט געטוישט. יאללא.
פון דא ביז רימען יעדן ווי א בעל מסי''נ איז דא א ווייטע וועג

כ'ווייס נישט פארוואס דאס וואס איינער האט דא געשריבן הגה''צ אויף ידידנו החשוב ר' חיים צבי האט מיך נישט געשמעקט
מיר זענען אים זייער מחשיב און אזוי אויכעט יעדער וואס האט געטוען די דראסטישע שריט,
מען דארף אבער נישט איבערטרייבן
ריכטיג. לאמיר נישט זיין פויפסטליכער פונעם פויפסט, די ראשי העסקנים האבן געוויזן פאר'ן עולם די געדאנק אז ווי נאר מ'לאזט אפּ דעם כת וועט מען העלפן און ריינוואשן עד הסוף, טיטלען און רימערייען און איבערגעטריבענע ליבע איז אביסל צוגעגעסן
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2020
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7037

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

שעפעריש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 10:49 am image000000 (8).jpg

עס באדערט מיר די זילזול דא צו ר’ שמואל, קיינער מיינט נישט אז ער גלייבט אין די שטותים. ר׳ שמואל ברענגט אינפארמאציע און איז אזוי תמימות’דיגערהייט מגלה קלונם, ביטע זיך מתיייחס זיין צו א צדיק ועסקן לשם שמים מיט מער ריספעקט אפילו ער ווארפט נישט קיין טויטע קללות. ער האט א טאקע דרך פון מתינות, אבער עס איז זייער קלאר וואו הצדיק ר’ שמואל שטייט, ער זוכט אך טוב וחסד ע”פ דרכו בקודש און שטייט קיינעם נישט אין וועג. לאזט אים אפ.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2020
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7037

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

נחת רוח האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:03 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 11:22 am
שעפעריש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 10:49 am image000000 (8).jpg
קענעך נישט לייקן ווייל דו רייסט אראפ אונזער טייערער ידיד המתיימר להיות... זאג ווערטלעך קען מען שוין נישט נעמען? פליק עס ארויס אויס פליז..
וואס? ווערטליך אנקעגן אונזער י"ג עיקרי אמונה? זיכער נישט! חלילה וחס!!!!!
יעדע ליצנות איז אסור חוץ ליצנות פון עבודה זרה. דאס איז ליצנות. עס איז אומצוויידייטיג, נישט שייך זיך צו טועה זיין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3200

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

שעפעריש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:16 pm
גרינטליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:11 pm זיי האבן געדארפט נאך א שטיפ ארויס צו גייען פון זייער געבורטס ווינקל, און בעיקר אלעס וואס זיי האבן געלעבט במסירות נפש דערפאר זייער גאנצע לעבן.
מיר יודן פון די זייט זענען קיינמאל נישט דארט געווען און מיר קענען זיין נישט דן זיין.
זיי האבן 2 וואכן צירוק געדארפט זאגן די גאנצע מהות זייער, עד כאן, אלעס אווועקווארפן, און אנהייבן א נייע לעבן פון פריש, בעירום ובחוסר כל, חוץ פון א ים פון לייף עקספיריענס, צער מיט באגאדש.
אפלאזען זייער ווייבער צילוב דעם, הגם, איך בין זיכער אז פריער אדער שפעטער וועלן די ווייבער זיך צירוקערן צו זיי, ווייל זיי גייען כאפן אז די גאנצע כלל ישראל באשטייט אויף מער ווי א הייפילע מענטשן פחות ממנין, יודן.
אבער פארט זענען זיי יעצט מצורעים, געווארען ביי זייער גאנצע וועלט וואס זיי קענען. אויף דעם מיינט די משנה, אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.

חיים צבי איז זיכער פארשטיין אלע אז ער איז אנדערש, ער האט זיך אריינגעלייגט און די לענג און די ברייט שוין די לעצטע האלבע יאר, ארויסנעמען משפחות.
און געטוען וואס ער האט נאר געקענט, זיי העלפן זיך אנגלידערען דא צווישן אחינו בני ישראל, אין אמעריקא און קאנאדא.
דהיינו מיט די לבוש, עסען, און געמאכט די מערסטע השתדלות אז ווי מער משפחות זאלן קענען בלייבן גאנץ, מיט ביידע עלטערן.

