כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:24 pm בילדער
@שמואל פוקס
וואס זענען די ספרים וואס מען זעט דא?...
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:30 pm עוד בילדער
פיילס
IMG-20250904-WA0598.jpg
IMG-20250904-WA0598.jpg (231.41 KiB) געזען געווארן 1372 מאל
יעקב גרין
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 3:52 pm
Location: monsey
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יעקב גרין »

ווער איז דער מיט די ווייסע פאות מיט וועמען די עסקנים רעדן?
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 820

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

@על פי! טאמער קומסטו נישט אריין מיט נאך בילדער און באריכטן, וועל איך דיר פארווארפן פון אלע וועלטן!!! כ'האב שוין יארן נישט אזוי געלאכט...
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
ברוך השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:35 am
x 112

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך השם »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:41 pm לאמיר אביסל מסביר זיין, האפנטלעך שפעטער וועט מען אפשר מער קענען מאריך זיין.

בקיצור הדברים איז נאך אין די לעצטע פאר וואכן אנגעגאנגען א געוויסע קהילה, שיירי שיריים פון די אמאליגע לב טהור. די עסקנים האבן געוויסט אז מען מוז דאס פארמאכן פאר יעדן פרייז, כדי די פלאץ זאל זיך טאקע ענדגילטיג פארשליסן.
איך עדיט עס צו ממשיך זיין, ווארטס אפאר מינוט..
ווי סאך נאך מינוט זאל איך ווארטן?...
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 995

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

יעקב גרין האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:09 am ווער איז דער מיט די ווייסע פאות מיט וועמען די עסקנים רעדן?
משה יוסף ראזנער די ריש מתיבתא
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 820

כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

די בילד מיט טייכמאן איז דער דיין (אב-בית-דין), הרה"ג אהרן אריה טעללער
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
טויגליך
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:20 pm
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טויגליך »

משה יוסף ראזנער האט זיך נאכנישט אונטערגעגעבן? אים זעהט מען נישט מיט די נייע קליידער.
טאטע טאטע
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:28 am
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טאטע טאטע »

וואס איז מיט יואליש ראזנער? ער האט זיך אויך געטוישט?
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1785

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

יעקב גרין האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:09 am ווער איז דער מיט די ווייסע פאות מיט וועמען די עסקנים רעדן?
IMG_20250905_001704.jpg
IMG_20250905_001704.jpg (40.38 KiB) געזען געווארן 1390 מאל
עמרם משה יוסף ראזנער, זקן ריש מתיבתא דלב טהור
זיין שוואגער ר' יהושע העשיל און זיין חבר פון קאשוי ישיבה ר אברהם גרינהוט זענען אים געקומען ווינטשען א כתיבה וחתימה טובה פארן נייעם יאר
ערשטע מאל נאך צענדליגע יארן ....
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 820

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

@שמואל פוקס וואו ביסטו??? וואס הערט מען נישט פון דיר???
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

דעיס איז אמגלויבליך!
זיצן און לאכן מיט די מענטשן וואס מ'האט אזוי געקעמפט...

קאסט גבורות הנפש!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

ברוך השם האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:16 am
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:41 pm לאמיר אביסל מסביר זיין, האפנטלעך שפעטער וועט מען אפשר מער קענען מאריך זיין.

בקיצור הדברים איז נאך אין די לעצטע פאר וואכן אנגעגאנגען א געוויסע קהילה, שיירי שיריים פון די אמאליגע לב טהור. די עסקנים האבן געוויסט אז מען מוז דאס פארמאכן פאר יעדן פרייז, כדי די פלאץ זאל זיך טאקע ענדגילטיג פארשליסן.
איך עדיט עס צו ממשיך זיין, ווארטס אפאר מינוט..
ווי סאך נאך מינוט זאל איך ווארטן?...
שוין צוגעלייגט
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
טאטע טאטע
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:28 am
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טאטע טאטע »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:27 am דעיס איז אמגלויבליך!
זיצן און לאכן מיט די מענטשן וואס מ'האט אזוי געקעמפט...

