שטארקע בריוו!
בס"ד
טייערע ליבע לעכטיגע יידישע קינדער
פישל מיט אלימלך ברוך נ"י
שלום וברכה.
איך קען אייך נישט און איר קענט מיר אויך נישט דערווייל, אבער אין די טעג איז יעדע יודיש הארץ אזוי נאנט צו ענק.
ס'זעט טאקע אויס אביסל מאדנע צו שרייבען א בריוו פאר איינער וואס מ'האט איהם קיינמאל נישט געטראפען און געזען, אבער אין אזא מין מאדנע און פארדרייטע מצב איז דאס פון די זאכען וואס זען אויס די ווייניגסטע מאדנע דא...
איך שרייב ענק פון טיפען הארצען, מ'פילט מיט מיט ענק אזוי שטארק, ס'טוט אזוי וויי און מ'האפט פאר אייער ישועה בקרוב.
איך ווייס אז מעגליך הערט מען שוין אזויפיל ווערטער פון חיזוק און מ'עקלט זיך שוין פון דעם אדער ס'גייט שווער אריין אין קאפ, אבער וואס זאל מען טון? דאס איז די מציאות. מ'טראכט וועגען ענק, און דאס הארץ ברענט מיט הרגשים.
די בענקשאפט, דער צער, די צומישעניש, דעם פיינט האבען מיט דעם ליב האבען צוזאמען.
אלעס איז אזוי שווער און ביטער, און מ'זעט נישט קיין עק, על כל פנים – אזוי שפירט מען זיך.
איך האב געהערט וואס ענק זענען אדורך, די אלע יארען וואס מ'איז אריבער, פון זיין רעבינ'ס אייניקלעך, שפעטער - דעם חכמ'ס קינדער, ביז יעצט שפירנדיג אזוי אליין - צושפילט און אויסגענארט.
מיר האבען מיט געהאלטען מיט א געציטערטע הארץ פונדערווייטנס ווי אזוי די זעלכע זיסע קינדערלעך ווי ענק – פישל מיט אלימלך ברוך - האבען זיך געטראפען איין טאג, אין א פרעמדע פלאץ. אן די טאטע [וואס איז שוין א תקופה נישט געווען מיט אייך צוזאמען], אן די מאמע, און אן די ברודער'ס, אליין אליין.
נישט נאר דאס, נאר אלעס וואס מ'האט געוויסט איז שוין נישט דא, יעדע באקאנטע זאך טוישט זיך, ס'שפירט זיך אז די וועלט האט זיך אינגאנצען איבער געדרייט, און ס'איז אזוי שווער אז ס'שרייט זיך די שאלה: וואס וועט זיין? זענען מיר געבוירען געווארן צו ליידען? אזוי וועט אויסקוקען אונזער לעבן?
וויל איך ענק זאגען, טייערע ברודער.
עטס זענט נישט אליין!!
עטס זענט בכלל נישט שולדיג אין די מצב וואס האט ענק געברענגט ביז אהער,
א וודאי און א וודאי נישט אין די יעצטיגע מצב.
יעצט אויכעט - זענען ענק נישט אליין, און ענק האבען נאך א גרויסען עתיד.
אויף אייערע כוחות דארף איך דאך נישט דערציילען פאר ענק, ווער נאך אזויווי ענק ווייסט וועלכע זאכען זענען ענק שוין א דורך געגאנגען, איר האט נישט געוויסט ווי אזוי וועט מען האבען כוחות ווייטער און צום סוף האט מען געהאט, און נאך אסאך אסאך מער וויפיל מ'האט געמיינט...
נאר וואס דען? יעצט איז שוין אריבער אזויפיל צייט, און מ'איז זיך שוין מייאש אביסעלע, איז ניין!! ניין!
זייט'ס ענק נישט מייאש, ענק האבען נאך ריזיגע כוחות וואס עטס קענט זיך גאר נישט פארשטעלען בכלל, גלייבט'ס אין דעם און איר וועט עס טאקע זען.
עטס קענט ענק נאר דמיונ'ען אייער לעכטיגע עתיד, אזא גוטע עתיד, ס'גייט נאך זיין אזוי גוט וואס ס'גייט אויסמעקען אלעס וואס איז געווען, בעסער געזאגט – מרפא זיין דאס וואס איז געווען.
א עתיד פיל מיט ליבשאפט, ווארעמקייט, געשמאקייט און פרייד.
א עתיד מיט מענטשען וואס גייען ענק באמת זען און מיט פילען.
פון וואנעט ווייס איך? ווייל איך קען מענטשען וואס זענען אריבער אויף אנדערע אופנים וואס ענק גייען יעצט אריבער און שפעטער האבען זיי געהאט אסאך מער א שענערע עתיד פון רוב מענטשען אויף די וועלט.
