די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
שלום עליכם טייערע חברים, און טויזנטער ליינער.
זינט די קורצע צייט (ערב און מוצאי שבת) וואס מיר זענען אפן, ווערן מיר ממש יעדע מינוט אנגעפרעגט פון אלע זייטן וואס אונזער מטרה איז. דעריבער, לאמיר עס דא אפשרייבן אפן און קלאר, נישט למען יעמדו ימים רבים, נאר אויף יעצט ווילאנג מ'זעמיר ניי און דער ציבור וויל הערן קלארע רייד.
ס'איז שוין בעצם דא היימישע ערליכע פארומס, לשה"ק און אידיש. עקזיסטירנדע שיינע פארומס.
די פארומס האבן אין אלגעמיין שווערע הונדערטער, אדער ביז טויזנטער, מעמבער'ס. די מעלה דערפון איז, אז ס'איז דא א ים מיט אינפארמאציע, ממש יעדע זאך וואס איינער פרעגט איז דא איינער וואס זאל וויסן א תשובה, און ממש יעדע מינוט איז דא אסאך פרישע ווארע. די חסרון איז אבער, אז כדי צו קענען קאנטראלירן א ריזן סייט מוז מען אננעמען מהלכים וואס מאכן פאר די מעמבערס שווערקייטן, ווי גאר א ברייטע צענזור, פרישע תקנות כסדר, אא"וו. די וואס פירן די פארומס ארבעטן ביטער שווער צו האלטן א שטיקל קאנטראל, זינט יעדעס ווארט קען טריגערן מהפיכות.
דאס ברענגט אז מ'איז געצווינגען צו מאכן רולס נישט נאר אויף פראבלעמאטישע זאכן, נאר אויך אויף 'טריגערס'. אויף לשה"ק וואלט עס געהייסן "גזירה לגזירה'ס". פארוואס? ווייל אז נישט גייט עס אויט אוו קאנטראל. פארפאלן, יעדע מעלה ברענגט מיט זיך א חסרון. דאס איז דער מציאות.
שוין אפגערעדט וואס מ'איז געצווינגען צו האבן זייער א ברייטע שטאב פון מנהלים און אחראים, און אלע מוזן זיין אקטיוו צו מעקן און מסדר זיין טאג איין טאג אויס. אטאמאטיש, יעדער מנהל און אחראי האט זיך זיין וועג פון טראכטן, און מאנכע פילן זיך באקריוודעט פון זייערע באשלוסן.
וואס איז די עצה? מ'זאל מאכן אויס מיט אלע תקנות? אויס מיט צענזור? אויס מיט פארמאכן טריגער'דיגע אשכולות? ניין. מ'מוז דאס האבן. ס'איז א "ריזיגע סייט" פאר גאנץ כלל ישראל און ס'איז נישט מעגליך אנדערש דאס צו קאנטראלירן, און עס דארף ארויסגעברענגט ווערן לשבח דאס אז א פארום קען אנגיין מיט אזויפיל טויזענטער באנוצער און אזוי ריין און אויסגעהאלטן, דאס איז זיכער צו פארדאנקען די שווערע האראוואניע פון די הנהלה מיטגלידער.
מיר, חברי הנהלה פון אידטיש, האבן זיך צאמגענומען אויף א גענצליך נייע געדאנק. אלע פון אונז האבן פשוט געזוכט א מקום צו קענען שמועסן ערוואקסן, מיט געקליבענע נארמאלע חברים, פון אלע ערליכע קהילות, אויסגעהאלטן און 'רואיג'. מיר זענען נישט דא נאכצומאכן און ערווארבן א ריזיגע סייט, מיר זענען נישט דא צו סערווירן גאנץ כלל ישראל, נאר דוקא להיפך. מיר דארפן א רואיג ווינקל וואס זאל אונז צושטעלן דעם 'הנעשה והנשמע' אויף א כשר'ע פארנעם, שטיל און איידל אן קיין עגמ"נ.
דעריבער האמיר זיך צאמגענומען, און געעפנט אינאיינעם א נייעם סייט, אין וואס עס ליגט וואכן ארבעט, טעג און נעכט. אונזער ציל איז: צו זיין "קליין", צו זיין "קאנצעטרירט", און צו האלטן נאר "עוואקסענע" מעמבערס וואס גיבן צו, און פאדערן נישט קיין איבריגע צענזור און קאנטראל.
אין אנדערע ווערטער: מיר זענען נישט קיין קאמפעטישן פאר קיינעם. מיר זענען דא צו בויען א 'נייע סארט' פלאץ וואס עקזיסטירט נאך נישט, מיט א נייע סארט מהלך, טאטאל אנדערש 'ביסוד' פון סיי וועמען אנדערש. און מיר האפן און קוקן ארויס אז קיינער זאל נישט פארשטיין אז מיר זענען דא פאר עפעס אנדערש, און אודאי נישט זוכן ארויסצושטעלן ספין'ס און שמועות פורחות איבער אונז. מיר זוכן נישט קיינעם צו טשעפען, און מיר האפן אז קיינער וועט אונז נישט טשעפען. אדרבה, מיר זענען דא צו העלפן יעדן און ארבעטן מיט יעדן בע"ה, טראץ די שווערע כוחות און שעות וואס דאס קאסט.
מיר האבן חברי הנהלה פון סאטמאר און פון סאטמאר, פון באבוב און פון באבוב45, און פון בעלזא. אויב איז דא נאך א קהילה וואס וויל דא האבן א פארטרעטערשאפט, קען ער זיך ווענדן צו אונז.
און לאמיר זיין זייער קלאר: כאטש מ'גייט דא ערלויבן צו שמועסן יעדע אויסגעהאלטענע זאך נארמאל און ערוואקסן, מען צילט דוקא נישט צו זיין איבערגעטריבן הייקל צו יעדע טריגער, פארט גייט דא בע"ה נישט זיין קיין מקום הפקר, נאר פארקערט! דאס ערלויבן צו רעדן אלעס וואס מ'רעדט אין ביהמ"ד ביים לחיים, קומט מיט א פרייז פון "ארויסלאזן יעדן מעמבער וואס שטעלט זיך ארויס אלס אומפאסיג" פאר אזא מקום.
איך האף אז ס'איז גענוג קלאר, און אויב וועט אויספעלן מער קלארקייט, אדרבה, מ'זעמיר דא מיט אונזער ציבור עד הסוף בעזר ה'.
ב"ה דער התחלה איז פיל בעסער ווי געראכטן, און ס'איז נאר אן אנהייב. ובשם ה' נעשה ונצליח!