קאסט גבורות הנפש!
אז ימלא שחוק פינו, ווען מען פארשטייט אז אלעס איז געווען לטובה דאן לאכט מען
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3355

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:26 am @שמואל פוקס וואו ביסטו??? וואס הערט מען נישט פון דיר???
איך בין דא, איך לאך און איך וויין אויף איין מאל.

בעסער געזאגט; איך קוילער זיך און איך קייך אויף איין מאל.

איך קען נישט צו זיך קומען און איך קען זיך נישט אהינטון...

איך קען אפילו נישט שרייבן... איך בין שטומלאז...

ווער האט דאס געקלערט חנוכה צייט?!

אומגלויבליך!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

טאטע טאטע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:21 am וואס איז מיט יואליש ראזנער? ער האט זיך אויך געטוישט?
טויגליך האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:21 am משה יוסף ראזנער האט זיך נאכנישט אונטערגעגעבן? אים זעהט מען נישט מיט די נייע קליידער.
עטס קענטס נישט אליין פארשטיין די ענדע פון די מעשה? מ'דארף נישט זיין קיין נביא דערפאר...
בכל אופן קיין שום עסקן איז שוין ב''ה נישט דא דארט.
דער עולם כאפט נישט וואספארא היסטארישע טאג עס איז היינט געווען!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:41 pm לאמיר אביסל מסביר זיין, האפנטלעך שפעטער וועט מען אפשר מער קענען מאריך זיין.

בקיצור הדברים איז נאך אין די לעצטע פאר וואכן אנגעגאנגען א געוויסע קהילה, שיירי שיריים פון די אמאליגע לב טהור. די עסקנים האבן געוויסט אז מען מוז דאס פארמאכן פאר יעדן פרייז, כדי די פלאץ זאל זיך טאקע ענדגילטיג פארשליסן.

די עסקנים האבן געוויסט אז די איינציגסטע סיבה וויאזוי די פלאץ גייט נאך אן איז וויבאלד עס זענען נאך דא דארט צוויי עסקנים ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן און ר' משה יודא לייב אלטער. עס איז געווען קלאר אז ווי נאר די צוויי יודן שפאצירן אוועק איז דער פלאץ פארמאכט. הגם עס בלייבן נאך איבער די צוויי פירער משה יוסף ראוזנער און אהרן ארי' טעללער, זענען זיי אבער נישט קיין עסקנים, און דער פלאץ צופאלט ווי א הויפן פלאסטישע גלעזלעך.

די עסקנים זענען געווען אנטשלאסן אז מען מוז די צוויי עסקנים אריבערברענגן צו די צד הקדושה...

פאר דעם צוועק האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין גווטאמאלא. מיט א פאראויס פלאנירטע פלאן צו ברענגן די מענטשן צום טיש.

ארויסגעפארן איז מען מיט דריי פרישע הוטן און דריי פרישע רעקלעך..

מען האט אנגעהויבן דעם טאג 9 אזייגער אינדערפרי מיט א פאראדע ביים געריכט הויז ווי די עסקנים האבן מנדב געווען טייערע פורנעטשור פארן געריכט הויז. די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד מען רישט זיך אין די נעקסטע פאר וואכן ארויסצונעמען די 30 קינדער פון גווטאמאלא און מען דארף זייער קאפאראציע... אלע ריכטער האבן זיך באטייליגט ביים פאראדע, די לאקאלע פרעסע איז אראפגעקומען און די עסקנים האבן זיך באדאנקט פארן געריכט אויף די ביז יעצטיגע צוזאמארבעט.

דרך אגב היות דאס איז געווען א דראמאטישע טאג, ווי איין שטאפל האט געברענגט דעם נעקסטן, האבן מיטבאגלייט דעם גאנצן טאג סיי די מאמענט שטאב, און סיי דער פראדוצירער מענדי פעלין וועלעכע האט אויפגעכאפט דעם גאנצן טאג אויף ווידיאו, און אפגעהאלטן צענדליגער אינטערוויאוס ביי יעדן שטאפל מיט אלע באטייליגטע.

