בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1527
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15227

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

קונצליכער פיוט
דורך א יוד פון ספרינג וואלי

בסייעתא דשמיא
א ראה תשפה
פה ספרינג וואלי

אל מעלת כבוד שבויי גוואטמאלה ידוע תדעו כי אין יום ואין לילה שלא אשתדל לדעת מה שלומכם וברוך השם מאז ועד עתה שמענו בשורות מרנינות וכה יתן וכה יוסיף עד שנזכה לברך על המוגמר במהרה, אבל עד הסוף.. ועד הסוף.. מי יוכל לשער ומי יוכל לתאר גודל הכאב והיגון.. ויהי בתת אל לבי עומק הצער בו אתם שרויים ותהי עלי יד השיר. הנה אנכי נותן לפניכם טענת בני השבויים עם בני הגולה כדמות הקינה שומרון קול תתן (והיא עצמה בנויה על דברי הזוהר חדש באיכה):

בני ישראל נעים ונדים ביום ולילָה
עדת השם הרימי קולך ביללָה
שני אלפים שנה סורה את וגולָה

לֹא לָךְ הגולה חֲשׁוֹב עָנְיֵךְ כְּעָנְיִי.
הֲתַמְשִׁילִי חָלְיֵךְ לְשִׁבְרִי וּלְחָלְיִי.
ואם שבי לב טהור כְּשִׁבְיַת שִׁבְיִי.
על כל גלות וגָּלות שבעתים קָשְׁיִי.

ממאנסי שבארצות הברית הוּסָרָה
דרך צפונה לקאנדא הַקָּרָה
חֶמְדָּתִי נִפְשְׁטָה באדמה זָרָה
וּלְמִקְצַת הַיָּמִים שִׁלַּמְתִּי שְׂכָרָה.
למכסיכו דרומה פנינו במָרָה.

לענה וראש משבר ושוממָה.
וּבַת הַשְּׁבוּיָה עוֹד לֹא רוּחָמָה.
ארחותיי נתעקלו דרום־דרומָה.
למרכז אמריקה ארץ עקוּמָה.
גְּוַיְתְּ־מַלֵּא מחץ ראש על ארץ חמָה.
וּשְׁבִיָּה עֲנִיָּה לְבָבֶ"ל יָרַדְתִּי בלימָה.

צוק מצוקה. צרה מצרה. שמה שממה. שואה משואה. שבר משבר. הרס.. אבדון.. חיסול.. כליה.. איד.. תלאה.. לענה ורוש.

גַּם זֹאת הַפַּעַם מְעַט לֹא עָמַדְתִּי.
עַד לְקָחַנִי אֱדוֹם וְכִמְעַט אָבַדְתִּי.
וְעַל כָּל השלטראות נָפְצוּ הֲמוֹנִים.
גלות לגלות חלפה עשרת מונים.
מכאובים חדשים ויסורים רעננים.
איוב התענג לעומת מצב הַבָּנִים.

גלוי וידוע לפניך השי"ת בוראנו.
מרבדי שאול רצפת חדרינו.
ידי מלאך המוות מחבק צווארינו.
דֹמִי הגולה וְאַל תִּבְכִּי דמעותיך.
אמנם מתקו כצוף מריר גלותיך.
לֹא אָרְכוּ שנותי וְאָרְכוּ שְׁנוֹתַיִךְ.
נדדת את אחת ורבות נדדתי נתיבותיך

ברוך אלוקי ישראל עושי רצונו במרֶץ.
בסייעו עזרו ועוזרים, וְיעזרונו בפרֶץ.
משפחות עזבו מאחוריהם הארֶץ.
פה ושם גם בודד במסילותיהם יִרֶץ.

שמחה וששון במקום ישראלים
הבחורים הולכים הלוך וחדלים
לאל חי על העבר שבח מהללים
ובבקשה על העתיד לבוא מתפללים
נתת את הברכה על בחורים הבבלים
את המקללי"ם תנה לערלים
מברכיך ברוך ואאר מקללי"ם

אבל אתה אהה..
שמועה שמענו ותרגז בטננו.
מספר בחורים לא אָפַס עדנה.
שני אורים גדולים פני חמה פניהם
בתוך בור שבי עדיין מקום שניהם
אין מלל ואין פלל
אין תמיכה ואין סמיכה
פנה היום. נטו צללי ערב. בא השמש בצהרים.

וַיְהִי בָּעֵת הַהִוא וַיֹּאמֶר: אֲלִימֶלֶךְ וּפִישֹׁל שַׂר צְבָאוֹ אֱלֹהִים עִמָּכֶם בְּכֹל אֲשֶׁר אַתֶּם עוֹשִׂים.
אשריכם גבורי החיל
.

תפלתנו בעת הזו:
הַחוֹמֵל עַל דַּל חֲמוֹל עַל דַּלּוּתָם.
וּרְאֵה שִׁמְמוֹתָם וְאֹרֶךְ גָּלוּתָם.
אַל תִּקְצוֹף עַד מְאֹד וּרְאֵה שִׁפְלוּתָם.
וְאַל לָעַד תִּזְכּוֹר עֲוֹנָם וְסִכְלוּתָם.
רְפָא נָא אֶת שִׁבְרָם וְנַחֵם אֲבֵלוּתָם.
כִּי אַתָּה סִבְרָם וְאַתָּה אֱיָלוּתָם.

הַמְצֵא מנוחה, רחמים אל מלא
לב־טחורים מְהֵרָה תְכַלֶּה.
פְּדוּת לבחוריך בְּקָרוֹב תְּגַלֶּה.
קִרְיַת מֶלֶךְ רָב אָז נַעֲלֶה.
מעמך ישראל ציון תְּמַלֵּא.
ריק מכל יהודי - גְּוַטְמַלֶּה
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 306
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3373

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך שמואל פוקס »

איך האב געבעטן עי-איי, צו מאכן א קינה אויף לב-טהור, ביז א מינוט האט ער מיר דאס צוגעשעלט. ליינט און שטוינט:

...
אוי, נער תועה ברחובות ילדותו,
עזב בית אביו, נפל בחשכת גלותו.
לב טהור ביקש, אך מצא לו כת קדרותו,
"וַיִּזְעַק אֶל־ה', וַיַּעַן אֹתוֹ" (שמות ב׳, כ״ו).

בעיר צפת יסד קהל קטן ונבער,
בירושלים הגדיל חוגו בשער.
בלי דעת נאספו אליו כת בליעל,
"ה' רֹעִי לֹא אֶחְסָר" (תהילים כ״ג, א׳).

גָלוּ מארץ לעיר נכר בארא פארק,
גאו בחוצות מאנסי, בחושך ובסתר.
טעו אחריו במדרון מסוכן,
"טוֹב ה' לַכֹּל, וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו" (תהילים קמ״ה, ט׳).

דָרוּ בקנדה, נדדו גם לגואטמלה,
דרך מכאוב המשיכו עד ארץ מקסיקאנה.
הלך עימם גם לקורדיסטן העתיקה,
"ה' שֹׁמְרֶךָ, ה' צִלְּךָ עַל יַד יְמִינֶךָ" (תהילים קכ״א, ה׳).

