נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
א אפן-געלאזטע מייק האט אויפגעכאפט וויאזוי טראמפ זאגט פאר'ן פראנצויזישן פרעזידענט אז פוטין וויל אן אפמאך וויבאלד ער וויל אים טון א טובה
טראמפ געזאגט פאר מעקרון אז ווי צודרייט עס זאל נאר נישט אויסקוקן, זעט אויס אז פוטין וויל אים צוליב טון, דעריבער איז ער גרייט פאר אן אפמאך. טראמפ האט געזאגט די ווערטער שטילערהייט פאר מעקרון, אבער א מיקראפאן אדער רעקארדירער האט עס אויפגעכאפט, און עס איז שפעטער ארויס צו די פרעסע.
טראמפ געזאגט פאר מעקרון אז ווי צודרייט עס זאל נאר נישט אויסקוקן, זעט אויס אז פוטין וויל אים צוליב טון, דעריבער איז ער גרייט פאר אן אפמאך. טראמפ האט געזאגט די ווערטער שטילערהייט פאר מעקרון, אבער א מיקראפאן אדער רעקארדירער האט עס אויפגעכאפט, און עס איז שפעטער ארויס צו די פרעסע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
אייראפעאישע פירער לויבן פרעזידענט טראמפ פאר זיינע ווערטער אז מען דארף געבן שטארקע זיכערהייט גאראנטי פאר אוקראינא
צווישן זיי איז דער בריטישער פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער, וועלכע זאגט אז די היינטיגע באגעגעניש מיט טראמפ קען זיין א היסטארישע צייט פאר אוקראינא און פאר אייראפע'ס זיכערהייט. סטארמער זאגט אז טראמפ'ס אנדייטונג איבער אן ארטיקל-5 סארט זיכערהייט גאראנטי פאר אוקראינא איז אין ליניע מיט דאס וואס אוקראינא'ס אליאירטע אין אייראפע ווילן. ער זאגט אז אוקראינא'ס אליאירטע אין אייראפע זענען גרייט צו טון וואס עס וועט זיך אויספעלן דערפאר.
צווישן זיי איז דער בריטישער פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער, וועלכע זאגט אז די היינטיגע באגעגעניש מיט טראמפ קען זיין א היסטארישע צייט פאר אוקראינא און פאר אייראפע'ס זיכערהייט. סטארמער זאגט אז טראמפ'ס אנדייטונג איבער אן ארטיקל-5 סארט זיכערהייט גאראנטי פאר אוקראינא איז אין ליניע מיט דאס וואס אוקראינא'ס אליאירטע אין אייראפע ווילן. ער זאגט אז אוקראינא'ס אליאירטע אין אייראפע זענען גרייט צו טון וואס עס וועט זיך אויספעלן דערפאר.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
טראמפ האט געמאלדן נאכן זיצונג מיטן אוקראינער פרעזידענט און די איירופעאישע פירער אז ער גייט אראנדזשירן א זיצונג צווישן פוטין מיט זעלענסקי
טראמפ שרייבט אז די היינטיגע זיצונגען זענען געווען סוקסעספול מיט אסאך פארשריט אויפן פראנט פון ברענגן א ענדע צו די קריג צווישן רוסלאנד און אוקראינע, און מען האט איבערגעשמועסט פארשידענע זיכערהייט גאראנטיען פאר אוקראינע אין פאל פון א שלום. פרעזידענט טראמפ זאגט אז נאכן זיצונג היינט האט ער אנגערופן פרעזידענט פוטין און אנגעפאנגן די אראנדזשירונגען פאר א זיצונג צווישן פוטין און זעלענסקי, דערנאך וועט זיין א זיצונג צווישן טראמפ, פוטין און זעלענסקי האפענדיג אז מען וועט קענען אויסהאמערן א שלום אפמאך, און אפשטעלן די מלחמה.