פונעם געריכט איז מען געגאנגען צו די עם פי, ווי מען האט זיך געטראפן מיט די פראסעקיוטערס, ריין צו וואשן ר' חיים צבי מלכא, און ארויפצולייגן פרישע קלאגעס אויף די איבריגע. מען האט עס ספעציעל שטארק געדעקט אויף אידטיש כדי צו שיקן א קלארע מעסידש פאר די 2 עסקנים...

פון דארט איז מען געגאנגען צו די PGN וואו מען האט זיך געטראפן מיט די סאמע מאכטפולסטער מענטש אין גווטאמאלא דער דשענעראל פראסעקיוטער (כאטשיג ער איז נישט דער פרעזידענט האט ער אבער למעשה די לעצטע ווארט אויף יעדע ריר אין לאנד) די עסקנים האבן זיך באדאנקט פאר אים אויף אלעס ביז אהער, און געבעטן צו צוהעלפן טאקע גענצליך צו פארשליסן דעם מקום. עס אזי אויך שטארק ארומגערעדט געווארן אז די גאווערמענט טוט דאס וויבאלד זיי האבן ליב יודן און נישט ח''ו ווייל מען האט זיי פיינט.

דערנאך איז פארגעקומען א פרעסע ריליעס ווי די עסקנים האבן גערעדט צו די גרעסטע מידיע נעצן אין לאנד.

דאס איז אלעס איז געדעקט געווארן גאר שטארק כדי די עסקנים אין לב טהור זאלן קלאר פארשטיין וואס זיי האבן צו טון.

במשך דעם טאג האט מען געהאלטן קשר מיט די [געוועזענע] עסקני לב טהור. און זיי האבן ממש געוויינט אז מען זאל קומען זיך טרעפן מיט זיי (זיי קענען נישט לעגאל ארויסגיין פון בבל). מען האט אפגעשמועסט אז מען גייט זיך טרעפן אין כנישתא חדא (וואס שטייט ממילא ליידיג זייט פסח העעל''ט).

מען איז אריין אין א צומער, ר' אברהם גרינהוט, ר' יואל יושע העשיל בלום, ר' יצחק טייכמאן פון איין זייט, קעגן איבער ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן, ר' משה יודא לייב אלטער, ר' אברהם דינקל. (ר' אברהם איז טאקע נישט פון די עסקנים, אבער היות ער האט אויך קלאגעס האט ער זיך מיטגעכאפט...).

חתן כלה האבן ארומגערעדט פאר א לאנגע צייט, פונקטליך וואס צד החתן וויל פון צד הכלה כדי אראפצונעמען די קלאגעס. נאך א שטיק צייט זענען די עסקנים ארויסגעגאנגען און געגעבן צייט עס איבערצוטראכטן. מאך עטליכע מינוט האבן די עסקני לב טהור געמאלדו אז זיי טוישן בגדים און שפאצירן אוועק פון דעם פלאץ. און פון היינט און ווייטער וועט די לב טהיר לויער נאר ארבעטן פאר די עסקנים! אין אנדערע ווערטער פון 2 זייטן איז געווארן איין זייט!

תיכף האט מען זיך געזעצט צו א געשמאקע לחיים אין כנישתא חדא, און דערנאך צוגעפארן צו א געהויבענע תפילת מעריב אין בבל...

די 2 ראשי עסקנים האט מען מכבד געווען מיט די מכבוד'יגע פלעצער פון די ריש מתיבתא און די אב בי''ד. ר' יואל יושע העשיך בלום איז צוגעגאנגען צום עמוד, און עס איז געווען גאר דערהויבן. נאכן דאווענען האט ר' יואל יושע העשיל אויפגעטרעטן מיט אפאר קורצע אבער גאר שטארקע דיבורים פאר די נישם צדקניות וועלעכע געפינען זיך נאך אין גווטאמאלא, ארויסברענגענדיג אז מען מען איז נאר דא פאר זייער טובה אן מען וויל זיי ח''ו נישט מצער זיין.

תיכף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענע רקידה חסי ה' כי לא תמנו, בך בטחו אבותינו.