נישט אלעס קען מען מסביר זיין אבער דאס איז די מציאות. א פאקט.
און אויב אין די גאר שווערע מינוטען שפירען ענק פארלוירען, זאלט עטס פראבירען צו דמיונ'ען וואס גייט זיין, בקרוב ממש, נישט אין נאך אסאך צייט ארום, וועלען ענק זיין אויף דער פריי, מיט א ריזיגען שמייכל אויפן פנים, ארומגענומען מיט א מורא'דיגע אהבה.
[למעשה יעצט אויכעט ווען מ'וואלט געקענט מיט אונזערע גשמיותדיגע אויגען זען, וואלט מען געזעהן ווי שטארק זענען ענק ארומגענומען פון אלע זייטן מיט די זארג און די תפילות פון יידישע קינדער בכל קצווי תבל].
אפילו טאמער ס'פרעגט זיך ווי אזוי קען מען אויסמעקען א גאנצע עבר מיט זכרונות און השקפות און געפילען, די תשובה איז אז מ'דארף עס נישט אויסמעקען.
אין די וועלט איז די סדר אז יעדע זאך, סיי גוט און סיי שלעכט וואס א מענטש גייט אריבער, דארף ער דאס מיט נעמען מיט זיך און עס צו לייגען צו בויען מיט דעם זיין נפש.
פארגעסט נישט וואס אייערע כוחות און טאלאנטען זענען, אז בקרוב ממש גייט איר עס קענען באווייזען פאר אלעמען.
האלטס ענק שטארק, האחים הגיבורים פישל מיט אלימלך ברוך, א יוד איז קיינמאל נישט אליין.
מ'מעג זיך אויסוויינען די נשמה ביינאכט (און בייטאג אויכעט...)
אונז אלע וויינען מיט, כאטשיג וואס מיר קענען נישט האבען א השגה אין אייערע געפילען, אפילו אז ס'איז שוין נמאס געווארן פאר ענק און קען זיין אז ענק גלייבען שוין נישט קיין איין ווארט פון נחמה.
האלטס ענק נאך א טאג, נאך א רגע, נאך א אטעם, נאך א נאכטעל'ע.
ס׳איז נישט קיין ווייטע חלום, ס׳איז שוין דא אונטער'ן טיר.
א מאל אין אזא מצב קען מען פילען אפגעריסען, ווי געהער איך, וואס בין איך, צו ווי גיי איך?
מען דארף עס נאך אויסשמועס'ן באריכות, אבער אויפ'ן שפיץ גאפל וויל איך ענק זאגען –
די שורש פון די מענטש געפינט זיך ביי איהם אליין, נישט ביי די ארומיגע זיינע,
מיר גלייבען אז אונז זענען געשיקט געווארן צו די וועלט מיט א שליחות, און אלעס וואס מיר דארפען האבען אין קאפ איז – וואס איז מיין שליחות? און ווי אזוי קען איך עס ממלא זיין?
ענק געהערן צום רבש"ע, ער האט ענק באשאפען און ער געבט די כוחות, ער איז אייער טאטע, אייער מאמע, ער איז א-ל-ע-ס.
ענק האבען א נשמה! רצונות, שאיפות, שאלות, טענות, מחשבות. שטייט פון צדיקים אז די אייבערשטער האט אריינגעשטעלט א כח אין א נשמה פון א ייד, וואס ווייזט איהם די וועג, וואס איז איהם מחבר צו זיין שורש.
די אייבערשטער איז מיט ענק דארטען, יעדער פון ענק איז ביי איהם אזוי חשוב און גרויס, האלט'ס ענק פעסט פישעלע און אלימלך ברוך, רעדט'ס צו איהם, וויינט'ס צו איהם, ס'קומען גוטע צייטען.
איך וויל ענק זאגען נאך עפעס, קען זיין ס'איז ביי אייך פשוט אבער איך פיל עס פאר וויכטיג צו זאגען,
איך האב די זכות א ביסל צו זען און קענען די טייערע יודען וואס געבען זיך אוועק פאר אייערע הצלה, זיי זענען אמתדיג'ע יידען וואס מיינען נאר ענקער טובה, נישט פאר פאליטי"ק, נישט צו געווינען קיינעם, נישט פאר זייערע כבוד, זיי ווילען נאר איין זאך, אז פאר ענק זאל זיין גוט, ענק זאלען זיין פריילעך און פילען אז איר קענט זיין וואס איר זענט, און האבען א גליקליכע לעבן באמת.