הוֹי, במרמה קרא לשם בבל מחוז מושבם,
הקים דרוקעריי אפל, חשך משכנם.
וללא מחיצות גרו משפחות נבזות,
"וַיַּשְׁכֵּן עֲלֵיהֶם מִשְׁכַּן חֹשֶׁךְ" (איוב ג׳, ה׳).

ושברו איש מרעיו, בתים נפרדו,
וּנשים נגזלו מבעליהן, בנים נתרחקו.
רחקו רחוקים, לבות נשברו,
"רַחֵם עַל עַמְּךָ, ה' נָשָׂאתָם מִנְּעוּרָם" (ישעיהו ס״ג, ט׳).

זָכוֹר נא את שי פימא, נעקר מביתו,
זעקותיו נבלעו בחשכת מסתרו.
חָשַׁךְ עולמו, עוול כבד נגזר,
"חַנֵּנִי ה' כִּי אֻמְלַל אָנִי" (תהילים ו׳, ג׳).

חָצְרוֹת דמים מלאו בפרשת טעללער,
חמשה ילדים נגזלו, אשתו נעקרה.
שֶׁקר ייחס לה – "מן הסיטרא אחרא",
"שֶׁקֶר הַחֵן וְהֶבֶל הַיֹּפִי" (משלי ל״א, ל׳).

טִפְשׁוּת גמורה באחֵי וויינגארטן,
טרפו קהילה קטנה, עשו בה שמד פתאום.
קָמוֹ עינו אנשים ביסורי תופת,
"קָרוּ עָלַי פִּיהֶם, אָמְרוּ אֵין מַצִּיל" (תהילים ע״א, י״א).

יָצָא קוֹל מָרוֹר לבזות אנשים בשמות,
יְצַוֶּה לִקְרוֹא לָהֶם כִּנּוּיִים נִבְזִים.
שֵׁמוֹת זָרִים נָתַן לָהֶם לִגְעָלָה,
"שִׁמְךָ ה' לְעוֹלָם" (תהילים קל״ה, י״ג).

כִּי טבע שלמה בנהר בערב-שבת,
כִּסָּה אותו גל וחדל ממשמרתו.
לְיָתוֹם נותרו החסידים, בלי רועה אמיץ,
"לְמַעַן יְדַעו דֹּרוֹת אֲחֲרוֹנִים" (תהילים ע״ח, ו׳).

לָקַח נחמן העלבראנץ שרביט האימה,
לִבּוֹ אכזר, רשע ותועבה.
מָט בעם גזירות וייסורים כבדים,
"מְשָׁלוּ בָנוּ שׂוֹנְאֵינוּ" (איכה ה׳, ח׳).

מַחֲרָשׁ הוציא, גֵרֵשׁ כל הגרים,
מָשְׁכָם בשדה ערום, בלא לחם ולא מים.
הִנִּיחָם לרעב, לשכב תחת שמים,
"הִנֵּה עֲבָדֶיךָ נָם וְלָחֶם אֵין" (שמואל א כ״א, ד׳).

נָחמן צוו להיקרא "חכם" ולא "רבי",
נִכָּר שיגעון גאוותו וכזבו.
הִגְדִּיל שמו בהבל, השפיל עד היות אפסי,
"הֲבֵל הֲבָלִים אָמַר קֹהֶלֶת" (קהלת א׳, ב׳).

סֵר שמותיהם, נתן לבזות,
סָבַל העם חרפה וכלימה.
וְיָנָם רעבים, כי אסר מזון בשר, חלבי ודגים,
"וַיִּרְעֲבוּ גַּם צָמְאוּ, נַפְשָׁם בָּהֶם תִּתְעַטָּף" (תהילים ק״ז, ה׳).

עִקֵּם דרכיהם גם בלבוש יהודי,
עָטָה שקר, כאילו עתיק יומין.
צִיֵּר להם כי לבוש קורדי – תפארת קדמונים,
"צִיּוֹן הִיא, דֹּרֵשׁ אֵין לָהּ" (ירמיה ל׳, י״ז).

פָּקַד גם עוון בבנות קטנות,
פָּרַשׁ גזירה: הן ינקו בתים במקום עוזרות.
לוֹעֲגִים היו, נבזה ומחפיר,
"לֹא יְעַנּוּ עוֹד בַּת־צִיּוֹן" (איכה ד׳, כ״ב).

צָרוֹת נוספו בפרשת האיבערפאל,
צָפו חיילים, לקחו אמהות עם ילדים.
דִּמְעוֹת שופכו, סובבו על רצפה,
"דִּמְעָתִי לֶחֶם יוֹמָם וָלָיְלָה" (תהילים מ״ב, ד׳).

קָם אז יואל העניך ונפרד במנוס,
קָהַל קטן בנה לו – "כנישתא חדא".
בִּצְעָד אחים התרחקו במכאוב,
"בְּנֵי בָנִים כְּתִעֲרוּיֵם" (יואל א׳, ג׳).

רָאוּ גם כי "החכם" אוסר לצאת לארה״ב,
רָצו אבות להציל את ילדיהם – ונעצרו.
נִשְׁאַרו במעוני נכרים תחת גויים,
"נַפְשֵׁנוּ כְּצִפּוֹר נִמְלְטָה" (תהילים קכ״ד, ז׳).

שָׁבוּ לבסוף כלואים נפרצו,
שׁוֹטְרִים עצרו את נחמן ושמונה עמו.
יוֹם ליום נכחד כוחו, נשלח לכלא,
"יָדוֹ עַל־כָּל וְיַד־כֹּל בּוֹ" (בראשית ט״ז, י״ב).

תוֹדָה לאל, הכת נשברה,
תִּפְאֶרֶת חרות קמה לעולם.
מְעוֹז ישועות נפתח לעם,
"מוֹדִים אֲנַחְנוּ לָךְ" (ברכות נ״ז, ב׳).
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

אלימלך פישל מיט ברוך, אנטשולדיג איך האב געמיינט ברוך פישל מיט אלימלך זכריה, ניין ניין איך האב געמיינט ברוך מיט פישל (זכריה מרדכי), שוין נאך די 3 מאל, האב איך עס שוין געזאגט האפענטליך די ריכטיגע וועג.

איך הער אז ס' היינט מאנטאג אויף די וועלט עכ"פ דא אין אמעריקה, איך מאך מיר סתם צי נער.
אפשר אין גוואטימאלע רופט מען די 2 טאג נאך שבת אויף ספאניש לונעס, וואס אין אנגליש רופט מען דאס מאנדעי. אבער אונז יודן רופן דאס יעדער וואך אן היום יום שני בשבת
הייסט אז די גאנצע נאמען איז שני בשבת. נישט קיין מאנטאג, נישט קיין לוניס, און אויכעט נישט קיין מאנדעי.

וואס מיין איך צי זאגן?
אונז כלל ישראל, האבן אלע סארט יודן מיר האבן מיר יודן, וואס וועלען זאגן און די 3 שפראכען, און מסתמא אויף נאך כאטש עטליכע 20 שפראכן זענען פארהאן יודן וואס רעדן די ארטיגע שפראך ווי זיי וואוינען, אבער אלע דאווענען זי זעלבע שפראך צום באשעפער.

