כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 12:51 pm אין די יעצטיגע מינוטן האט זיך געענדיגט די געריכט פאר די צוויי פארבליבענע טעכטער פון נחמן העלבראנץ וועלכע זענען נאך דערווייל אין שעלטער.

נאכדעם וואס די צוויי קינדער האבן געזאגט פארן ריכטער אז זיי ווילן בשום אופן נישט ארויסגיין צו זייער פעטער ר' ניסן יושע יודא מלכא אין גואטעמאלא, און זיכער נישט צו זייער מומע מרת טעללער תחי' אין ניו יארק, האט די ריכטער געאורטיילט אז די קינדער וועלן מוזן צוריקגיין אין שעלטער, און עס איז באשטימט געווארן א פרישע געריכט דאטום פאר אנהייב אקטאבער למספרם.

אין די זעלבע צייט האט דער ריכטער ארופגעשטעלט א פארבאט אויף מרת העלבראנץ צו האבן סיי וועלכע פארבינדונגען מיט אירע קינדער, וויבאלד ער זעהט אז די מאמע האט א שלעכטע השפעה אויף די קינדער. דעריבער געבט ער ערלויבעניש בלויז פאר די פעטערס, ר' ניסן יושע יודא מלכא, ר' יואל העניך העלבראנץ, און די מומע מרת טעללער, אז נאר זיי מעגן האבן קשר מיט די קינדער.
אוטש א ווייטאג..
א ווייטאג אויף די נשמה'לעך וואס גייען צוריק פאר נאך שווערע חדשים צווישן נידריגע גוים
א ווייטאג אויף ווי ווייט א מענטש קען אנקומען פאר אביסעלע תאות השררה
א ווייטאג ווי אכזריות'דיג עלטערן קענען זיין צו זייערע אייגענע קינדער צוליב זינלאזע דמיונות
א ווייטאג אויף די אומשולדיגע יונגעלייטלעך וואס ווארטן בכליון עינים זיך צו פאראייניגן מיט זייערע שטובער

אוי באשעפער, ילמדו תועים בינה וליהודים תהיה אורה במהרה.
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
אוועיטער
חיימ'קע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:05 am
Location: אין די קינדער שיך
x 503

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חיימ'קע »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 8:53 am
לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 9:28 pm איינער וואס פארט מארגן פון נאכמיטאג און ווייטער פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל און וויל האבן די זכות צו מיט נעמען א קליינע פעקל פאר א חשובע יוצא זאל ביטע רופן 332-207-5862
נא רבותי ווער קען העלפן מיט די זאך
שוין מסודר!!
איך גלייך זייער אידטיש!!!
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 8:53 am
לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 9:28 pm איינער וואס פארט מארגן פון נאכמיטאג און ווייטער פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל און וויל האבן די זכות צו מיט נעמען א קליינע פעקל פאר א חשובע יוצא זאל ביטע רופן 332-207-5862
נא רבותי ווער קען העלפן מיט די זאך
ב''ה איינער האט שוין געכאפט די מצוה
וואס דען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 202

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

משיח משיח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 12:52 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 12:37 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:41 pm פון גואטעמאלא קומט אריין די גוטע נייעס אז נאך א פאמיליע פון עטליכע קינדער זענען אצינד ב''ה באפרייט געווארן פונעם שעלטער.

די רעדע איז פון משפחת יואל ראזנער, בן משה יוסף - ריש מתיבתא, חתן נחמן העלבראנץ - חכם, וואס ער אליינס איז אויך א געוועזענע הנהלה מיטגליד. דער יונגערמאן זעלבסט איז שוין אנטלאפן קיין ניו יארק עטליכע חדשים צוריק אויס מורא פון אויסשטיין הארבע קלאגעס אויף זיינע אקטיוויטעטן אין לב טהור, און היינט איז פארגעקומען די געריכט פאר זיינע דריי קינדער, אין אנוועזנהייט פון די מאמע.

