אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7857
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18853

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עני העלפ?

איך זע אין איד און אין וואכנשריפט אז מען האט געווינען אין קאורט אז מ'קען ממשיך זיין מיט די "פעטוועי השתדלות".

אויב אזוי, וואס איז בכלל געווען די נייע געזעץ? לשמחה מה זו עושה? ס'איז דאך שוין געווען ביז יעצט די זעלבע פעטוועי השתדלות?
גד'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
Location: ניו יארק
x 66

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך גד'ל »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:03 pm עני העלפ?

יואל ראזענפעלד וואס כו"ע מודי אז ער שטייט אונטער די נייע געזעץ, ביי א דינער אין באבוב די יאר האט ער געזאגט אז נאכן פרובירן צו אריינלייגן די אסעמבלי געזעץ אינעם בודזשעט 2 יאר אן הצלחה האט ער געטראכט נאכן ארויסקום פון די פעטוועיס פון די עדזיקעישאן דעפט. אז מקען נוצן די פעטוועיס און עס אריינלייגן אין געזעץ אינעם בודזשעט און מהאט טאקע דאס געטון מיט הצלחה

דעמאלטס פרעג אויך אויפן קאפ אונטער די געזעץ וואס זיין אויפטו איז דערמיט

(ער האט מסביר געווען אז די עיקר אויפטו אינעם געזעץ איז אז נאכדעם וואס עס איז שוין אין געזעץ קען די עדשזויקעישאן דעפט. עס נישט פסלן/טוישן אויך האט ער דערמאנט אז פאר טייל קהילות איז געווען א אויפטו די גרעסערע אויסוואל פון טעסטס נאך וואס זיי האבן זיך געשטעלט דערויף אז מדארף עס אריינלייגן אין געזעץ)

גד'ל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:30 pm

איך האב נישט קיין מינדעסטע השגה וואס יואלי ראזענפעלד האט יא אדער נישט געזאגט, אבער ער שטייט נישט אונטער די נייע געזעץ.

ער איז א פערלס סימפאטיקער, ער איז געווען דער וואס האט געשטיפט אלע בארא פארקע מוסדות צו נעמען א פעטוועי.

ביים נייעם געזעץ האט ער שטארק מיטגעארבעט (ווייל ער האט געוויסט ביי זיך דעם אמת וויפיל 'השתדלות' פעטוועי 6 איז). און יא, ער האט אויך אריינגעלייגט אסאך כוחות, און אביסל געלט.

אויב ער זאגט עפעס ברבים צו מסביר זיין די שיטה הקודמת לטובת די פעטוועיס, איז עס ווייניג נוגע ווען מ'רעדט פון מציאות...
חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 214
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 350

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חיים יוסף »

די רעקארדירונג איז געווען דא אויף אידטיש ווי ער זאגט קלאר אז מען האט געמיינט אז פעטוועי 6 איז א ישועה, אבער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעגירונג גייט ווייטער, אין מען האט גארנישט אויפגעטאן
איך וועל באלד אויפזוכן דעם רעקארדירונג
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

חיים יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:50 pm די רעקארדירונג איז געווען דא אויף אידטיש ווי ער זאגט קלאר אז מען האט געמיינט אז פעטוועי 6 איז א ישועה, אבער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעגירונג גייט ווייטער, אין מען האט גארנישט אויפגעטאן
איך וועל באלד אויפזוכן דעם רעקארדירונג
viewtopic.php?p=175820#p175820
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1689
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2756

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך נפתלי »

חיים יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:50 pm
גד'ל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:30 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:03 pm עני העלפ?

איך זע אין איד און אין וואכנשריפט אז מען האט געווינען אין קאורט אז מ'קען ממשיך זיין מיט די "פעטוועי השתדלות".

