"גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
"גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
קודם שלום עליכם. איך האב דא נאך א ניק אבער יענע איז אויך נישט אזא אפטע שרייבער.
איך קום יעצט ארויף וועגן א נקודה חשובה מאוד וואס איך האב מיט איינעם אויסגעשמועסט, און ס'איז ווערד צו מיטטיילן. כאטש ס'איז א הייקעלע טעמע, וועל איך עס שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל וויפיל מ'קען.
א אינגערמאן האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז געשטאנען אין א רעסטוראנט איין מוצ"ש, און ווארטנדיג אין די ליין צו בעטן זיין פיצא האט אים שטארק געצויגן די שלום בית פון א פארפאלק פארנט פון אים... ס'האט געסאונדט אז די שלום בית דארט איז נישט סתם מיט ווערטער, נאר א עכטע געפילישע קשר... ס'האט זיך ממש געשפירט... בקיצור ער האט געפלאצט פאר קנאה, גראב גערעדט.
זאגט ער מיר אז נאר איין וואך שפעטער האט ער געהערט וועגן עפעס א סעפערעישן ל"ע אין שטאט, און ס'האט זיך גערעדט פון... יענע פארפאלק. נישט אז עפעס איז געשען במשך די וואך, נאר ס'האט נישט געטויגט דארט קיינמאל, זיי זענען ביידע געווען פויגלעך און וכו'. מ'האט זיך למעשה גע'גט ל"ע.
יעצט לאמיך צוקומען צו א נקודה בבחינת מגלה טפח וכו'. ס'איז דא צווישן א פארפאלק א וויכטיגע חיוב פון אהבה, ווי דער רמב"ם שרייבט "יותר מגופו". ס'איז א חיוב אויפ'ן מאן און אויב ער איז נישט דערביי דארף ער ארבעטן דערויף. ווייל מ'קען נישט פאפן... ס'דארף זיין אהבה וריעות אין שטוב.
צו די אהבה, פעלט געווענליך אויס מצד די פרוי אויך עפעס. צו זיין אהערגעשטעלט פאר'ן מאן. געוויסע צייטן קען עס ספעציעל אויספעלן. אבער דא איז פארהאן א הייקעלע נקודה אין תורת הנפש: דער גירוי, דער אהערגעשטעלטקייט, האט גארנישט מיט אהבה, עס קומט נישט פון אהבה, און עס ברענגט נישט קיין אהבה "מצדה", ס'איז נאר א "גירוי" פאר יענעם וואס זעט עס. מצד די פרוי האט דאס מיט'ן הארץ גארנישט, מיט געפיל גארנישט, נאר דער צווייטער קען דערפון ווערן אנגערייצט.
היינטיגע צייטן גיסט זיך "גירוי" אין די גאסן... סיי אין די גוי'אישע גאס, און ליידער אויך אין די אידישע. אבער קיין אהבה איז נישטא.
פאר א דורכגייער קען זיך געמאלט דוכטן אז דא הערשט שלום בית. פארוואס דוכט זיך אים אזוי? ווייל דער גירוי ארבעט אויף אים. נאטורליך. ער זעט דעם גירוי מיט די אויגן און ער שפירט אז ביי יענעם געפינט זיך עפעס א אהבה. והא ראי'... דער געפיל...
פראבלעם איז אבער אז דאס וואס ער זעט איז נאר גירוי, גארנישט מיט אהבה. דער גירוי קומט נישט פון מדת החסד, נישט פון מדת אהבה, נישט פון גוטסקייט, און נישט פון שלום בית, ממש גארנישט... ס'איז א זאך וואס איז פאר'ן מענטש זעלבסט בלויז א תאוה עצמית פונעם אויסזען וגו', און פאר יענעם איז עס בלויז א גירוי, וזהו. דער אייגענער מאן קען נעבעך צומאל זיין געפייניגט אדער אין בעסטן פאל א פלעינע מאן פאר א טרוקענע פרוי, זיין שטוב האט אפשר מער גירוי אבער נישט מער אהבה.
דער דמיון איבער'ן געפיל פון אהבה ושלום איז נישט פארהאנדן. איי עס זעט אויס וכו'? אה, דו זעהסט דארט גירוי. רעדסט זיך איין אז גירוי און אהבה האבן שייכות. ליידער האט עס ממש נישט.
איי עס קען זיין אז יענער האט יא שלום בית אויפ'ן בעסטן אופן? יא, ס'איז דא אזא שאנס... דו האסט די זעלבע שאנס... אפגעזען אלעס ארום.
ס'איז אפשר צו טיף, אדער פארקערט, אפשר גאר פשוט.

-
אורך ימים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 51
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
- Location: New York
- x 265
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
אמת'ע ארטיקל, וויכטיגע נקודות. אסאך דארפן דאס וייסן.