יעדער יוד האט זיין אייגינער שפראך אויכעט וואס ער רעט צום אויבערשטער, און די וועג ער קלעבט זיך אן צום באשעפער.
למשל איך וועל ענק פארציילן א טשיקאווע זאך, וואס איך האב מיט געהאלטען:
ס'געווען א יוד וואס ער האט נעבעך פארלויר'ן זיין ווייב און קינדער ביים קריג. ער האט נישט געהאט נאך קינדער נאך די קריג.

ער פלעגט אבער אלעמאל זיין בשמחה!

איך האב עם ערשט געקענט פאר 25 יאר צירוק, ווען ער איז געווען גאר גאר אויפן עלטער, נאנט צי 100 יאר.

ער האט מיר פארציילט א מורא'דיגע זאך.
ווען מ'האט עם ציגענומען און לאגער (אושוויץ אדער מיידאניק?) די ווייב און (7-9?) קינדער, האבן אלע יענער נאכט געוויינט צום באשעפער, זיי זאלן צירוקומען. ווידער ער האט מיר געזאגט, אז ער האט באלט פארשטאנען אז ס'איז רח"ל דערנאך.
האט ער געבעטען די באשעפער ער זאל קענען טאנצען דערביי אנשטאט וויינען דערביי, ער האט מיר געזאגט די רבונו של עולם האט אנגענומען זיינע תפילות, און די עטליכע 50 יאר נאך די מלחמה איז ער קיינמאל נישט געווען ציבראכען!

ער האט מגדל געווען יתומים נאך די קריג, און מייעץ און מדריך געווען מענטשן מיט א זעלטענע געטריישאפט, כל שנותיו.
איך בין נישט אויף געשטאנען היינט צי שרייבן א הספד אויף קיינער.

נאר מיר אלע האבן פון מאהל צי מאל וואס מיר זענען נישט, און די גיסטע, צי ווי אזוי מפלעגט עס אמאל אנרופען נישט ביי די כלים.

איך בין זיכער אז די יצר הרע קומט אן אויכעט קיין גוואטימאלע, און אפילו צי 2 ציבראכענע ברידערס וואס פיהלן ווי זענען געבליבען און גאנצען אליין און א פארשטעקט שעלטער, קריכט נאך אריין די יצר הרע אונטער די גראטעס, און זאגט ענק:
פישעלע, וואס וועט שוין זיין פון דיר?

און נאך דעם געבט ער א מיאוסע ציפ פאר מייליך ברוך'ל, און זאגט עם, די ביסט גארנישט ווערט, ווער ווייסט פון דיר?
ווער טראכט פון דיר? וואס וועט שוין זיין פון דיר?

זאגטס עם ביידע ציזאמען צירוק מיט א פעסטקייט 2 ענטפערס,
די ערשטע אפילו ס'זאל חס וחלילה זיין אמת, די באשעפער וויל איך זאל זיין בשמחה, ווייל "עבדו את ה' בשמחה".
השנית ס' איז שקר וכזב, ס'ווארט ענק אפ א לעכטיגע עתיד בקרוב ממש בעזרת השם יתברך. ענק זענען נישט אליין, כלל ישראל טראכט און זארגט פאר ענק א גאנצע צייט.

איך וויל ענק פארציילן א מעשה וואס איך האב אמאל מיט געהאלטן אלץ קינד.

מיט 2 ערליכע יודן, וואס זענען געווען באהאלטען ביי א גוי, דארך אויס די 2 וועלט מלחמה.
זיי זענען געווען גאר וואויל און פלעגען דינען די באשעפער מיט די גאנצע הארץ, ליידער לערנן האבן זיי כמעט נישט געקענט ווייל פון 9 יאר אלט ביז 14 זענען זיי געווען באהאלטען ביי א גוי, דארך אויס די יארן פון די וועלטס מלחמה. און דערנאך זענען זיי געווען, היימלאזע פליטים פאר נאך 4 יאר זיי זענען אנגעקומען קיין איטליה ביי די 18 יאר אלט, זיי האבן געוואלט גיין לערנן אין א ישיבה פון פליטים דארט וואס האט געהייסען מאור הגולה. אבער וועגען בירגערשאפט (אין אנגליש רופט מען דאס סיטעזינשיפ) פראבלעמן האבן זיי געמוסט צירוק פארן קיין פראנקרייך און זיך געוואלגערט ביז די 22 יאר.

ווען זיי זענען אנגעקומן צי א לאנד וואס הייסט אמעריקה. (ענק האבן אמאל געהערט פון דער לאנד? ניין איך אויך נישט, סתם סתם איך מאך נאר א וויץ, ענק זאלן געבן עפעס א שמייכל אינדערמיטן ליינען)

דא הוא אין ניו יארק האבן זיי געארבעט שווער און ביטער צי האבן א שטיקעלע ברויט מיט א דאך אויפן קאפ. שפעטער האבן זיי ביידע ברוך השם חתונה געהאט, און געהאדעוועט משפחות, האבן זיי ווייטער געדארפט פרנסה. בקיצור לערנן האבן זיי נישט געקענט, אבער מסירת נפש זיך צישטעלען צי שיעורי תורה האבן זיי געהאט, און יעדער איבריגע מינוט האבן זיי געניצט פאר מצות, אדער תהלים זאגן צי לערנען לייכטע לימודים.

זיי האבן מחשיב געווען יעדער קינד, בחור יוד וואס זיי האבן געזען לערנן ווייל זיי האבן אזוי שטארק ליב געהאט די תורה, אבער זיי האבן נעביך נישט געקענט לערנען. און בימים ההם איז נישט געווען קיין שום ספר, צי העלפן לערנען א שטיקל גמרא, נישט אויף קיין שום שפראך.

איינמאל ווען איך בין געווען 9-10 יאר אלט בין איך אריין עווענט צייט אין שוהל, נאר זיי 2 זענען דארט געזעצען. אנשטאט זיי זאלן זיין פרייליך ווי געווענליך האב איך זיי געזען זייער זייער ציבראכען ממש עפעס אויסטעליש, איך בין געווען זיכער אפשר איינע פון זייער ידידים איז אוועק, צי רח"ל חרוב קראנק, צי אפשר איינער פון זייער קרובים.

ס'האט מיר נישט געשטימט ווייל איינער פון זיי האט געהאט פארלוירן זיין ווייב א יאר פריער, און ער האט נישט אויס געזען האלב אזוי ציבראכען און טרויעריג.

בקיצור: איך האב מורא געהאט אריין גיין אין זייערע געגענט און שוהל (אלץ דרך ארץ, 2 אלטערע יודן וויינען יאמרעליך, שפאצירט זיך אריין א יונגל צווישען זיי?). אבער די שאפער פון די גמרות, וואס מיר האבן דעמאלסט געלערנט אין חדר, זענען געווען ממש לעבן זיי. האב איך געווארט ביז מיין חברותא וועט קומען און מיר וועלן ציזאמען גיין נעמען די גמרות פון שאנק. פלוצלינג האבן זיי באמערקט פון די ווייטענס און זיי האבן מיר ציגערופן צי זיי. יונגעלע קום אהער.