אויב אזוי, וואס איז בכלל געווען די נייע געזעץ? לשמחה מה זו עושה? ס'איז דאך שוין געווען ביז יעצט די זעלבע פעטוועי השתדלות?
יואל ראזענפעלד וואס כו"ע מודי אז ער שטייט אונטער די נייע געזעץ, ביי א דינער אין באבוב די יאר האט ער געזאגט אז נאכן פרובירן צו אריינלייגן די אסעמבלי געזעץ אינעם בודזשעט 2 יאר אן הצלחה האט ער געטראכט נאכן ארויסקום פון די פעטוועיס פון די עדזיקעישאן דעפט. אז מקען נוצן די פעטוועיס און עס אריינלייגן אין געזעץ אינעם בודזשעט און מהאט טאקע דאס געטון מיט הצלחה

דעמאלטס פרעג אויך אויפן קאפ אונטער די געזעץ וואס זיין אויפטו איז דערמיט

(ער האט מסביר געווען אז די עיקר אויפטו אינעם געזעץ איז אז נאכדעם וואס עס איז שוין אין געזעץ קען די עדשזויקעישאן דעפט. עס נישט פסלן/טוישן אויך האט ער דערמאנט אז פאר טייל קהילות איז געווען א אויפטו די גרעסערע אויסוואל פון טעסטס נאך וואס זיי האבן זיך געשטעלט דערויף אז מדארף עס אריינלייגן אין געזעץ)
די רעקארדירונג איז געווען דא אויף אידטיש ווי ער זאגט קלאר אז מען האט געמיינט אז פעטוועי 6 איז א ישועה, אבער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעגירונג גייט ווייטער, אין מען האט גארנישט אויפגעטאן
איך וועל באלד אויפזוכן דעם רעקארדירונג
האסטו..
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 633
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1133

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

אויב איינער איז נייגעריג צו וויסן פארוואס חרדי'שע שטימען מאכן אויס, און ווי וויכטיג עס איז צו שטימען.

זע די אויסטויש נאך ביים ניו יארק סיטי פריימערי פארמעסט, בלויז טילסאן און לאנדער האבן אויפגעהויבן די הענט אז זיי וואלטן געשטיצט אפהאקן פאנדינג פאר מוסדות התורה וועלכע ווערן געפונען נישט עקוויווילענט. - צו די אפאלאדיסטן פונעם אנוועזנדער ציבור וועלכע זענען בכלל נישט אין שטיצע פון די מוסדות.

קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 837
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2164

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך נאו לעיבל »

וויליאמסבורג ווערט פארפלייצט מיט פעטוועי געווינס ביכלעך.
פיילס
20250912_141914.jpg
20250912_141914.jpg (346.67 KiB) געזען געווארן 989 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2214
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7431

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שינאווער »

נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 3:23 pm וויליאמסבורג ווערט פארפלייצט מיט פעטוועי געווינס ביכלעך.
:lol: :lol: :lol:

איינער האט איבעריג געלט, און צייט.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1064

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך איד »

וואס וועט זיין מיט די נישט וויליאמסבורגער?

ווי קען מען דאס זעהן?
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

א רחמנות וויאזוי מען באהאנדלט דעם ציבור ווי א באנדע בהמות, און מען חוש'ט און ספינט ארום מיטן עולם לויט וויאזוי עס פעלט זיך אויס פאר יענע מינוט.

ווער געדענקט נאך די טעג פון פר' שמות-וארא תשפ"ד ביי די פעטוועי מערכה, ווען מען האט איינגערעדט פאר אלע דיינים און פארן גאנצן ציבור אז מען 'נעמט בכלל נישט קיין פעטוועי', מען גייט נאר שיקן א מאכטפולע קנאות'דיגע בריוו, ווי באריכטעט אין דער איד ספעציעלע ביילאגע פר' וארא תשפ"ד.

