מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 8:02 amצו די מעשיות וואס איך האב געברענגט האסטו זיך נישט באצויגן, איך פרעג נישט פארוואס. ופשוט הוא שאין הנידון דומה לראיה ווען עס רעדט זיך גיין נאך געלט פאר יענעם ווערסוס אליינס זיך מבזה זיין, כדארף עס אפילו מסבירן??? אתמהה... און אפילו ר' שלמה אליינס, ווען ער קען ווען נישט גיין נאך געלט משום איזה סיבה וואלט א ודאי רבינו יואל געלאזט ווארפן יענע יתום... והא ראיה סאיז דא א בן גמלא פראגראם וואס נעמט צוזאמען געלט פאר קינדער פון עלטערן וואס צאלן נישט... אבסורדשוהם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 6:31 amאון אזוי דערציילט ר' שלמה פעדער פון קרית יואל:מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:34 pm איך האב נישט געקלערט אז הקדוש והטהור רבינו יואל זצוק"ל וועט אדורכגיין חיבוט הקבר, להיכן הגענו??? איך זאג ענק צו אז דער צדיק גייט זיך נוקם זיין. מינימום שבמינימום נעם אראפ דיין סאטמארע לעטטערהעד. סארי דאס איז אומאקצעפטירבאר.
אלץ גייסטו שרייען אז עכט האט יענער יא געלט נאר ער קעירט נישט... זיי דיך משפיל פארנט פונעם גאנצן ועד, וכולי האי ואולי העט מען דיך נאכלאזן, כמובן מיטן דיך כסדר דרוקן און קוועטשן וכו' און האלטן חשבון כסדר אויב די מוסדות איז טאקע דיין טאפ פריאריטי, והא ראיה ביסט געגאנגען קיין פלארידע פאר עטליכע טעג (1000 דאללער טאטאל) צו אפשר מעגליך דאך איינשפארן א נערוון בראך פון לחץ. יע יע.... א נייע סאטמאר, יונגע שנוקעס אן קיין ברעקל לעבנס עקספיריענס אז אידיש בלוט קומט אהיים. רבינו יואל שטייט דיך נישט צו די האנט... דעי בעלאוניס איז גוט ביים דינער פארן יושב ראש. רבינו יואל איז דיך נישט מוחל. אז דו קענסט נישט פירן א חדר/סקול רשעות ריין, דאן אנטזאג דיך. זאל זיך עס צומאכן. דער אויבערשטער ברויך נישט דיין הילף.
איינער קען הלכות צדקה? וויפיל קומט מען פאר אן עני? וויפיל ער איז געוואוינט. די השפלה און לעוול פון טעראר אויף אידן וואס האבן באמת נישט קיין געלט שמעקט קמצא ובר קמצא'דיג. ווען א איד זאגט 'אין לי' און דו פארלאנגסט אן השפלה סעסיע צו זיכערמאכן אז יענער באגרייפט די עומק הענין גרעניצט זיך עס מיט שפיכת דמים און איז בעצם דער עיקר טעם פארוואס געוויסע איגנארירן די גאנצע ביל, זיי קענען עס נישט דערהייבן. בזיונות איז ביי רוב מענטשן טוב מותו מחייו. אנשטאטן זיין א משכיל אל דל פירט מען זיך ווי סדום ועמורה.
יא, איך ווייס אויכעט אז סאיז גרעי עריע, אבער לענ"ד איז עס אסאך נענטער צו שווארץ ווען מרעדט פון די כלליות'דיגע בילד.
און דער אמת איז אז ביי רוב סאטמארע מוסדותער איז די נושא פיין באלאנסירט - מרעדט פון ממש געציילטע אויסנאמען, און די יונגערע דור אדמינעסטרעיטערס.
נ.ב. אני הקטן בין אלץ און אלעמאל אין צייט בכסף מלא מיט די שכר לימוד.
ס'איז געווען תשכ"ג ביי דער גרויסער פינאנציעלער קריזיס האט מען דאן בפקודת דעם רבי'ן אנגעהויבן שטארק דרוקן אויף שכ"ל, דער רבי האט דאן געזאגט אז שכ"ל זאל ווערן אן אויטאמאטישער חוב וואס גייט נישט אראפ מיט די צייט אויב מען באצאלט נישט.
ער - ר' שלמה - האט געהאט אריינגענומען צו זיך אין שטוב אויפצוציען א קינד פון א צעבראכענע שטוב וואס האט נישט געהאט געהעריג קיין עלטערן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן שכר לימוד פאר דעם קינד. איז ער אריבער צו דער הנהלה און געבעטן אז מ'זאל אים פארשטיין ס'איז נישט זיין קינד, ער האט ממש נישט אבער זיי האבן נישט געוואלט הערן פון גארנישט.
בצר לו איז ער אריין צום רבי'ן און ער איז געווען זיכער אז ווען דער רבי וועט הערן אז מ'נעמט נישט אריין א קינד און דערצו א יתום וואס האט נישט ווער ס'זאל אים צאלן וועט דער רבי ווערן אויפגעציטערט און שרייען "פארדעם דארף איך האבן א מוסד?!"
למעשה דער רבי הערט אים אויס און פרעגט אים "וואס טו איך ווען איך דארף האבן געלט פאר א מצוה? איך גיי נאך געלט. גיי דו אויך נאך געלט!" זאגט ער פארן רבי'ן אז ער ארבעט און ער האט נישט ווען צו גיין נאך געלט. פרעגט אים דער רבי "זונטאג ארבעטסטו?" זאגט ער ניין, "נו אויב אזוי גיי נאך געלט זונטאג!"
במשך דריי יאר נאכאנאנד איז ר' שלמה געגאנגען יעדן זונטאג נאך געלט פאר א פרעמד קינד כדי די סאטמארע מוסדות זאלן אים נישט ארויסווארפן, און דער רבי האט נישט געזאגט אז די הנהלה קען נישט קיין הלכות צדקה, משכיל אל דל, יונגע שנוקעס אדער אידיש בלוט.
גיי פארשטיי
דער עיקר אז די האסט ציטירט דעי פאוסט וואס כהאב געשריבן, דאס איז פון מיינע זכותים דעם חודש אלול.
ווי דער עולם האט שוין אנגעוויזן איז דיין גאנצע היסטעריע געבויעט אויף א דמיון אז מען האט נישט אריינגעלאזט עלטערן ווייל זיי האבן נישט באצאלט שכר לימוד.