איך ווייס אז ענק זענען שוין גענוג זאט פון אלע וואס ווילן און וואס האבען געוואלט אייער טובה... עטס קענט עס שוין פון אלץ קליינע קינדער...
צוליב דעם זאג איך, זיי זוכען נישט אייער 'טובה', נאר זיי זוכען באמת ס'זאל ענק זיין גוט, ענק זאלען פילען א רוהיגקייט און א געשמאקייט אין הארץ.
איך בין זיכער, אז זיי וועלען אלעס! טון אויף די וועלט ענק ארויס צונעמען פון דארט און ברענגען צו א גוטע פלאץ.
פישל! אלימלך ברוך! ביטע - געדענקט'ס נאך עפעס, די כח פון זיין פאזעטיוו (אין א גוטע גוסטע) איז גאר גאר שטארק,
אז ענק רעדן איינער מיט'ן צווייטען – פראבירט'ס משכנע זיין איינער דעם צווייטען אז ס'גייט זיין א פעסטע עתיד, לאכט'ס וועגן דעם, גרייט'ס ענק צו דעם, גרייט'ס שוין א שמייכל – כאילו איר זענט שוין דארט, [איך קען אייך געבען דוגמאות וואס גייט אייך מאכען שמייכלען, אבער איך מיין אז אליינס וועט איר אויס טרעפען בעסערע דוגמאות פון מיינע...].
אויף דער פריי איז אויכעט דא זאכען וואס מאכט א מענטש בייז, אפשר אפילו ערגער ווי ביי די שעלטער, ווייל ביי די שעלטער איז דאס מער ווייניגער די זעלבע זאכען און אזוי אין די וועלט איז יעדען טאג נייע זאכען... ווארט'ס, וועט עטס זעהן...
זאגט'ס איינער צום צווייטען די מעלות וואס ער האט, דו טויגסט צו דעם, און דו צו דעם, רעדסט איינער צום צווייטען - ניין, ס'איז פארקערט, די מעלה האסטו, נישט איך [למעשה, איר זאלט זיך קריגען אויף גוטע זאכען, זייט'ס משכנע איינער דעם צווייטען אין זיינע מעלות, יעדער טאג כאטש איין מעלה]. איך פארלא זיך אויף ענק...
בקיצור, ענק האבען אסאך אויף וואס צו טראכטען, טראכט'ס נישט נאר וועגן אייער פריוואטע לעבן, טראכט'ס אויף אלעס, רוחניות, גשמיות – נישט יעדע ספק וואס ווערט נתעורר דארף יעצט א תשובה, מ'וועט נאך האבען צייט אלעס צו מברר זיין, יעצט געבט'ס א שמייכל און דמיונט'ס אויף דעם.
[אגב, ס'איז וויכטיג צו דערמאנען אז גרויסע החלטות אויף לעבן דארף מען קיינמאל נישט נעמען אליין. ווען עס קומט צו וויכטיגע שאלות – דארף מען זיך אדורך רעדן מיט א ערליכער עלטערע מענטש וואס קען אייך באמת און פארשטייט די משמעות פון די זאך].
זאגט'ס א גאנצע צייט צו זיך:
מיר זענען נישט אליין, מיר לעבן און אונז וועלען דאס איבער לעבן, אין גרויסען בעז"ה!
ס'איז נאך דא אסאך וואס צו שרייבען און מ'וועט נאך האבען די געלעגנהייט בל"נ בקרוב, איך פלאן אי"ה אויכעט זיך זעצן שרייבען פאר אייער טייערע לעכטיגע שכן משה עמרם נ"י.
איך האב אנגעהויבען מיט דעם אז ס'איז שווער צו שרייבען א בריוו פאר איינער וואס מ'קען נישט – נישט געטראפען און נישט געזען, אבער אין אמת'ן שפיר איך יעצט נאכ'ן ענדיגען שרייבען, אז דעם שרייבען פאר ענק האט מיר געמאכט פול נענטער, פילענדיג ממש ווי ענק דערציילען פאר אונז אלעס וואס ענק מאכען מיט [איך פרעג מיר אזוי, ביסט זיכער טאקע אז דו האסט זיי קיינמאל נישט געזעהן און געטראפען?!...].
פישל'ע! אלימלך ברוך!
שטארקט'ס ענק, ברודערלעך. האט'ס נישט מורא, סאיז נענטער ווי ווייטער בעז"ה.
ידידכם אוהבכם המתפלל בעדכם מארץ הקודש שתזכו לגאולה קרובה
פינחס מנחם שידלובסקי
חיפה ת"ו
ווי קום איך אריין אין בילד? דאס איז שוין פאר אן אנדערע בריוו...