פוטין איז איך געווען היינט אין ווייסע הויז?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 18, 2025 3:50 pm אוקראינא'ס פרעזידענט און פרעזידענט טראמפ האבן ביידע אויסגעדרוקט האפענונג אז די היינטיגע ווייסע הויז געשפרעכן וועלן פירן צו דריי-שפיציגע געשפרעכן
טראמפ מיט פוטין האבן זיך צוערשט געטראפן פארענט פון קאמערעס, בעפאר זיי זענען אריין פאר א פריוואטע זיצונג אין די ווייסע הויז. אנדערש ווי זייער לעצטע ווייסע הויז באגעגעניש איז די יעצטיגע געווען פיל מיט שמייכלן און שיייע אויסדרוקן, באגלייט מיט דיסקוסיעס ארום זיכערהייט גאראנטיען וואס אוקראינא דארף האבן צו קענען ענדיגן דעם מלחמה. זעלענסקי האט געזאגט אז צווישן די זאכן וואס אוקראינא דארף זיך צו שפירן פארזיכערט איז א שטארקע מיליטער דורך וואפן פארקויפונגן און טרענירונגן, און נאך א חלק וואס וועט זיך ווענדן אין די דיסקוסיעס מיט אי-יו לענדער, נאטא און אמעריקא. פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז אוקראינא וועט דארפן האבן א נאטא-סארט זיכערהייט אנוועזענהייט, אבער ער האט זיך אנטזאגט פון קלארשטעלן אויב אמעריקא וועט גרייט זיין צו נעמען א טרופן ראלע דערין, זאגענדיג, אז די דעטאלן גייען דארפן ווערן אויסגעהאמערט ביי די זיצונג מיט אי-יו פירער. טראמפ זאגט אז ער גייט שטיצן די אייראפעאישע זיכערהייט גאראנטיען פאר אוקראינא, און ער האפט שפעטער צו האבן מער דעטאלן. ער האט דערביי קלארגעשטעלט אז ער פלאנט צו רעדן טעלעפאניש מיט'ן רוסישן פרעזידענט היינט דורכאויס די טאג. נאך די פריוואטע זיצונג מיט זעלענסקי איז טראמפ ארויס געקומען זיך צו שטעלן פאר א גרעסערע בילד מיט זעלענסקי און די אייראפעאישע פירער, מיט זעלענסקי אויף זיין רעכטע זייט און מעקרון אויף זיין לינקע זייט. דערנאך האט זיך טראמפ אראפ געזעצט פאר אן עפענטליכע זיצונג וואו ער האט שטארק אויסגעלויבט די אייראפעאישע פירער, זאגענדיג אויף ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער אז ער איז זיין פריינד, אויף פראנקרייך'ס פרעזידענט אז ער גלייכט אים נאך פונ'ם ערשטן טאג און אויף דייטשלאנ'ס קאנצלער אז ער איז א גאר שטארקער פערזאן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
איי געס....גרינגראז האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 18, 2025 7:45 pmפוטין איז איך געווען היינט אין ווייסע הויז?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 18, 2025 3:50 pm אוקראינא'ס פרעזידענט און פרעזידענט טראמפ האבן ביידע אויסגעדרוקט האפענונג אז די היינטיגע ווייסע הויז געשפרעכן וועלן פירן צו דריי-שפיציגע געשפרעכן
טראמפ מיט פוטין האבן זיך צוערשט געטראפן פארענט פון קאמערעס, בעפאר זיי זענען אריין פאר א פריוואטע זיצונג אין די ווייסע הויז. אנדערש ווי זייער לעצטע ווייסע הויז באגעגעניש איז די יעצטיגע געווען פיל מיט שמייכלן און שיייע אויסדרוקן, באגלייט מיט דיסקוסיעס ארום זיכערהייט גאראנטיען וואס אוקראינא דארף האבן צו קענען ענדיגן דעם מלחמה. זעלענסקי האט געזאגט אז צווישן די זאכן וואס אוקראינא דארף זיך צו שפירן פארזיכערט איז א שטארקע מיליטער דורך וואפן פארקויפונגן און טרענירונגן, און נאך א חלק וואס וועט זיך ווענדן אין די דיסקוסיעס מיט אי-יו