איד ביילאגע וארא תשפה - זעלטן שארפע בריוו.jpg
איד ביילאגע וארא תשפה - זעלטן שארפע בריוו.jpg (149 KiB) געזען געווארן 951 מאל

און דעמאלס האבן טאקע אלע אפיציעלע קהל'ישע אינטערוויוס (מערכת סאטמאר) און בראשורען (איד ביילאגע וכדו'), מורא'דיג אכטונג געגעבן נישט צו זאגן אדער שרייבן קיין איינמאל די ווערטער אז די רבנים האבן מתיר געווען צו 'נעמען א פעטוועי', ווייל דאס האבן דאך די רבנים און דיינים טאקע נישט מתיר געווען ביי יענע אסיפה, מען האט זיי איינגערעדט אז מען גייט 'נאר' שיקן א שארפע בריוו ווי מען גייט זאגן אז מען גיבט ווייטער די טעסטס אזויווי ביז יעצט, (און ווי דאס איז שפעטער נתגלה געווארן קלונם ברבים נאכדעם וואס עס איז ארויסגעקומען די אימעיל אויסטוישן פון די סיטי, אז די גאנצע זאך איז נאר געווען א שפיל איינצורעדן די דיינים זאלן מסכים זיין אויף דעם אנגעבליכן שארפן בריוו, וואס מען האט ניטאמאל געשיקט לכתחילה יענעם פרייטאג פר' שמות פארן פעטוועי דעדליין, נאר שפעטער זונטאג ווען עס איז שוין מער נישט נוגע געווען למעשה האט מען נאכגעווארפן דעם קנאות בריוו מיטן כלומר'שטן אויסרייד אז מען בטעות געשיקט פרייטאג די נישט ריכטיגע דרעפט.....)

אבער יעצט ווען מען דארף ספינען מיטן ציבור אז די דריי מוסדות האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין די 'דרך המסורה' פון 'נעמען א פעטוועי', איז די גאנצע זשאוק פון די 'קנאות'דיגע בריוו' פארשוואונדען געווארן אין תהום אריין, און אינעם גאנצע בראשור פון די 'זיגרייכע פעטוועי געשיכטע' (און די זעלבע די וואכנשריפט) איז לא יזכר ולא יפקד פון די קנאות'דיגע בריוו, נאר מיט א גראדן פנים לייגט מען אראפ א נייע מעשה, אז די החלטה איז גאר געווען אז מען זאל 'אננעמען די זעקסטע פעטוועי'.....

און עולם גולם איז עקסייטעד..............

וואכנשריפט תבא תשפה - אננעמען פעטוועי.jpg
וואכנשריפט תבא תשפה - אננעמען פעטוועי.jpg (73.93 KiB) געזען געווארן 951 מאל
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

נאך חילוקים פונעם איד ביילאגע פר' וארא תשפ"ד ווען מען האט נאכנישט געטארט זאגן אז מען האט 'גענומען א פעטוועי',
צו די נייע ווערסיע פון די 'זיגרייכע פעטוועי געשיכטע'

פר' וארא תשפ"ד איז די עיקר גזירה געווען 'די אינספעקציעס'...
און מען האט אנגעפרעגט ביי א גרעסערע ספעקטרום פון פראמינענטע לויערס וואס האבן 'פה אחד' שטארק רעקאמענדירט אז די בעסטע מהלך המלחמה אין אזא צייט איז 'זיך צו אפשאקלען פון די רעגירונג אינספעקציעס'.... (מען טאר דאך נאכנישט ארויסשרייבן אז מען נעמט א פעטוועי...)

איד ביילאגע וארא תשפה - אפשאקלען פון אינספעקציעס.jpg
איד ביילאגע וארא תשפה - אפשאקלען פון אינספעקציעס.jpg (82.71 KiB) געזען געווארן 931 מאל

פר' תבא תשפ"ה, אין די זיגרייכע פעטוועי געשיכטע פון די וואכנשריפט.... ווערט מען געוואויר די באהאלטענע סוד אז ....
די פראמינענטע לויערס האבן 'פה אחד' שטארק רעקאמענדירט אז די בעסטע מהלך המלחמה איז זיך צו אפשאקלען פון די רעגירונג אינספעקציעס 'דורך דעם אויסוועג פון פעטוועי זעקס'......