פרעגן זיי מיר די דארף'סט נישט א גמרא בבא קמא פון שאנק? האב איך געווען שאקירט פון איין זאט אז זיי ווייסן, און פון די אנדערע זייט זיך בארהועגט און צי געגאנגען צום שאנק נעמען די גמרא.
שלא כדרכם פון פליטים, האט זיך דער צווייטער אנגערופן צי מיר די ווייס פארוואס מיר האבן געוויינט?
האב איך געבליבן שטיל, זאגט ער מיר. איך וועל דיר זאגן עפעס.
מיר האבן פארבירט היינט צי לערנען משניות, און מיר האבן נישט פארשטאנען, געווענליך פלעגט דארט זיצן נאך א יוד, וואס ווען זיי האבן נישט פארשטאנען (יעדער 5-10 מינוט) פלעגט ער זיי געבען צי פארשטיין. יענער האט זיך וויי געטוען זיין ריקן און געמוסט בלייבן ליגן פאר 2-3 חדשים. די טאג פון די מעשה איז געווען די טאג וואס דאס האט געשען. זיי האבן געלערנט, און נישט געקענט פארשטיין האבן זיי פשוט אנגעהויבן וויינען פון צער, צום רבונו של עולם, זיי זאלן געהאלפן ווערען, און קענען פארשטיין די משנה. זיי האבן זיך נישט געשעמט און מיר געפרעגט פשט, וואס ברוך השם, איך האב געקענט זיי ענטפערן.

דערנאך האבן זיי מיר אוועקגעזעצט לעבן זיי, און מיר פארציילט ווי זיי וויינען יעדער טאג, אז זיי קענען נישט לערנען די הייליגע תורה. זיי האבן מיר געזאגט ווערטער וואס באגלייטן מיר ביז היינט.

ערשט האט ער מיר געזאגט יעדער טאג ווען איך, זעה ווי א יונגעלע נעמט א גמרא, פריי איך מיר אז נאך א יוד גייט לערנען די הייליגע תורה. און איך קוק צי ממש מיט קנאה ווי די קענסט לערנען א שווערע גמרא ווי בבא קמא (דאס האבן מיר פשוט געלערנט אין חדר).
דערנאך האט ער מיר געזאגט

די טבע פון א מענטש איז ווען ער איז יונג, ווייסט ער נישט צי שעצן לערנען תורה אין א ישיבה, ווייל ער קוקט דאס אן אז ער מוז אזוי טוהן. קוק ווי אונז זעהן אויס וועגען די רשעים האבן זיי פארלענט די יונגע יארן און נישט געלאזט לערנען תורה.

די מחזה ווי 2 אלטע יוד'ן וואס האבן פארלוירן זייער גאנצע משפחה ביים קריג, און געהאט געניג צרות שפעטער אויכעט וואס איך געדענק. האב קיינמאל אפילו אויף תשעה באב קיין קרעכטס נישט געגעבען איבער זייערע צרות. זיי האבן נאר געוויינט וועגען זיי האבן נישט זוכה געווען צי קענען לערנען אליין תורה
לעניינו, ס'טאקע ענק זייער שווער יעצט, און ענק פיהלן מיט רעכט אונטערשטעלינג פון אנדערע קינדער/בחורים אין ענקער עלטער.
אבער ענק וועלען בקרוב אלץ קענען מיט כאפן.

זייטס נישט געזארגט נאר איין זאך בעט איך פון ענק, זייטס בשמחה


@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1527
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15227

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

האנט געמאלן ספעציעל פאר פישל און אלימלך ברוך
פיילס
Screenshot_2025-08-18_164906_optimized.png
Screenshot_2025-08-18_164906_optimized.png (138.54 KiB) געזען געווארן 796 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1527
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15227

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

א בריוו צו די טייערע בחורים
פיילס
Screenshot 2025-08-19 093243 (1).png
Screenshot 2025-08-19 093243 (1).png (231.7 KiB) געזען געווארן 741 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

פישעלע און אלימלך ברוך שיחיו,
היינט איז די טאג וואס מגייט ארויס פון מצרים.
יא ענק האבן גוט געליינט, און די פיר פרשיות פון תפילין, וואס כלל ישראל פירט זיך דאס צי זאגן יעדען טאג.זאגט מען היום אתם יוצאים...מארץ מצרים, פלעגען חסידים זאגן "די באשעפער זאגט: היינט גיין ענק ארויס פון מצרים (=פון אלע צרות) בחודש האביב דאס איז שוין א אנדערע זאך.
יא היינט קיין אויכעט זיין די "ישועת ה' כהרף עין" פון איין סעקונדא צום צווייטען קען די רבונו של עולם ענק ארויסנעמען פון די גאנצע סומאטוכע פון אלף ביז ת'. א יוד איז דאס מחיוב צי גלייבן.

ששש.... איך וויל ענק פארציילן שטיפץ ענק נישט צי זיצן נאנטער ביי די סיפור, ווייל איך גיי רעדן הויעך אויף א מעגאפון פאר אלע פארזאמעלטע צי קענען הערן. ממילא ס'נישט דא קיין סיבה פארוואס זיך צי שטיפען. פישעלע מאך פלאץ פאר ברוך, זכריה מאך פלאץ פאר אלימלך ברוך יא די ברוך ריק דיך אביסל איבער א משהו, כדאי ס'זאל זיין פלאץ פאר מרדכי'ן. יעדער זיצט? פיין. (אנטשולדיג פאר זיך אזוי צי נער מאכן, אבער איך וויל ענק זאלן כאטש געבן עפעז א שמייכל, אדער ווייל עטס וועט האלטן איך בין גוט משוגע, אדער עט'ס וועט הנאה האבן פון דעם שפראך, דער עיקר ענק זאלן קענען שמייכל'ן פאר א קליין מינוט'לע)

איך בין געגאנגען נעכטן אויף די וועג צי פוס די אין ניו יארק, און מיין געגענט, טרעפט מיר אן א יוד וואס וואוינט שוין היינט צי טאגס און ארץ ישראל, און ירושלים עיה"ק. דער יוד האט ב"ה א שיינע ביזניס דאהו און קומט דא כסדר. דער יוד איז גאר אינטערסאנטער פארשוינט. ער קען איין מאל דיר טרעפן און זיך פרייען מיט דיר ווי דיין לאנג פארלוירענע ברידער ער זיכט שוין 30 יאר אויב נישט 40. דער נעקסטע מאל איך זעה עם אויף די גאס נאכאמאל א תקופה שפעטער, און איך באגריסט עם מיט א שמייכל (ווייל איך געדענקסט זיין שמחה מיר טרעפן לעצטע מאל) וועט ער די געבען א ביטערע קוק אן, ווי ער האט נישט קיין אנונג ווער די מצורע וואס שטייט קעגן איבער פון עם. און אזוי ווי זיין שמחה און גוט געפיל דיר טרעפען יענער מאל, איז יעצט זיין נישט ציפרידענהייט און שלעכטע געפיל דעה מאל.

ס'דא אזא מין מחלת הנפש, וואס הייסט בייפאלער דיסארדער, וואס דאס מיינט דער מענטש האט ליידער און זעך 2 פערזענליך קייטן, איינס א נארמאלע און זיסער און איינס א צירודערטער און שלעכטע. דאס קומט און גייט ביי די מענטש, און ער האט נישט באמת קיין שליטה אויף זעך, אודאי ארבעטן אויף זיינע שלעכטע מידות קען העלפן, אבער די גאנצע נפש זיינער איז דעמאלס אנדערש, די מענטשן וואס גייען דאס אדארך און העלפן זיך נישט איז עס יסורי אויב.
ס'דא אויף דעם גאר שטארקער מעדיצינען, וואס קען מאכן מענטשן לעבן כמעט נארמאל, ווי לאנג זיי נעמען די סחורה די דאקטער באשרייבט זיי, אבער ווען נישט איז א חורבן, זיי קענען ממש ווערן מסוכן צי זיין לעבן זיי.