לענדער, נאטא און אמעריקא. פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז אוקראינא וועט דארפן האבן א נאטא-סארט זיכערהייט אנוועזענהייט, אבער ער האט זיך אנטזאגט פון קלארשטעלן אויב אמעריקא וועט גרייט זיין צו נעמען א טרופן ראלע דערין, זאגענדיג, אז די דעטאלן גייען דארפן ווערן אויסגעהאמערט ביי די זיצונג מיט אי-יו פירער. טראמפ זאגט אז ער גייט שטיצן די אייראפעאישע זיכערהייט גאראנטיען פאר אוקראינא, און ער האפט שפעטער צו האבן מער דעטאלן. ער האט דערביי קלארגעשטעלט אז ער פלאנט צו רעדן טעלעפאניש מיט'ן רוסישן פרעזידענט היינט דורכאויס די טאג. נאך די פריוואטע זיצונג מיט זעלענסקי איז טראמפ ארויס געקומען זיך צו שטעלן פאר א גרעסערע בילד מיט זעלענסקי און די אייראפעאישע פירער, מיט זעלענסקי אויף זיין רעכטע זייט און מעקרון אויף זיין לינקע זייט. דערנאך האט זיך טראמפ אראפ געזעצט פאר אן עפענטליכע זיצונג וואו ער האט שטארק אויסגעלויבט די אייראפעאישע פירער, זאגענדיג אויף ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער אז ער איז זיין פריינד, אויף פראנקרייך'ס פרעזידענט אז ער גלייכט אים נאך פונ'ם ערשטן טאג און אויף דייטשלאנ'ס קאנצלער אז ער איז א גאר שטארקער פערזאן.
שוין פאראכטן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
אין א פראוו אריין צו כאפן פאר די רבי קומט אריין אין חדר ווערט יעצט אוקריינע באשאסן דורך רוסלאנד מיט קרוז און באליסטישע מיסילס.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
קוועלער: זעלענסקי האט אנגעבאטן פאר טראמפ א וואפנס דיעל אין ווערד פון הונדערט ביליאן דאלער
זעלענסקי האט געזאגט אז אוקריינע איז גרייט צו קויפן פון אמעריקע וואפנס און מיליטערישע געצייג אין ווערד פון הונדערט ביליאן דאלער, אין אויסטויש פאר אמעריקע'ס סעקיוריטי גאראנטיס צו העלפן אוקריינע זיך באשיצן פון צוקונפטיגע אינוואזיעס. לויט קוועלער, האט זעלענסקי געזאגט פאר טראמפ אז די הונדערט ביליאן דאלער וועט ווערן פינאנצירט דורך אוקריינע'ס אייראפעאישע שותפים אין די קומענדיגע יארן.
זעלענסקי האט געזאגט אז אוקריינע איז גרייט צו קויפן פון אמעריקע וואפנס און מיליטערישע געצייג אין ווערד פון הונדערט ביליאן דאלער, אין אויסטויש פאר אמעריקע'ס סעקיוריטי גאראנטיס צו העלפן אוקריינע זיך באשיצן פון צוקונפטיגע אינוואזיעס. לויט קוועלער, האט זעלענסקי געזאגט פאר טראמפ אז די הונדערט ביליאן דאלער וועט ווערן פינאנצירט דורך אוקריינע'ס אייראפעאישע שותפים אין די קומענדיגע יארן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
ווייסע הויז פלאנירט זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ, זעלענסקי און פוטין אין צוויי וואכן ארום
קוועלער זאגן אז טראמפ פלאנירט אז דער זיצונג זאל שוין פארקומען אין צוויי וואכן ארום, וואס באדייט אז ערגעץ בעפאר דעם וועט דארפן אריינגעשטופט ווערן די דירעקטע זיצונג צווישן זעלענסקי און פוטין אליינס, אויסצוארבעטן זייערע מאפעס און טעריטאריעס פאר'ן שלום פלאן. דערווייל האט דאס ווייסע הויז נאכנישט געגעבן א סקעדזשול פאר די זאכן, אבער קוועלער נאנט צו דייטשלאנד'ס קאנצלער פרידריך מערץ האט געזאגט אז דער פוטין-טראמפ-זעלענסקי זיצונג וועט זיין צוויי וואכן פון יעצט.