וואכנשריפט תבא תשפה - פעטוועי זעקס.jpg
וואכנשריפט תבא תשפה - פעטוועי זעקס.jpg (61.46 KiB) געזען געווארן 931 מאל
האלאפטשע
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 11:44 am
x 8

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך האלאפטשע »

פארטריבן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 4:13 pm א רחמנות וויאזוי מען באהאנדלט דעם ציבור ווי א באנדע בהמות, און מען חוש'ט און ספינט ארום מיטן עולם לויט וויאזוי עס פעלט זיך אויס פאר יענע מינוט.

ווער געדענקט נאך די טעג פון פר' שמות-וארא תשפ"ד ביי די פעטוועי מערכה, ווען מען האט איינגערעדט פאר אלע דיינים און פארן גאנצן ציבור אז מען 'נעמט בכלל נישט קיין פעטוועי', מען גייט נאר שיקן א מאכטפולע קנאות'דיגע בריוו, ווי באריכטעט אין דער איד ספעציעלע ביילאגע פר' וארא תשפ"ד.

איד ביילאגע וארא תשפה - זעלטן שארפע בריוו.jpg

און דעמאלס האבן טאקע אלע אפיציעלע קהל'ישע אינטערוויוס (מערכת סאטמאר) און בראשורען (איד ביילאגע וכדו'), מורא'דיג אכטונג געגעבן נישט צו זאגן אדער שרייבן קיין איינמאל די ווערטער אז די רבנים האבן מתיר געווען צו 'נעמען א פעטוועי', ווייל דאס האבן דאך די רבנים און דיינים טאקע נישט מתיר געווען ביי יענע אסיפה, מען האט זיי איינגערעדט אז מען גייט 'נאר' שיקן א שארפע בריוו ווי מען גייט זאגן אז מען גיבט ווייטער די טעסטס אזויווי ביז יעצט, (און ווי דאס איז שפעטער נתגלה געווארן קלונם ברבים נאכדעם וואס עס איז ארויסגעקומען די אימעיל אויסטוישן פון די סיטי, אז די גאנצע זאך איז נאר געווען א שפיל איינצורעדן די דיינים זאלן מסכים זיין אויף דעם אנגעבליכן שארפן בריוו, וואס מען האט ניטאמאל געשיקט לכתחילה יענעם פרייטאג פר' שמות פארן פעטוועי דעדליין, נאר שפעטער זונטאג ווען עס איז שוין מער נישט נוגע געווען למעשה האט מען נאכגעווארפן דעם קנאות בריוו מיטן כלומר'שטן אויסרייד אז מען בטעות געשיקט פרייטאג די נישט ריכטיגע דרעפט.....)

אבער יעצט ווען מען דארף ספינען מיטן ציבור אז די דריי מוסדות האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין די 'דרך המסורה' פון 'נעמען א פעטוועי', איז די גאנצע זשאוק פון די 'קנאות'דיגע בריוו' פארשוואונדען געווארן אין תהום אריין, און אינעם גאנצע בראשור פון די 'זיגרייכע פעטוועי געשיכטע' (און די זעלבע די וואכנשריפט) איז לא יזכר ולא יפקד פון די קנאות'דיגע בריוו, נאר מיט א גראדן פנים לייגט מען אראפ א נייע מעשה, אז די החלטה איז גאר געווען אז מען זאל 'אננעמען די זעקסטע פעטוועי'.....

און עולם גולם איז עקסייטעד..............

וואכנשריפט תבא תשפה - אננעמען פעטוועי.jpg
וואו זעהסטו דא אז מ‘מעג נישט נעמען א פעטוועי ס‘שטייט דא פונקט
פארקערט אז מ‘האט איינגעזעהן אז פעטוועי 6 איז די ריכטיגע מהלך.
האלאפטשע
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 11:44 am
x 8

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך האלאפטשע »

נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 3:23 pm וויליאמסבורג ווערט פארפלייצט מיט פעטוועי געווינס ביכלעך.
אויך בארא פארק
שטיינער
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:50 am
x 48

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שטיינער »

נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 3:23 pm וויליאמסבורג ווערט פארפלייצט מיט פעטוועי געווינס ביכלעך.
pdf?
גד'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
Location: ניו יארק
x 66

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך גד'ל »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:33 pm
גד'ל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:30 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:03 pm עני העלפ?

