יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 125

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך אוטובאס »

קטעים מהלל - הרה''ק מסאטמאר זיעועכ''י

הלל
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 125

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך אוטובאס »

סיפורים ומאמרים קצרים

הרה"ג רבי לייבוש דייטש שליט"א מק"י
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 125

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך אוטובאס »

סיפורים על הרה''ק מסאטמאר זי''ע

ר' נפתלי גרוס שליט"א
געשמאקער איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:25 pm
x 68

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך געשמאקער איד »

וויאזוי גייט מהרי ארויף די יאר האט מען עפעס בעסער אויסגעארבעט דאס יאר.?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4813
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6488

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך שמח »

געשמאקער איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 3:49 pm וויאזוי גייט מהרי ארויף די יאר האט מען עפעס בעסער אויסגעארבעט דאס יאר.?
אזויווי מ'האט אפגעשמועסט.
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1511

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

ווי איז די בעסטע צו פארקן ביים ביה"ח?
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
לינדען תושב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
Location: Linden
x 66

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך לינדען תושב »

איז סאטמאר מהרי"י ארויף צום ציון?
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 967
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1080

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך איד »

לינדען תושב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 6:38 pm איז סאטמאר מהרי"י ארויף צום ציון?
יא
שווערער למדן
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 7:07 pm
x 45

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך שווערער למדן »

לינדען תושב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 6:38 pm איז סאטמאר מהרי"י ארויף צום ציון?
אזוי ווי אלע יארן
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 125

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך אוטובאס »

מיר שרייבן אייך די פאָלגענדע שורות אַצינד אין די טעג ווען מיר גרייטן זיך ארויפצוגיין צום ציון הק' בדחילו ורחימו ביומא דהילולא קדישא כ"ו אב הבעל"ט.

אין אַלע ספרים הק' איז מבואר אַז צדיקים זענען ווייטער משפּיע אין דעם טאָג פון זייער יומא דהילולא, פאר די אַלע אידן וועלכע קלאַמערן זיך אין זייערע דרכים און פאר די אַלע וועלכע זענען ממשיך צו טון דעם זעלבן ענין וואָס דער צדיק האָט עוסק געווען אויף דער וועלט.

פאר אידן נקיי הדעת, איז דאך איבריג יעדעס וואָרט צו שילדערן וויפיל די הייליגע מלחמה למען האמונה הטהורה, איז דעם רבי'ן געגאַנגען בנפשו. אַלע זיינע תורות, אַלע זיינע פּעולות, זענען דאָך געווען געווידמעט אויף דעם גרויסן ענין, צו באַלייכטן די וועלט מיט אמונה במסירת נפש ממש.

אָט די הייליגע פּעולות איז למעשה געווען דעם רבי'נס ירושה פאַר אונז, זיינע תלמידים הקרואים בנים. דאָס האָט ער פון אונז געפאָדערט און געמאָנט אַלע זיינע יאָרן, און ס'איז נישט קיין ספק אַז דער רבי זי"ע נישט שולדיג בלייבן ווען מיר וועלן אַרויפגיין צום ציון הק' צו פועל'ן אַלעס גוטס פאַר אונז און פאר גאַנץ כלל ישראל.


ביטע לייג דא אריין אייער ברייטהארציגע נדבה

https://donary.com/B260264AFF72/1028

טייערער ידיד ותומך: לאָמיר "איינמאָל אַ יאָר" העלפן פאַרשפּרייטן דעם הייליגן רבי'נס רצון "אַ גאַנץ יאָר"! לאָמיר געבענטשט ווערן מיט די ברכות וואָס רביה"ק זי"ע איז משפּיע פאַר זיינע מקורבים וועלכע זענען ממשיך משאת נפשו הטהורה! ווייל ווי איז נאך דא א גרעסערע דביקות אינעם רבי'ן ווי העלפן די פעולות צדיק לחיים, דעם רבי'נס ענין, די פרסום האמונה אויף וואָס ער האָט געווידמעט זיין גאַנץ לעבן

וגדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהון. ספּעציעל אין דעם "דבר שנצטער אותו צדיק", וועט רבינו הק' זי"ע פון אויבן זיכער מליץ טוב זיין, וממקומו הוא יפן ברחמים, דער רבי וועט אייך נישט שולדיג בלייבן און מגנזי מרומים משפיע זיין אוצרות מיט ברכות, בני חיי ומזוני, אמן כן יהי רצון.