קוועלער זאגן אז טראמפ פלאנירט אז דער זיצונג זאל שוין פארקומען אין צוויי וואכן ארום, וואס באדייט אז ערגעץ בעפאר דעם וועט דארפן אריינגעשטופט ווערן די דירעקטע זיצונג צווישן זעלענסקי און פוטין אליינס, אויסצוארבעטן זייערע מאפעס און טעריטאריעס פאר'ן שלום פלאן. דערווייל האט דאס ווייסע הויז נאכנישט געגעבן א סקעדזשול פאר די זאכן, אבער קוועלער נאנט צו דייטשלאנד'ס קאנצלער פרידריך מערץ האט געזאגט אז דער פוטין-טראמפ-זעלענסקי זיצונג וועט זיין צוויי וואכן פון יעצט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסישע רעגירונג האט דערווייל זיך נישט פארפליכטעט אז פוטין איז גרייט פאר זיצונג מיט זעלענסקי
אין א סטעיטמענט האט א קרעמלין ווארטזאגער באצייכנט די פערציג מינוטיגע טעלעפאן געשפרעך היינט צווישן טראמפ און פוטין נאר אלס היפש קאנסטרוקטיוו, אבער האט געזאגט אז עס איז נישט געמאכט געווארן קיין עכטע פאקטישע פארשריט. דער קרעמלין ווארטזאגער האט געזאגט אז פוטין האט בלויז איינגעשטימט אז ביי די נעקסטע געשפרעכן וועט מען ברענגען העכערע דעלעגאציעס צו פארהאנדלען.
אין א סטעיטמענט האט א קרעמלין ווארטזאגער באצייכנט די פערציג מינוטיגע טעלעפאן געשפרעך היינט צווישן טראמפ און פוטין נאר אלס היפש קאנסטרוקטיוו, אבער האט געזאגט אז עס איז נישט געמאכט געווארן קיין עכטע פאקטישע פארשריט. דער קרעמלין ווארטזאגער האט געזאגט אז פוטין האט בלויז איינגעשטימט אז ביי די נעקסטע געשפרעכן וועט מען ברענגען העכערע דעלעגאציעס צו פארהאנדלען.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
פרעזידענט טראמפ האט קלארגעמאכט אז אמעריקא האט נישט אין פלאן צו שיקן טרופן קיין אוקראינא צו העלפן אנהאלטן א שלום אפמאך מיט רוסלאנד
טראמפ זאגט אז עס זענען פארהאן פארשידענע שריט וואס אמעריקא איז גרייט צו נעמען, אבער שיקן סאלדאטן איז עפעס וואס ער גייט נישט טון. טראמפ'ס ווערטער זענען געקומען אין א לענגערע אינטערוויו, אין וואס ער האט נאכאמאל געטייטעלט מיט א שולד פינגער אויף אוקראינא, זאגענדיג, אז מען הייבט זיך נישט אן מיט א לאנד וואס איז 10 מאל גרעסער פון דיר.
טראמפ זאגט אז עס זענען פארהאן פארשידענע שריט וואס אמעריקא איז גרייט צו נעמען, אבער שיקן סאלדאטן איז עפעס וואס ער גייט נישט טון. טראמפ'ס ווערטער זענען געקומען אין א לענגערע אינטערוויו, אין וואס ער האט נאכאמאל געטייטעלט מיט א שולד פינגער אויף אוקראינא, זאגענדיג, אז מען הייבט זיך נישט אן מיט א לאנד וואס איז 10 מאל גרעסער פון דיר.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסלאנד'ס אויסערן מיניסטער לעווראוו: רוסלאנד האט נישט געהאט אין פלאן צו פארכאפן אוקראינער טעריטאריע נאר באשיצן רוסיש-רעדענדע איינוואוינער
לעווראוו זאגט אז רוסלאנד האט נישט געזיכט טעריטאריע נישט אין קריימיע און נישט אין דאנבאס, נאר האט געהאט איין ציל, דאס איז צו באשיצן די רוסן וועלכע וואוינען שוין דארט הונדערטער יארן. ער האט דערביי קלארגעשטעלט אז אן דעם וואס מען גייט דיסקוסירן רוסלאנד'ס זיכערהייט אינטערעסן און די רעכטן פון רוסיש-רעדענדע איינוואינער אין אוקראינא קען מען נישט רעדן איבער לאנג-טערמיניגע אפמאכן.
