שמועות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 12, 2025 3:11 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 12, 2025 2:27 pm
נישט צום גלייבן. מ'קען פלאצן... אזא רשעות נישט אויפצוגעבן.
אבער כ'פארשטיי נישט, חיים צבי מיט אברהם יואל זאגן דאך אז יעצט מעג מען גיין קיין אמעריקא. וואס איז יעצט געשען?
די סיסטעם האט געכאפט דא אן ערנסטן גליטש און די קאמיוניקאציעס זענען טאטאל אונטערגעהאקט
זייטס מתפלל רבותי
ארויס גיין פון א קאלט, בפרט ווען מ'איז טיף אריין געווארצעלט, געבוירען, אויפגעוואקסען דארט, און געהאט א שטארקע פירערשאפט פאזיציא, איז ממש קשה כמעט כקריאת ים סוף.
דער יוצא פון א קאלט, אין די ערשטע תקופה, האלט און איין טראכטען אפשא פארט איז די קאלט די ישועה פאר אלע פראבלעמען אויף די וועלט.
ער קען שוין זיין אונדערויסען נאכן געפאניקט געווארען עד אין לשער, און ער שעלט יעדער מינוט די קאלט, און פארט וויל ער שפעטער זיי ציהעלפין און צימאל אפילו צירוקגיין טאמער זיי וועלען עם נאר לאזן.
ככלות די ערשטע 6 חדשים, פאנגט ער אן ציביסלעך ווערען מער פארזעכערט במעשיו. די ידיעה אז די קאלט איז א קאלט ווערט ביי עם מער און מער.
און די ווילען פיהלן אז די וועלט איז די זעלבע וועלט איך קען פון אונעווייניג די קאלט ווערט ווינציגער און ווינציגער.
נאך בערך א יאר, ווערט ער נאך מער פעסט ביי זיך.
א סאך מאל אפילו יארן שפעטער, ווער ער אליין קען שוין אליין צימאל באשמוצען און ארויס ברענגען אלע חסרונות, עוולות רשעות פון די קאלט
ס'קען זיך מאכן אז נאך יארן אויב מ'וועט עם בעטען ער זאל רעדן פאבליק קעגען די קאלט, וועט ער פארווישען רוב די עוולות אדער וועט ער פארלירן זיין צינג.
אזוי איז די טבע פון יוצאי קאלטס.
און אזוי איז געשען ביי פארשידענע אינטערוויוז אפילו דא.
כל הנ"ל איז קראנט על פי רוב ביי א געווענטליך מיטגליד (ס'דא א יוצא מהכלל אויכעט).
אודאי ביי איינער מיט א פירערשאפט שטעלער דארט.
די זעלבע באשעפער וואס האט געהאלפען ביז אהער וועט העלפען ווייטער.
טאקע געווארען פארטשעפעט אין א סענק, אבער מ'גייט ווייטער, און בעזרת ה' חפץ בידינו יצליח.
אלע וועלען ארויס קומען פריער צי שפעטער.