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 384
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
- x 276
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
זייער קלאר שכח!
לאמיר נאר טאקע האפן אז עס וועט זיין אזוי.

די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
זייער קלאר!
שכח מנהלים פאר די שווערע ארבעט
שכח מנהלים פאר די שווערע ארבעט
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
מיינט דאס אז ס'דא א לימיט וויפיל ניק'ס מ'וועט אננעמען?
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2369
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 5564
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
WOW
הערליך, איידל, קלאר, כה לחי!
הערליך, איידל, קלאר, כה לחי!
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
זייער שיין!
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:13 am
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
זייער זייער שטארק! איך קוק ארויס פארן סוקסעס פונעם פלאטפארמע! און איך וועל פרובירן מיין בעסט צו ביישטייערן קוואליטעט סחורה! בעזהשי״ת.
אויב מעג איך צולייגן, איינע פון די שטארקע מעקן/צענזור פראבלעמען איז די שלייער פון באהאלטנקייט אונטער דעם, דא איז א פלאץ וואו די דאזיגע וועבזייטל קאן זיך גאר שטארק ארויפארבעטן, ד״ה אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט קלאר ווי דער טאג אז עס וואלט נישט געדארפט שרייבן, זאל ער באקומען א טריקענע מודעה: אייער תגובה ״[געמעקטע תגובה תוכן]״ איז געמעקט געווארן צוליב [סיבה למחיקה]. מיט דאנק אויפן פארשטענדעניש, ההנהלה.