פועלט'ס אויס אלעס גוטס! זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
שווערער למדן
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 7:07 pm
x 45

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך שווערער למדן »

כ"ק מרן רבינו שליט"א איז זיך יעצט משתטח על ציון קדשו פןן מרן רבינו הקוה"ט זצוקללה"ה לרגל יומא דהילולא קדישא, און מתפלל געווען להזכר ולהפקד בדבר ישועה ורחמים.

געפועלט אלעס גוטס!

🌴 סאטמאר נייעס און בילדער 🌴
פיילס
rOTPEy.jpeg
rOTPEy.jpeg (341.23 KiB) געזען געווארן 914 מאל
QA3u3L.jpeg
QA3u3L.jpeg (260.33 KiB) געזען געווארן 914 מאל
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 125

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך אוטובאס »

בילד
פיילס
unnamed (18).jpg
unnamed (18).jpg (136.82 KiB) געזען געווארן 864 מאל
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 125

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך אוטובאס »

בילד
פיילס
unnamed (19).jpg
unnamed (19).jpg (111.28 KiB) געזען געווארן 656 מאל
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1355

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

שלאנג וועג איז געווען צו אויף א קליינע שטרעקע. און ביים אריינגאנג איז געווען סכנת נפשות.

ווען איך בין געגאנגען זאגן פאר א חברים מעמבער, אז מ'זאל אהינשיקן איינעם מסדר זיין, האט ער מיר אנגעשריגן אז קיינער פאלגט נישט.
כ'האב נישט קיין אנונג פון וואס ער רעדט...
יעקב פריעד
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 2:57 pm
x 7

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך יעקב פריעד »

אוטובאס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2025 12:39 pm R' Yitzchok Bistritzky - Satmar Rav Zy''a
ווער איז דער רב ביסטריצקי?
אוועיטער
תושב קרית יואל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:35 pm
Location: קרית יואל
x 104

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך תושב קרית יואל »

כ"ק מהר"א אנגעהויבן ד"ק
א צופרידענע תושב קרית יואל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8512
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20829

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

תושב קרית יואל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 9:56 pm כ"ק מהר"א אנגעהויבן ד"ק
דער רבי רעכנט אויס די גרויסקייט פון פעטער זיע"א, אין תורה, אין עבודה, אין צניעות, און אין גמילת חסדים.

די מלחמות פון פעטער קעגן אלע גזירות על הדת, און זיין אויפשטעלן "קרן הצלה" פאר אלע וואס ווילן נישט נהנה זיין פון ממשלת הטמאה.

גמילת חסדים פאר יעדן יחיד, געטיילט א הון תועפות פאר פריוואטע אידן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8512
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20829

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער פעטער האט אויפגעשטעלט קרית יואל, סיי די קרי', סיי די קהלה, און סיי די מוסדות. מיט איבער-מענטשליכע כוחות! דמים תרתי משמע! דאס איז געווען זיין חיות דקדושה.

ב"ה, פון דעמאלס איז עס שוין אויסגעוואקסן א ריזיגע שטאט, מיט גאנצע 9,000 משפחות כן ירבו! און דאס איז אויסער "קרית יואל המורחבת". און אלע זענען יראים ושלמים.

אבער! יעצט איז אונזער חוב אפצוהיטן און מאכן גדרים וסייגים, אז ס'זאל נישט נפרץ וטוערן קיין שום פירצה, און דאס איז אן עבודה קשה מאוד, ווייל דער כח היצר איז זייער גרויס. מ'דארף טון סור מרע, און עשה טוב! בויען נאך בתי מדרשים סיי אין קר"י און סיי אין קר"י המורחבת! פאר תורה בטהרה!

איבעראל וואו אנ"ש וואוינען דארף מען בויען פרישע בתי מדרשים און מוסדות, אבער יעדער ווייסט אז אין קרית יואל האט דער פעטער געהאט א שמחה "מיט יעדע איינציגע הויז" וואס בויט זיך. היינט קוקט ער פון אויבן! ער קוקט מיט פרייד ווי ס'קומט צו נייע גאסן, נייע שכונות, הונדערטער פרישע משפחות יעדעס יאר! ס'איז אים א נחת רוח!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8512
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20829

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ב"ה מ'האט יעצט געהאט די זכי' צו מאכן א סדר אין די פרייזן פון דירות אין קרית יואל, און אין קרית יואל המורחבת.

ס'איז געפאלן די פרייזן פון דירות, מיט א געוואלדיגע "ירידה שהוא עלי'". ס'איז אויך געפאלן די פרייז פון דינגען א דירה. בעז"ה וועלן מיר שטיין על המשמר בעתיד, מ'זאל דאס נישט צוברעכן, און נישט עובר זיין אויף דעם!

