שאלות צו דער הנהלה

אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19140

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@נקודות טובות איך קען נישט כאפן בשום פנים ואופן, נאכ'ן טראכטן איבער אלס און אלעם וואס איך האב דארט געליינט, וויאזוי די מציאות קלעבט צו דיינע ווערטער, און וואס די איבערקערעניש דארט האטו שייכות מיט דיין פראבלעם אז מען האט דארט בארעדט רשעים.

דער פראבלעם וואס דו רופסט סרוחה, איז צוליב מיאוס'ע אטאקעס אויסטוישן. דאס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט הנ"ל, כלל וכלל.

כשתדקדק תמצא, אז די אויסטוישן זענען געווען נאר מיט איינע פון די 2:

1) מענטשן וואס האבן געפרעגט קושיות מיט א ציל צו מחפה זיין אויף די רשעים, א שטייגער ווי די "וואו זענען מלכי מארגנשטערן'ס קינדער" קושיות...

2) מענטשן וואס האבן נישט פארטראגן אז געוויסע (גאר געציילטע) פרטים האבן די מנהלים נישט געלאזט אויסשמועסן "ווייל די עסקנים זאגן אז ס'קען שאטן". און דער געפיל פון "העי וואס איז די קאנטראל דא!..." האט געפירט צו טענות וואס האט טיילמאל אנגעהאלטן אזוי לאנג ביז ס'איז געווארן שארף. און דארט פארשטיי איך טאקע נישט די מנהלים. אזא שמועס וואלט מען געמעגט אפשטעלן נאך 6 פאוסטס מאקסימום.

נאר, זעט אויס אפשר אז ס'איז געווען היעט אז מ'לאזט נישט רעדן, האבן זיי געוואלט צייגן וואס ס'געשעט ווען מ'לאזט יא...

איך שיהי' האט עס נישט קיין שייכות מיט'ן לאזן בארעדן רשעים, און אגב, די לעגענדע אז "יעצט לויבט מען אויס די וועלכע מ'האט באשייגעצט" האב איך נישט זוכה געווען צו טרעפן. מאקסימום האבן זיי געשריבן אז מ'העלפט יענעם ווייל ער האט געמאכט א יו טורן. כ'האב נישט געזען מ'זאל אזא איינעם אויסלויבן אדער אפילו נאנט דערצו. מ'שרייבט שוין נישט מיאוס אויף אים. פארוואס דען יא? אויב דער בעל דבר זאגט אז ס'נישט לתועלת, וואס איז די הו"א בכלל?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1987
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6069

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 3:30 am
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 1:16 pm
און צו אייך עסקנים פון לב טהור. איך ווייס נישט וואס עס האט אייך באוואויגן צו האלטן דעם עולם אינפארמירט דא, איך ווייס נישט וואס דאס ברענגט אויף למעשה. אבער אין פאל איר פארשטייט אז להצלחת הענין דארפט איר האלטן דעם עולם אינפארמירט, דאן זייט אזוי גוט און באגייט אייך מיט ריספעקט צו אנדערע. דאס איז נישט "אייער פלאטפארמע", דאס איז נישט קיין X לב טהור וועבזייטל, איר זענט געסט דא פונקט ווי אנדערע, און ביהעיווטס. איך האב נאר יעצט באזוכט דארט צוליב די קול ביער וואס @תינוק הבורח האט געלאזט הערן. איר פירט זיך מעשה בעל הבית דא, און דער עולם וויל דאס נישט. דער עולם קען באשטיין צו הערן אפדעיטס, און אפילו צו געבן געלט, אבער נאר אויף ווי לאנג איר באגייט זיך מיט ריספעקט צום ציבור דא.

קיינער זוכט נישט זיך צו פירן מעשה בעל הבית.
דא איז געווען א ניק וואס האט אראפגעריסן עסקנים על לא עוול בכפם, אין אנהייב האט מען אים געענטפערט, איינמאל, און נאכאמאל, מיט ריספעקט.
אבער ער האט כסדר איבערגע'חזר'ט זיינע טענות אן זיך באציען צו די תירוצים.
ממילא איז דער עולם נערוועז געווארן אביסל און צוריקגעענפערט נערוועז.
אבער באופן כללי שמועסט דארט שיין ארום.
טראץ וואס די הנהלה האט געבעטן מ'זאל אויף הערן מיט דעם האבן געוויסע, זיך בכלל נישט ציטון געמאכט פון די בקשה, #מעשי בעל הבית אבער איך האב באשלאסן צו בלייבן שטיל, ווייל איך זיך באמת נישט קיין קאנטראווערסיע .

כ'וויל דיך אבער פערזענליך בעטן צוויי זאכן:

איינס- זאג נישט קיין ליגנט אויף מיין אקאונט, קיינער האט נישט געענטפערט מיט רעספעקט , מ'האט זיך נאר אגאנצן צייט ארויף געכאפט אויף מיינע משלים וואס זאל איך טאן, איך בין נישט גוט אין די משלים ליין .
טענקס, איט וויל בי עפרישיעיטעט.

צוויי - ליין איבער @נקודות טובות'ס פאוסט, מיט א רואיגע געמיט, און ס'גייט גארנישט געשען אויב דו גייסט מודה זיין אז זאכן זענען געפארן נישט ווי ס'האט געדארפט, קיינער בלעימט נישט קיינעם פערזענליך, מ'רעדט פון א מציאות וואס איז געשען, ס'איז אייביג דא א Way back און מ'קען ווייטער פארברענגען מיט א געשמאק.