פון דארט איז מען אריבערגעגאנגען אינאיינעם מיט די בגדים געטוישטע געוועזענע הנהלה פירער צום אב בי''ד, צו מקבל זיין א ברכת כתיבה וחתימה טובה. דער אב בי''ד האט צופעליג זייער שיין אויפגענומען די שיירא. ר' אברהם גרינהוט האט אים געוואלט געבן א סכום הגון פאר צרכי הבית אבער דער רב האט אפגעזאגט.

פון דארט איז מען געגאנגען צום קאנטעינער פונעם ריש מתיבתא. אבער דער ר''מ האט צוגעשפארט אלע טירן און פענסטער... ר' יואל יושע העשיל האט בליץ שנעל באמערקט איין פענסטער וועלעכע איז בטעות געבליבן אפען, און ער האט זיך אין סקונדעס אריינגעגליטשט אינעווענדיג, און געעפנטו די טיר לכל הציבור (עס פארט ארום די ווידאו, ער געבט רשות עס צו ברענגן דא).

דער ר''מ איז געכאפט געווארן אין א שווערע שאק ווען די עסקנים האבן זיך אראפגעזעצט ביים טיש, ר' יואל יושע העשיל האט געזאגט אז ער איז שוין לאנג נישט געווען באשוכן דעם שוואגער און ער וויל מקבל זיין א ברכת לשנה טובה. ר' אברהם גרינהוט האט דערמאנט פארן ר''מ אז ער איז געווען א ידיד מיט ר''מ אין ישיבה און ער איז נאך אלץ א ידיד... ער איז נישט דא צו טון שלעכטס נאר צו ראטעווען יודן פון גיין אין תפיסה. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די עסקנים זענען געזיצן מיטן פולן ריספעקט, און בכלל נישט אויף א רייצנדן אופן.

ר' אברהם האט ווידער געוואלט איבערלאזן א סכום הגון פארן ר''מ, אבער דער ר''מ האט אויך אפגעזאגט.

יעצט איז מען אויפן וועג אהיים צום עירפארט...

איך בעט איבער אויב עס זענען דא ספעלינג טעותים, מ'וועט עס אי''ה משלים זיין.
WOW WOW WOW!!!

אין מילים!!!
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 820

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

ווידיאו פליז!
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

און מיר זענען נאך געווען פארנומען שפעקולירן ווער האט געגעבן די היתר פאר מסירה...
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

-- ענדע ---
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 964
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1075

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך איד »

למעשה גייט מען נאך אנקלאגן די אב''ד מיט די ר''מ?
און איינזעצן אין תפיסה?
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 995

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

איך פיל ווי איך האלט מיט א נאוועל בוך לייוו, נאך איינער שפירט אזוי?
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 820

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

שעפעריש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:39 am איך פיל ווי איך האלט מיט א נאוועל בוך לייוו, נאך איינער שפירט אזוי?
זייער קלאר אריינגעקומען.
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8460
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20599

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:41 pm חתן כלה האבן ארומגערעדט פאר א לאנגע צייט, פונקטליך וואס צד החתן וויל פון צד הכלה כדי אראפצונעמען די קלאגעס. נאך א שטיק צייט זענען די עסקנים ארויסגעגאנגען און געגעבן צייט עס איבערצוטראכטן. מאך עטליכע מינוט האבן די עסקני לב טהור געמאלדו אז זיי טוישן בגדים און שפאצירן אוועק פון דעם פלאץ. און פון היינט און ווייטער וועט די לב טהיר לויער נאר ארבעטן פאר די עסקנים! אין אנדערע ווערטער פון 2 זייטן איז געווארן איין זייט!
איך שעם מיך צו זאגן. פארוואס? כ'ווייס נישט, ווייל כ'בין שוין א טאטע.. אבער:

איך וויין! איך וויין פאר שמחה! מיין הארץ שטורעמט!!!
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 964
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1075

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך איד »

אויב האט מען אויפגעכאפט די גאנצע טאג אויף ווידעא, ווי איז עס?
גייט עס ארויס קומען פאר די פובליק?
שרייב פאוסט