איך זע אין איד און אין וואכנשריפט אז מען האט געווינען אין קאורט אז מ'קען ממשיך זיין מיט די "פעטוועי השתדלות".

אויב אזוי, וואס איז בכלל געווען די נייע געזעץ? לשמחה מה זו עושה? ס'איז דאך שוין געווען ביז יעצט די זעלבע פעטוועי השתדלות?
יואל ראזענפעלד וואס כו"ע מודי אז ער שטייט אונטער די נייע געזעץ, ביי א דינער אין באבוב די יאר האט ער געזאגט אז נאכן פרובירן צו אריינלייגן די אסעמבלי געזעץ אינעם בודזשעט 2 יאר אן הצלחה האט ער געטראכט נאכן ארויסקום פון די פעטוועיס פון די עדזיקעישאן דעפט. אז מקען נוצן די פעטוועיס און עס אריינלייגן אין געזעץ אינעם בודזשעט און מהאט טאקע דאס געטון מיט הצלחה

דעמאלטס פרעג אויך אויפן קאפ אונטער די געזעץ וואס זיין אויפטו איז דערמיט

(ער האט מסביר געווען אז די עיקר אויפטו אינעם געזעץ איז אז נאכדעם וואס עס איז שוין אין געזעץ קען די עדשזויקעישאן דעפט. עס נישט פסלן/טוישן אויך האט ער דערמאנט אז פאר טייל קהילות איז געווען א אויפטו די גרעסערע אויסוואל פון טעסטס נאך וואס זיי האבן זיך געשטעלט דערויף אז מדארף עס אריינלייגן אין געזעץ)
איך האב נישט קיין מינדעסטע השגה וואס יואלי ראזענפעלד האט יא אדער נישט געזאגט, אבער ער שטייט נישט אונטער די נייע געזעץ.

ער איז א פערלס סימפאטיקער, ער איז געווען דער וואס האט געשטיפט אלע בארא פארקע מוסדות צו נעמען א פעטוועי.

ביים נייעם געזעץ האט ער שטארק מיטגעארבעט (ווייל ער האט געוויסט ביי זיך דעם אמת וויפיל 'השתדלות' פעטוועי 6 איז). און יא, ער האט אויך אריינגעלייגט אסאך כוחות, און אביסל געלט.

אויב ער זאגט עפעס ברבים צו מסביר זיין די שיטה הקודמת לטובת די פעטוועיס, איז עס ווייניג נוגע ווען מ'רעדט פון מציאות...
פון שמחה אייכענשטיין האב איך דעמאלטס געהערט אין אן אינטערוויו ביים נייע געזעץ אז די געדאנק פון די געזעץ איז געווען יואל ראזענפעלד
אדרבה זאג לשיטתך וועמענס געדאנק עס איז געווען? דער בלאט בשעתו האט געשריבן אז מהאט שוין אויף דעם געארבעט ווען האוקל איז געלאפן אבער מיטן ברענגען די צעטל מיט די הגהות פון מהר"א פארן מיטונג מיטן גאווערנאר זעהט מען אז מען רעד דארט איבער די אסעמבלי געזעץ און גארנישט איבער א געזעץ וואו טעסט זאלן ווערן פארעכנט אז מקומט נאך.
ווער האט געמאכט די טויש פון די אסעמבלי געזעץ וואס איז נישט אריבער צו די טעסט געזעץ וואס איז די זעלבע געדאנק וואו פעטוועי 6?
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 176
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 185

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

גד'ל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 4:59 pm

שמחה האט אין יענעם אינטערוויא געזאגט אלעס וואס מהאט אים געהייסן זאגן
נידערמאן ראזענפעלד ועוד ועוד ואכמל
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1689
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2756

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך נפתלי »