אבער די אנדערע ווערן מיר אויך נתפעל פון זייערע שווערע שריט, און מיר אנקענען אלע און זייערע יגיעה די לעצטע וויילע, צו העלפן ארויסנעמען משפחות פון דארט.
הער מיך צו, קיינער וויל נישט גיין אין תפיסה
איך האב געהאנדעלט מיט מענטשן פון אנדערע אידישע קאלטס אויכעט, און ברוך ה' ארויסגענומען א משפחה פון א מאדערנע אידישע קאלט דא אין PASSIAC, איך קען זאגן איין זאך, פון אקספיריענס.
דער וואס האט נישט געהאנדעלט מיט מענטשן וואס זענען וויקטעם'ס פון א קאלט און זיי געהאלפען ארויסקומען קען דאס אין די לעבן נישט באמת פארשטיין.
ממילא בין איך, מחולק מיט דיר.
ווייל דאס וואס מהאט גענוצט יענעם צו ברעכן איז אמת, אבער איינמאל ער איז ארויס פון דארט, בדרך הטבע קען ער נישט שלאפן בי נאכט פון יסורי איוב, אויף דאס וואס ער האט נאר אפגעטוען פאר אנדערע.
דאס זענען פאקטן.
יעצט יעדער מאהל מטוהט אדארך ווי ווייט זייער האבן אפגעלאזט לשם שמים אדער נישט קומט נאר פון נישט פארשטיין, ווי זיי זענען נעכטן געוען.
ווייל ווען מיר אדער דיר וואלטן געבוירען געווארען אין דעם פארשאלטענע פלאץ, און געווען און זייער שיך וואלטן מיר ביידע אויף 90% געטוען די זעלבע מעשים.
מיר דארפן דאנקן עם באשעפער, מיר זענען געבוירען געווארען אין נארמאלע אומשטענדן.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2020
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7037

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

שעפעריש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:13 pm
געגאנגער ווייטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:04 pm

איך מיין צו פרעגן, אז לויט די דעמאלטס'דיגע באשמיצענגען האט נישט אויסגעקוקט אז זיי זענען אום שילדיג, און פליצלינג ווערן זיי אומשילדיג, עפעס שמעקט דא פאלש,
ס'קען זייך איך האב פשוט נישט ארויס די נושה, וועגן דעם פרעג איך
דו ביסט הייליג גערעכט, לויט ווי איך פארשטיי ווערן די איבערגעטריבענע תגובת נישט געשריבן דורך די עסקנים, נאר דורך אינדיווידואלע ניקס וואס נעמען די זאך אויף א עקסטרעם, און דאס איז טאקע ארויס פון אלע גבולים, יא די עסקנים ארבעטן אויף אראפצונעמען קלאגעס און פראבירן מסדר יעדער וואס לאזט אפּ דעם כת, אבער גיין שרייבן דא איבערגעטריבענע שבחים און אויסלויבן די וואס האבן געטרינקען די עסקנים די דם התמצית און זענען נאר אנקעגען געקומען זעהנדיג די תפיסה צעל פאר די אויגן איז אביסל איבערגעטריבן. סארי
איך זאג, לאז מישן א בלאט. די עבר איז נישט נוגע. יא, עס ציפט, א נפגע וויל נאטורליך נקמה, מיין בלוט איז נישט נשפך געווארן פאר גארנישט... אבער אקוראט דא קומט די תורה און ווארנט אונז לא תקום, לא תטור, מען זאל נישט אפירווארפן א בעל תשובה וכו’ וכו’ די נקודה איז נישט צו ריינוואשן אויף למפרע כאילו סאיז גארנישט געווען, אבער יעצט קען מען זעהן די נקודות טובות פון די עבר וואס די אידן האבן אלץ געהאט, קיינער איז דאך נישט כולו רע. והעיקר אז מיר קוקן אויף פאראויס און מיר דארפן זיך פירן ווי בני אברהם יצחק ויעקב און לאזן לויפן די זאך, וואס קען מען טון? מאי דהוה הוה

יא, אמת מען דארף איבערבעטן. אבער כל זמן א מענטש איז נישט מסודר על המנוחה ועל הנחלה לאז אים אפ, איך בין זיכער אז ווען די אידן וועלן זיך מסדר זיין בעזרת השם על צד היותר טוב, וועלן זיי איבערבעטן די יוצאים און מיט דעם וועט זיין תשובתם שלימה. אבער פאר דערווייל זייטס נישט קלוגער פונעם אויבערשטן און זייטס א הדבק במידותיו, דער אויבערשטער איז א מאריך אף אפילו פאר רשעים, כ”ש דא ווען יענער טרעט אפ. איך זאג נישט אז עס ציפט נישט, אבער מיר מוזן זיין אידן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 110

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אוטובאס »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:23 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:18 pm מיין מיינונג: איינמאל יענער האצעך געבראכן, הער אויף בודק זיין ציצית, און יא מעגסט אפילו דן זיין לכף זכות. ס'גייטעך אן??? ער איז א איד. ער האט געטון נישט גוטס און ער האצעך יעצט געטוישט. יאללא.
היה נהוג מקדמת דנא ללמוד ספר שערי תשובה לרבנו יונה בימים אלו, ושם מבואר דאין חיוב לדון לכף זכות לכל יהודי, עיי"ש הגדרים.