און צום לעצט, @נקודות טובות, א גרויסן דאנק פארן ארויס ברענגען די נקודה וואס איך האב פרובירט ארויס צו ברענגען אבער אן ערפאלג, איי געס האסט א בעסערע שפראך, סאוי כ'וויל דיך אמת'דיג באדאנקן פארן ארויס ברענגען מיט אזא קלארקייט!
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3221
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3631

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך אנדערער »

די צוויי הויפט עסקנים ווארטזאגער @על פי תורה און @סענס אף יומער האבן זיך אייביג געהאלטן שיין און פראפעשענעל אפילו ווען זיי זענען געווארן געטשלענדשט. אמת אז זיי האבן געקענט ארויסגליטשן א שארפע ענטפער פאר איינעם וואס האט שטארק געבעטן דערפאר אבער געווענליך האבן זיי זייער שיין געענטפערט

ביי די לעצטע פרשה זענען געווען אזעלכע וואס האבן באשלאסן צו פארדרייען די פאקטן מיט א ציל. האבן זיי זיך אביסל פארלוירן. און אפילו מיט זייער פאלוירנקייט האבן זיי נישט געשריבן ערגער ווי רוב (אלע) העצער קעגן זיי
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1987
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6069

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:49 am די צוויי הויפט עסקנים ווארטזאגער @על פי תורה און @סענס אף יומער האבן זיך אייביג געהאלטן שיין און פראפעשענעל אפילו ווען זיי זענען געווארן געטשלענדשט. אמת אז זיי האבן געקענט ארויסגליטשן א שארפע ענטפער פאר איינעם וואס האט שטארק געבעטן דערפאר אבער געווענליך האבן זיי זייער שיין געענטפערט

נישט וואר.

בלי נדר מיין לעצטע פאוסט איבער די חרוסת.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1421
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 14265

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך על פי תורה »

@בודקע האט געהאט טענות אויף די עסקנים איבער א צוגאנג אין א געוויסע מעשה, מען האט אים געענטפערט אז די עסקנים האבן עס מברר געווען מיט 2 עדות און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינער פון די 2 בעלי המעשה איז אומשולדיג באשמוצט געווארן, ממילא האט מען זיך אנגענומען פארן נרדף.

האט @בודקע גע'טענה'ט אז ער גלייבט ענדערש דער אנדערן צד (דער אנדערער בעל דין איבער 2 פרעמדע עדות) איז ממילא טענה'ט ער אז די עסקנים זענען נישט גערעכט געווען. וויפיל מען האט אים פראבירט צו מסביר'ן אז 2 פרעמדע עדות זענען מער נאמן ווי איינער פון די בעלי דינים, האט ער עס נישט געוואלט אננעמען.

נאכן מסביר זיין כמה פעמים האט די נערוון געפלאצט...

א מענטש אידאך נאר א מענטש.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5715

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך סענס אף יומער »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:55 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:49 am די צוויי הויפט עסקנים ווארטזאגער @על פי תורה און @סענס אף יומער האבן זיך אייביג געהאלטן שיין און פראפעשענעל אפילו ווען זיי זענען געווארן געטשלענדשט. אמת אז זיי האבן געקענט ארויסגליטשן א שארפע ענטפער פאר איינעם וואס האט שטארק געבעטן דערפאר אבער געווענליך האבן זיי זייער שיין געענטפערט

ביי די לעצטע פרשה זענען געווען אזעלכע וואס האבן באשלאסן צו פארדרייען די פאקטן מיט א ציל. האבן זיי זיך אביסל פארלוירן. און אפילו מיט זייער פאלוירנקייט האבן זיי נישט געשריבן ערגער ווי רוב (אלע) העצער קעגן זיי
נישט וואר.

בלי נדר מיין לעצטע פאוסט איבער די חרוסת.
די פאקטן זענען אפן פארן פובליק, יעדער קען גיין נאכזוכן וויאזוי מיר האבן אלע רעאגירט ווען נארמאלע ניקס האבן געפרעגט פארשטענדליכע קשיות און שאלות אויף אן ערוואקסענעם וועג.

כ'ווייס נישט צי איר האט באמערקט, אבער איך האב מיך אריינגעמישט אין די גאנצע טענה'ריי היבש שפעט ווען ס'איז שוין געווען זייער היציג. און די סיבה דערצו איז, ווי שוין ערווענט איינס צוויי מאל, אז איך פרוביר צו פאקוסירן בלויז אויף אקטועלע נייעס און נישט צו ווערן פארוויקלט אין ענדלאזע טענה'רייען. סיי צוליב מאנגל אין צייט, און אויך צוליב מאנגל אין געדולד.