לעווראוו זאגט אז רוסלאנד האט נישט געזיכט טעריטאריע נישט אין קריימיע און נישט אין דאנבאס, נאר האט געהאט איין ציל, דאס איז צו באשיצן די רוסן וועלכע וואוינען שוין דארט הונדערטער יארן. ער האט דערביי קלארגעשטעלט אז אן דעם וואס מען גייט דיסקוסירן רוסלאנד'ס זיכערהייט אינטערעסן און די רעכטן פון רוסיש-רעדענדע איינוואינער אין אוקראינא קען מען נישט רעדן איבער לאנג-טערמיניגע אפמאכן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
אוקראינא'ס אליאירטע לענדער האבן דיסקוסירט דעם געדאנק פון ארויף שטעלן נאך סאנציעס אויף רוסלאנד צו צווינגן צו ענדיגן דעם מלחמה אין אוקראינא
זייערע ווערטער זענען געקומען נאך א זיצונג וואס פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער האט אנגעפירט מיט לענדער אנגעשלאסן אין א קאאליציע פון אוקראינער אליאירטע לענדער. לויט ווי זאגן האט מען גערעדט איבער וועגן וויאזוי צו לייגן מער סאנקציעס דרוק אויף רוסלאנד ביז פוטין וועט טאקע ווייזן ערענטסטע גרייטקייט צו ענדיגן זיין אומלעגאלע אינוואזיע.
זייערע ווערטער זענען געקומען נאך א זיצונג וואס פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער האט אנגעפירט מיט לענדער אנגעשלאסן אין א קאאליציע פון אוקראינער אליאירטע לענדער. לויט ווי זאגן האט מען גערעדט איבער וועגן וויאזוי צו לייגן מער סאנקציעס דרוק אויף רוסלאנד ביז פוטין וועט טאקע ווייזן ערענטסטע גרייטקייט צו ענדיגן זיין אומלעגאלע אינוואזיע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
דער רוסישער אויסערן מיניסטער לעווראוו האט זיך אנטזאגט פון געבן א פארפליכטונג פאר א זיצונג צווישן פרעזידענט פוטין מיט אוקראינא'ס פרעזידענט
לעווראוו זאגט אז רוסלאנד טוט נישט אויסשליסן קיין שום סארט געשפרעכן, אבער האט זיך דערווייל נישט פארפליכטעט צו גארנישט. ער האט דערביי נאכאמאל געמאלדן אז פוטין האט געלאדענט פרעזידענט טראמפ פאר א באזיך אין רוסלאנד, זאגענדיג, אז אויב ער געדענקט גוט די דעטאלן פון די סאמיט אין אלאסקא, האט טראמפ געזאגט אז ער איז שטארק פאראינטערעסירט אין אזא באזיך.
לעווראוו זאגט אז רוסלאנד טוט נישט אויסשליסן קיין שום סארט געשפרעכן, אבער האט זיך דערווייל נישט פארפליכטעט צו גארנישט. ער האט דערביי נאכאמאל געמאלדן אז פוטין האט געלאדענט פרעזידענט טראמפ פאר א באזיך אין רוסלאנד, זאגענדיג, אז אויב ער געדענקט גוט די דעטאלן פון די סאמיט אין אלאסקא, האט טראמפ געזאגט אז ער איז שטארק פאראינטערעסירט אין אזא באזיך.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסלאנד האט געמאלדן אז די רעגירונג האט צוריק געגעבן פאר אוקראינא די קערפער פון טויזנט אוקראינער סאלדאטן, אין איינקלאנג מיט אפמאכן
לויט ווי רוסלאנד זאגט האנדעלט זיך עס פון סאלדאטן וועלכע זענען געשטארבן אין דאניעטסק, זעפארעיזשע, לוגאנסק און אינערהאלב רוסלאנד'ס קורסק ראיאן. דערווייל איז נישט באקאנט אויב אוקראינא האט אויך צוריק געשיקט קערפער פון רוסישע סאלדאטן אין אויסטויש פאר די אוקראינער סאלדאטן.