דאס איז אין קרית יואל אליינס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8512
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20829

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אין קרית יואל המורחבת, זאל מען נישט באצאלן מער ווי 250 א סקווער פיס, דאס איז די טובה פונעם ציבור, און איך האף צו השי"ת אז מ'וועט מצליח זיין!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8512
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20829

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער רבי אפיעלט צו אידן פון שטאט:

איך שעם זיך צו זאגן וויפיל מען בעט פאר דירות אין שטאט, וויפיל אידן צאלתן חודש'ליך דירה געלט. שרעקליך!

אינגעלייט זאגן מיר אז זיי זענען גרייט צו קומען קיין קרית יואל, אבער די עזרת נשים איז נישט מסכים. אנדערע זאגן אז די עלטערן לאזן נישט ווייל זיי ווילן די קינדער נאנט צו זיך. כ'וויל זאגן ס'איז א טעות! איך בין אויך א טאטע און כ'פארשטיי די פארגעניגן פון האבן די קינדער מוצ"ש... אבער צוליב דעם הנאה דארפן די קינדער וואוינען אין אזא ענגשאפט? עלטערן דארפן רחמנות האבן אויף זייערע קינדער!

חוץ מזה, די פריצות אין די שטאטישע גאסן איז רח"ל. זומער איז אפגערעדט, מ'קען עס נישט ארויסזאגן. וויל איך זאגן: דער פעטער האט געבויט קרית יואל "פאר די שטאטישע אידן"!... פאר ענק האט ער עס געמאכט!... ווייל ס'איז נאכנישט געווען קיין תושבי קרית יואל.

יעצט כעת, איז דא אין קרית יואל מער ווי 200 נייע געבויטע דירות גרייט צו קויפן און זיך אריינציען!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8512
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20829

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מבשר טוב!

דער רבי דערציילט אז היינט מיטוואך זענען געווען ביי אים בעלי בתים וואס האבן יעצט אונטערגעשריבן צו בויען פאר "300 דאלאר א סקווער פיס", דריי הונדערט דירות אין צענטער פון שטאט! איך וואונטש זיי הצלחה, און זיי וועלן מאכן אסאך געלט!

אז מ'קוקט פאראויס: אין 18 חדשים ארום וועט אי"ה זיין גרייט 1,250 דירות. 3 יאר ארום, נאך 1,000 דירות. נאך ווייטער אין צייט איז ערווארטעט נאך 2,500 דירות אי"ה! און ווען מ'וועט אנעקסירן נאך לאנד וועט מען קענען גיין נאכמער.

די שטאט וואקסט גאר גרויס בליעה"ר! דער פעטער האט זיכער א נחת רוח! דאס איז געווען זיין ציל!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8512
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20829

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פייערדיגע אזהרה פאר די גאנצע וועלט:

יעצט ביי די דברות קודש האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אויסגערופן גאר שארפע ווערטער איבער די מלחמה אז "קיין שום משפחה" וואס באלאנגט נישט אין קרית יואל זאל נישט וואוינען נישט אין צענטער קרית יואל און נישט אין קרית יואן המורחבת!

"ווען דער פעטער האט געמאכט קרית יואל" האט דער רבי געזאגט "איז דאס נישט געווען מיט גרעניצן. ס'איז געווען פראבלעמען מיט די שכנים פון מאנרא, האט מען געמוזט מאכן א ווילעדזש. דער ווילעדזש האט געמוזט האבן גרעניצן, אבער קרית יואל איז נישט א ווילעדזש! נישט דאס האט דער רבי געמיינט! קרית יואל האט נישט קיין גרעניץ!"

מ'דארף וויסן אז דער רבי האט געבויט זיין שטאט נאר פאר ווער ס'איז אין זיין שיטה, און יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט איז ביי זיי "הייליג", אין אלע ענינים! בפרט בעניני אמונות ודיעות. נאר פאר די וואס האבן נישט קיין שייכות נישט צו די מדינה און נישט צו די אגודה! און אויך אין צניעות!

"איך קען נישט פארשטיין, וויאזוי ס'איז שייך אז ס'איז דא יחידים וואס זענען בסתר מסייע זיין לדבר עבירה צו ברענגען קיין קרית יואל, אדער קרית יואל המורחבת, משפחות וואס זענען נישט אין דעם שיטה."

מ'טוט עס בסתר! אבער בעולם העליון זעט מען דעם אמת מי במעל הזה! איך קען קלאר זאגן: דער פעטער ז"ל וועט זיך נוקם זיין אין זיי מיט'ן שארפסטן! הוי זהיר בגחלתן!