אין די ערשטע תקופה ווען עס פלעגן זיך נאך יאווענען עטליכע טראלס (אדער איינער מיט עטליכע ניקס) ווי @עהעם, דאן האב איך יא גענומען א ערנסטע ראלע אין אים אראפברענגען און פארשטילן, בעיקר וויבאלד די מערכה איז נאך געווען הייס און ווייט פון פארטיג, און דעריבער איז געווען וויכטיג צו נייטראליזירן די מחריבים וועלכע האבן פרובירט אויף אלע אופנים אונטערצושטעלן פיסלעך פאר די עסקנים און זייערע פעולות. אבער אין רוב טענה'רייען במשך די לעצטערע חדשים האב איך מיך געהאלטן שטיל און נישט אריינגערעדט, טראץ דעם וואס כ'האב געהאט אסאך מגיב צו זיין, און כ'בין אויך די נאטור צוריקצוענטפערן מיט א שטארקייט ווען יענער רעדט שקרים בפני כל עם ועדה.

צוריק צו אונזער נושא, וועל איך דיר מגלה זיין, אז איך האב געזען דיין ערשטע לאנגע תגובה איבער דעם נושא תיכף נאכדעם וואס דו האסט עס געשריבן, און כ'האב געשפירט אז דאס ברויך אן ענטפער. כ'האב אוועקגעגעבן עטליכע מינוט צו שרייבן א לענגערע הסבר צו פארענטפערן דיינע טענות, אבער זעהט אויס אז דיין תגובה איז צייטווייליג געמעקט געוווארן, וויבאלד ווען איך האב עס געשיקט, איז ארויפגעקומען אז דיין תגובה עקזיסטירט מער נישט, און דאן האב איך פארלוירן די תגובה. און אפילו נאכדעם וואס כ'האב געזעהן ווי דיין תגובה איז צוריק, און ס'האט זיך אנטוויקלט א היציגע דיסקוסיע, האב איך שוין נישט גענומען נאכאמאל די מיה איבערצושרייבן מיין תגובה, נאר כ'האב עס איגנארירט און געלאזט לויפן.

אלזא, די אריגינעלע תשובה וואס איך האב אפגעשריבן, האט אנטהאלטן זערא היץ, זערא רעטאריק, און זערא פליקערייען. ס'איז געווען א לענגערע רואיגע ערקלערונג צו פארענטפערן דיינע טענות. די סיבה פארוואס כ'האב דאס אזוי געשריבן, איז ערשטנס וויבאלד פארוואס זאל איך ענטפערן היציג? במושכל ראשון האב איך געזען אין דיין תגובה אן אומשולדיגע ניק וואס פרעגט תמימות'דיגע קשיות וואס באדערט אים באמת, אן קיין באהאלטענע מאטיוון אראפצורייסן די עסקנים, און אויך וויבאלד ס'איז מיר געליגן אין קאפ אז דיין ניק האט זיך שטארק אנגענומען פאר די צד פון די עסקנים נאך אין די הייסע צייטן ווען מ'האט זיך געשלאגן מיט @עהעם וניקיו (קען זיין כ'בין זיך טועה מיט א צווייטן, כ'האב עס נישט נאכגעקוקט), דעריבער האב איך נישט געשפירט קיין סיבה צו ענטפערן מער ווי א פשוט'ע אמת'ע ערקלערונג אזוי ווי צוויי נארמאלע מענטשן רעדן.

אבער נאכדעם וואס די דיסקוסיע האט אנגעהויבן ווערן היציג, און נאך א טאג צוויי איז עס ממש ארויס פון קאנטראל, האב איך אנגעהויבן שטאטערהייט איבערצוליינען די גאנצע טענה'ריי, און דאן בין איך געווארן אויפגעברויזט. במחילת כבודך, אבער דו ביסט געגאנגען אין ענדלאזע סוירקלס. קען זיין אז דו ביסט פשוט פארשלעפט געווארן צוביסלעך, אזוי ווי עס געשעהט געווענליך אין א היציגע טענה'ריי (און דאכט זיך אז דו האסט דאס זעלבסט מודה געווען), אבער די מציאות איז געווען אז דו האסט נישט אויפגעהערט ארומספינען און נישט געוואלט נאכלאזן פון דיינע טענות ומענות, דערביי זיך ארויסדרייענדיג נאכאנאנד פון ענטפערן קלארע תשובות אויף וואס מ'האט דיר געטשאלענדזשט. און ביי יענעם פונקט האב איך געשפירט אז ס'איז צייט צו נעמען די לייצעס אין די הענט און דיר פרובירן צו שטעלן אויפן צימבל אן זיך ארויסדרייען נאכאמאל און נאכאמאל, און כדרכי ביי אזעלכע ניקס וועמען איך קוק אן אלס טראלס, וועל איך נוצן שארפע לשונות און פערזענליכע פליקערייען, וויבאלד דאס איז די לעגיטימע מהלך וויאזוי מען באהאנדלט א טראל.

און דערביי וויל איך טאקע נאכאמאל איבערבעטן @תינוק הבורח, כ'האב זיך שוין איינמאל אנטשולדיגט, איבער די מיספארשטענדעניש וואס איז פארגעקומען אינדערמיט פון אונזער היציגע אויסטויש, ווען כ'האב נישט ריכטיג אויסגעטייטשט זיינע ווערטער און כ'האב געמיינט אז ער וויל זיך פשוט אנשליסן אין די ספין געוועבעכצס.