איך האב אלעמאל געטראכט אז נעבעך דער יוד מוז האבן די קרענק רחמנא לישיזבן, און דאס איז ליידער זיין ביטערע סוד, אבער איך האב מיר אלעמאל אריין געטראכט ווי אזוי קען זיין אז ער האט א משפחה מיט קינדער, און זיי זען אויס ציפרידן נארמאל, און ווי אזוי פירט ער געשעפט וואס האט לפחות
עטליכע 20 היימישע יונגעלייט, און קיינע רעט זיך נישט אפ. אבער געגאנגען ווייטער מיר האבן ברוך השם געניג און נאך צי טוען מיטן טאג. אבער ווייסט דאך ווען איך פלעג זוכה זיין צי אזא מין ברוך הבא פון עם האב איך דאס שטארק נישט ליב געהאט.

דאס גייט שוין אזוי אן פאר א פאר יאר.
נעכטן האב איך אויסגעטראפן דעם אמת.

יענער מאל איך האב עם געזען, האט ער מיר אזוי שיין באגריסט און געשמועסט מיט מיר, פאר א פאר מינוט, ער האט מיר אפילו געפרעגט ווי בין איך אויף מיין וועג צי, און מיר אנגעטראגן אהין צי פיר'ן מיט זיין אוטו (=קאר בלע"ז), און אפילו ציגעווארט אויף מיר 5 מינוט, בוז איך וועל זיין גרייט צי גיין.
לויט דעם חשבון דארף ער זיין דער אמאל די מענטש וואס איז נישט גורס דעה מאל, האב איך באשטעטיגט, איך וועל אונז ביידע שוינען די אומאנגענעם קייט און זיך מאכן ווי איך באמערק עם נישט בכלל און פארטיג.

שלעכטע מהלך?

מיר אויס געזען זייער גוט גראדע, נעבעך ער דארף א רפואה שלימה, און נעמט נישט זיינע רעצעפטן די דאקטער האט עם באשריבן, אבער דאס מיינט נישט איך דארף יעצט אויך ליידן. און איך בין זיכער ביי מיר אז די אלע דעה מענטשן וואס זענען וואוילע מענטשן וויין זיי זענען און א גוט'ע מינוט, ווערן באמת ציבראכען פון זייער שלעכטע מעשים ווען זיי זענען און א געזונטער מינוט. איז צי וואס סתם עם וויי טוהן?

א ציקר א מעשה עה.... איך מיין בקיצור המעשה.
האב איך טאקע געגאנגען ווייטער כאילו איך באמערק עם נישט, אבער ער קומט צי מיר און כאפט אן מיין היינט און מאכט מיר א גוט'ן מיט די האנט, אבער מיט די זעלבער ביטערע פנים. און ווען איך מאך עם צירוק מאכט ער מיר די זעלבע נישט גורס זיין אויגן און גייט זיך זיין וועג אנרעדן א ווארט.
יעצט בין איך שוין אונגאנצען פארמישט, איך מיין וואס דארף דאס צי זיין?
איך האב אויף געזוכט זיין ברידערס טלפון נאמער און עם אנגערופן איך פרעג עם, מאי האי, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? וואס גייט דא פאר מיט דיין ברידער, איין מאל פאר אלעמאל? טאמער דארף ער העלף מיט א מחלת נפש, און ער באהאנדעלט דאס, איז אפשר שוין געקומען די צייט דער משפחה זאל פריווען עפעס דא אויף ציטוהן ער זאל זיין גרייט צי גיין צום דאקטער. איך האב עם נאך ציגעלייגט פריער אדער שפעטער גייט דאס פלאצן, א שאר אויף די חורבן דעמאלס, ווען יעדער וועט וויינען אדער ווען די שלום בית וועט צישטערט ווערען אדער ווען אלע ציקריגן זיך מיט עם, און די גאנצע שיין גרויסע געשעפט זיינע גייט ציגרונט.

נאך מיר אזוי שיין אויסהערן, ענטערט מיר די ברידער אזוי:
הערט און שטוינט,
לאמיר רופן דער יוד איך פארצייל א גאנצע צייט משה, כדאי ס'זאל ענק לייכטער צי פארשטיין די מעשה, וואס איז ביי מיר געווען א מורא'דיגע לימוד מיט מוסר השכל, ענק פישלע מיט ברוך'ן האבן מיט געמאכט און בא'עוולט געווארען אזויפיל מאהל און ענקער יונגער לעבן, ס'וועט ענק מאכן לייכטער די לעבן און די קומעדיגע עתיד בהשי"ת.
משה, קומט נישט דא אהער כמעט וועגען זיינע געשעפטן ער קומט דא פאר גאר א אנדערע סיבה אויף רפואה. ער האט נישט קיין שום מחלת הנפש, ער האט גאר א שרעקליכע סארט, פון די ביטערע מחלה, וואס א סאך ערליך יודן האבן אכטונג געגעבען נישט ארויס זאגן דעם נאמען פון דעם קרענק, (ווייל זיי האבן געהאלטען דאס געבט חיות פאר די ביטערע מחלה) ברענגט א ציטיר ביי יעדער מענטש ווען מ'טרעפט אויס פון איינער וואס האט דאס רח"ל כל עמו ישראל פון דעם וכיוצא בו. ער האט א גאנץ א זעלטענע סארט פון די "יענער מחלה" וואס ליידער איז די שורש דערפון אין די מאל פון די מענטש.

געווענליך פילט נישט די מענטש ווייטאג, ווייל ס'פיהלט נישט געשוואלען, נאר א ביסל מאדנע אזויווי נייע שטיקל וואקסט אריין אין די מאל. אבער יעדער פאר וואכן יעדער 2-3 טעג וואס זענען טעג מ'מאכט פארשידענע טריטמענטס פאר די קרענק, איז דא ממש שרעקליכע ווייטאג און דאס טוהט ברענען שרעקליך פון יעדער איינציגסטער ריר מיט די פנים, אפילו אויב מרעט נישט קיין איין ווארט, באזונדער איז דא א שרעקליכע טעם און די מאל, די גאנצע 2-3 טעג.

פירט ער מיר אויס ווען די טרעפסט משה, געשמאק אין פיין איז ער נישט אין די 2-3 טעג. ווער די טרעפסט עם און ער קוקט דיר אן שטארק אבער ער שאקלט נישט די אויגן אפילו צי דיר, איז די טעג וואס ער ריקט נישט זיין פנים כמעט ווייל יעדער ריר טוהט עם וויי יסורי איוב, אבער מצידו שפירט אז מסתמא ווייסט די דערפון קוקט ער דיך אן שטארק, און דאס במקום עליכם שלום, און שוין, היינט ווען די האסט נישט זיך ציטוהן געמאכט האט ער דיר געוואלט באגריסען האט ער דיר אנגעכאפט די האנט, ווידער ווען די האסט עם גענטפערט האט ער דיר נאר געמאכט מיט די זעלבע שטארקע קוק וואס ער איז ציגעוואוינט.