אבער ברבים?
כ'האב מיך געפילט ווי איך ליין קאווע שטיבל
אבער ברבים?
כ'האב מיך געפילט ווי איך ליין קאווע שטיבל
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
איך מיין אז ער האט געשריבן גאנץ איידל, און ער האט ארויסגעברענגט א פארקערטע נקודה וואס די חברי ק''ש ברענגען געווענליך ארויס בכזביהם.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
האמת אגיד אז איך האב זיך גע'ישוב'ט, לבי נוקפי. למעשה האב איך געקלערט אז עס איז יצא הפסדו בשכרו. אדרבה אויב אנדערע האלטן אנדערש וואלט איך געוואלט הערן.
- יענץ מבין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 161
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
- Location: brooklyn
- x 840
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
די נקודה איז זיכער אמת, און יא די האסט עס געשריבן אויף די מערסט איידעלע אופן שייך. אבער צו מען מעג עס שרייבן ברבים קען מען נאך אלץ דן זיין.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
ארומ'טענה'ן אויב מ'מעג עס שרייבן ברבים איז ערגער...
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
יעצט לאמיר רעדן צום ענין:
אזוי גוט געזאגט!
די געדאנק איז א וויכטיגע זאך וואס כמעט יעדער קען נוצן, צו טאג טעגליך אדער עכ"פ אין געוויסע מינוטן, דאס דארף מען חזר'ן כסדר ווייל ווען ס'פעלט אויס איז די קאפ נישטא צו הערן וואס מען רעדט, ממילא דארף דאס ליגן איינגעזאפט אין די ביינער.

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19930
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
שטארקע נקודה. געוואגטע שרייבער...
כ'וועל מוסיף זיין, אין חז"ל זעט מען איבער פארשידענע קישוטים וואס זענען נאר מותר בבית, אבער אין גאס איז עס פריצות, דהיינו אז אמאל האט מען געוואוסט אז זיך אהערשטעלן דארף מען אינדערהיים, און אין גאס דארף מען זיך באהאלטן צו א מאקסימום. איינער וואס טוט אזוי קען מען זאגן אז עס קומט מחמת אהבה און שלום בית.
היינט איז אבער פארקערט. אינדערהיים איז נישטא קיין סיבה זיך צו אנטון אפיציעל וכו', אבער ווען מגייט ארויס מאכט מען זיך צורעכט און משטעלט זיך אהער. פשט איז, דאס האט גארנישט מיטן שטוב, נאר להיפך.
עדיין יש לדון אויב אזא טעמע זאל עקזיסטירן, והמנהלים ינהלו ברוחב בינתם.

איך דאוון אז די מנהלים זאלן כו"ח זיין דעם אשכול בספר החיים
ייש"כ פאר'ן חשוב'ע שרייבער
ייש"כ פאר'ן חשוב'ע שרייבער
צוליב טעכנישע סיבות איז מיין ניק געטוישט געווארן פון "מיילך" צו "בתכתקי".
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7781
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18662
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
ייש"כ, די נקודה איז שוידערליך שטארק, און אויך וויכטיג.
בנוגע די וואס האבן ספיקות, איך וואלט נישט גע'פסק'נט אליינס דערויף, אבער איינע פון די מנהלים האבן מיר געפרעגט מיין מיינונג, און איך האב געהאלטן כזה, ווי נאך איינער צווישן זיי האט געהאלטן ממש דאס:
אויב איז אידטיש'ס מהלך אז מען מאכט נישט קיין גזירה לגזירה'ס, נאר אויב א זאך איז אקעי איז עס אקעי און אלס די חשש אויף "וואס גייט זיין איינס נאכדעם" נעמט מען נישט אן קיין שרייבערס וואס פארשטייען נישט אליינס... דאן איז דא די זעלבע זאך. לכאורה.

הכל ריוח
- חבר המערכת
- פאוסטס: 166
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:31 pm
- Location: ביים טיש
- x 496
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
גא״מדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 2:49 pm ייש"כ, די נקודה איז שוידערליך שטארק, און אויך וויכטיג.
בנוגע די וואס האבן ספיקות, איך וואלט נישט גע'פסק'נט אליינס דערויף, אבער איינע פון די מנהלים האבן מיר געפרעגט מיין מיינונג, און איך האב געהאלטן כזה, ווי נאך איינער צווישן זיי האט געהאלטן ממש דאס:
אויב איז אידטיש'ס מהלך אז מען מאכט נישט קיין גזירה לגזירה'ס, נאר אויב א זאך איז אקעי איז עס אקעי און אלס די חשש אויף "וואס גייט זיין איינס נאכדעם" נעמט מען נישט אן קיין שרייבערס וואס פארשטייען נישט אליינס... דאן איז דא די זעלבע זאך. לכאורה.