זיי שפילן זיך מיט פייער! איך מיין די וואס בויען פאר זיי, די וואס פארקויפן פאר זיי, און די וואס זענען מסייע! בגלוי אדער בסתר! זיי זאלן מורא האבן פון רבי'ן זי"ע בעולם העליון!!!

און דער רבי חזרט איבער: ווער עס קויפט א דירה אין קרית יואל המורחבת, זאל נישט צאלן מער ווי $250 א סקווער פיס! ווייל אפילו מיט דעם סכום מאכט מען אסאך געלט. אויב מ'צאלט איין דאלאר מער, איז דאס אויסגעקוועטשטע געלט אן קיין בארעכטיגונג. אידיש געלט איז נישט הפקר!
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 708

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך גרינגראז »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 10:37 pm פייערדיגע אזהרה פאר די גאנצע וועלט:

יעצט ביי די דברות קודש האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אויסגערופן גאר שארפע ווערטער איבער די מלחמה אז "קיין שום משפחה" וואס באלאנגט נישט אין קרית יואל זאל נישט וואוינען נישט אין צענטער קרית יואל און נישט אין קרית יואן המורחבת!

"ווען דער פעטער האט געמאכט קרית יואל" האט דער רבי געזאגט "איז דאס נישט געווען מיט גרעניצן. ס'איז געווען פראבלעמען מיט די שכנים פון מאנרא, האט מען געמוזט מאכן א ווילעדזש. דער ווילעדזש האט געמוזט האבן גרעניצן, אבער קרית יואל איז נישט א ווילעדזש! נישט דאס האט דער רבי געמיינט! קרית יואל האט נישט קיין גרעניץ!"

מ'דארף וויסן אז דער רבי האט געבויט זיין שטאט נאר פאר ווער ס'איז אין זיין שיטה, און יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט איז ביי זיי "הייליג", אין אלע ענינים! בפרט בעניני אמונות ודיעות. נאר פאר די וואס האבן נישט קיין שייכות נישט צו די מדינה און נישט צו די אגודה! און אויך אין צניעות!

"איך קען נישט פארשטיין, וויאזוי ס'איז שייך אז ס'איז דא יחידים וואס זענען בסתר מסייע זיין לדבר עבירה צו ברענגען קיין קרית יואל, אדער קרית יואל המורחבת, משפחות וואס זענען נישט אין דעם שיטה."

מ'טוט עס בסתר! אבער בעולם העליון זעט מען דעם אמת מי במעל הזה! איך קען קלאר זאגן: דער פעטער ז"ל וועט זיך נוקם זיין אין זיי מיט'ן שארפסטן! הוי זהיר בגחלתן!

זיי שפילן זיך מיט פייער! איך מיין די וואס בויען פאר זיי, די וואס פארקויפן פאר זיי, און די וואס זענען מסייע! בגלוי אדער בסתר! זיי זאלן מורא האבן פון רבי'ן זי"ע בעולם העליון!!!

און דער רבי חזרט איבער: ווער עס קויפט א דירה אין קרית יואל המורחבת, זאל נישט צאלן מער ווי $250 א סקווער פיס! ווייל אפילו מיט דעם סכום מאכט מען אסאך געלט. אויב מ'צאלט איין דאלאר מער, איז דאס אויסגעקוועטשטע געלט אן קיין בארעכטיגונג. אידיש געלט איז נישט הפקר!
אלעס איז קרית יואל!

אדמו"ר' מסאטמאר מהר"א שליט"א היינט ביים סעודות הילולא.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8512
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20829

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מלחמה!

דער רבי רופט אויס אז ס'איז דא א שרעקליכע גזירה אין ארץ ישראל! גזירת גיוס אויף אידישע בחורים!

מיר זאגן פאר תושבי ארה"ק, מיר זענען גרייט פאר א מלחמה, צו טון אלעס וואס מעגליך להעביר את רוע הגזירה!

"איך וויל זאגן!" - זאגט דער רבי שליט"א - וואס מיר קענען זיכער טון, ס'איז דא די עסקנים "עזרה ויעוץ", מען ראטעוועט די בחורים, דאס מוז מען פארברייטערן! מען דארף עפענען נאך לאקאלן! צו קענען העלפן יעדן איינעם! דאס איז די הצלה וואס מיר קענען לוחם זיין און יעדער זאל דערצו צוהעלפן, יעדער זאל זיך מנדב זיין, אז מ'זאל קענען העלפן!
שרייב פאוסט