לויט ווי רוסלאנד זאגט האנדעלט זיך עס פון סאלדאטן וועלכע זענען געשטארבן אין דאניעטסק, זעפארעיזשע, לוגאנסק און אינערהאלב רוסלאנד'ס קורסק ראיאן. דערווייל איז נישט באקאנט אויב אוקראינא האט אויך צוריק געשיקט קערפער פון רוסישע סאלדאטן אין אויסטויש פאר די אוקראינער סאלדאטן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
א רוסישע מיסל האט באטראפן א בית החיים אין די שטאט פּערוואָמאַיסק אין דרום אוקראינע
די מיסל האט געשעדיגט אן אלטע בית עולם אין פערוואמאיסק, א געגענט וואס געפונט זיך אין די מיקאלאיעוו ראיאן. עסקנים זאגן אז רעטונג לייט מיט א גרופע ספעציאליסטן זענען אהין געגאנגן דורכצופירן א קלארע אפשאצונג אויף די שאדענס.
די מיסל האט געשעדיגט אן אלטע בית עולם אין פערוואמאיסק, א געגענט וואס געפונט זיך אין די מיקאלאיעוו ראיאן. עסקנים זאגן אז רעטונג לייט מיט א גרופע ספעציאליסטן זענען אהין געגאנגן דורכצופירן א קלארע אפשאצונג אויף די שאדענס.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
פראנקרייך'ס פרעזידענט מעקרון דרוקט אויס סקעפטיציזעם אויב דער רוסישער פרעזידענט איז טאקע וויליג צו ענדיגן דעם מלחמה אין אוקראינא
מעקרון זאגט אז ווען ער קוקט אויף די צושטאנד און די פאקטן זעט ער נישט א גרייקייט פון פוטין'ס זייט צו מאכן שלום. ער זאגט אז אפגעזען וואס ער זעט יא אדער נישט דארף מען נעמען זייער ערענסט די אפטימיזעם פון פרעזידענט טראמפ, און אויב ער קלערט אז ער קען גרייכן אן אפמאך דארף מען טון וואס אימער נאר מעגליך עס צושטאנד צו ברענגן.
מעקרון זאגט אז ווען ער קוקט אויף די צושטאנד און די פאקטן זעט ער נישט א גרייקייט פון פוטין'ס זייט צו מאכן שלום. ער זאגט אז אפגעזען וואס ער זעט יא אדער נישט דארף מען נעמען זייער ערענסט די אפטימיזעם פון פרעזידענט טראמפ, און אויב ער קלערט אז ער קען גרייכן אן אפמאך דארף מען טון וואס אימער נאר מעגליך עס צושטאנד צו ברענגן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
ווייסע הויז קוועלער געבן איבער אז בודאפעסט ווערט באטראכט אלץ נומער איינס פאר א דריי-שפיציגע סאמיט צווישן טראמפ, פוטין מיט זעלענסקי
די סיקרעט סערוויס האט זיך שוין אנגעפאנגן גרייטן פאר אזא מעגליכקייט, דורכפירענדיג זיכערהייט אפשאצונגן אין בעפארברייטונג צו אזא סאמיט. דאס אז די סיקרעט סערוויס פירט שוין דורך אפשאצונגן מיינט נישט אז עס וועט דארט פארקומען, נאר די אגענטור גרייט זיך שטענדיג פון פאראויס ווען מעגליכקייטן קומען אויף. פרעזידענט פוטין האט געלאזט וויסן פאר פרעזידענט טראמפ אז זיין בעסטע אויסוואל איז מאסקאווא זעלבסט, און פראנקרייך'ס פרעזידענט האט אפאלירט אז עס זאל פארקומען אין די שווייצע שטאט גענף. די שווייצע רעגירונג האט אויסגעדרוקט איר גרייטקייט דערפאר, פארשפרעכענדיג צו געבן ספעציעלע באשיצונג פאר פוטין ער זאל נישט ארעסטירט ווערן אינטער אן ארעסט פארלאנג דורך די אינטערנאציאנאלא געריכט. א סאמיט אין אונגארין וועט זיין אן אומבאקוועמע אויסוואל פאר אוקראינא, נעמענדיג אין באטראכט אז דארט איז געווארן אינטערגעשריבן די 1994 בודאפעסט מאמוראנדום, אינטער וואס אמעריקא, ענגלאנד מיט רוסלאנד האבן פארשפראכן צו שטיצן אוקראינא'ס זעלבסשטענדיגקייט אין אויסטויש פאר דעם וואס אוקראינא געט אויף איר נוקלעארע וואפן. פוטין'ס עווענטועלע אטאקעס אויף אוקראינא און שפעטערדיגע אינוואזיע האבן איבערגעצייגט די ווערדלאזיגקייט פון די אפמאך, ווען קיינער פון די אינטערגעשריבענע האבן נישט געשיקט מיליטערישע קרעפטן אפצושלאגן די רוסישע אטאקעס.