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
געהערט אמאל פון אב"ד תולות אהרן וומ"ס זצ"ל האט ער געפייערט לכאו' ביי א שבת שובה דרשה מיט א גרויסן ציבור ''אינדערהיים גייט מען מיט שמאטעס נאר אין גאס טוט מען זיך אן אזוי ארויסצונעמען יענעם די אויגן''שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 11:22 am שטארקע נקודה. געוואגטע שרייבער...
כ'וועל מוסיף זיין, אין חז"ל זעט מען איבער פארשידענע קישוטים וואס זענען נאר מותר בבית, אבער אין גאס איז עס פריצות, דהיינו אז אמאל האט מען געוואוסט אז זיך אהערשטעלן דארף מען אינדערהיים, און אין גאס דארף מען זיך באהאלטן צו א מאקסימום. איינער וואס טוט אזוי קען מען זאגן אז עס קומט מחמת אהבה און שלום בית.
היינט איז אבער פארקערט. אינדערהיים איז נישטא קיין סיבה זיך צו אנטון אפיציעל וכו', אבער ווען מגייט ארויס מאכט מען זיך צורעכט און משטעלט זיך אהער. פשט איז, דאס האט גארנישט מיטן שטוב, נאר להיפך.
עדיין יש לדון אויב אזא טעמע זאל עקזיסטירן, והמנהלים ינהלו ברוחב בינתם.
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
אוי ווי ריכטיג!
כ'שרייב בזהירות, און כ'האף אז כ'בלייב אינעם גדר פון אויפטון. (מ'זאל מעקן/רעדאגירן אויב נישט)
גירוי דארף מען דאך נישט מסביר זיין.
אבער אהבה מיינט זיין דא פאר איר ווען זי קוועטש אויף אלעס און איז אין יענע גוסטע.
בשעת די ווייב איז אונטער זמנים און ווערט נערוועז איבער אלעס און אלעמען איז אויך די צייט צו זאגן און טראכטן מיטן גאנצן הארץ, איך בין מיט דיר, די אהבה איז די זעלבע! הערשט דאן איז די צייט צו זיין דער מאן וואס פירט דעם שטוב מיט אמתע ליבשאפט!
ווייל א מאן וויל געבן, און דא מוז זי צו קומען צו דיר, זי געבט זיך באמת נישט קיין עצה אהן דיין פלייצע! דו ביסט דער וואס קען פארגרינגערן די גאנצע ענערגיע אין שטוב מיט איין גוטער אטעם, מיט איין שמייכל, מיט איין גוט ווארט וואס קומט פון אהבה וחמלה.
זי טוט דיר די גרעסטע טובה ביים זיין אינעם פלאץ וואס זי דארף צוקומען צו דיין אהבה. זי ערלויבט דיר צו זיין איר מאן, דער געבער, דער אונטערלאהנער!
ווען מ'איז זוכה אביסל צו אמתע אהבה, דאן אין א מינוט גירוי פון דמיון באיזה אופן שיהיה אז די גראז איז גרינער ביי א צווייטן, געט מען זיך נאר א דערמאן ווי די אמתע אהבה איז, דארטן איז די שטוב, דארטן איז דאס הארץ.

בינה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 30
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 6:31 pm
- Location: בארא פארק
- x 74
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
מורא׳דיג שיין ארויסגברענגט,אזוי איידל.
מען קען אמאל ניצן א חיזוק א דערמאן
מען קען אמאל ניצן א חיזוק א דערמאן
-
טראכט אריין
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:08 am
- x 12
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
שטארק. די מחאות זענען איבריג און זענען א גרעסערע אישו ווי די אשכול אליינס.
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
ס'איז נישט דווקא שווארץ אדער ווייס, א פרוי וואס שטעלט זיך אהער ביים ארויסגיין פון שטוב, מיינט זי גארנישט שלעכט. זי וויל זיך שפירן גוט צווישן אנדערע פרויען.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 11:22 am שטארקע נקודה. געוואגטע שרייבער...
כ'וועל מוסיף זיין, אין חז"ל זעט מען איבער פארשידענע קישוטים וואס זענען נאר מותר בבית, אבער אין גאס איז עס פריצות, דהיינו אז אמאל האט מען געוואוסט אז זיך אהערשטעלן דארף מען אינדערהיים, און אין גאס דארף מען זיך באהאלטן צו א מאקסימום. איינער וואס טוט אזוי קען מען זאגן אז עס קומט מחמת אהבה און שלום בית.
היינט איז אבער פארקערט. אינדערהיים איז נישטא קיין סיבה זיך צו אנטון אפיציעל וכו', אבער ווען מגייט ארויס מאכט מען זיך צורעכט און משטעלט זיך אהער. פשט איז, דאס האט גארנישט מיטן שטוב, נאר להיפך.