די פעטער הרב שלמה זלמן בלום, א ברודער פון יואל ראזנער'ס מאמע, איז געקומען נעמען resourse אויף די קינדער, און די געריכט האט ב''ה באשטעטיגט זייער באפרייאונג, און די קינדער וועלן ארויספארן אינאיינעם מיט די מאמע און די פעטער קיין ניו יארק בעז''ה.

די דאזיגע באפרייאונג איז גאר א ספעציעלע מאמענט וואס טראגט א שטארקן באדייט, נעמענדיג אין באטראכט אז די טאטע פון די דריי קינדערלעך איז איינס געווען א הנהלה מיטגליד, און זיי זענען גאר אייניקלעך פונעם ריש מתיבתא און פונעם חכם אליינס, דעריבער איז דאס גאר א שטארקע דערגרייכונג פאר די געטרייע עסקנים בכלל און בפרט פאר העסקן הרב ר' יואל יהושע העשיל בלום, וואס די קינדערלעך זענען זיינע אייגענע בלוט קרובים, און אצינד זענען זיי שוין ב''ה באפרייט פון לב טהור און וועלן זיך צוריק פאראייניגן מיט זייער פאמיליע אין ניו יארק בעז''ה.
אי''ה היינט דאנערשטאג וועלן די מאמע און צוויי פון די קינדער ארויספארן קיין ניו יארק, צוזאמען מיט די צוויי פעטערס, הרב שלמה זלמן און הרב יחזקאל בלום - ברודער פון יואליש ראזנער'ס מאמע, און די דריטע קינד וועט נאך דארפן אויסווארטן צוויי דריי וואכן ביז ער וועט אויך קענען ארויספארן פון גואטעמאלא.
וויפיל קינדער זענען יעצט נאך געבליבן אין שעלטער
לויט די חשבון - די צווי טעכטער פון חכם
1 איינקל פון חכם זוהן פון משה מנחם העלבראנץ הי"ו
---
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

וואס דען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:37 pm
משיח משיח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 12:52 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 12:37 pm
אי''ה היינט דאנערשטאג וועלן די מאמע און צוויי פון די קינדער ארויספארן קיין ניו יארק, צוזאמען מיט די צוויי פעטערס, הרב שלמה זלמן און הרב יחזקאל בלום - ברודער פון יואליש ראזנער'ס מאמע, און די דריטע קינד וועט נאך דארפן אויסווארטן צוויי דריי וואכן ביז ער וועט אויך קענען ארויספארן פון גואטעמאלא.
וויפיל קינדער זענען יעצט נאך געבליבן אין שעלטער
לויט די חשבון - די צווי טעכטער פון חכם
1 איינקל פון חכם זוהן פון משה מנחם העלבראנץ הי"ו
---
אמת
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:01 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 12:45 pm
► Show Spoiler

די טאטע, יואליש ראזנער, קען נישט ארויספארן קיין אמעריקע, הגם ער האט שוין געהאט אנטלאפן קיין ניו יארק, איז ער אבער צוריקגעפארן קיין גואטעמאלא, און ווי ערווארטעט האט די רעגירונג ארויפגעלייגט א פארבאט אויף אים אז ער קען נישט ארויספארן פון לאנד, וויבאלד ער שטייט אויס צו ווערן אנגעקלאגט איבער זיין ראלע אין די פירערשאפט פון לב טהור.
נו? פארוואס טאקע איז ער צירוק געפארען?
דאס איז געווען על דעת די עסקנים?
די עסקנים האבן געוויינט צו אים אז ער זאל נישט צוריקפארן פאר זיין אייגענע טובה, אבער פסח אברהם יואל גאלדמאן האט אים קאנווינסד אז ס'וועט נאר זיין ערגער טאמער ער וועט פארבלייבן אין אמעריקע, און אזוי האט ער אים באוויזן צוריקצושלעפן קיין גואטעמאלא, אזוי אז ער זאל נישט בלייבן די איינציגסטע פון אלע הנהלה מיטגלידער וואס זענען שטעקן געבליבן אין לאנד מיט ערנסטע קלאגעס, נאכדעם וואס די עסקנים ארבעטן העפטיג צו באפרייען די אנדערע געוועזענע פירער וואס העלפן ארויס מיט די פעולות ארויסצוברענגען די קינדער פונעם שעלטער.
[/quote]
השם ירחם.
סתם בחינם געמאכט א נייע פרשה פון פדיון שבוים מיט די אייגינע 2 הענט.
אלץ ווייל מ'טאר חס וחלילה נישט מיט ארבייטען מיט די עסקנים, ווייל אפשר דארך דעם גייען די ציונים קומן פארכאפן די גרופע פון 8-9 אידן, וואס האבן נאך נישט פארכאפט געווארען צי די ערב רב.
ממילא אויב די עסקנים זאגן בלייב אין אמעריקה, דארף מען דוקא אהין פארן, ווייל די ערב רב ארבעטן ציזאם מיט די ציונים, צי פאר שמד'ן די לעצטע 20 נפשות וואס זענען די איינציגסטע וואס גייען מקבל זיין משיח.
מיין שאלה איז נאר,
צי משיח גייט קומן צי חברי הנהלה וואס זענען רח"ל אין תפיסות ווי זיי גייען ליידער די תפיסה קליידער וואס איז נישט די "בגדי ישע" צי זיי וועט משיח אויכעט קומן.

