אי לאו האי חומה - א משל אדער א נמשל

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
ערשטע מאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 6:41 am
x 79

אי לאו האי חומה - א משל אדער א נמשל

פאוסט דורך ערשטע מאל »

בס"ד

געוואלט פאראויס לויפן / אבער א יוצא דופן / דער דופן הסתימה / ווערט א דופן עקומה / שם הדופן / יעדער אויף זיין אופן


ברשות רבותי, אויסשמועסן אויב מ'מעג.
מיינע יארן גייען פארביי, לאנגע וואכן און טעג.
עפעס הייסט מיר 'שטיי'! האלט אפ מיין געיעג.
וואו נאר איך גיי, עס שטייט מיר אין וועג.

אין היצן און אין קעלט, פאראויס צו מארשירן.
אנדעקן א נייע וועלט, פרישע לעבנס קאלירן.
אבער צוריק צו מיין געצעלט, כ'קען נישט ווייטער רירן.
א בלאקאדע ווערט געשטעלט, א וואנט וואס טוט בלאקירן.

דעם מויער - טאג טעגליך, א פחד א שרעק.
הויעך און אומדערטרעגליך, מ'זעט נישט דעם עק.
עס מאכט מיר אומבאוועגליך, פאר יעדע ציל און צוועק.
צוברעכן איז אוממעגליך, 'ווי נעמט מען דאס אוועק..?

ביים מויער - הויעך און דיק, א פענסטערל זיך דערווישט.
געגאנגען כאפן א בליק, און געווארן היפש צעמישט.
מענטשן מיט לעבהאפט און גליק, א וועלט אזוי איינגערישט
מען גייט אהין און צוריק, עס פעלט זיי גארנישט.

געשטאנען און געוואכט, ווי אינעווייניג מען שפאצירט.
מחשבות אסאך געטראכט, א 'רעטעניש' האב איך געשפירט.
שיעור נישט געקראכט, וואס האט דא פאסירט?
ווי האבן 'זיי' דאס געמאכט? דעם מויער אוועקגערירט?

כ'קוק אריין ווייט, א לעבן טוט זיך אפשפילן.
גרויסע תורה לייט, מיט מוסדות און גרויסע שולן.
ביזנעסער אין דער זייט, עסקנים מיט זייערע צילן.
יועצים מיט הילף און ראט, א לעבן מיט הארץ און געפילן.

ווי דער נער זיך דאן געפילט, נאר איך אינדרויסן אויסגעשפילט...

איך טראכט אריין, ווי קען דאס זיין..?!
און דאן.. א פלאן. כ'וועל טון מיין, און וואס ס'וועט זיין... וועט זיין!

צום וואנט בין איך געבויגן, פניו אל הקיר.
מיין האנט אויסגעצויגן, מיט א זעץ! אריין אין איר.
די וואנט גלייך געפלויגן, בלויז פון א קליינע ריר.
זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגן, א וואנט פון פאפיר...


דעם נמשל געוואלט ערקלערן, אבער כ'זעה פון צווישן די שפאלטן,
אז איר ווילט שוין נישט הערן, שוין צו לאנג אויפגעהאלטן.
כ'וועל אייך לאזן גיין - ענדליך,
דער משל סייווי פארשטענדליך.
א יעדער פון פלייש און ביין,
האט זיך זיין וואנט פון שטיין.

וואס גענוי איז דער נמשל, קענט איר זיך אליינס אויס'משל'ן.

אויס'משל'ן דעם נמשל..?!

יא יא, דאס איז נישט קיין פערצופאל, א מליצה'דיגע לשון נופל על..
נאר גאר א וויכטיגע כלל, גילטיג פאר יעדעם - איבעראל!

נישט נאר אינעם 'דבר הדומה', איז דא אן איינגערעדטע בנין
נאר אויך אינעם נמשל דעם חומה, איז אלעס א גרויסע דמיון...

עס לאזט זיך נישט אויס, און הייבט זיך נישט אן.
עס שטעלט זיך ארויס, ווי איין גרויסע באלאן.

נישט קיין 'מושל' וואס געוועלטיגט אויף מיר
נאר א 'משל' וואס איך פאנטאזיר


זייטס מיר געזונט, און געדענקטס ס'איז א בלויזע ווינט...


אבער נאר נאך איין מינוט... זייטס אזוי גוט.

איידער איר שפאנט,
לאמיר נאר זאגן ערשט-האנט,
אפשר וועט עס זיין אינטערסאנט,
דער נאמען פון 'מיין' פערזענליכע וואנט...
און דאס איז...
דאס ערשטע מאל!
עס הערט זיך נעבעכדיג און ארעם,
אבער 'שמא קא גרים'!
ווארשיינליך דערקענט,
מיינע ציטערדיגע הענט.
איר פארשטייט דעם באדייט,
דאס ערשטע מאל! א קליינעקייט?!


"יעדער מיט זיינע פארשריטן,
גייט פארביי דעם שטאפל.
אוממעגליך אויסצומיטן,
דעם ערשטן הארץ צאפל.

יעדער אויף זיין אופן,
אזויפיל פעלער, אומצאליגע.
טרעפט זיך מיטן דופן,
וואס מ'רופט דעם 'ערשט - מאליגע..'"


א קינד וואס גייט אין חדר
דערנאך א נייע ישיבה
נאכן חתונה מאכט זיך כסדר
אריין אין א נייע סביבה

קינדער מיטן ווייב
א פרישע משפחה
אין כולל צו ביים דזשאב
ס'נישטא קיין הנחה


"יעדער מיט זיינע פארשריטן
גייט פארביי דעם שטאפל.
אוממעגליך אויסצומיטן.
דעם ערשטן הארץ צאפל.

יעדער אויף זיין אופן,
אזויפיל פעלער, אומצאליגע
טרעפט זיך מיטן דופן
וואס מ'רופט דעם 'ערשט - מאליגע..'"


גרויסע תורה קאנאנען,
גאונים וואס טוען איבערראשן.
מאכטפולע ביזנעס פערזאנען,
פילנטראפן מיט גרויסע טאשן.

דער רב און מגיד שיעור,
און להבדיל די פאלטיקאנטן.
עסקנים און כלל טוהער,
מענטשן מיט טאלאנטן.


"יעדער מיט זיינע פארשריטן
גייט פארביי דעם שטאפל.
אוממעגליך אויסצומיטן.
דעם ערשטן הארץ צאפל.

יעדער אויף זיין אופן,
אזויפיל פעלער, אומצאליגע
טרעפט זיך מיטן דופן
וואס מ'רופט דעם 'ערשט - מאליגע..'"


נישט יעדער קען דאס פארליידן, עס זעט אויס שרעקעדיג,
קיינער קען דאס אויסמיידן, מ'ציטערט דערפון גענוג.

ס'איז אבער אמת און קראנט, אינגאנצן א.. פאפירענע וואנט!

ווייל יעדער, אבער יעדער, סוקסעספולע מאן, איז שוין אריבער אט דעם שפאן, מיט ערשטע טריטן אין וועג אריין.
מענטשן מיט פחדים אן א צאל,
מ'ציטערט פונעם ערשטן מאל,
אבער יעדער, און אלעמאל,
גייט אריבער.. דעם ערשטן מאל!

דפנות העמדות ברוח – מצויה און שכיח..


און יעצט שוין צום צווייטן מאל...
זייטס מיר געזונט, א שאד אויף נאך טינט..
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4605
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6101

Re: אי לאו האי חומה - א משל אדער א נמשל

פאוסט דורך שמח »

WOW!


אייגענס?
שרייב פאוסט