עניוועי, אנטשולדיגט פארן מאריך זיין, כ'האב פשוט געוואלט אויסקלארן אביסל די מציאות נאכדעם וואס די וואסערן האבן זיך שוין עטוואס געזעצט און די מצב איז שוין געווארן רואיגער.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1421
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 14265

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך על פי תורה »

איך אישי מיך מיט @בודקע
מ'קען ערווארטן א פייער אפשטעל זאל אריינגיין אין קראפט נאך אזוי פרי ווי ענדע דעם וואך.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

וואס דו זאגסט נישט... כבין גרייט צו זיין עדי קידושין :)
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1987
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6069

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:04 pm איך אישי מיך מיט @בודקע
מ'קען ערווארטן א פייער אפשטעל זאל אריינגיין אין קראפט נאך אזוי פרי ווי ענדע דעם וואך.
פייער אפשטעל איז שוין אין קראפט זייט @צייטווייליג'ס פאוסט, אפשר א מיסיל דא א מיסיל דארט, אבער נאטינג ספעשיל, יעצט פרובירט מען מער מיט דיפלאמאטישע באציאונגען.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
אוועיטער
חיימ'קע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:05 am
Location: אין די קינדער שיך
x 503

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך חיימ'קע »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:07 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:04 pm איך אישי מיך מיט @בודקע
מ'קען ערווארטן א פייער אפשטעל זאל אריינגיין אין קראפט נאך אזוי פרי ווי ענדע דעם וואך.
פייער אפשטעל איז שוין אין קראפט זייט @צייטווייליג'ס פאוסט, אפשר א מיסיל דא א מיסיל דארט, אבער נאטינג ספעשיל, יעצט פרובירט מען מער מיט דיפלאמאטישע באציאונגען.
ווי גייט מען זיך טרעפן אין אלאסקע אדער אין גוואטעמאלע?
איך גלייך זייער אידטיש!!!
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1145

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך צייטווייליג »

אקעי, מיטן גרעסטן כבוד טוען מיר בעטן צו מאכן א סטאפ פון די שמועסערייען איבער די לב טהור טעמע דא אויכעט.

@נקודות טובות לעת עתה איז די באשלוס אז די טעמע פון לב טהור זאל יא בלייבן אפען, פשוט לתועלת הענין, ס'איז אונזער שטאלץ צו קענען זיין א טייל אין א ריכטיגער פדיון שבויים.

נייע פאוסטס גייען ווערן זייער שטארק געמאסטן און געוואויגן אויב דאס ברענגט נוצן צום טיש, טאמער נישט איז נישט זיכער אז עס וועט בלייבן.

סיי וועלכע אומנויטיגע טענה’רייען וכו’ גייט אודאי גיין.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2174
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6661

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך נקודות טובות »

צייטווייליג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:19 pm אקעי, מיטן גרעסטן כבוד טוען מיר בעטן צו מאכן א סטאפ פון די שמועסערייען איבער די לב טהור טעמע דא אויכעט.

@נקודות טובות לעת עתה איז די באשלוס אז די טעמע פון לב טהור זאל יא בלייבן אפען, פשוט לתועלת הענין, ס'איז אונזער שטאלץ צו קענען זיין א טייל אין א ריכטיגער פדיון שבויים.

נייע פאוסטס גייען ווערן זייער שטארק געמאסטן און געוואויגן אויב דאס ברענגט נוצן צום טיש, טאמער נישט איז נישט זיכער אז עס וועט בלייבן.

סיי וועלכע אומנויטיגע טענה’רייען וכו’ גייט אודאי גיין.
אלעמאל געשעהט די זאכן פונקט צו מיר!... פונקט האב איך נאכנישט געהאט קיין צייט היינט צו אריינלאגן, און ידידי הרב @צייטווייליג האט געכאפט די געלעגענהייט צו מאכן צא"פ... נישט שיין פון דיר הרב צייטווייליג...
נו שוין. עניוועי, איך בין עס מקבל באהבה. וועסט מיר אבער מוזן צושטעלן א צווייטע פלאץ וואו זיך צו אויסגעבן די בויך וויי...

אין אן ערענסטן טאן. הרב @צייטווייליג, איך בעט אייך פארשטענדעניש פארן ממשיך זיין די שמועס אויף א רגע, ווייל איין נקודה וויל איך נאך ארויסברענגען פארן ציבור.

מיינע פאוסטס דא זענען נישט געקומען אין רעאקציע פון דאס וואס איז פארגעקומען פאריגע וואך אין יענע טעמע, ווייל ווי געשריבן האב נישט געליינט די טענה'רייען דארט, און איך ווייס באמת נישט וואס דארט איז פארגעקומען. נאר איך האב שוין אן אלטע פאראיבעל אויף די טעמע. כמעט מיום הוסדה ווארט איך אויף די מינוט וואס די טעמע זאל גיין לעזאזל, און קיין גאנצע פאוסט זאל פון דעם נישט בלייבן.

די איינציגע זאך וואס איך האב געקוקט פאריגע וואך, איז געווען די וועג ווי אזוי מען האט זיך באצויגן צו אונזער ליבער @תינוק'ל. נאכן זעהן ווי אזוי מען האט גערעדט צו אים דארט אינגאנצן שלא לפי כבודו, האט זיך מיין אלטע פאראיבל אויף די טעמע אויפגעוועקט, און איך האב געשריבן וואס איך האב געשריבן. אבער איך שיהיה זעה איך אז יענער האט זיך שוין אנטשולדיגט, און איך האף אז דאס וועט זיך מער נישט איבערשפילן.