עדיין יש לדון אויב אזא טעמע זאל עקזיסטירן, והמנהלים ינהלו ברוחב בינתם.
כמובן מאכט זיך אן אויסנאם, אבער בדרך כלל, ביי ערליכע, איז עס אזוי.
62, בלאק אריין די קעדי
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19930
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
כ'זאג נישט אז מ'מיינט עפעס שלעכט חלילה, אבער די היינטיגע קולטור איז געבויט אויף דעם אז זיך אהערשטעלן האט גארנישט מיט די שטוב.דריידל האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 12:11 pmס'איז נישט דווקא שווארץ אדער ווייס, א פרוי וואס שטעלט זיך אהער ביים ארויסגיין פון שטוב, מיינט זי גארנישט שלעכט. זי וויל זיך שפירן גוט צווישן אנדערע פרויען.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 11:22 am שטארקע נקודה. געוואגטע שרייבער...
כ'וועל מוסיף זיין, אין חז"ל זעט מען איבער פארשידענע קישוטים וואס זענען נאר מותר בבית, אבער אין גאס איז עס פריצות, דהיינו אז אמאל האט מען געוואוסט אז זיך אהערשטעלן דארף מען אינדערהיים, און אין גאס דארף מען זיך באהאלטן צו א מאקסימום. איינער וואס טוט אזוי קען מען זאגן אז עס קומט מחמת אהבה און שלום בית.
היינט איז אבער פארקערט. אינדערהיים איז נישטא קיין סיבה זיך צו אנטון אפיציעל וכו', אבער ווען מגייט ארויס מאכט מען זיך צורעכט און משטעלט זיך אהער. פשט איז, דאס האט גארנישט מיטן שטוב, נאר להיפך.
עדיין יש לדון אויב אזא טעמע זאל עקזיסטירן, והמנהלים ינהלו ברוחב בינתם.
כמובן מאכט זיך אן אויסנאם, אבער בדרך כלל, ביי ערליכע, איז עס אזוי.
-
וואויל אידל
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 8:38 am
- Location: jerusalem
- x 6
Re: "גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס
אלעס וואס איך האב דא געליינט איז דברים של טעם יעדער איינער פון זיין בליק און הרגשה
אבער צוויי זאכן פיהל איך אז מען מוז דערמאנען
1. ס'איז דא אן איסור חמור פון לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם - און מען דארף אפהיטן די אויגן. ס'טייטש א יונגרמאן דערציילט מיט א פשטות אז ער האט צוגעקוקט און שטודירט דעם שלום בית פון א אנדער פארפאלק. דער נסיון איז גרויס אבער מען דארף געדענקען וואס פאדערט זיך פון אונז אלס אידן שומרי תורה ומצוות.
2. אהבה איז נישט קיין ארטיקל צום קויפן. אזוי ווי ביי קינדער קען מען נישט ווייזן קיין ליבשאפט מיט מתנות און קאמפלימענטס נאר מיט א אמתע געפיהל וואס דאס קינד פיהלט אז די עלטערן גייט אהן פון איהם און זיין וועלט וואס ער לעבט דערין, און פון זייער התייחסות צו איהם זעהט מען קלאר אז ער איז די העכסטע פיאריטי ביי זיי - די זעלבע זאך איז אין שטוב און נאר אזוי ווערט באשאפן א עכטע אהבה. קיצרתי במקום שניתן להאריך ואידך זיל גמור

ער האט נישט שטודירט. עס האט געשריגןוואויל אידל האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 4:26 am אלעס וואס איך האב דא געליינט איז דברים של טעם יעדער איינער פון זיין בליק און הרגשה
אבער צוויי זאכן פיהל איך אז מען מוז דערמאנען
1. ס'איז דא אן איסור חמור פון לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם - און מען דארף אפהיטן די אויגן. ס'טייטש א יונגרמאן דערציילט מיט א פשטות אז ער האט צוגעקוקט און שטודירט דעם שלום בית פון א אנדער פארפאלק. דער נסיון איז גרויס אבער מען דארף געדענקען וואס פאדערט זיך פון אונז אלס אידן שומרי תורה ומצוות.
2. אהבה איז נישט קיין ארטיקל צום קויפן. אזוי ווי ביי קינדער קען מען נישט ווייזן קיין ליבשאפט מיט מתנות און קאמפלימענטס נאר מיט א אמתע געפיהל וואס דאס קינד פיהלט אז די עלטערן גייט אהן פון איהם און זיין וועלט וואס ער לעבט דערין, און פון זייער התייחסות צו איהם זעהט מען קלאר אז ער איז די העכסטע פיאריטי ביי זיי - די זעלבע זאך איז אין שטוב און נאר אזוי ווערט באשאפן א עכטע אהבה. קיצרתי במקום שניתן להאריך ואידך זיל גמור
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!