די מעשה האט מיר צישוידערט ביז גאר, און זאל דאס גאר זיין א זכות לרפואתו און פאר אלע חולי ישראל.
וויפיהל מאל שפירען מיר ציבראכען און צישאסען ווען מיר גייען אריבער שווערקייטן און שווערע צייטן, און מיר קענען האבן א מחשבה זרה וואס וויל די בורא כל עולמים פון מיר? על מה עשה ה' ככה.

אבער די ענטפער איז פשוט, מיר קענען נישט און זיכן נישט צי פארשטיין, די באשעפערס חשבונות, ער האט באשאפען די וועלט פאר 5785 יאר צירוק ער מאכט יעדער טראפ וואסער אין ים זיין און יעדער בלעטל אויף'ן בוים, ער זארגט אז 2 טראפן רעגן זאל'ן נישט אריין קראכן איינער און צווייטען די גאנצע וועג אראפ פון די הימל ביז אראפ אונטען אויף די ערד, און אז 2 האר אויף אונזער קעפ זאלן נישט ארויס וואקסן פון די זעלבע ווארצעל, די זעלבע באשעפער ווייסט וואס איז גוט פאר אונז.

יא מיר דארפן בעט'ן פאר בעסערס מיר זענען גאר מחיוב און האבן א מצוה אין די תורה צי בעטן פאר בעסערס, אבער אויף די זעלבע צייט זענען מיר מחיוב צי גלייבן אז אלעס איז געפירט בהשגחה פרטית און הכל לטובה.

איך וועל זאגן נאך מער:
א סאך מאל איז די נסיון גרעסער, ווייל די שליח אונז צי וויי טוהן, זענען מענטשן וואס מיר האבן געפיהלט א שטארקע נאנטשאפט במשך פארשידענע זמנים, און זיי טוהן אונז אזוי וויי!?!?!?
פארוואס?!!?!
וואס האב איך יענער א מאל שלעכט געטוען!?!??!
און אפילו אויב יא, בארעכטיגט דאס דען?

די ענטפער איז אבער פשוט, יענער מוז טאקע תשובה טוהן און יענער גייט דארפן געבן א דין וחשבון פארן גאנצע בית דין של מעלה.

אבער מיר מוזן געדענקען קיינער קען אונז נישט וויי טוהן, אן די באשעפערס רשות, יא מגלגלין חוב על ידי חייב, און ס'איז נאטירלעך צי ווערען באמת ברוגז אויף יענעם.

ס'לייכט צי רעדן ווען מ'זאגט זיי א מעביר על מדותיו, און יענעם מוחל זיין, און קיין מענטש אין די וועלט קען קיינמאל נישט פארשטיין א צווייטען'ס ווייטאג באמת ביזן סוף.

איך וועל זאגן נאך מער פישל מיט מייליך ברוך'ל ענק קענען אפילו נישט פארשטיין איינער די צווייטערס קלעם און פיין ביזן סוף. יא ענק פארשטיין זיך מער ווי די גאנצע וועלט קען ענק פארשטיין אבער א מענטש קען נאר פארשטיין זיין פיין 100% א צווייטע אפילו ווא איז עמי אנוכי בצרה, איז נישט בנפש און די זעלבע פלאץ ווייל יעדער מענטש האט אנדערע תכונות הנפש, איז אין אנדערע עלטערע האט אנדערע זאכן וואס דריקן עם מיר ווי דער צווייטער.

און איך קום דאס טאקע נישט זאגן, ווייל איך ווייס נישט אויב ענק דארפן מוחל זיין איינער וואס האט ענק אזוי וויי געטוען איך בין נישט קיין גדול בישראל.

וואס איך זאג יא?
מאכטס קלענער ענקער אייגינער צער הנפש, אויף וואס ענק גייען אריבער ביי געדענקן:

קיינער קען מיר נישט וויי טוהן אויב, מהאט נישט גוזר געווען אזוי אין הימל, אין דאס איז די השגחה פרטית, וואס מקען נישט פארשטיין און אויפן באשעפער האבן מיר ווייטער נישט קיין קשיות, ווייל קיינער אין די גאנצע בריאה זארגט זיך נישט פאר מיר, אזוי ווי די באשעפער זארגט זיך פאר מיר.

ממילא וועט ענק זיין א ביסעלע לייכטער די צער און ווייטאג.

זייטס געזונט מיינע גוט'ע פריינט, איך שרייב שוין אזא גוט 2 שעה.
איך מוז עפעס ארבעטן היינט אויכט.
וועלן מיר זיך שרייבן מארגן ווייטער
ידידכם המצפה לישועתכם און קען קוים ווארטן ענק צי זען

@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
alef
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 4:37 pm
x 76

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך alef »

עס קוקט אויס אז אז ס'מיין קרעדיט אז נעטפרי האט געעפענט דא פאריגע וואך
וואס לערענט מען פון דעם ? אז מ'דארף פשוט בעטן
איז לאמיר טאקע אמת'דיג בעטן דעם פון אויבען פאר א גאנצע ישועה
פיילס
nf.JPG
nf.JPG (32.29 KiB) געזען געווארן 675 מאל
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

אלימלך ברוך'ל און פישל, (יא כ'ווייס אז פישל איז עלטער אבער היינט איז די טאג וואס די קינדער גייען אויף א אויספלאג, און פישל גייט זיך מיטכאפען העלפן אכטונג געבען אויף די קינדער ס'זאל נישט ציקומען צי קיין סכנה.

אין אמת אריין האף איך שטארק אז מיין היינטיגע בריוו וועט זיין די לעצטע טעגליך בריוו

מ'קען מיר דעמאלסט שטיין בקשר נארמאלערע וועגען. (טאמער ענק האבן נישט דערהאלטן מיין אימייל, וועט יצחק טייכמאן, וויסן ווי אזוי צי געפונען @גרינטליך)

ערשט וויל איך עקלערן נאך אמאל, איך האב נעכטן נישט געמיינט אן צי טיילן ח"ו קיין שום דיעות, איך האב נאר געזוכט ענקער געפיל לאכטער מאכן, ווען מ'ווייסט אז קיינער אין די וועלט קען מיר נישט מצער זיין אויב ס'איז נישט נגזר געווארען פון אויבן, און וואס דער באשעפער טוהט איז גוט.

ווייל אויך און וויי אויף א באשעפער וואס אונז קענען פארשטיין זיינע וועגען. ווי שטייט און ספר העיקרים פון איינער פון די ראשונים אילו ידעתי הייתיו- פשט ווען איך וואלט געקענט פארשטיין באמת חשבונות שמים, וואלט איך געקענט קיין קאנקערענס, און אליין באשעפען, מוז דאך זיין אז איך קען נישט פארשטיין. ווייל מיר קענען נישט באשעפען קיין מענטש, לאז אליין די גאנצע וועלט.