אויף ענגליש זאגט מען.
קום אן וועיק אופ אנד סמעל דע קאפי.
די חלומות און דמיונות האבן זיך אויסגעלאזט א זייפן בלאז (ליידער מיט א סאך נפשות און משפחות, מיט גאר גאר שווערע ווינדן פון אלע סארטן),
ס'צייט צי כאפן און מודה זיין על האמת, פארפאלן מ'האט געלעבט און א טעות
יעצט לאמיר אפרייניגען אין מינימיזירען די הזיקות וויפיהל מיר קענען, און אנהייבן א פרישע לעבן, על אדני יסודות ישראל סבא, מיט תורה, ויראת שמים.
און באמת זיין ראו לקבל פני משיח צדקינו במהרה וימינו אמן

ביי אונז אידן איז אנדערש ווי ביי גוים, עונשי בית דין זענען נאר דא, נאך התראה.
פאר לעבען אין א טעות קריגט מען נישט קיין פעטש, און אדרבה יעדער וואס האט געכאפט ווי ער האט געלעבט און א טעות, אפילו אויב ער האט געפאניקט אנדערע, וויבאלט ער האט תשובה געטוען, האט עם כלל ישראל זייער ליב, און שעצט עם ווייל חז"ל האבן אונז געלערנט "מקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד"
און איינער וואס טוהט תשובה זאגן חז"ל זדונות נעשים כזכויות.
איך שרייב דאס אלעס צי אלע וואס זענען נאך עומדים במרדם, ענק זעהן דאך אלע וואס משרייבט אויף אידטיש, זאג איך ענק מעומק הלב.
ס'שפעט ס'איז זייער שפעט, אבער מ'קען נאך תשובה טוהן "אל נא אחי תרעו"
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 340

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מכבי »

דער האראוויטץ איז פיינע נייעס!
ניין נישט שלמה זלמן. איך רעדט פון ישראל
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1728

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

יואל ראזנער ארבעט מיט מיט די עסקנים?
לפחות שטערט ער נישט?
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
בוכהאלטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
Location: Monroe
x 74

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בוכהאלטער »

מען האט שוין מסתם דאס פארענטפערט דא אין די פארגאנגענהייט? וועמענס זוהן איז יואל'יש גאלדמאן?
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

בוכהאלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:58 pm מען האט שוין מסתם דאס פארענטפערט דא אין די פארגאנגענהייט? וועמענס זוהן איז יואל'יש גאלדמאן?
משה יוסף
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 3:00 pm
בוכהאלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:58 pm מען האט שוין מסתם דאס פארענטפערט דא אין די פארגאנגענהייט? וועמענס זוהן איז יואל'יש גאלדמאן?
משה יוסף
מיכאל ארי'
אוועיטער
יוחנן בוקסבוים
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:25 am
x 41

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יוחנן בוקסבוים »

בוכהאלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:58 pm מען האט שוין מסתם דאס פארענטפערט דא אין די פארגאנגענהייט? וועמענס זוהן איז יואל'יש גאלדמאן?
שמואל מיכאל אריה
בוכהאלטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
Location: Monroe
x 74

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בוכהאלטער »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 3:00 pm
בוכהאלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:58 pm מען האט שוין מסתם דאס פארענטפערט דא אין די פארגאנגענהייט? וועמענס זוהן איז יואל'יש גאלדמאן?
משה יוסף
@שוין געגאנגען כנראה מיינט איר יואל ראזנער
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

גארנישט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:55 pm יואל ראזנער ארבעט מיט מיט די עסקנים?
לפחות שטערט ער נישט?
דוקא א וויילע צירוק האט מען געשריבען אויף אידטיש אז ער שטערט, און גייט ארום צי יוצאים, מ'האט עם פארבירט מאכן אויפהערן.
למעשה וועלען מיר ווארטען פאר איינער פון די עסקנים אריין קומען קלאר דערוועגען @על פי תורה @סענס אף יומער @קרני פרה
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

יוחנן בוקסבוים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 3:01 pm
בוכהאלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:58 pm מען האט שוין מסתם דאס פארענטפערט דא אין די פארגאנגענהייט? וועמענס זוהן איז יואל'יש גאלדמאן?
שמואל מיכאל אריה
דער הייסט מיכאל יודא גאלדמאן ותו לא מידי. באותו ענין, "הלל שמעון" מלכא, הייסט נישט "הלל שמעון", נאר יוסף שלום.
ברוך כבוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

חלא בר חמרא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 3:24 pm
► Show Spoiler
באותו ענין, "הלל שמעון" מלכא, הייסט נישט "הלל שמעון", נאר יוסף שלום.
ביטע זיי מסביר
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

ר' הלל שמעון מלכא געפונט זיך שוין נישט אין חבורה פאר א גוטע פאר יאר. ער איז פון די מייסדים. דער שווער פונעם חכם, און טאטע און זיידע פון נאך פיל.

שלמה האט אים געטויש זיין נאמען פון יוסף שלום, צו "הלל שמעון".
ברוך כבוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

חלא בר חמרא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 3:35 pm
► Show Spoiler
שלמה האט אים געטויש זיין נאמען פון יוסף שלום, צו "הלל שמעון".
ווען ער איז ארויס האט ער צוריק געטוישט זיין נאמען? און די קינדער וואס זענען געבליבן האלטן אן די נייע/אלטע נאמען?

ווי וואוינט ער היינט?
יאיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 342

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

שלמה פלעגט אויך טוישן נעמען?
איך האב געמיינט דאס איז די חכם אויסטרעף
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

אביסל. דא און דארט. ווען מ'האט געברויכט.
בוכהאלטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
Location: Monroe
x 74

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בוכהאלטער »

ווען האט מען געברויכט? עס וואונדערט מיר שוין לאנג וויאזוי דאס ארבעט?
יאיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 342

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

דאס איז הימילישע זאכן
נישט פאר פלעינע ערב רב צי פארשטיין
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

חלא בר חמרא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 5:07 pm אביסל. דא און דארט. ווען מ'האט געברויכט.
וואס הייסט ווען מ'האט געברויכט!?
און פארוואס איז ער אוועק געגאנגען אלץ שווער פון די חכם?
ער האט דאך געהאט 12 קינדער דארט און ממש געווען פון די מייסדים.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

יאיא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 5:29 pm דאס איז הימילישע זאכן
נישט פאר פלעינע ערב רב צי פארשטיין
אפשר קען ר' @שמואל פוקס מסביר זיין... אה... ער מאכט היינט חתונה.
וואס דען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 202

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

חלא בר חמרא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 6:32 pm
יאיא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 5:29 pm דאס איז הימילישע זאכן
נישט פאר פלעינע ערב רב צי פארשטיין
אפשר קען ר' @שמואל פוקס מסביר זיין... אה... ער מאכט היינט חתונה.
מזל טוב בשעה טוב ומוצלחת זאל עולה יפה זיין בזכות די הילף וואס ער גיבט זיך אוועק פאר אידן
שרייב פאוסט