זייער קלאר.
העמיר עס מאניטערן צו זעהן וואס איך גלייך מער און בעיקר וואס ס'שטעלט פאר מיינע פרינציפן ביהדות.
העמיר עס מאניטערן צו זעהן וואס איך גלייך מער און בעיקר וואס ס'שטעלט פאר מיינע פרינציפן ביהדות.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 108
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:44 pm
- x 118
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
לייק. נאדיר א גרינע!שוואכע מעשיות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 7:51 pm זייער זייער שטארק! איך קוק ארויס פארן סוקסעס פונעם פלאטפארמע! און איך וועל פרובירן מיין בעסט צו ביישטייערן קוואליטעט סחורה! בעזהשי״ת.
אויב מעג איך צולייגן, איינע פון די שטארקע מעקן/צענזור פראבלעמען איז די שלייער פון באהאלטנקייט אונטער דעם, דא איז א פלאץ וואו די דאזיגע וועבזייטל קאן זיך גאר שטארק ארויפארבעטן, ד״ה אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט קלאר ווי דער טאג אז עס וואלט נישט געדארפט שרייבן, זאל ער באקומען א טריקענע מודעה: אייער תגובה ״[געמעקטע תגובה תוכן]״ איז געמעקט געווארן צוליב [סיבה למחיקה]. מיט דאנק אויפן פארשטענדעניש, ההנהלה.
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
מען פראבירטשוואכע מעשיות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 7:51 pm זייער זייער שטארק! איך קוק ארויס פארן סוקסעס פונעם פלאטפארמע! און איך וועל פרובירן מיין בעסט צו ביישטייערן קוואליטעט סחורה! בעזהשי״ת.
אויב מעג איך צולייגן, איינע פון די שטארקע מעקן/צענזור פראבלעמען איז די שלייער פון באהאלטנקייט אונטער דעם, דא איז א פלאץ וואו די דאזיגע וועבזייטל קאן זיך גאר שטארק ארויפארבעטן, ד״ה אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט קלאר ווי דער טאג אז עס וואלט נישט געדארפט שרייבן, זאל ער באקומען א טריקענע מודעה: אייער תגובה ״[געמעקטע תגובה תוכן]״ איז געמעקט געווארן צוליב [סיבה למחיקה]. מיט דאנק אויפן פארשטענדעניש, ההנהלה.
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
זייער שיין, די עיקר חיסרון און חלל ביי די גרעסטע היימישע סייט איז טאקע דאס נישט קענען אויסשמועסן נארמאלע זאכן וואס האבן צוויי צדדים.
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
הייסט אז מען גייט ווארפן ניקס איבער תגובות? נאר אזוי קען אזא מהלך גיין.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 50
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
- x 35
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
איך האלט אז מ'זאל עס שרייבן אין פובליק.שוואכע מעשיות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 7:51 pm זייער זייער שטארק! איך קוק ארויס פארן סוקסעס פונעם פלאטפארמע! און איך וועל פרובירן מיין בעסט צו ביישטייערן קוואליטעט סחורה! בעזהשי״ת.
אויב מעג איך צולייגן, איינע פון די שטארקע מעקן/צענזור פראבלעמען איז די שלייער פון באהאלטנקייט אונטער דעם, דא איז א פלאץ וואו די דאזיגע וועבזייטל קאן זיך גאר שטארק ארויפארבעטן, ד״ה אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט קלאר ווי דער טאג אז עס וואלט נישט געדארפט שרייבן, זאל ער באקומען א טריקענע מודעה: אייער תגובה ״[געמעקטע תגובה תוכן]״ איז געמעקט געווארן צוליב [סיבה למחיקה]. מיט דאנק אויפן פארשטענדעניש, ההנהלה.
מעורר זיין אין פובליק אז עפעס איז פראבלעמאטיש און דארף פארראכטן ווערן, און אויב מ'הארכט נישט זאל א פארשטייער פון די הנהלה האלטן אינפארמירט די שרייבער/ליינער פונעם טעמע וויאזוי מ'האט עס ווייטער באהאנדלט.
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
א גרויסן שכח @yidtish פארן אויסקלארן.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 50
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
- x 35
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
קליפ און קלאר!
יישר כחכם.
בשם השם נעשה ונצליח

יישר כחכם.
בשם השם נעשה ונצליח
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
קליפ און קלאר!
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
זייער שיין און קלאר ארויס געברענגט!
איך קוק ארויס אויף די שטארקע סוקסעס אויף די סייט

דו, ביסט זייער גוט!!!
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
זייער קלאר
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 14
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:38 pm
- x 9
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
זאל דער אייבישטער העלפן אז סזאל נאר ארויסקומען א כבוד שמים
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
יאפ, קאמפעטישען איז אייביג גוטגאר געשמאק האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:46 am זאל דער אייבישטער העלפן אז סזאל נאר ארויסקומען א כבוד שמים
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 14
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:38 pm
- x 9
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
יא יאשמוליק האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:48 amיאפ, קאמפעטישען איז אייביג גוטגאר געשמאק האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:46 am זאל דער אייבישטער העלפן אז סזאל נאר ארויסקומען א כבוד שמים

-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 27
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:11 pm
- x 2
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
זייער קלאר יישר כח
- דזשארדזש וואשינגטאן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 66
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:23 am
- x 56
Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר
איך מיין אבער אז ס'פעלט אביסל קלארקייט און וועלכע קופקע מ'שטייט, דהיינו ס'עט נעמען אביסל צייט צו זעהן וואס'ערע טאון (tone) מרעדט ביי אונזער לחיים'ס .yidtish האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 7:09 pm שלום עליכם טייערע חברים, און טויזנטער ליינער.
און לאמיר זיין זייער קלאר: כאטש מ'גייט דא ערלויבן צו שמועסן יעדע אויסגעהאלטענע זאך נארמאל און ערוואקסן, מען צילט דוקא נישט צו זיין איבערגעטריבן הייקל צו יעדע טריגער, פארט גייט דא בע"ה נישט זיין קיין מקום הפקר, נאר פארקערט! דאס ערלויבן צו רעדן אלעס וואס מ'רעדט אין ביהמ"ד ביים לחיים, קומט מיט א פרייז פון "ארויסלאזן יעדן מעמבער וואס שטעלט זיך ארויס אלס אומפאסיג" פאר אזא מקום.
איך האף אז ס'איז גענוג קלאר, און אויב וועט אויספעלן מער קלארקייט, אדרבה, מ'זעמיר דא מיט אונזער ציבור עד הסוף בעזר ה'.
ב"ה דער התחלה איז פיל בעסער ווי געראכטן, און ס'איז נאר אן אנהייב. ובשם ה' נעשה ונצליח!
פאר די באקוועמליכקייט פון יעדער, ביטע נוצט ! ? , ; : " ' - . , ווי עס פעלט זיך אויס.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 62
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:39 pm
- x 34