(ואפשר שזה גם מהקטעים שניתוספו ע"י המשכילים. עפ"ל)
די ביסט פיינע נייעס :lol: :lol: :lol: :lol:
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3200

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:31 pm
נחת רוח האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:03 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 11:22 am

קענעך נישט לייקן ווייל דו רייסט אראפ אונזער טייערער ידיד המתיימר להיות... זאג ווערטלעך קען מען שוין נישט נעמען? פליק עס ארויס אויס פליז..
וואס? ווערטליך אנקעגן אונזער י"ג עיקרי אמונה? זיכער נישט! חלילה וחס!!!!!
יעדע ליצנות איז אסור חוץ ליצנות פון עבודה זרה. דאס איז ליצנות. עס איז אומצוויידייטיג, נישט שייך זיך צו טועה זיין.
ס'איז געווען א טעות, מען האט גארנישט געמיינט, אבער געדארפט ארויסברענגן די כוונה קלארער.
טעותים געשעהן.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2020
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7037

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

גרינטליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:39 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:31 pm
נחת רוח האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:03 pm

וואס? ווערטליך אנקעגן אונזער י"ג עיקרי אמונה? זיכער נישט! חלילה וחס!!!!!
יעדע ליצנות איז אסור חוץ ליצנות פון עבודה זרה. דאס איז ליצנות. עס איז אומצוויידייטיג, נישט שייך זיך צו טועה זיין.
ס'איז געווען א טעות, מען האט גארנישט געמיינט, אבער געדארפט ארויסברענגן די כוונה קלארער.
טעותים געשעהן.
איך ווייס. כוויל פשוט אז ר’ שמואל זאל אויכעט וויסן אז קיינער מיינט נישט אים חס וחלילה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
געגאנגער ווייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 12:18 pm
Location: Monroe
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געגאנגער ווייטער »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:18 pm מיין מיינונג: איינמאל יענער האצעך געבראכן, הער אויף בודק זיין ציצית, און יא מעגסט אפילו דן זיין לכף זכות. ס'גייטעך אן??? ער איז א איד. ער האט געטון נישט גוטס און ער האצעך יעצט געטוישט. יאללא.
די ביסט גערעכט, א איד קען אייביג תשובה טון, במקום שבעלי תשובה עומדין וכו',
וואס שטערט מיר איז, אז מ'קומט יעצט זאגן אז זיי האבן קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטון, מ'האט עס ארויפגעצווינגען אויף זיי,
מה נפשך אויב האט מען עס ארויפגעצווינגען אויף זיי, פארוואס האסטו אזוי באשמיצט אומשילדיגע אידן,
אויב זענען זיי יא שילדיג, פארוואס זאגסטו אז מ'האט עס ארויפגעצווינגען אויף זיי? זאג אז זיי האבן געטון נישט גוטע זאכן און זיי האבן תשובה געטון, פיניש

דאס איז יעדער מודה אז זיי זענען גרויסע צדיקים פארן זיך מוסר נפש זיין צו העלפן די עסקנים
מיין פראבלעם איז נאר דאס אז מ'מאכט זיי צדיקים למפרע אויך
אוועיטער
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 947

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

@מסתמא און @גרינטליך עטס זאגסט ביידע די זעלבע זאך לאמיר געבן פאר דעי מענטשן א סעקאנד טשענס און זיך נישט אזוי קאכן אין זייער עבר, דאס איז ריכטיג און וואר, וואס איך האב גערעדט איז פון פארהייליגן און פארדעקן מעשים פון די עבר און זיך באנוצן מיט איבעריגע שעצונג, איז נישט קיין טובה פאר ביידע צדדים. מסכים?
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3200

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

שעפעריש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:44 pm @מסתמא און @גרינטליך עטס זאגסט ביידע די זעלבע זאך לאמיר געבן פאר דעי מענטשן א סעקאנד טשענס און זיך נישט אזוי קאכן אין זייער עבר, דאס איז ריכטיג און וואר, וואס איך האב גערעדט איז פון פארהייליגן און פארדעקן מעשים פון די עבר און זיך באנוצן מיט איבעריגע שעצונג, איז נישט קיין טובה פאר ביידע צדדים. מסכים?
ניין.
איך האלט מיר וואלטן נישט אויסגעזען קיין טראפ בעסער, איך זאג דאס נאכדעם וואס איך האב ארויסגענומען מענטשן פון אנדערע אידישע קאלטס, איך קען נישט דא אלעס ארויסשרייבן ברבים.
אבער, מען דארף פארשטיין, אז מקען זיי נישט פארשטיין.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

געגאנגער ווייטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 2:43 pm וואס שטערט מיר איז, אז מ'קומט יעצט זאגן אז זיי האבן קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטון, מ'האט עס ארויפגעצווינגען אויף זיי,
וואו ווער וואס ווען ווייז מיר
שרייב פאוסט