כלפי מה דברים אמורים. איך זעה אז @בודקע האט זיך באדאנקט פאר מיר פארן ארויסברענגען די נקודה וואס ער אומסוקסעספול פראבירט ארויסצוברענגען. איז קודם כל @בודקע טייערער, עס איז מיר טאקע א פארגעניגן צו זיין מיט דיר אויף איין בלאט, און נאך דערצו דיר צו קענען ארויסהעלפן מיטן קלארער ארויסברענגן דיין נקודה. אבער פון די אנדערע זייט וויל איך קלאר מאכן אז ידי מסולקת. דהיינו, איך האב נישט קיין השגה וואס דארט איז פארגעקומען, און עס קען זיין אז בין הדברים האט בודקע געשריבן זאכן מיט וואס איך וואלט נישט צוגעשטימט. וויל איך אז דער עולם זאל וויסן, אז איך בין נישט בודקעס לויער. מיינע ווערטער זענען געשריבן געווארן בבחינת דעת יחידאה, און עס איז נישט פשט אז איך געב אן הסכמה אויף עפעס וואס א צווייטער האט געשריבן. אויב בעקיפין איז אויסגעקומען אז איינעמס ווערטער זענען קלארער ארויסגעקומען, דאן בין איך צופרידן, אבער עס איז מילתא אגב אורחא.

@דער תהלים איד איך וואלט דיר ווען גערן גענטפערט אויף דיין פאוסט נאר איך וויל נישט ממשיך זיין דא ווייטער. אבער גלייב מיר אז איך האב א מכון ובסיס אויף יעדע טענה מיינער, און איך קען דיר ברענגען ראיות לדברי. איך שטיי אונטער יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן.

אלענפאלס וויל איך מיך באדאנקן פאר די הנהלה פארן דערהערן מיין ווייטאג. הגם למעשה האבן זיי באשלאסן שלא כמותי נאר וועלן יא לאזן די טעמע אפען, שטעל איך זיי אויף די חזקה אז זיי פאסן די ריכטיגע באשלוסן. איך גלייב אז זיי ווילן נאך אזוי שטארק די תועלת פון די פארום ווי מיר, בסך הכל האבן מיר אן אנדערען בליק אויף ווי אזוי צו דערגרייכן די מאקסומעם הצלחה. איך בין זיכער אז זיי האבן דן געווען בכובד ראש די סיטואציע, און אויך בין איך זיכער אז זיי ווייסן אז איך בין נישט דער איינציגער וואס האלט אזוי למחצה לשליש ולרביע (ווי מען קען זיין אז מיין ארגינעלע פאוסט האלט ביי 15 לייקס) און אויב איז דאס זייער באשלוס בין איך עס מקבל. די הנהלה דא האט א גוטן טרעק רעקארד. איך האף נאר אז די טעמע זאל אנגיין במדה במשקל ובמשורה, און אז זיי זאלן האלטן די magnifying glass אנגעשטעלט אויף X 128 און נישט צולאזן אומאיינגענעמליכקייטן.

און אין די געלעגענהייט וויך איך אויך אנווינטשען פאר אלע חברים דא א כתיבה וחתימה טובה און א גוטע געבענטשטע יאר מיט אלעס גוטן. האפענליך זיך צו ווידערזעהן נאך די הייליגע טעג.

החותם @נקודות טובות
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 909
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 977

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך תינוק הבורח »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:49 pm און אין די געלעגענהייט וויך איך אויך אנווינטשען פאר אלע חברים דא א כתיבה וחתימה טובה און א גוטע געבענטשטע יאר מיט אלעס גוטן. האפענליך זיך צו ווידערזעהן נאך די הייליגע טעג.

החותם @נקודות טובות
איך בעט אז קיינער זאל מיר נישט טשעפען ביז נאך די הייליגע טעג, ווייל @נקודות טובות איז נישטא צו זיך אננעמען פאר מיר...

On a more serious note, באמת וועט מיר באדערן דיין אפוועזנהייט, אבער זינט איך פארשטיי אז דו טוסט דאס כדי צו ערפילן דעם חיוב פון מאן דמוסיף יוסיף, און דאס איז דיין איינציגע צייט וואס איז נישט אנגעפילט מיט תורה אדער דברים ההכרחיים, וועל איך פלאצן פאר קנאה.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3221
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3631

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך אנדערער »

צייטווייליג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:19 pm אקעי, מיטן גרעסטן כבוד טוען מיר בעטן צו מאכן א סטאפ פון די שמועסערייען איבער די לב טהור טעמע דא אויכעט.

@נקודות טובות לעת עתה איז די באשלוס אז די טעמע פון לב טהור זאל יא בלייבן אפען, פשוט לתועלת הענין, ס'איז אונזער שטאלץ צו קענען זיין א טייל אין א ריכטיגער פדיון שבויים.

נייע פאוסטס גייען ווערן זייער שטארק געמאסטן און געוואויגן אויב דאס ברענגט נוצן צום טיש, טאמער נישט איז נישט זיכער אז עס וועט בלייבן.