טראמפ אדמיניסטראציע גרייט צוצושטעלן מיליטערישע לופט שוץ פאר אוקראינע אלס טייל פון סעקיוריטי גאראנטיס
טראָמפּ האָט אויסגעשלאָסן אַריינצושיקן אַמעריקאַנער טרופּן אויף דער ערד אין אוקראַינע, אָבער האָט געלאָזט וויסן פאַר די אייראָפּעאישע פירער אַז אַמעריקע וועט העלפן אייראָפּע מיטן צושטעלן קאָנטראָל אויף די אוקראַינישע הימלען. דאָס איז א שטאַרקע דורכברוך וואָס קען העלפן ברעכן אוקראַינע מסכים צו זיין אַוועקצוגעבן טעריטאָריע פאַר די רוסן אין אויסטויש פאַר אַזאַ דיעל.
טראָמפּ האָט אויסגעשלאָסן אַריינצושיקן אַמעריקאַנער טרופּן אויף דער ערד אין אוקראַינע, אָבער האָט געלאָזט וויסן פאַר די אייראָפּעאישע פירער אַז אַמעריקע וועט העלפן אייראָפּע מיטן צושטעלן קאָנטראָל אויף די אוקראַינישע הימלען. דאָס איז א שטאַרקע דורכברוך וואָס קען העלפן ברעכן אוקראַינע מסכים צו זיין אַוועקצוגעבן טעריטאָריע פאַר די רוסן אין אויסטויש פאַר אַזאַ דיעל.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסלאנד ווארנט אז געשפרעכן איבער אוקראינע'ס סעקיוריטי וואס נעמט זיי נישט אריין וועלן נישט גערעכנט ווערן
רוסלאַנד'ס אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראָוו זאָגט אַז אויב וועט רוסלאַנד אַרויסגעלאָזט ווערן פון די געשפּרעכן מיט אייראָפּע און אַמעריקע, וועלן די סעקיוריטי גאַראַנטיעס נישט גערעכנט ווערן און רוסלאַנד וועט עס נישט איינהאַלטן. לעווראָוו האָט אויך געזאָגט אַז כינע זאָל זיין צווישן די לענדער וועלכע שטעלן צו סעקיוריטי פאַר אוקראַינע.

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5660
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20037
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
לעווראוו: א זיכערהייט גאראנטיע וואס נעמט אריין נאטא זעלנער אויף אוקריינישע באדן איז אומאקצעפטירבאר.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2343
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7744
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
לעווראוו איז טאקע דער וואס האלט אזוי? אדער איז פוטין דער וואס שפילט ווי ער ארבעט מיט און פון דער אנדערע זייט שיקט ער לעווראוו זאגן זיינע שטעלונגען.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 6:04 pm לעווראוו: א זיכערהייט גאראנטיע וואס נעמט אריין נאטא זעלנער אויף אוקריינישע באדן איז אומאקצעפטירבאר.
לעצטנס הערט מען נאר אזעלכע סטעיטמענטס פון לעווראוו.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
דארט גייט עס נישט אזוי ווי דא אז יעדע פאלאטישאן האט א אייגענע מיינונג..שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 6:10 pmלעווראוו איז טאקע דער וואס האלט אזוי? אדער איז פוטין דער וואס שפילט ווי ער ארבעט מיט און פון דער אנדערע זייט שיקט ער לעווראוו זאגן זיינע שטעלונגען.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 6:04 pm לעווראוו: א זיכערהייט גאראנטיע וואס נעמט אריין נאטא זעלנער אויף אוקריינישע באדן איז אומאקצעפטירבאר.