לאמיר פארן האנט אויף א רייזע, קיין ווייטער אפריקה, און זיך אריין זעצן אין א סאפארי טרעקל, איך בין זייער שטארק אינטערסירט און זען דארט די גרויסע ריזיגע עלעפאנטן שפאצירן און מחנות פון 25 שטיק, און ציקוקן ווי א חבורה פון 4-3 לייבן ריקען זיך צי די זייט, זיי אדארך צי לאזן, אלס מורא אז די מלך החיות וועט פשוט ציטרויטן ווערען, און נאך דעם גייען מיר א ביסעל ווייטער זעהן מיר ווי א צווייטע משפחה לייבן לאקירט אויף א מחנה זיברעס.

די 2-1 גרויסע לייבן זיצן אויף איין זייט פון די וואסער, און אונטער די ביימילעך באהאלטען זיך די לייבינ'טיס מיט די יונגערע לייבן, און די 2 גרויסע לייבן הייבן זיך אויף און הייבן אן די פאסקע צי כאפן לייכט אהייט א זיברעלע צוויי. שוין די זיברעס זיינדיג ענליך צום פערד, טרינקן אלע מיט איין אויג אויף די וואך, און יעדער שטייט געדרייט צי א אנדערע ווינקל, אז זיי זאלן קענען זיך באווארנען פון א פארציקער, פלוצלינג ווערט א בהלה, זיי אלע נעמען זיך לויפן אויף איין מאל, איינער האט באמערקט 2 לייבן קומען.
מגייט זיי פארציקן!
אויש ווא... זיי נעמען זיך אלע לויפן און די אנדערע ריכטינג, אריין און די נעגל און לאפעס פון די משפחה פון די פארציקענדיגער לייבן, די לייבן דארפן נאר איין אדער צוויי זיברעס נישט מער, די רעשט וועלען מצליח זיין צי אנטלויפן. די פאר קליגע זיברעס, וואס אנטלויפן צי די זייט זענען אויך איינגעשטעלט ווייל דארט ווארט אויכעט אפ צי מאל איינער פון די לייבן, טאמער וועט עם געלאנגען צי אנטלויפן וועט עם איינער כאפן.

ווען אונז קוקן מיר אויף די לייבן' קליגע פאסקע, דערמאן איך מיר, א מדרש און פ, וואס פארציילט, וועגען א קליגע הונט, וואס גייט אריבער די מארק, און זעט א טישל מיט עפיל, ווילינדעג אויכעט האבן א עפיל, און וויסענדיג, אז די מוכר וועט עם פארטרייבן פאר ער וועט לייגן א לאפע אויף איינס. וואס טוהט די הונט?

ער ווארט אויף א געלעגענהייט, און געבט א שפרינג אדארך לעבן די טיש, און געבט א ווארף איבער די גאנצע טיש, און פיצט אפ שנעל, פאר מקען עם אריין שמאסן. יעצט ווערט א בהלה, די מוכר תפוחים, שפרינגט ארום נאך לויפן זיינע עפילעך וואס פליען ארום פון אלע זייטן,
און די כלב'ל איז ווידער דא, ער כאפט אפ זיין עפיל און אנטלויפט אום געשטערט ווייל די בעל הבית, לויפט נאך די עפיל, נישט כאפענדיג אז די גאנצע בהלה, איז נאר געווארען אנגעדרייט דארך די הונט פאר די מטרה צי כאפן דעם עפיל.

שמועסט אוי אויף דעם די מדרש, אז דאס איז די יצר הרע, ער מאכט א סאך מאהל א גאנצע צרה יגון ואנחה, מיט א שרעקליכע בהלה, ווייל ער וויל פשוט צי כאפן די יראת שמים פון די מענטש די קדושה פון די מענטש, און ער ווייסט אז מיט אזעלעכע הייליגע יודישע קינדער קען מען נישט אזוי סתם געהן א פארכאפ, איז ער געביפט ביז גאר.

ער גייט זארגן צי מענטש זאל זיך דרייען פאר דאגה'ט אויפן עתיד: מ'זאל זיין פארזארגט, וואס וועט דא זיין? און ער וועט פארלירן זיין מוט קוראש מיט שמחה, און דארך דעם אדארך פאלן מיט זאכן וואס קומט נאר פון יואש. אויב איז מען מייואש, האט די כלב'ל די יצר הרע געוואוינען.

רבונו של עולם, ווי אין דער וועלט בין איך דא אנגעקומען אריין אין א מדרש רבה פונקט אין מיט'ן די סאפארי אין די אפריקאנע ג'ונגל?!

בקיצור די לייבן פרעסן פון חיות טורפות קודם די גרויסע לייב וואס האט כמעט גארנישט געלייגט קיין פינגער און קאלט וואסער, נאר אביסעל שפאצירט צי די ריכטונג פון די זיברעס, ער האט נישט נאך געלאפן נישט געשפרינגן און געפאלן אויפן פנים ווייל ער האט פארפאסט די זיברע, נישט געכאפט א שטויס פון די ראנגלידיגע זיברע, גארנישט געזעצן און די שאטן און געוואטשט ווי די משפחה ארבעט שווער צי פאנגן, יא אביסל שפאצירט אבער מ'האט שוין געהערט אזאנס.

די מלך המשפחה שפאצירט צום קערפער און נעמט זיך פרעסן, מ'זעט נאך און די וואטענס ווי די רעשט זיברעס אנטלויפן כל עוד רוחם בם. די אנדערע לייבן זיצן, שטייען ארום, און קוקן צו, ווי די פיינע סעודה זיי האבן געפאנגן וועט פארטיג, פארפאלן אזוי האט די באשעפער געמאכט די גאנצע בריאה, א טייל ארבעטען עפעס צי דערגרייכן און די אנדערע קענען זיך מחיה זיין מיט א צווייטענ'ס ארבעט.

די אנדערע לייבן קוקן צי, ווען די ראש החבורה האט געפרעסן צי די זעט, און די אנדערע דערוואקענע לייבן האבן זיך שוין אנגעזעטיגט, יעצט הייבן און די קליינע קינדער לייבל'יך און לייבענטס מיט די עבודה קשה, פון פרעסן ווי א בעל חי קען, דערנאך ווען אלעס איז דערנאך. הייבן די לייבינטעס אן מיט די אכילה, אדער איך מיין ווי ענק וואלטן דאס גערופן די פרעסעריי, פון וואס איז געבליבן. דא אויכעט ערשט די גרעסטע, אבער פארט ס'שוין נישט געבליבן פון די זיברע קיין סאך אבער נאך דא וואס צי גיין צום טיש מיט.

אבער די קלענער לייבינטעס ברויך'ן צי שטילען זייער הונגער, און ס'נישט דא מיט וואס. בפרט ווען זיי האבן שוין אזוי שווער גע'ארבעט נאכלויפן די בהמות א גאנצע וואך, און יעדער מאל ווען ס'שוין, יא געלונגען איז כמעט גארנישט געבליבן.

ברוך ה' מיר זענען נישט קיין לייבן, און מיר קענען מלחמה האלטן מיט זיך אליין נישט צי ווערען א פארציקערדיגער לייב, מיט יעדער זאך וואס איז דא אין עולם הזה. נעביך דער לייב, קען זיך נישט טוישן זיין טבע, אבער אונז יודן קענען ברוך השם יא. אויב ס'צוהט מיר אויף א שווערע מינוט קוק'ן ערגיטס, ווי הקדוש ברוך הוא וועט נישט שעפן נחת דערפון קען מיר איינהאלטען אונזער נאטיר און די אנדערש ווי די אינסטינקט, ווייל מיר זענען מענטשן און מיר זענען די מבחר הבריאה= א יוד.

קוק דארט צי ווי זיי קוקן זיך אביסל אום, און זיי זעהן א טשיטאה, לויפן.

דער טציטאה קען לויפן קארצע שטרעקעס די שנעלעסטע פון אלא נבראים ער קען לויפן 70 מייל א שעה, אוי איך האב פארגעסן דא אין אפריקה איז נישט אמעריקה, דא רעט מען ק"מ ער באווייזען אויף א קארצע שטרעקע צי לויפן א שנעלקייט פון 112.65 קילאמעטער א שעה.

אבער ער קען דאס נישט אנהאלטן פאר צי לאנג, ווייל ער וועט אויסגעמאטערט, און מוז זיך אפרוען. אונז זענען אסאך מאהל אזוי, אונז קענען מיר מאכן גרויס זאכן, אבער.... נאר פאר א קארצע וויילע.

פאר דעם בלייבט אונזער טשיטאה, גאר א סאך טעג הונגעריג, ווייל ער לויפט נאך א צבי וואס חז"ל רופן אן, אבער היינט און די וועלט איז דאס עפעס זייער ענדליך (פון די זעלבע משפחה ווי וואס אונז רופן אן הערש און זיי אלע זענען כשר, אבער די רץ כצבי מיינט מען) וואס מ'רופט אן אויף אנגליש א אנטעלאפ, און אידיש וואלט מען דאס גערופן א געשטריפע הערש, (ווייל ער זעט דאך אויס די זעלבע נאר ער האט אזעלעכע ווייסע שטריפען).

דעם כשר'ע הערש אונזער האט א יודישע מידה, פון אויסהאלטן כח פון נישט מיד ווערען, אונזער סארט הערש קען לויפן בערך צוויי דריטל די שנעלקייט און לאנגע שטרעקעס קען עק לויפן אפילו אביסעל ווייניגער, אבער ער קען לויפן פאר זיין לעבן אויב ס'וועלט אויס פאר 5-6 שעה נאכאנאנד.

אזוי אויכעט איז מיט אלעס, די הצלחה אין יעדער זאך אין די וועלט, בגשמיות און נאך מער ברוחניות שטעקט און זיין אן ארבעטארער אן מיד ווערען.


צירוק צי אונזער הונגעריגע טשיטאה, וואס האט מצליח געווען צי שאקירן א אנטעלאפ (וואס לויפט נאך שנעלער ווי אונזערע הערש'ן) און עם יא פארציקט, און די הערש האט זיך ארויס געראנגלט פון עם, אבער וויבאלט די טשיטאה האט עם געביסן און געשעדיקט, האט עם די טשיטאה געקענט צירוק כאפן און ארויף געשפרינגן אויף זיינע נאקן און עם ענדליך מטריף געווען, צום טויט.

אבער ער האט נעביך שווארץ מזל, אונז זעהן מיר פון אונזער טרעקל, ווי דער הונגעריג געבליבענע לייבן'טע, שמעקן טויטע פלייש, און האט באמערקט עפעס פון די ווייטענס.

זי איז דאך אסאך שטערקער ווי אויסגעדינטער טשיטאה, זי דערנענטערט זיך דארט אהין די טשיטאה זעט זי. און פארשטייען וואס גייט יעצט געשען כאפט אריין און מאל וויפיהל ער קען נאר, און טראגט אפ פון דארט פאר די לייב'ינטע וועט עם פיזיש פארטרייבן. און די לייב גייט זיך זעצען צי די סעודה.

אדער אזוי מיינט זי, פלוצלינג געבט זיך א לאז אראפ א גאנצע מחנה פון היייענעס, זיי זעהן אויס ווי א גרעסער הונט, און זיי אליין זען נישט שטארק אליין זיך צי פארמעסטן מיט א לייב, און צי פאנגן גרויסע חיות בכלל, נאר זיי קומ'ן אן מיט א כח הרבים, זיי נעמן זיך באסן און פארציקן די לייב פון אלע זייטען די בייסט דא דער זעטסט דא, די לייב געבט צירוק ברוב כוחה און פארבירט צי פרעסן ווייטער, אבער זי איז יעצט נאר איינער קעגען 25 צי אפילו 35, און וואס קען שוין איינער טוהן אליין, און אזוי ציביסלעך הייבן זיי אן אויכעט צי עסען די אנטעלאפ.

די כח הרבים פון יודן טוהן מצות און מעשים טובים איז טאקע זייער גרויס, אבער יעדער יחיד איז אויכעט א בריה פון באשעפער. בפרט ווען די באשעפער האט אזוי ציגעפיהרט, אז ענק זענען אליין, מיינט אבער נישט דערפאר אז מיר דארפן ווערען ציבראכן אויף די חיות שטייט "ורחמיו על כל מעשיו" אזוי ווי דער באשעפער באזארגט די אלע בעלי חיים, זייער עסין.

פאר די הערש, אנטעלאפ עלעפאנט און זיברע: גראז, בלימן. פאר די אנדערע חיות ווי די לייב, טשיטאה הייעינה: פלייש פון בהמות.

אזוי אויכעט שטעלט צי די באשעפער פאר פישל'ע און אלימלך ברוך אלעס וואס זיי דארפן. צי מ'זעט עס יא צו מ'זעט עס נישט!

מיר מוזן שוין צירוק פארן צי אונזער האטעל, ווייל ס'ווערט שוין דא אין סאפארי טינקל, מארגן אי"ה וועלען מיר צירוקומען.

ידידכם המתפלל בעדכם ודואג לכם בכל הלב, ומצפה לישועתכם

@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

פישל און אלימלך ברוך, ס'גייט זיין האנט אין קרית יואל א מנין וואס וועלען אויסזאגען די גאנצע תהלים, ביי די קבר פון די רבי זכותו יגן עלינו אויף די יומא דהילולא
פאר ענקער באפרייונג פון שעלטער מארגען!
פאר דער וואס ליינט און איז אינטערסירט און זיך צישטעלען קען קומען 7 אזייגער זיך משתתף זיין

@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 960

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך יענץ מבין »

.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 571

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך שווערמער »

תם ונשלם, שבח לבורא עולם!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:39 pm
תם ונשלם, שבח לבורא עולם!
תם ולא נשלם, שבח לבורא עולם!
יעצט הייבט זיך עס ערשט אן באזארגען די אלע יוצאים מיט אלעס, וואס זיי ברויכן בגוף ובנפש איז א סאך א סאך שווערע ווי שרייבן א פאר בריוועליך!
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
בוכהאלטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
Location: Monroe
x 82

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך בוכהאלטער »

דאס איז א @גרינטליך'ע אנאליז אויף די אשכול
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

פישל און אלימלך ברוך,
זאט ענק זענען ארויס פון די פארשאלטענע שעלטער האב איך ענק שוין לאנג נישט געשריבן
וואס הערט זיך מיט ענק דא אין אמעריקא.
איך ווייס ענק ליינען דא.
איך וועל מיר שטארק פרייען אויב ענק וועלען מיר צירוק ענטפערן אין אישי
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
שרייב פאוסט