גד'ל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 4:59 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:33 pm
גד'ל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 4:30 pm
פון שמחה אייכענשטיין האב איך דעמאלטס געהערט אין אן אינטערוויו ביים נייע געזעץ אז די געדאנק פון די געזעץ איז געווען יואל ראזענפעלד
אדרבה זאג לשיטתך וועמענס געדאנק עס איז געווען? דער בלאט בשעתו האט געשריבן אז מהאט שוין אויף דעם געארבעט ווען האוקל איז געלאפן אבער מיטן ברענגען די צעטל מיט די הגהות פון מהר"א פארן מיטונג מיטן גאווערנאר זעהט מען אז מען רעד דארט איבער די אסעמבלי געזעץ און גארנישט איבער א געזעץ וואו טעסט זאלן ווערן פארעכנט אז מקומט נאך.
ווער האט געמאכט די טויש פון די אסעמבלי געזעץ וואס איז נישט אריבער צו די טעסט געזעץ וואס איז די זעלבע געדאנק וואו פעטוועי 6?
אפשר ביסטו מסביר וואס מיינט די זעלבע געדאנק וואו פעטוועי 6???

די גאווערמענט טעסטס וואס מען פלעגט נעמען און מיינע יארן ביי ענגליש הייסט אויך פעטוועי 6???
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 633
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1133

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 3:23 pm וויליאמסבורג ווערט פארפלייצט מיט פעטוועי געווינס ביכלעך.
דאס איז פיללייכט פון די בעסטע זאכן וואס זענען נאר ארויסגעגעבן געווארן דורך דעם צד, וואו אלעס ווערט געפירט מיט א חשבון פון פי אר און גארנישט לויט די אמת אדער מציאות.

דא אויף אידטיש וואו דער ציבור איז עטוואס מער אויסגעקאכט אין די פרטים שרייט מען אז "קיינער האט קיינמאל נישט געלייקנט אז די נייע געזעץ איז א גענצליך פרישער סיסטעם", און דאס וואס מען האט גענוצט די ווארט פעטוועי איינמאל און נאכאמאל איז בלויז נאך א לשון עס אנצורופן, און די סטעיט האט ניטאמאל גע'טענה'ט אנדערש, און איך בין דער שקרן וואס שטעלט צאם שטיקער פון וואס די סטעיט האט גע'טענה'ט איבער די פעטוועיס כאילו זיי רעדן פפון די נייע געזעץ. - ווייל דא קען דער ציבור אביסל מער די פאקטן, און שרייען די וועג האט די מערסטע שאנסן צו איבערצייגן עטליכע ניקס אז אפשר איז עס אמת.

אבער אין די גאס איז דאך דער ציבור נישט באהאוונט אין די פרטים, דארט לוינט ענדערש צו שרייען אז די מוסדות וואס האבן ביז יעצט נישט גענומען קיין פעטוועי זעען יעצט ענדליך איין אז דאס איז די ריכטיגע און מסורה'דיגע מהלך, מען לייגט אפילו אריין א סקרינשאט וואו דער ריכטער שרייבט אינעם אורטייל אז די נייע געזעץ האט "געטוישט די וועג וויאזוי מען באשטימט סובסטענשעל עקוויווילענסי" און מען שרייבט אונטער דעם אז דער ריכטער שרייבט קלאר אז מען האט נאר געטוישט "וויאזוי מען באשטימט" אז מען איז עקוויווילענט, אבער נישט וואס עקוויווילענט מיינט...

אפגערעדט אז די דריי/זעקס מוסדות האבן - זייענדיג פון די 18 מוסדות אונטער אויספארשונג - ניטאמאל "געקענט" נעמען א פעטוועי, און זאגן איינמאל און נאכאמאל אז די מוסדות האבן פארנאכלעסיגט צו נעמען א פעטוועי, און האבן נאכדעם געוואלט צוריק דרייען און יא נעמען א פעטוועי אבער די סטעיט האט זיי שוין נישט געוואלט לאזן, און דער ריכטער האט סך הכל נאכגעגעבן אז זיי זאלן קענען צוריק דרייען און נעמען א פעטוועי, מען קען דאס זאגן איינמאל און נאכאמאל, אבער עס מאכט עס נישט אמת. אבער די גאס ווייסט דאס נישט.