סיי וועלכע אומנויטיגע טענה’רייען וכו’ גייט אודאי גיין.
@על פי תורה און @בודקע האלטן כמעט ביי א פייער אפשטעל און דער צייטווייליגער אחראי קומט אריין מיט א סטעיטמענט

באלד גייט ער נאך נעמען די גאנצע קרעדיט פאר זיך ווי טראמפ

דאנקען פאר אייער אויפמערקזאמקייט צו דעם מאטעריע
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
טוב לי
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 7:05 pm
x 3

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך טוב לי »

א גוטן

איך ליין שוין אידטיש זייט די טאג עס האט זיך געעפנט און נאר יעצט געמאכן א ניק.

איך האב געפרעגט א שאלה אין די לב טהור אשכול פון איינער וואס האט אונז אלע אנגערופן גוים און רוצחים - וואס מיר האבן געקענט טוהן צו פארמיידן וואס עס איז געשען און איך בין געווארן געמעקט.

קען איינער מסביר זיין פארוואס? און וואס מען מען נישט שרייבן? מיין מעסעדש איז נישט געווען רייצעריש.

תודה למפרע
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 292

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך חצקל משמש »

טוב לי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:26 pm א גוטן

איך ליין שוין אידטיש זייט די טאג עס האט זיך געעפנט און נאר יעצט געמאכן א ניק.

איך האב געפרעגט א שאלה אין די לב טהור אשכול פון איינער וואס האט אונז אלע אנגערופן גוים און רוצחים - וואס מיר האבן געקענט טוהן צו פארמיידן וואס עס איז געשען און איך בין געווארן געמעקט.

קען איינער מסביר זיין פארוואס? און וואס מען מען נישט שרייבן? מיין מעסעדש איז נישט געווען רייצעריש.

תודה למפרע
ער האט זיך באצויגן צו די שילדיגע דארט אין גואטעמאלא
טוב לי
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 7:05 pm
x 3

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך טוב לי »

חצקל משמש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:46 pm
טוב לי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:26 pm א גוטן

איך ליין שוין אידטיש זייט די טאג עס האט זיך געעפנט און נאר יעצט געמאכן א ניק.

איך האב געפרעגט א שאלה אין די לב טהור אשכול פון איינער וואס האט אונז אלע אנגערופן גוים און רוצחים - וואס מיר האבן געקענט טוהן צו פארמיידן וואס עס איז געשען און איך בין געווארן געמעקט.

קען איינער מסביר זיין פארוואס? און וואס מען מען נישט שרייבן? מיין מעסעדש איז נישט געווען רייצעריש.

תודה למפרע
ער האט זיך באצויגן צו די שילדיגע דארט אין גואטעמאלא
יישר כח פארן ערקלערן!
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך משיח משיח »

מדארף אפשטעלן די גאנצע היתר פון דעבאטירן יחידים דא. נישט לטב און נישט להיפך. אפגעזעהן ווער עס שרייבט און וואס מען שרייבט.

דאס דעבאטירן יחידים די לעצטע שטיק צייט האט שוין גארנישט מיטן אויסנאם צושטאנד וואס די פלאטפארמע האט איינגעפירט לטובת המערכה, ס'נאר זייטיגע מערכה'לעך וואס איז נישט געמאכט צו פובליצירן ברבים.

צייט ארפאצונעמען די סטעיט אף אמערזשנעסי....
@ChatGPT
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1987
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6069

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 10:45 am אפשר איז געקומען דער צייט צו פארשפארן דער לב טהור נושא?

איך פרוביר, טראץ מ'האט שוין געזאגט אז נישט, אפשר דאך נשתנו העיתים.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 288
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 644

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך ChatGPT »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2025 5:27 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 10:45 am אפשר איז געקומען דער צייט צו פארשפארן דער לב טהור נושא?

איך פרוביר, טראץ מ'האט שוין געזאגט אז נישט, אפשר דאך נשתנו העיתים.
לויט ווי עס זעהט אויס איז די איינציגע וועג נאר אויב איינער וועט זיך מתנדב זיין ווי שמשון הגיבור בבחינת תמות נפש ניקי עם האשכול הפלישתי הזה... וד''ל
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

פארמאכן? וואסעפ? אלע זענען שוין ארויס פון דארט?
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך גארנישט »

כ'מיין אז עס איז אין פלאץ דא צו צוצייכענען וואס טוט זיך יעצט אפ אין די לב טהור טעמע
גייט'ס אריין דארט און שטוינט
מען זעט אז די אידן זענען נישט דא בלויז פאר אונטערהאלטונג, נאר זענען גרייט צו העלפן למעשה ממש

מי כעמך ישראל

מנהלים ואחראים והיה זה שכרכם חזקו ואמצו!!!
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 2001

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך ווינטעלע »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 1:16 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 10:45 am אפשר איז געקומען דער צייט צו פארשפארן דער לב טהור נושא?

עס איז געווארן א מצב אז געוויסע ניקס פילן זיך ווי זיי זענען פון די עליטע, און מען רייסט אראפ איינער דעם אנדערן.

לאמיר צירוק גיין צו אידטיש פון א האלב יאר צירוק.
גא"מ לכל הנ"ל.

הק' @נקודות טובות

טייערע אידטיש הנהלה, איך בעט מיך שוין צו אייך עטליכע חדשים, פארמאכטס דעם טעמע הסרוחה! פארמאכסט עס! ביטע ביטע!! עטס קענסט חלומען און חלומען פון איבערפרישן די סייט דא, מען קען איינשפאנען וויפיל אחראים מען וויל. ווי לאנג די פארשטינקענע טעמע איז אפען, איז א שאד אייער ארבעט און אייער צייט! ס'איז נישט מעגליך צו האלטן קאנטראל אויף דעם, און דאס פאר'סם'ט די לופט דא! די טעמע הסרוחה איז די מקור העיפוש!

