בקיצור האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 3:44 pm
פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 2:22 pm
בקיצור האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 1:29 pm
די איסור פון נעמען געלט איז - חוץ פון א בפירוש'ע הלכה אין שו"ע יורה דעה - וועגן מ'וועט דארפן משנה זיין די לימודים.
און טאקע כתוצאה פון דאס נעמען געלט, האט מען אין סאטמאר אלעמאל געלערנט לימודי חול, אריינגערעכנט ענגליש. און דער ברך משה זצ"ל זאגט אינעם אויבנדערמאנטן דרשה אז מ'איז געצוואונגען צו לערנען ענגליש וועגן די געלט פון די מדינה [אמעריקע] ווייל אן דעם וועלן זיך די ת"ת'ס נישט קענען האלטן.
א פרישע ספינעריי,
שקר וכזב, דאס לערנען אין סאטמאר די מינימאלע לימודי חול פון כתב ולשון, וואס דער רבי האט איינגעפירט ביים עפענען די מוסדות, האט נישט קיין שום שייכות און איז נישט קיין כי הוא זה תוצאה פון נעמען געלט, פינטל.
דו אליינס שרייבסט אז דא איז די נושא פון נעמען געלט, און דו קומסט דא סתם פארדרייען די נושא צו די איסור פון לערנען לימודי חול,
אנשטאט סתם פארברענגען דיין און דעם עולם'ס צייט און פארדרייען א קאפ, וואלט ענדערש געווען כדאי דו זאלסט נעמען די צייט אויפצוזוכן די כלומרשטע תשובה פון הרב וואזנער וואס מאיזה סיבה האסטו נאכנישט געטראפן די צייט... עס אויפצוזוכן....
איך בין נישט דער וואס שטעלט צאם די נושא פון נעמען געלט מיט לערנען ענגליש. דער ברך משה זצ"ל אינעם אויבנדערמאנטע דרשה שטעלט עס צאם.
אוודאי ביזטו און טאקע נאר דו וואס שטעלט צאם נעמען געלט מיט לערנען ענגליש,
דו ווילסט אריינלערנען א פארדרייטע כוונה אז דאס וואס ער האט געזאגט די ישיבות וועלן נישט קענען עקזיסטירן מיינט צו זאגן וועגן געלט, דאס איז אבער דיין אייגן געמאכטע פשט, און האט נישט קיין שייכות מיט די עכטע כוונה פון זיינע ווערטער, ווי עטליכע האבן שוין דא פריער אויפגעמערקט.
יעצט איז שוין
@בקיצור הוחזק בסילופים, ווייל מען האלט שוין דא אין דעם אשכול אליין ביי די דריטע סילוף:
1) אז הגרי"י ניימאן האט נאכגעזאגט א פסק בשם בעלזא רב אז מען מעג נעמען פון די מדינה פאר מוסדות התורה,
למעשה שטעלט זיך ארויס אז ער האט בכלל נישט גערעדט פון קיין מוסדות
2) אז הרב וואזנער האט מתיר געווען אין א תשובה צו נעמען געלט פון די מדינה, און אז ער האט גאר אליין גענומען און גע'חתמ'ט,
למעשה האסטו אליין מודה געווען אז די תשובה רעדט נישט פון די מדינה, און ניטאמאל דאס האסטו געברענגט, און אויך נישט קיין קראנטע דעקונג אז ער האט אליין גענומען און גע'חתמ'ט
3) אז דער ברך משה האט געזאגט אז די סיבה פארוואס מען לערנט איז וועגן נעמען געלט,
למעשה איז לא דובים ולא יער, ער האט דאס בכלל נישט געזאגט
ממילא ירא הקהל וישפוט וויפיל שוויות זיינע ווערטער האבן