אבער יעדער זאל געדענקען אז לויט די לאגיק פון געוויסע ניקס דא נאכן קאורט אוו אפיעלס אורטייל, אויב גיי איך יעצט אנהויבן אפפרעגן איין שקר נאכן צווייטן פון דעם וואכנשריפט ארטיקל (וואס איז אזוי שלעכט אזש אפילו דער איד האט עס נישט אריין געלייגט...) גייט עס נאר זיין א באווייז אז "עכט" איז יא דא דארט גוטע טענות, ווייל ווען נישט פארוואס באצי איך זיך בכלל דערצו...
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 837
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2164

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך נאו לעיבל »

עס איז מיך געווען א חידוש צו זעהן אין דער בלאט אינטערוויו מיט די עסקנים אז משה יודא יואל ווייס איז געזיצן ביי די מיטינגען ווען מען האט געהייערט בארשאוו. זעהט אויס אז ער איז מער אינוואלווד אויסער זיינע זאפטיגע ארטיקלען.
זאלמעלע באלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 2:14 pm
x 21

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך זאלמעלע באלד »

נאו לעיבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 12:46 pm עס איז מיך געווען א חידוש צו זעהן אין דער בלאט אינטערוויו מיט די עסקנים אז משה יודא יואל ווייס איז געזיצן ביי די מיטינגען ווען מען האט געהייערט בארשאוו. זעהט אויס אז ער איז מער אינוואלווד אויסער זיינע זאפטיגע ארטיקלען.
כ'ווייס נישט וואס ס'שטייט אין דער בלאט, אבער דייקא נאר משה יואל איז געווען דארט, די אנדערע עסקנים זענען נאך געפארן דעמאלסט אויף אן אנדערע באן...
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 837
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2164

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך נאו לעיבל »

זאלמעלע באלד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 12:48 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 12:46 pm עס איז מיך געווען א חידוש צו זעהן אין דער בלאט אינטערוויו מיט די עסקנים אז משה יודא יואל ווייס איז געזיצן ביי די מיטינגען ווען מען האט געהייערט בארשאוו. זעהט אויס אז ער איז מער אינוואלווד אויסער זיינע זאפטיגע ארטיקלען.
כ'ווייס נישט וואס ס'שטייט אין דער בלאט, אבער דייקא נאר משה יואל איז געווען דארט, די אנדערע עסקנים זענען נאך געפארן דעמאלסט אויף אן אנדערע באן...
Wow.

עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר משה יואל אין די מערכה, אן זיינע ארטיקלען וואלטן אפי' די מיעוט מענטשן וואס פארשטייען יא צו געזעץ געהאלטן אז די מערכה קעגן פערלס איז פשוט מי בראש.
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

האלאפטשע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 1:14 am
► Show Spoiler
וואו זעהסטו דא אז מ‘מעג נישט נעמען א פעטוועי ס‘שטייט דא פונקט
פארקערט אז מ‘האט איינגעזעהן אז פעטוועי 6 איז די ריכטיגע מהלך.
עס קוקט אויס ווי איר האט נישט געליינט מיינע ווערטער,
זיט אזוי גוט און ליינט עס רוהיג איבער פון אנהייב, מיט די סקרינשאט וואס דער איד תשפ"ד
זאלמעלע באלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 2:14 pm
x 21

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך זאלמעלע באלד »

נאו לעיבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 12:54 pm
זאלמעלע באלד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 12:48 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 12:46 pm עס איז מיך געווען א חידוש צו זעהן אין דער בלאט אינטערוויו מיט די עסקנים אז משה יודא יואל ווייס איז געזיצן ביי די מיטינגען ווען מען האט געהייערט בארשאוו. זעהט אויס אז ער איז מער אינוואלווד אויסער זיינע זאפטיגע ארטיקלען.
כ'ווייס נישט וואס ס'שטייט אין דער בלאט, אבער דייקא נאר משה יואל איז געווען דארט, די אנדערע עסקנים זענען נאך געפארן דעמאלסט אויף אן אנדערע באן...
Wow.

עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר משה יואל אין די מערכה, אן זיינע ארטיקלען וואלטן אפי' די מיעוט מענטשן וואס פארשטייען יא צו געזעץ געהאלטן אז די מערכה קעגן פערלס איז פשוט מי בראש.
זיין קרעדיט קומט זיך אסאך מער פאר די זאכן וואס איז נישט באקאנט פארן ציבור, ווי די ארטיקלען וואס ער האט געשריבן...
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

אין וואכנשריפט\פעטוועי געשיכטע, לייגן זיי אראפ די געוואונס פון די געריכט אויף די דריי מוסדות,
אז די עדיוקעשאן דעפארטמענט האט זיי באצייכנט אלס 'אומלעגאלע סקולס', און דער געריכט האט אצינד באשטעטיגט אז זיי קענען זיך אנשליסן צו א 'מהלך' וואס דורכדעם וועלן זיי ווערן פאררעכנט 'לעגאלע סקולס'.

אומלעגאלע סקולס.jpg
אומלעגאלע סקולס.jpg (83.52 KiB) געזען געווארן 225 מאל

דארף מען אויסשמועסן וואס מיינען די ווערטער אז די עדיוקעשאן דעפארטמענט האט זיי באצייכנט אלץ 'אומלעגאלע סקולס'?
קודם פשוט געדענק איך נישט אז די סטעיט זאל ערגעץ האבן געשריבן אז א די דריי מוסדות זענען 'אומלעגאל', דאכט זיך אז אין קיין שום פון די קאורט פאפירן איז דערמאנט אזא זאך,
אדרבה אויב קען איינער אנצייגן וואו די סטעיט האט באצייכנט די מוסדות אלץ 'אומלעגאל'.

ווידער צו לערנען פשט אז זיי זענען 'אומלעגאל' וויבאלד מען האט זיי דערקלערט אלץ 'נישט עקוויוועלענט'
דאס קען דאך נישט זיין, ווייל פערל'ס האט דאך אפגעהאלטן א מורא'דיגע 'זיג' אין קאורט אף אפיעלס אז אפילו א מוסד וואס איז 'נישט עקוויוועלענט' האט עס נאכאלץ די סטאטוס פון א 'לעגאלע' סקול, ווי עס שטייט אינעם אנדערען ארטיקל פונעם זעלבן וואכנשריפט\פעטוועי געשיכטע
ממילא קען נישט זיין אז 'נישט עקוויוועלענט' מיינט 'אומלעגאלע סקולס'

סטאטוס לעגאל.jpg
סטאטוס לעגאל.jpg (89.15 KiB) געזען געווארן 225 מאל

אלא מאי מוז מען לערנען פשט אז דאס זיי רופן אן אז מען האט באצייכנט די דריי מוסדות 'אומלעגאלע סקולס', מיינט בכלל נישט אז זיי זאלן נישט קענען ווייטער פונקציאנירן, נאר עס מיינט סך הכל צו זאגן אז זענען 'אומלעגאל' צו באקומען 'פאנדינג', אבער די מוסדות קענען בעצם געהעריג אנגיין ווייטער אן קיין שום שטער,

יעצט לאמיר ליינען אביסל ווייטער פון די וואכנשריפט\פעטוועי געשיכטע, ווערט דאך מבואר באריכות אז די סיבה פארוואס מען האט אין תשפ"ד געמאכט די תורה'דיגע באשלוס צו אויסקלויבן א פעטוועי (איימסארי, איך מיין צו זאגן מהלך...) איז נאר פאר די איינציגע סיבה כדי מען זאל בלייבן באשטעטיגט אלץ 'לעגאלע סקולס'...
קומט דאך יעצט אויס לויט דעם אז די גאנצע סיבה פון נעמען א פעטוועי איז אויך נאר כדי צו ראטעווען די פאנדינג..... און אפילו אן די פעטוועי וואלטן די מוסדות ווייטער געקענט אנגיין און בלייבן 'לעגאלע סקולס',

נישט לעגאל.jpg
נישט לעגאל.jpg (574.56 KiB) געזען געווארן 225 מאל
שרייב פאוסט