איך ווייס נישט וואס אייער חשבון מתחילה איז געווען, און פארוואס איר האט נישט אליינס פאראויס געזעהן וואספארא חרבן דאס וועט מאכן. אבער איך בין נישט געווען דער איינציגער וואס האט אייך געווארנט אז דאס גייט לבסוף טוישן די גאנצע אויסזעהן פון אידטיש. דאס איז געווען אן פשוטע איינס פלאס איינס חשבון. יעדע בר דעת וואלט אליינס געמאכט דעם חשבון. און קוקטס וואו מיר שטייען. וויפיל ניקס וואס די פארום שטייט אויף זיי האבן שוין אויסגעדריקט אויפברויז בעבר קעגן די אופן ווי אזוי די טעמע פונקציונירט? @וואוילער, @שאינו יודע לשאול, @שמח (אגב אפשר קען ער סטראשענען אז אויב מען מעקט נישט די טעמע טשעקט ער ארויס פון דא...) @הדסים און נאך אנדערע.

קען זיין איר האט זיך איינגערעדט אז דאס גייט אייך ברענגען מער פאבליסעטי (וואס אגב, איך ווייס נישט פארוואס איר זאלט זיין אזוי קאמפלעקסד, אידטיש בומט אוועק) און קען זיין עס האט טאקע געברענגט מער פאבליסעטי. אבער קיינער קען נישט זאגן דא, קיינער קיינער, אז די לופט דא איז בעסער געווארן דורך דעם פארשטינקענעם טעמע!! און איך וועל זאגן אפען, די גאנצע בייסיגע אייוועלט שפראך קומט אך ורק אין רעזולטאט פון די טעמע הסרוחה!

קען זיין איר האט אינזין געהאט לשם שמים, אבער אויב דאס איז די פאל דארפט איר וויסן אז איר געבט אויף די גאנצע וועבזייטל לשם שמים. זייט וויסן אז איר לייגט צוגרינד די פארום בידים, און זייטס ענק נישט מחזק יעדע עטליכע וואכן אז מען גייט זיך כאילו אין די הענט נעמען. ווי לאנג עטס לאזטס די טעמע הסרוחה, גייט דא זיין כאאס!! מארק מיי ווארדס! עטס זענטס מקריב דעם פארום על קידוש השם! א גרויסע מדריגה פון אייך!

און צו אייך עסקנים פון לב טהור. איך ווייס נישט וואס עס האט אייך באוואויגן צו האלטן דעם עולם אינפארמירט דא, איך ווייס נישט וואס דאס ברענגט אויף למעשה. אבער אין פאל איר פארשטייט אז להצלחת הענין דארפט איר האלטן דעם עולם אינפארמירט, דאן זייט אזוי גוט און באגייט אייך מיט ריספעקט צו אנדערע. דאס איז נישט "אייער פלאטפארמע", דאס איז נישט קיין X לב טהור וועבזייטל, איר זענט געסט דא פונקט ווי אנדערע, און ביהעיווטס. איך האב נאר יעצט באזוכט דארט צוליב די קול ביער וואס @תינוק הבורח האט געלאזט הערן. איר פירט זיך מעשה בעל הבית דא, און דער עולם וויל דאס נישט. דער עולם קען באשטיין צו הערן אפדעיטס, און אפילו צו געבן געלט, אבער נאר אויף ווי לאנג איר באגייט זיך מיט ריספעקט צום ציבור דא.

(אגב, קען זיין עס גייט נישט שמעקן פאר @תינוק הבורח וואס איך גיי יעצט שרייבן, איך וועל אים שוין שפעטער איבערבעטן... @תינוק הבורח איז אן אינטעליגאנטער, אסאך ידיעות, נאר ער האט גאר א קורצע און שפיציגע שפראך. אסאך כאפן בכלל נישט וואס ער זאגט... ווארשיינליך דרייט ער זיך אויף אנדער פארומס (איך מיין נישט אייוועלט) ווי די שטייגער איז צו רעדן חד וחלק, און אסאך מאל וואונדער איך מיך פארוואס עס פעלט אים בכלל אויס אריינצוקומען אזוי שארף, אבער איך גלייך אים עני וועי זייער שטארק.)
כ'פראביר שוין פאר חדשים אריינצולאגן אין אידטיש, אבער כאמיר נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די אפליקאציע.. וואזאלעך טון אז כ'קען נישט די נעמען פון די 5 העכסטע לב טהור פירער?...

(למעשה האבעך געשריבן "פסח" און מ'האט מיר אריינגעלאזט)
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1987
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6069

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

@ווינטעלע , שפיל נישט מיט פייער 😉
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1278
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1909

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

ווינטעלע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 9:32 pm
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 1:16 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 10:45 am אפשר איז געקומען דער צייט צו פארשפארן דער לב טהור נושא?

עס איז געווארן א מצב אז געוויסע ניקס פילן זיך ווי זיי זענען פון די עליטע, און מען רייסט אראפ איינער דעם אנדערן.