לעצטנס הערט מען נאר אזעלכע סטעיטמענטס פון לעווראוו.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5660
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20037
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
אפי' אויב פוטין זאגט אים עס צו שרייבן, מיינט נישט אז דאס וועט באמת זיין רוסלאנד'ס שטעלונג ביי די פארהאנדלונגען. ווען אמעריקע האט אנגעהויבן שיקן וואפן האבן זיי אויך געסטראשעט און זיך געשוואוירן אינעם שוויגערס בוידעם.שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 6:10 pmלעווראוו איז טאקע דער וואס האלט אזוי? אדער איז פוטין דער וואס שפילט ווי ער ארבעט מיט און פון דער אנדערע זייט שיקט ער לעווראוו זאגן זיינע שטעלונגען.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 6:04 pm לעווראוו: א זיכערהייט גאראנטיע וואס נעמט אריין נאטא זעלנער אויף אוקריינישע באדן איז אומאקצעפטירבאר.
לעצטנס הערט מען נאר אזעלכע סטעיטמענטס פון לעווראוו.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסלאנד'ס אויסערן מיניסטער האט געגאסאן קאלט וואסער אויף די לעגיטימאציע פון אוקראינא'ס פרעזידענט זעלענסקי און אויף די זיכערהייט גאראנטיען
לעווראוו זאגט אז פוטין איז וויליג זיך צו טרעפן מיט זעלענסקי, אבער בלויז אויב מען קומט צוערשט נאך פארשידענע פארלאנגן. ער זאגט אז ער האפט אז ווען עס וועט קומען צו א פארשטענדעניש צו קענען עפעס אינטערשרייבן וועט נישט זיין קיין פראגן איבער די לעגיטימאציע פון דער וואס גייט אינטערשרייבן פון אוקראינא'ס זייט. איבער זיכערהייט גאראנטיען זאגט ער עס דארף זיין באזירט אויף געדאנקן וואס מען האט שוין דיסקוסירט עטליכע יאר צוריק אין איסטאנבול, און אלע פרישע געדאנקן וועלכע ווערן יעצט באהאנדעלט זענען טאטאל הילפלאז.
לעווראוו זאגט אז פוטין איז וויליג זיך צו טרעפן מיט זעלענסקי, אבער בלויז אויב מען קומט צוערשט נאך פארשידענע פארלאנגן. ער זאגט אז ער האפט אז ווען עס וועט קומען צו א פארשטענדעניש צו קענען עפעס אינטערשרייבן וועט נישט זיין קיין פראגן איבער די לעגיטימאציע פון דער וואס גייט אינטערשרייבן פון אוקראינא'ס זייט. איבער זיכערהייט גאראנטיען זאגט ער עס דארף זיין באזירט אויף געדאנקן וואס מען האט שוין דיסקוסירט עטליכע יאר צוריק אין איסטאנבול, און אלע פרישע געדאנקן וועלכע ווערן יעצט באהאנדעלט זענען טאטאל הילפלאז.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2347
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7673
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
טראמפ זאגט אז אוקראינע דארף צוריקקעמפן און אטאקירן רוסלאנד, ווייל אנדערש קענען זיי נישט געווינען
טראָמפּ זאָגט אַז עס איז אוממעגליך צו געווינען א מלחמה אָנדעם וואָס מען זאָל אַטאַקירן דאָס לאַנד וואָס האָט אינוואַדירט, און אויב אוקראַינע אַטאַקירט נישט, וועט גאָרנישט העלפן אַז זיי האָבן גוטע וואָפנס. טראָמפּ האָט צוגעלייגט אַז אונטער דזשאָו ביידען האָט אַמעריקע נישט געלאָזט אוקראַינע צוריקקעמפן, נאָר זיך צו פאַרטיידיגן, אָבער טראָמפּ האָט נישט געזאָגט צי ער מיינט צו זאָגן יעצט אַז אוקראַינע זאָל יעצט אָנהייבן באָמבאַרדירן רוסלאַנד.