לאמיר צירוק גיין צו אידטיש פון א האלב יאר צירוק.
גא"מ לכל הנ"ל.

הק' @נקודות טובות

טייערע אידטיש הנהלה, איך בעט מיך שוין צו אייך עטליכע חדשים, פארמאכטס דעם טעמע הסרוחה! פארמאכסט עס! ביטע ביטע!! עטס קענסט חלומען און חלומען פון איבערפרישן די סייט דא, מען קען איינשפאנען וויפיל אחראים מען וויל. ווי לאנג די פארשטינקענע טעמע איז אפען, איז א שאד אייער ארבעט און אייער צייט! ס'איז נישט מעגליך צו האלטן קאנטראל אויף דעם, און דאס פאר'סם'ט די לופט דא! די טעמע הסרוחה איז די מקור העיפוש!

איך ווייס נישט וואס אייער חשבון מתחילה איז געווען, און פארוואס איר האט נישט אליינס פאראויס געזעהן וואספארא חרבן דאס וועט מאכן. אבער איך בין נישט געווען דער איינציגער וואס האט אייך געווארנט אז דאס גייט לבסוף טוישן די גאנצע אויסזעהן פון אידטיש. דאס איז געווען אן פשוטע איינס פלאס איינס חשבון. יעדע בר דעת וואלט אליינס געמאכט דעם חשבון. און קוקטס וואו מיר שטייען. וויפיל ניקס וואס די פארום שטייט אויף זיי האבן שוין אויסגעדריקט אויפברויז בעבר קעגן די אופן ווי אזוי די טעמע פונקציונירט? @וואוילער, @שאינו יודע לשאול, @שמח (אגב אפשר קען ער סטראשענען אז אויב מען מעקט נישט די טעמע טשעקט ער ארויס פון דא...) @הדסים און נאך אנדערע.

קען זיין איר האט זיך איינגערעדט אז דאס גייט אייך ברענגען מער פאבליסעטי (וואס אגב, איך ווייס נישט פארוואס איר זאלט זיין אזוי קאמפלעקסד, אידטיש בומט אוועק) און קען זיין עס האט טאקע געברענגט מער פאבליסעטי. אבער קיינער קען נישט זאגן דא, קיינער קיינער, אז די לופט דא איז בעסער געווארן דורך דעם פארשטינקענעם טעמע!! און איך וועל זאגן אפען, די גאנצע בייסיגע אייוועלט שפראך קומט אך ורק אין רעזולטאט פון די טעמע הסרוחה!

קען זיין איר האט אינזין געהאט לשם שמים, אבער אויב דאס איז די פאל דארפט איר וויסן אז איר געבט אויף די גאנצע וועבזייטל לשם שמים. זייט וויסן אז איר לייגט צוגרינד די פארום בידים, און זייטס ענק נישט מחזק יעדע עטליכע וואכן אז מען גייט זיך כאילו אין די הענט נעמען. ווי לאנג עטס לאזטס די טעמע הסרוחה, גייט דא זיין כאאס!! מארק מיי ווארדס! עטס זענטס מקריב דעם פארום על קידוש השם! א גרויסע מדריגה פון אייך!

און צו אייך עסקנים פון לב טהור. איך ווייס נישט וואס עס האט אייך באוואויגן צו האלטן דעם עולם אינפארמירט דא, איך ווייס נישט וואס דאס ברענגט אויף למעשה. אבער אין פאל איר פארשטייט אז להצלחת הענין דארפט איר האלטן דעם עולם אינפארמירט, דאן זייט אזוי גוט און באגייט אייך מיט ריספעקט צו אנדערע. דאס איז נישט "אייער פלאטפארמע", דאס איז נישט קיין X לב טהור וועבזייטל, איר זענט געסט דא פונקט ווי אנדערע, און ביהעיווטס. איך האב נאר יעצט באזוכט דארט צוליב די קול ביער וואס @תינוק הבורח האט געלאזט הערן. איר פירט זיך מעשה בעל הבית דא, און דער עולם וויל דאס נישט. דער עולם קען באשטיין צו הערן אפדעיטס, און אפילו צו געבן געלט, אבער נאר אויף ווי לאנג איר באגייט זיך מיט ריספעקט צום ציבור דא.

(אגב, קען זיין עס גייט נישט שמעקן פאר @תינוק הבורח וואס איך גיי יעצט שרייבן, איך וועל אים שוין שפעטער איבערבעטן... @תינוק הבורח איז אן אינטעליגאנטער, אסאך ידיעות, נאר ער האט גאר א קורצע און שפיציגע שפראך. אסאך כאפן בכלל נישט וואס ער זאגט... ווארשיינליך דרייט ער זיך אויף אנדער פארומס (איך מיין נישט אייוועלט) ווי די שטייגער איז צו רעדן חד וחלק, און אסאך מאל וואונדער איך מיך פארוואס עס פעלט אים בכלל אויס אריינצוקומען אזוי שארף, אבער איך גלייך אים עני וועי זייער שטארק.)
כ'פראביר שוין פאר חדשים אריינצולאגן אין אידטיש, אבער כאמיר נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די אפליקאציע.. וואזאלעך טון אז כ'קען נישט די נעמען פון די 5 העכסטע לב טהור פירער?...

(למעשה האבעך געשריבן "פסח" און מ'האט מיר אריינגעלאזט)
שלום עליכם
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט